די Parent LLC: איין LLC וואס פארמאגט די אנדערע LLC'ס
וואס איז א Parent LLC?
א פערענט LLC איז פשוט א LLC וואס איר אייגנטימער (member) איז נישט קיין מענטש, נאר אן אנדערע LLC.
דהיינו, מען עפנט איין 'אויבערשטע' LLC, און די LLC פארמאגט אונטער זיך די אנדערע LLC'ס - איינס פאר יעדע ביזנעס אדער פראפערטי. די אויבערשטע הייסט די Parent, און די אונטערשטע הייסן Subsidiaries (אין קורצן: subs).
צום ביישפיל איינער האט צוויי רענטל בילדינגס, א בעקערי און א קליינע קעיטערינג ביזנעס. אלעס ליגט אונטער איין LLC: 'שמואל'ס בעיקערי LLC'.
שטעלט מען עס אוועק אזוי:
Shmuel Holdings LLC (Parent)
Shmuel's Bakery LLC (Sub)
Shmuel Catering LLC (Sub)
Lee Ave LLC (Sub)
Ross St LLC (Sub)
שמואל פערזענליך פארמאגט נאר די האלדינג LLC, און די האלדינג LLC פארמאגט 100% פון יעדע איינע פון די פיר subs.
פארוואס טוט מען עס?
- אפטיילן די ריזיקע: יעדע ביזנעס און יעדע פראפערטי האט איר אייגענע מחיצה. אויב איין טענאנט געט אריין א קלאגע קען מען נאר נעמען פארמעגן פון די sub וואס ער קלאגט.
- איין שטאפל פאר'ן בעל הבית: ווען שמואל וויל אריינברענגען א שותף אין אלעס אינאיינעם, אדער אריינלייגן אלעס אין א טראסט פאר די קינדער, דארף ער נאר אריבערגעבן די פערענט, און נישט יעדע LLC באזונדער.
- פריוואטקייט (Privacy): אויף די דיעד און אויף די קאנטראקטן שטייט דער נאמען פון די sub, נישט שמואל. (ביי געוויסע פיילינגס, ווי ביים קויפן א 1-4 פאמיליע הויז אין ניו יארק, דארף מען סייווי אויסשרייבן ווער עס שטייט אונטער די LLC.)
ווי אזוי ארבעט די טעקסעס?
פאר רוב מענטשן טוישט זיך כמעט גארנישט.
- די פערענט האט איין אייגנטימער: אויב שמואל אליין פארמאגט די פערענט, און די פערענט אליין פארמאגט יעדע sub, איז אלעס Disregarded. די IRS זעהט נישט קיין איינציגע פון די LLC'ס, און אלעס גייט גלייך אויף שמואל'ס 1040 (די ביזנעסער אויף Schedule C, די רענט אויף Schedule E).
- די פערענט האט שותפים: אויב שמואל און זיין שוואגער פארמאגן צוזאמען די פערענט, איז די פערענט א Partnership מיט א Form 1065 און K-1'ס. די subs זענען Disregarded אריין אין די פערענט, ממילא גייט אלעס אויף איין 1065, און נישט פיר באזונדערע.
[אויב א sub האט נאך אן אנדערן שותף, איז זי שוין נישט 100% אונטער די פערענט, ווערט עס אן אייגענע Partnership מיט אן אייגענע 1065.]
ווי אזוי שטעלט מען עס אוועק?
1. קודם עפנט מען די פערענט LLC.
2. דערנאך עפנט מען יעדע sub, ווען דער member אויף די פאפירן איז די פערענט - נישט איר פערזענליך.
3. יעדע sub וואס דארף א באנק אקאונט אדער האט ארבעטער, דארף אן אייגענע EIN.
4. אן Operating Agreement פאר יעדע LLC, סיי פאר די פערענט סיי פאר יעדע sub.
5. א באזונדערע באנק אקאונט, ביכער און אינשורענס פאר יעדע LLC.
6. די פערענט אליין טוט גארנישט - זי האלט נאר די אנדערע LLC'ס. פארוואס? ווייל אויב מען קלאגט די פערענט, איז אלעס וואס זי פארמאגט, דהיינו אלע subs, אונטער ריזיקע.
נישט מישן קיין געלטער
דאס איז די זעלבע כלל פון ערשטן יסוד, נאר דא איז עס נאך וויכטיגער. די רענט פון לי עוו. באצאלט נישט די ביל פון די בעיקערי. אויב איין sub דארף געלט, קען די פערענט געבן א הלואה אדער אן אינוועסטמענט (capital contribution), אבער מען זאל האבן קלארע פאפירן דערוועגן.
אויב מען מישט, קען א ריכטער זאגן "דאס איז בעצם איין ביזנעס", און די מחיצות פאלן אוועק (piercing the corporate veil).
די מעלה איבער א Series LLC?
א Series LLC פרובירט צו טון די זעלבע זאך מיט איין פיילינג. אבער ניו יארק און ניו דזשערזי האבן נישט קיין Series LLC געזעץ, און אסאך בענק און לענדערס אנערקענען נישט קיין Series LLC.
משא"כ ביי א פערענט מיט subs איז יעדע sub א נארמאלע LLC, וואס יעדע קאורט, באנק און טייטל קאמפאני קען. עס קאסט מער, אבער עס איז אסאך קלארער און גרינגער, נאכדערצו אויב מען טוט ביזנעס אין מערערע סטעיטס.