מקור? אלץ וואס?
אידישע [קנאי'שע] הרגשים
- בערל דער פייפער
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 787
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
- Location: אין דארף
- x 900
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5338
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9972
- צייטווייליג
- חבר המערכת
- פאוסטס: 358
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
- x 733
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
מורי ורבותי!
ביטע זיך נישט וויי טון. זיך טענה’ען מילא, אבער מיט רחמנות. נישט זוכן צו רייצן און נישט ווערן אנגערייצט.
קיינער האט אייך נאכנישט געטוישט אייער מיינונג מיט געוואלד... און איר וועט נישט קיינעם טוישן מיט געוואלד...
ביטע ניצן דעם כח הכתיבה צו אויסטוישן ווערטפולע אינפארמאציע און מרבה זיין אין כבוד שמים און בד בבד מרבה זיין אין אהבת חבירים.
לאמיר האלטן דעם טעמע באטעמט!

Re: קנאי’שע הרגשים
אינטערעסאנט ווי עס קומט כסדר צו חלקים צו די מעשה...נקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 1:41 pm12 בענדער בימים ההם וואלט געווען היינט מיט עוז והדר 75 בענדער, און דאס איז אלעס נאר ביז סדר דברים. דאס איז נישט סתם א דפוס, אדרבה קוק אריין אין דעם חומש וועסטו זעהן וואס דער חידוש פונעם תורה שלמה איז.צווייטער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 12:40 amכ'האב נישט פארשטאנען וואס דו האסט געשריבן, זייט אייך בעסער מסבירנקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 11, 2023 9:39 pm
וואס הייסט נדפס, 12 כרכים בימים ההם נאר אויף די ערשטע פיר סדרים איז נישט נדפס.
איך ווייס נישט וועמען דו זאגסט נאך פון, אבער מיטן מציאות שטימט עס נישט!
דער רבי האט קלאר גענוצט די חומש בשעת עס זענען געווען אנדערע חמשים, ער האט אפי' געזאגט אז דאס מאכט אים גרינגער מיטן שלש סעודות תורה.
און בנוגע געפליקע דפים, יכול להיות. אבער אויך יכול להיות אז דאס איז געפליקט געווארן שפעטער.
אבער יהיה איך שיהיה, וואלט דער רבי געהאלטן באמת מין, איז נישט דא קיין וועג ארויס פונעם הלכה פון ספר תורה שכותבו מין.
סתם א קשיא אויב האט די רבי געזאגט אז עס העלפט אים פאר שלש סעודות תורה פארוואס האט ער עס צוריק געגעבן?
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
סך הכל וואס איך וויל ארויס ברענגען פון מיינע תגובות איזנקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 1:46 pmאיך האב געזעהן די תשובה, ממילא איז וואס איז יעצט? דו ווילסט זאגן אז ווייל ער חתמ'עט נין ונכד להגר''א, ממילא ווייסט ער בעסער?בן חיים האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 11, 2023 11:26 pmאלע רעדן נאך ביאת המשיחנקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 11, 2023 10:25 pm
פארוואס קען קיינער נישט קריגען מיטן רבי'ן? זיי זענען אויך גארנישט מחדש, זיי ברענגן אויך נאר נאך פון חז''ל!
דער רמב''ן שרייבט אין שיר השירים, ברשיון מלכי האומות ובעזרתם ילכו לארץ ישראל.
דער רד''ק שרייבט אין תהילים, כן לעתיד יסבב גאולת ישראל על ידי מלכי הגוים שיעיר את רוחם שלהם.
עכ''פ, איך בין בכלל נישט דא צו פארטיידיגען שיטת המזרחי, אבער צו זאגן אז זיי האבן אליינס באשאפען א נייע תורה איז פשוט א חסרון ידיעה. זיי האבן נאך עני טיים אזוי פיל ראיות פון חז''ל און דברי הראשונים.
נאר וואס דען, איך און דו און נאך טויזענטער אידן האבן מקבל געווען דעת רבינו הקדוש והטהור זכותו יגן עלינו, און גרעסער ווי אים איז נישט געווען, והלכה כמותו בכל מקום ובכל זמן.
אבער אוועקמאכן אנדערע איז נישט בידינו!
און דאס וואס די האסט פריער געברענגט די נאמען קול התור
ר' משה שטערנבוך שרייבט אז עס איז מלא זיוף
איך האב שוין געזאגט גלייך מתחילה, די וואס זענען געווען קנאים בעפאר האבן דאס געלייקענט. און ווער עס איז געווען ביי די מזרחי בעפאר, האבן דאס מקבל געווען. עכ''פ די ספר האט לכאורה נישט אויסגעמאכט אויף קיין שום וועג.
און אגב, כפי זכרוני מאכט נאר ר' משה שטערנבוך אוועק דעם דפוס פון ר' מענדל.
אז די מזרחי האט נישט קיין שיטה
איינער וואס פארדרייט מאמרי חז"ל און ראשונים איז נישט שייך קיין אלו ואלו
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5338
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9972
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
וואס איז דעמאלס געווען?
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
איך וויל נישט אריינגיין צו טיעף היות רוב ייודן דא זענען נוטה צו שיטת הה"ק מסאטמאר אבער וויסן זאלסטע אז ביי דער מזרחי און ביי אסאך וואס זענען עכ"פ אביסל נוטה צו זייערע שיטה זענען דא ריזן כלים, תלמידי חכמים, יראי השם, [ע"פ דרכם] און באמת מען דארף נישט גיין אזוי ווייט נאר אפילו ביי אנדערע קרייזן זאגן זיי וואס דו זאגט אויף זיי אז סיז נישט קיין שום שיטה און זיי פארדרייען מאמרי חז"ל, זאגן זיי אויף דיך אויך, איז אודאי יעדער איינער וואס איז א סאטמערע חסיד ווייסט אז זיין רביס שיטה איז דער אמת אבער זיי האלטן אויך אז זייערע שיטה איז אמתבן חיים האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 4:45 pmסך הכל וואס איך וויל ארויס ברענגען פון מיינע תגובות איזנקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 1:46 pmאיך האב געזעהן די תשובה, ממילא איז וואס איז יעצט? דו ווילסט זאגן אז ווייל ער חתמ'עט נין ונכד להגר''א, ממילא ווייסט ער בעסער?
איך האב שוין געזאגט גלייך מתחילה, די וואס זענען געווען קנאים בעפאר האבן דאס געלייקענט. און ווער עס איז געווען ביי די מזרחי בעפאר, האבן דאס מקבל געווען. עכ''פ די ספר האט לכאורה נישט אויסגעמאכט אויף קיין שום וועג.
און אגב, כפי זכרוני מאכט נאר ר' משה שטערנבוך אוועק דעם דפוס פון ר' מענדל.
אז די מזרחי האט נישט קיין שיטה
איינער וואס פארדרייט מאמרי חז"ל און ראשונים איז נישט שייך קיין אלו ואלו
הכלל, אודאי, אונז היימישע יודן האבן זיכער נישט געהאלטן פון מזרחי, אבער אין דער גאנצען ענין האט סאטמער רב גענומען זייער עקסטרעם איין צד און זיי האבן גענומען אן אנדערע צד זייער עקסטרעם, - רוב גדולי ישראל (חוץ עדה החרדית וכו') אין ארץ ישראל בראשם הה"ק מעלזא והחזו"א האבן געהאלטן ערגעץ ווי אינדעמיט, (דהיינו לגבי האיך צריך להתנהג לגבי עניני המדינה הי' שיטתם שונה מהה"ק מסאטמער וכו' ואכמ"ל) און זייערע שיטה איז גארנשיט ווייניגער ווי סאטמערע רב שיטה (ווען מען קוקט פון אן אינדרויסנדיגע בליק, און דאס איז חוץ פון דעהם וואס זיי האבן געוואסט די מציאות אין געדארפט דיעלן מיט די סיטואציע דארטן אין ארץ ישראל [און נישט שרייען פון אמעריקע וכו' וכו'] וכמ"ש הבית ישראל מגור ז"ל ע"ז.
אפשר בין איך אביסל פאקראכן אביסל אבער לכללא דמילתא איז פשוט הדבר אז יעדער מלוקה האט צוויי צדדים און אויב כופרים אפיקורסים האלטן עפעס א שיטה האט עס אודאי גרנישט מיט אונז, אבער ווען מען רעדט דא פון ערליכע ייודן וואס זיי האבן געהאלטן אויף ענינים וואס סאטמער רב האט געהאלטן אז סיז גאר פון דער עבירות חמורות האבן זיי געהאלטן פאקערט, זעה איך נישט מען זאל זאגן אז ס' קומט נישט אריין אלו ואלו יעדער מחלוקה איז פשוט איז איינער האלט אז דער צווייטע טוט א טעות אבער דארפס אנעקערנען אז יענע האט ראיות צו זיין צד און ער האלט א דו מאכסט א טעות. במילא יעדער זאל פרעגן און נוקט וואס זענן רב, רבי, מורה דרך, האלט, פארשטייט זיך אויס זיי זענען ת"ח ויראי השם, ותל"מ,
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5338
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9972
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
@לנצח איך האב אייך נייעס: דער חזו"א ז"ל האט געהאלטן אז די מזרחי זענען מנסך יין!
ער איז זאגאר לכאורה געווען מער עקסטרעם בענין זה ווי סאטמאר רב.
ס'איז ריכטיג טאקע אז געוויסע נקודות האבן אנדערע גדולים נישט געהאלטן אזוי ווייט ווי סאטמאר רב, און סאטמאר האט נישט קיין פראבלעם דערמיט, אונז זעמיר גענוג קאנפידענט אז דער רבי האט געהאט דעם ריכטיגן מסורה און בליק פון די אונגארישע גדולי ישראל ולמעלה עד משה רבינו, אין צוגאב צו זיין קדושה און צדקות און הימלישע כח למעלה מן הטבע.
אבער נישט לגבי מזרחי און ציונות גופא! דארט האט קיינער נישט מחולק געווען. (ווען די מדינה וואלט זיך געפירט עפ"י תורה, וואלט געווארן א שטיקל מרחק צווישן די שיטות, יעצט נישט, ואכמ"ל).
הפנים דאס אמאל זיכער אז חס וחלילה פאר א חרדישער איד צו זאגן אויף מזרחי 'אלו ואלו'!

ביטע האלטן פאר די אויגן אז ציונות איז נישט ערלויבט אפילו בלויז אויף צו פראוון א פוינט.
אפילו אין א פריינטליכע דעבאטע איז נישט אויסגעהאלטן צו נוצן כפירה ארגומענטן.
אפילו אין א פריינטליכע דעבאטע איז נישט אויסגעהאלטן צו נוצן כפירה ארגומענטן.
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
@לנצח
די תירץ איז וואס @צווייטער האט געשריבן
די תירץ איז וואס @צווייטער האט געשריבן
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5338
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9972
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
מי זה?
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
עס קומט פון מערכת סאטמאר, איך מיין ער איז איינגעשטעלט ביי סאטמאר (מהרי"י) אין מאנסי ַ
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 404
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
- x 298
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
דא האסטו א גוט שטיקל ציונות פון שומרים ד'וויליאמסבורג.נקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 3:10 pmאפשר איז די חברה שומרים אויך אן התגרות באומת? דער אויבערשטער האט אונז געשיקט אין גלות בין העמים, און מיר זענען אונטער זיי. מיט וואספארא רעכט קומען מיר מיט אייגענע שומרים וואלענטירן. און מיר שלאגען אפ אטאקעס פון די גוים ביי וועמען מיר זענען אין גלות?ירחמיאל מאניש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 1:56 pmזייט מיר מוחל, דיין אינטערשריפט כשרט נישט דיינע ווערטער וואס די רעדסט,נקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 1:50 pm
קיינער איז נישטא פאר נקמה יעצט. יעצט צוברעכט מען די פיינט ימח שמם וזכרם, אזוי ווי די הלכה איז אויף עיר שהוקפוה!
סאיז קלאר אז דאס איז התגרות באמות,
די קעפל פון די צעטל פאסט פאר א פרייער איד!
- פיילס
-
- Screenshot_20231012_203858_Gallery.jpg (313.19 KiB) געזען געווארן 725 מאל
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5338
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9972
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
טאקע נישט פאסיג, אבער דער שרייבער האט גארנישט געמיינט אויסער א 'מליצה'.תינוק הבורח האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 8:46 pmדא האסטו א גוט שטיקל ציונות פון שומרים ד'וויליאמסבורג.► Show Spoiler
די קעפל פון די צעטל פאסט פאר א פרייער איד!
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1646
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4012
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
איך האב ביז אהער מיך פראבירט צו האלטן רעלאטיוו רואיג, און אפי' אויף תגובות וואו מאנכע האבן מיך פראבירט אראפצורייסען אלץ מזרחי'סט אגודה'סט וכדו' האב איך נישט ראגירט. אלעס וויבאלד איך האב געוואלט אז דער אשכול זאל בלייבען געשמאק און רואיג, און מען זאל זיך קענען אויסשמועסען א נושא אזוי ווי עס פאסט זיך פאר אידטיש.
איך האב אויף מערערע תגובות פון געוויסע ניקס זיי געבעטן אין אישי אז זיי זאלן מעקן געוויסע שורות וואס איז נישט געווען מן הענין, צוליב דעם וואס איך האב נישט געוואלט אז די נושא זאל ווערן א פערזענדליכע נושא ווי ניקס פליקען זיך איינער דעם צווייטען.
רוב פון די ניקס דא זענען טאקע זייער פארשטענדליך, און האבן טאקע געמעקט געוויסע סטעיטמענטס וואס איז נישט געווען לצורך הענין. אבער עס זענען פארט געווען אזאלכע וואס האבן מיר קאטעגאריש אפגעווארפען, און מיר פארגעהאלטן אז וויבאלד איך פארשפרייט ציונות מיז מען מיר אטאקירן מיט די שארפסטע מיטלן. דערפאר האב איך מיך געוואנדען צו אונזער חשובע אחראי הרב @צייטווייליג , אז ער זאל אריין קומען פראבירן צו האלטן די נושא אויף די רעלסען, אן אריין פארן פערזענדליך איינער אינעם צווייטען. ותשואת חן לו.
אבער ווי מיר קענען דעם אויסדריק פונעם פייטן, האומר לים עד פה תבא!
מיר שטייען דא איבער 96 שעה פון ווען איך האב מיר געלאזט הערן מיינע מיינונגען געבויט על דברי רבינו הקדוש והטהור זכותו יגן עלינו איבער די מצב הנורא וואס שפילט זיך אפ אין ארצינו הקדושה, און קיינער האט מיר נאכנישט אפגעפרעגט מיט קיין ציטאט מדברי רבינו זכותו יגן עלינו. נאר אנשטאט דעם פארשרייעט מען מיר אלץ מזרחי וכדו', און אז איך פארשפרייט זאכן אויפן רבי'ן וואס איז קלאר נגד דעם ויואל משה.
דאס איז מיר זייער אינטערעסאנט, אויב טאקע בין איך אזוי נגד דעת רבינו פארוואס קען מען מיר נישט טרעפן קיינע לשונות רבינו פארקערט ווי מיר??? פארוואס איז די איינציגע מהלך צו שרייען בעלזא, מזרחי, רחמנא ליצלן, וכדו' ??? ברענג עפעס זאכליכע מאמרים פונעם רבי'ן מיט וואס איך בין מיך סותר!!!
דער תירוץ אויף דעם איז צוליב דעם וואס ליידער ליידער האבן רוב סאטמארע אידן נאכנישט געהאט די זכיה דורך צו לערנען די ספר הקדוש ויואל משה! נאר אנשטאט דעם איז מען פארנומען נאכצוזאגן וואס מען האט געהערט פון די מלמדים אין כתה ד' ווי זיי האבן אראפגעלייגט ציונות, וואס א גרויס חלק פון די מלמדי כתה ד' האבן נאך אויך נישט זוכה געווען צו לערנען ספרי רבינו הקדוש!
היינט איז דעם רבינ'ס שיטה רחמנא ליצלן פארוואנדעלט געווארן אין די וואנזיניגע שיטה פון די מחריבי קרתא, וועמען די רבי האט מדמה געווען צו די מזרחי נאר אויף פארקערט!
די היינטיגע פאלטשע סימפאטיע צו די אראבישע חאמאס רוצחים ארורים ימח שמם וזכרם, איז א דירעקטע שפיז אריין אין הארץ פון שיטת רבינו. און דאס קומט נאר ארויס פון געוויסע וואס זענען געבוירען צו סאטמארע עלטערן אלץ חסרון ידיעה!
אין א דור וואס האט געהערשט א מבול פון כפירה ומינות, ווי דער שיטה הארורה פון ציונות האט געפירט צו די השמדה פון אכציג פראצענט כלל ישראל רחמנא ליצלן. האט אונז דער אויבערשטער ברוב רחמיו וחסדיו אראפגעשיקט א נשמה קדושה וואס אזא נשמה איז נישט געווען אויך די וועלט שוין מיט יארן פריער, און דאס איז געווען דער רבן של כל בני הגולה רבינו הקדוש והטהור.
רבינו הקדוש האט מיט דברים חוצבים מלהבות אש אויסגערופען דעם דבר ד' ברמה, און האט זיך נישט געשראקען פאר קיינעם אלעס נאר מרבה צו זיין כבוד שמים אז מיר זאלן חלילה נישט פארכאפט ווערן אין די כת הארורה. און ווי אויך האט ער אונז מרשה געווען דעם ספר הקדוש ויואל משה, וואס אין דעם איז ער מבאר געוואלדיגע ביאורים אין עניני אמונות ודעות. והלכה כמותו בכל מקום וכל זמן, וכל חכמי ישראל היו לפניו כקליפות השום! (אידן וואס געהערן צו אנדערע קרייזען זאלן האלטן אז זייער רבי איז געווען די גרעסטע, אבער אזוי ווי איך געהער צו סאטמאר האלט איך אז מיין רבי איז געווען די גרעסטע הא לן והא להו, ואלו ואלו דברי אלוקים חיים)
עס איז א שאנדע און א בושה אז אידן וואס פאררופען זיך אויפן נאמען סאטמאר זאלן נאך אפילו נישט האבן דורך געלערנט דעם ספר הקדוש ויאל משה, אדער עכ''פ די לשון קדשו אויף די פרשת נשא בהעלותך שלח קרח יאר תשכ''ז! אדער כאטשיג אויסהערן די יסודית'דיגע שלש סעודות תורה'ס פון נשא בהעלותך שלח קרח!
דאס ארויסקומען היינט מיט קאמענטארן און מייניגען וואס רעפלעקטירט בכלל נישט די דעת תורה פון רבינו הקדוש, איז נאר וויבאלד א גרויס חלק סאטמארע אידן זענען פשוט נישט באקאנט מיט דעתו הקדוש!
מלחמה.
עס איז נישט דא קיין איין ציטאט פונעם רבי'ן איבער דעם אז עס זאל זיין אן איסור צו אפשלאגען אן אטקאע וואס ווערט דורך געפירט דורך די אראבישע שכנים ימח שמם, נאר דוקא להיפך ווי דער רבי זאגט קלאר אין פרשת בהעלותך בזה הלשון.
אודאי בשעת מעשה ווען ס'ברענט די שריפה און ס'ווערן נעבעך גע'הרג'עט קינדער, בשעת מעשה קען ער נישט זאגן זאלסט נישט גיין זאלסט נישט רעטן!
נאר די רבי לייגט כסדר צו אז ווען די מלחמה ענדיגט זיך זאל מען חלילה נישט משבח זיין די רשעים אז זיי זענען די וואס האבן אונז ארויסגענומען פונעם עת צר. נאר מען דארף אויף דעם דאנקען דעם אויבערשטען, און אויף די רשעים דארף מען שפייען. און אויב דורכן דאנקען דעם אויבערשטען קומט מען חלילה צו משבח צו זיין די רשעים, זאל מען נישט דאנקען דעם אויבערשטען אויך נישט!
און ווי אויך יעדע מאל וואס די רבי זאגט נאך דעם משל, גייט ער נאכאמאל מיט דעם אז מען טאר זיי נישט אנקוקען ווי די וואס ראטעווען, נאר מען דארף וויסען אז זיי זענען די וואס האבן אנגעברעגט די גאנצע פראבלעם. אבער קיינמאל האט ער נישט געזאגט אז בשעת מלחמה זאל מען נישט צוריק אטאקירן!
קיינמאל האט ער בשעת מלחמה נישט פארלאנגט אז מען זאל זויפארט צוריק געבן דאס לאנד פאר די UN. דאס איז שטותים והבלים!
ער האט קיינמאל אפי' קיין ענליכע ווערטער צו דעם געזאגט, וחס מלהזכיר!
מיר דארפען וויסען אז מפני פיקוח נפש ווערט אין שלחן ערוך הלכות שבת און ווי אויך אין הלכות תענית גע'פסק'ענט אז אויב גוים זענען נאר אפילו נעבן די די שטאט, נישט אויב זיי האבן בפועל אטאקירט, נאר אפי' אויב זיי זענען נעבן שטאט איז דא חיוב צו מחלל שבת זיין און צוזאמען נעמען א מיליטער צו גיין קעמפען די גוים מפני פיקוח נפש! מי הוא זה ואיזה הוא אשר מלאו ליבו צו גיין קעגן דעם פסק השלחן ערוך און זאגן ניין, אז מען זאל גיין צו די UN ????
@בן תורה ווי לאנג חאמאס עקזעסטירט איז דאס א סכנה, און דאס איז וואס שטייט אין שלחן ערוך עיר שהקפיהו.
מען דארף געדענקען אז די רבי האט גערעדט בזמן ווען ער האט באמת געהאלטען אז די ציונים זענען די וואס האבן אנגעברענגט די מלחמה, א שטייגער ווי די מלחמת ששת הימים וואס איז בכלל נישט געווען וויכטיג צו אריינגיין אין מלחמה, נאר די ציונים האבן געוואלט ווייזען מאכט און כוחי ועוצם ידי האבן זיי געשטיפט די מלחמה. אזוי ווי דער רבי איז מבאר מערערע מאל.
אבער אין אזא מצב ווי מען האנדעלט איבער חיות טורפות וואס אפי' אין די אראבישע וועלט זענען זיי נישט אקצעפטירט, קיינער וויל זיי נישט. נישט מצרים וויל וויסען פון זיי, נאר זיי האבן א גרעניץ וואס איז נאך מער פארשלאסען פאר די עזה'נער ווי די ארץ ישראל'דיגע גרעניץ. נישט די איראנער וואס שטיצען זיי מיליטעריש. און נישט קאטאר. קיינער וויל זיי נישט, יעדער האט פון זיי מורא! קיינער זוכט נישט אנצוברענגען טעראר ביי זיי אין לאנד! זיי ווערן אנגעקוקט ווי טעראריסטען אפי' צווישען די פראי אדם!
ס'איז נישט קיין שאלה אז מען דארף זיי אפווישען גענצליך, אזוי ווי מיר זעהען אין שלחן ערוך אויף עיר שהקפיהו גוים. זיי זענען א סכנה פאר אידישע קינדער ווי לאנג זיי עקסעסטירן!
און דאס וואס מאנכע זאגן אז שלום גייט קיינמאל נישט ארבעטן זאלן קודם קודם געבן א קוק וויפיל אראבישע מדינות האבן שוין יא נארמאלעזירט באציענגען מיט מדינת ישראל. און ווי אויך זענען די וואס זאגן אזוי ווייטער פארקראכען פון שיטת רבינו אלץ חסרון ידיעה!
אין פרשת שלח סימן ע''ה זאגט די רבי אזוי.
קומט אויס לפי זה לויט די צוויי זוהר'ס וואס שטייט אז ישמעאל וועט גיין און אזוי זיי וועלן גיין אז דעמאלטס וועלן זיי מאכן שלום! ...מיר האף מיר בקרוב וועלן זיי מאכן שלום מיט די אראבער!...נו מוזן זיי דאך מאכן שלום זיי וועלן מאכן שלום!
ומאוד מאוד יש להאריך בדבר.
@א קלער דו זאגסט אז איך בין מחולק מיטן ויואל משה? איז דא בכלל א ספק אויב מחיית עמלק איז א מצוה וואס איז נוהג בזמן הזה?
@ירחמיאל מאניש אפשר זאגסטו מיר וואס מיינט התגרות באומת? מיינט עס דען דעם הבא להורגךל השכם להרגו? וועלכע רבינ'ס תורה'ס האסטו געהערט? פון וועמען ביסטו מקבל די גדרים התגרות באומת ???
ניסים.
דאס וואס דער עולם זאגט מיט א פשטות אז עס קען נישט זיין קיין ניסים דורך די ציונים, דארף מען וויסען אז עס איז זייער נישט קלאר די גדרים אין דעם.
די רבי זאגט עטליכע מאל אז איך האב זייער מורא אויף די טאג וואס וועט זיין ניסים!!!
בהעלותך סימן ל''ט.
איך האב נאך מורא חלילה פאר ניסים איך האב דאס געזאגט נאך פאר צעהן יאר חס ושלום חס ושלום ווען ס'נאך ניסים נעבעך איז א ביטער פורעניות לישראל.
און אזוי זענען דא אן א שיעור מאל וואס די רבי האט קלאר יא געהאלטען אז עס קען געשעהן ניסים. (פארשטייט זיך פון די ס''ם)
און אדרבה, אפשר לייגט מיר איינער אראפ די ניסים פון די מלחמת יום כיפור, ובפרט די האר אויפשטעלנדע געשיכטע פון אביגדור קהלני?
עכ''פ, עוד חזון למועד.
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1646
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4012
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
► Show Spoiler
אבער ווי פארשטענדליך פירט מדינת ישראל נישט דורך קיין נקמה אקט יעצט, נאר פשוט א פארטיידיגונגס מיסיע וואס זיי מוזן בהכרח ממילא איז נישט נוגע די אלע שטותים והבלים וואס מען רעדט דא. און אזוי זאגט אויך די אמעריקאנער רעגירונג.
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
@נקודות טובות
כמדומה אז אין ויואל משה (סימן קלט אויב בינעך איך מיך נישט טועה, ביטע מיך מעורר זיין) איז זייער קלאר מבורר אז סאיז ביהרג ועל יעבור און אויב זאלסטו עכט עכט שטיין ביי אזא שיידוועג און סאיז בידך צו קלויבן דאן דארף מען בפשטות לויטן רבי’ן זי”ע האבן דערויף מסירת נפש (גראפיש גערעדט; זיך לאזן שחט’ן ביי כאמאס).
לויט די אנדערע קרייזן בפשטות נישט, און די נפק”מ איז יעצט אויף למעשה צו מדארף שטיין ווייט פון די גאנצע צה”ל און זיי נישט געבן קיין שום מאראלישע אדער פיזישע שטיצע. משא”כ לויט די אנדערע קרייזן איז עס בגדר הבא להרגך השכם להורגו, דאס גייט זייער ווייט די חילוק וד”ל
נאך איין נקודה, דאס נאציאנאליזם אין אלגעמיין אין די מדינה איז טויט. וואס דא איז פארגעגאנגען איז גראבע שחיטות אויף ציווילע, עפעס וואס איז נאכנישט געווען אין די מדינה'ס היסטאריע אפילו קרוב צו אזא פארנעם. די יום כיפור מלחמה איז געווען א מיליטער קעגן די איזרעיליס מיליטער און אירע עסעטס.. אויף ציווילע בירגער? מן דכר שמיה. די גאנצע מדובר דא איז פשוט אז סזאל נישט פאסירן נאכאמאל בדרך הטבע, גארנישט מיט נקמה צוטון. פשוט, מדיעלט דא מיט לעדזשיט אייסיס רוצחים. אבער ווי געזאגט, דא טיילט זיך שיטת סאטמאר און די אנדערע ווען סקומט הלכה למעשה.
אזוי צו אזוי, צוריק צו די ערשטע פאוסט פון דעם טעמע. וואס אימער מטוט למעשה גלויב איך האט זיך יעדער זיין אייגענע רב ומורה דרך. כוויל אבער זעהן די אנגעווייטאגטקייט אויף די גרינדער פון די מדינה, נישט קיין פרעכע ליידיגע נאציאנאליזם. אויב קענען מיר דערויף עגריען זענען מיר שוין א ווייטע וועג געקומען..

קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
- בן תורה
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 610
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
- Location: ביים שטענדער
- x 1121
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
@נקודות טובות
וואס דו שרייבסט שטימט נישט מיט וואס די רבי האט געזאגט
וואס דו שרייבסט שטימט נישט מיט וואס די רבי האט געזאגט
- פיילס
-
- Screenshot 2023-10-15 005153.png (335.78 KiB) געזען געווארן 573 מאל
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
@נקודות טובות
קודם א יישר כח פארן נעמען די מי און אנשטאט צוריקענטפערן רעטאריש האסטו אפגעשריבן א הערליכע לאנגע פאוסט.
לענינינו, דיינע ווערטער ליינען זיך ריכטיג אבער היות איך האב שוין פאר קרוב צו 5 יאר נישט איבערגע’חזר’ט דעם ויואל משה קען איך נישט אריינרעדן אויף למעשה (ווען כהאב עס יא געלערנט האטמען דאך אויך נישט געקלערט אז איין טאג וועט עס זיין שייך למעשה ממש)
אזויפיל יא, דיינע ווערטער, און דער גאנצער טעמע, און די גאנצע גערודער מיטן יעצטיגן מלחמה, ברענגט זייער קלאר די ווערטער פון סאטמאר’ע רבי שליט”א מהר”א אז סאטמארע אידן דארפן גוט קענען דעם רבי’נס שיטה, און דאס איז טאקעגעוחען דער ציל מיטן כינוס כללי וואו האט גערעדט איבער’ן עצם רעיון הציוני און מחזק געווען דיעצם שיטה וואס ווערט צומאל פארגעסן ווען מאיז פארנומען מיט פרטים.
מדארף זיך זעצן פילעווען אינעם רבי’נס ווערטער. דעטס איט.

פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5338
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9972
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
ס'איז מיר שווער צו צוריקקוקן וואס אלס איך האב שוין געענטפערט, בפרט ווען רוב טייל שמועס האט זיך באצויגן צו א טאטאל אנדערע נקודה, בנוגע דעם בליק אויף די כופרי המזרחי.נקודות טובות האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 15, 2023 12:13 am מיר שטייען דא איבער 96 שעה פון ווען איך האב מיר געלאזט הערן מיינע מיינונגען געבויט על דברי רבינו הקדוש והטהור זכותו יגן עלינו איבער די מצב הנורא וואס שפילט זיך אפ אין ארצינו הקדושה, און קיינער האט מיר נאכנישט אפגעפרעגט מיט קיין ציטאט מדברי רבינו זכותו יגן עלינו. נאר אנשטאט דעם פארשרייעט מען מיר אלץ מזרחי וכדו', און אז איך פארשפרייט זאכן אויפן רבי'ן וואס איז קלאר נגד דעם ויואל משה.
דאס איז מיר זייער אינטערעסאנט, אויב טאקע בין איך אזוי נגד דעת רבינו פארוואס קען מען מיר נישט טרעפן קיינע לשונות רבינו פארקערט ווי מיר??? פארוואס איז די איינציגע מהלך צו שרייען בעלזא, מזרחי, רחמנא ליצלן, וכדו' ??? ברענג עפעס זאכליכע מאמרים פונעם רבי'ן מיט וואס איך בין מיך סותר!!!
אבער אויב דו ווילסט באמת זען דעם סאטמאר רבינס ווערטער, קוק דא:
Off Topic
של"ש קרח תשכ"ז
די איינע ישועה און עצה דערוויייל פארלייפיג, די ישועה פאר אידן איז נאר ס'זאל זיין שטיל ס'זאל נישט זיין קיין מלחמות, יעדע מלחמה איז סכנות נפשות, יעדעס נפש מישראל איז טייער פאר הקב"ה, ס'קאסט נפשות יעדע מלחמה, נישטא קיין אנדערע וועג, אז מ'זאל נישט וועלן קייין מלחמות העט נישט געווען,

דער יעצטיגער מלחמה גייט נישט באפרייען קיין משכונות, נאר פארקערט. פאר ווער ס'האט א מח בקדקדו.
Off Topic
של"ש בהעלותך תשכ"ז
מה אומר ומה אדבר איך מוז אויסזאגן דעם אמת "יהיה מי שיהיה" בעוה"ר עוונותינו הטו את אלה, מ'איז מחויב אויסצוזאגן דעם אמת, מ'פארבלענדט א שוואך דור, מ'קען נישט, ס'איז נסיונות, מ'ווערט באלד משוחד מ'ווערט בלינד פאר א שטיקל תועלת, ס'איז נישטא אזא יוסף הצדיק אנכי אכלכל אתכם ואת טפכם, דער מדרש זאגט אזוי (שמו"ר פל"ה) מ'האט איבערגעגעבן די השפעה ביי די רשעים אין די הענט אריין, מ'ליגט ביי זיי, כבוד מיט'ן געלט מיט אלע צרכי עולם ליגט ביי זיי אין די הענט, בפרוח רשעים כמו עשב ויציצו כל פועלי און, ס'ליגט ביי זיי אין די הענט, און דעס דור דעס ביסל יודען זענען שוואך, ס'איז נישטא די פריעריגע קדושים די פריעריגע צדיקים, בעוה"ר המה הלכו למנוחות ואותנו הלכו לאנחות, מ'האט אונז איבערגעלאזט אין אזא ביטערן מעמד, ס'איז נישטא ווער ס'זאל אונז דערלייכטן די אויגן, אין מי יגדור גדר ומי יעמוד בפרץ, איבערדעם איז אזוי שוואך דער כח בעוה"ר, דעס ביסל יודען זעהן דעך דאך נאך עפעס פארוואס זאל מען זיך לאזן פארפירן, מ'קאן נישט קוקן אויף גארנישט, מ'קאן נישט קוקן אויפן שטראם פון די וועלט מ'ווייסט דאך וואס א וועלט ס'איז, וויאזוי דער מצב העולם איז, די גרויסע נסיונות וואס ס'ליגט אין די לופט, ביז השי"ת וועט העלפן מאשפות דלותינו תרוממינו.

של"ש וישלח תשכ"ז
אזוי זעמיר היינט אין ארצינו הק', וועלעכע דרך מ'וועט אנכאפן איז א גרויסע סכנה, חלילה אז די אוה"ע זיגן איז א סכנה פאר די אידן וואס זענען דארט, און אז זיי וועלן זיגן די כופרים איז נאך א גרעסערע סכנה ווער ווייסט וואס ס'קומט נאך חלילה, ווער ס'איז א מאמין אין די תורה הק' ווייסט דאך אז יעדער טריט און יעדער שריט איז באיסור, למה זה אתם עוברים את פי ה' והוא לא תצלח, זאגט דער אבן עזרא וועלעכעס עס איז העברת פי ה' קען נישט האבן קיין הצלחה, און עקסטער די הצלחה איז די סכנת הנפש, ס'ווערט דערהויבן די כבוד המינות אז מ'זאגט בחנו את אלוקים, איז דאס נאך ארגער, גדול המחטיא את חבירו יותר מן ההורגו, איז דאך נאך ארגער, דער פלאן איז אויך נישט גוט!
איין עצה איז דא בעולם, מ'זאל מיר זוכה זיין באלד צו ביאת המשיח און דער מלך המשיח זאל עס מבטל זיין כעפרא דארעא, אז ס'וועט גיין דורכ'ן מלך המשיח וועט עס זיין מיט רחמים וחסדים, נפלה נא ביד ה' ובידי אדם אל אפולה, מ'זאל נישט אריינפאלן אין מענטשן'ס הענט..., ס'איז אזוי נישט גוט און אזוי נישט גוט, אזוי איז א סכנה און אזוי איז א סכנה, קאן מיר נישט טון עפעס אנדערש נאר בין תנור לכיריים זיך אויסוויינען פארן באשעפער ער זאל אריינשיינען אמונה אין יודישע הערצער, און האפן צום באשעפער, דער בוכ"ע איז א כל יכול ער קאן אויסטראכטן א פלאן, גדול העצה ורב העלילה, מיט אונזער מענטשליכער שכל קאן מיר נישט טראכטן א פלאן ס'זאל גוט זיין...

דו ווייסט וואס דעמאלס איז געווען?! א קריג מיט עגיפטן! עגיפטן איז דעמאלס געווען אסאך ארגער ווי כאמאס איז היינט!
מיין פאטער שליט"א האט מיר דערציילט אז ער איז געווען א קינד, געזיצן אין בונקער דעמאלס, און יעדעס קינד האט געוויסט נאכצוזאגן וואס דער מצרישער פרעזידענט האט געזאגט "איך וועל אריינקומען אין ירושלים און שינדן די הויט לעבעדיגערהייט פון יעדן איזרעלי"!!!
און אזוי האט מען געלעבט אין פחד, מ'האט געהערט די טאנקען פארן אינדרויסן און נישט געוויסט וועמען מען הערט! די ציונים אדער די עגיפטישע! אוי איז געווען א פחד.
און אויף דעם, טאקע אויף דעם האט דער רבי געשריגן אז מ'טאר נישט מתפלל זיין פאר זייער הצלחה!