???וויענער חסיד האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 28, 2026 1:36 pm שוין שכח מאמענט פארן באשרייבן מאנסטער, יעצט ברענגט אים שוין היימישע פאדקעסט ארויף[וועבער] , און ווערט אונזער נייע סעלעברעטי צו מחנך זיין די נעקסטע דור ה"י.
'מאמענט' מאגאזין
- מוזיק
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1976
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 25, 2025 6:44 pm
- Location: אין סטודיא
- x 2667
- פארבינד זיך:
Re: 'מאמענט' מאגאזין
Re: 'מאמענט' מאגאזין
בכלל נישט נוגע, אין פאקט ברענגט ער ארויף נשים און איז מלא העיט קעגן חסידישע אידן, גיין זאגן אז מאמענט האט אים געמאכט פאר די נייע מחנך ווייל דער "היימישע" פאדקעסט האט אים שוין אויך ארויף געברענגט איז אבסורד.נויז מאשין האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 28, 2026 3:02 pmאפשר האט ער אויך א השגחה אין לעדל?בודקע האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 28, 2026 2:35 pmשרייב נישט אין פובליק וועלכע פאדקעסטס דו זעהסט..וויענער חסיד האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 28, 2026 1:36 pm שוין שכח מאמענט פארן באשרייבן מאנסטער, יעצט ברענגט אים שוין היימישע פאדקעסט ארויף[וועבער] , און ווערט אונזער נייע סעלעברעטי צו מחנך זיין די נעקסטע דור ה"י.
ובפרט, זיכער נישט בשעת'ן מוחה זיין אויף א צווייטן..
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
-
וויענער חסיד
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 361
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 26, 2025 1:14 pm
- Location: lakefront
- x 1221
Re: 'מאמענט' מאגאזין
איז קודם זאגט ער, ער האט אים נאר ארויפגעברענגט ווייל מאמענט האט אים ביישרייבן, און לגבי וועלכע פאדקעסט,אזוי גייט עס קודם איז ער אויף א יודוש ספיקונג פאדקעסט, און נאכדעם שמולי קעסט, און נאכדעם ברענגט אים דרעזנער ארויף אלס בעל תשובה ערב יו"כ וכו'.בודקע האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 28, 2026 4:47 pmבכלל נישט נוגע, אין פאקט ברענגט ער ארויף נשים און איז מלא העיט קעגן חסידישע אידן, גיין זאגן אז מאמענט האט אים געמאכט פאר די נייע מחנך ווייל דער "היימישע" פאדקעסט האט אים שוין אויך ארויף געברענגט איז אבסורד.
-
וויענער חסיד
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 361
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 26, 2025 1:14 pm
- Location: lakefront
- x 1221
Re: 'מאמענט' מאגאזין
איך האב אן השגחה פון א רב, איך זאג דיר נישט וועלכע ווייל איך וויל נישט זאלסט אים רודפ'ן.בודקע האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 28, 2026 2:35 pmשרייב נישט אין פובליק וועלכע פאדקעסטס דו זעהסט..וויענער חסיד האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 28, 2026 1:36 pm שוין שכח מאמענט פארן באשרייבן מאנסטער, יעצט ברענגט אים שוין היימישע פאדקעסט ארויף[וועבער] , און ווערט אונזער נייע סעלעברעטי צו מחנך זיין די נעקסטע דור ה"י.
ובפרט, זיכער נישט בשעת'ן מוחה זיין אויף א צווייטן..
Re: 'מאמענט' מאגאזין
@וויענער חסיד האסט געליינט די לעצטערע פאוסטס?
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"יאסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.
והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
Re: 'מאמענט' מאגאזין
און?וויענער חסיד האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 28, 2026 7:33 pmאיז קודם זאגט ער, ער האט אים נאר ארויפגעברענגט ווייל מאמענט האט אים ביישרייבן, און לגבי וועלכע פאדקעסט,אזוי גייט עס קודם איז ער אויף א יודוש ספיקונג פאדקעסט, און נאכדעם שמולי קעסט, און נאכדעם ברענגט אים דרעזנער ארויף אלס בעל תשובה ערב יו"כ וכו'.
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
- נויז מאשין
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 334
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 3:09 pm
- x 666
Re: 'מאמענט' מאגאזין
פארוואס איז עס אבסורד זיי מסביר?בודקע האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 28, 2026 4:47 pmבכלל נישט נוגע, אין פאקט ברענגט ער ארויף נשים און איז מלא העיט קעגן חסידישע אידן, גיין זאגן אז מאמענט האט אים געמאכט פאר די נייע מחנך ווייל דער "היימישע" פאדקעסט האט אים שוין אויך ארויף געברענגט איז אבסורד.
להוה ידוע, ס'ליגט א מאמענט שיין אויף אויסלייג משך די פאדקעסט אקעגן די קאמערע, און מען דיסקוטירט זיין אינטערוויו.
יעצט שיק אים א שכח פארן ברענגען פאפולערקייט פאר די מאמענט צו זיינע צוהערער.
-
וויענער חסיד
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 361
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 26, 2025 1:14 pm
- Location: lakefront
- x 1221
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2327
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 7846
Re: 'מאמענט' מאגאזין
איך בין נישט זיכער פארוואס דאס מאכט אים פאר א סעלעברעטי. לכבודך האב איך אויסגעהערט אביסל פונעם פאדקעסט, און איך זע נישט וואס די גרויסע פראבלעם איז (עכ"פ די חלקים וואס איך האב אויסגעהערט).וויענער חסיד האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 28, 2026 1:36 pm שוין שכח מאמענט פארן באשרייבן מאנסטער, יעצט ברענגט אים שוין היימישע פאדקעסט ארויף[וועבער] , און ווערט אונזער נייע סעלעברעטי צו מחנך זיין די נעקסטע דור ה"י.
האסט א מענטש וואס האט געמאכט זיין ציל אין לעבן צו טוישן דעם חינוך אין די היימישע מוסדות התורה, און דערפאר האט ער געקעמפט מיט ציין און נעגל טאג און נאכט. און יעצט קומט דער זעלבער מענטש און זאגט אפן אז ער האט זיך אפגעזאגט פון דער מערכה און ער האט חרטה דערויף.
וויפיל תורה ומצוות ער האלט ביחידות? איך ווייס נישט. אבער דאס אז א מענטש וואס איז געשטאנען אין שפיץ פון אזא מערכה קומט און אנערקענט אפן אז דער וועג איז נישט געווען יושר'דיג, און האט נישט קיין שום שאנס צו סוקסידן. ווייל מען גייט נישט ברעכן דעם היימישן ציבור דורך אזעלכע קאמפיינען. די מעסעדזש איז זייער שטארק! דאס האט מיט קיין סעלעברעטי גארנישט צו טון.
ס'איז א גרויסע חילוק פון געבן פאר איינעם א פלאטפארמע ביז געבן פאר איינעם די אפציע צו דערציילן ברבים זיין דורכפאל. הערן פון אים אליינס אז ער האט חרטה אין דזשענעראל, און אויך אז זיין פריערדיגע מערכה האט נישט געפירט צו קיין שום דערגרייכונג, איז זייער א שטארקע מעסעדזש.
נצח ישראל לא ישקר! די אלע וואס מיינען אז מען קען דורכברעכן דעם היימישן ציבור מיט אזעלכע מערכות זאלן צוהערן וואס איינער פון זייערע אייגענע געוועזענע קעמפער האט היינט צו זאגן.
פיגער עס אויס!
-
גאלדבערג
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 560
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
- Location: Brooklyn
- x 443
Re: 'מאמענט' מאגאזין
דעיס איז זייער א שטארקע פוינטנקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 29, 2026 11:29 amדי אלע וואס מיינען אז מען קען דורכברעכן דעם היימישן ציבור מיט אזעלכע מערכות זאלן צוהערן וואס איינער פון זייערע אייגענע געוועזענע קעמפער האט היינט צו זאגן.וויענער חסיד האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 28, 2026 1:36 pm שוין שכח מאמענט פארן באשרייבן מאנסטער, יעצט ברענגט אים שוין היימישע פאדקעסט ארויף[וועבער] , און ווערט אונזער נייע סעלעברעטי צו מחנך זיין די נעקסטע דור ה"י.
די רבנים און עסקנים וואס האבן געזעהן דערין א גוטע זאך פאר די הצלת החינוך האבן זיכער געלייגט א גרויסע האפענונג אויף דעם מעסעדזש
Re: 'מאמענט' מאגאזין
א איד ענטפערט א פראכע מיט א פראגע. יא?
האסט געליינט מיין פראגע? וואס איז די ענטפער?
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"יאסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.
והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
Re: 'מאמענט' מאגאזין
איך כאפ נישט וואס איז דער פראבלעם?
אויב האט מאמענט געטון ריכטיג מיטן אים ארויפברענגען וואס טוישט זיך מיט דעם פאדקעסט?
גראדע, דער פאדקעסט איז זייער גוט. וועבער טרייט אים צו לייגן ווערטער אין מויל, אבער ער האלט זיך צום ליין אז די היימישע חינוך איז די בעסטע, און אפילו אויב איז דא וואו צו אימפראוון איז ער נישט דער מענטש עס צו טון.
אויב האט מאמענט געטון ריכטיג מיטן אים ארויפברענגען וואס טוישט זיך מיט דעם פאדקעסט?
גראדע, דער פאדקעסט איז זייער גוט. וועבער טרייט אים צו לייגן ווערטער אין מויל, אבער ער האלט זיך צום ליין אז די היימישע חינוך איז די בעסטע, און אפילו אויב איז דא וואו צו אימפראוון איז ער נישט דער מענטש עס צו טון.
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
Re: 'מאמענט' מאגאזין
דאס איז די ס''ה וואס ער זאגט? ער האט חרטה פשוט ווייל ס'איז אומסוקסעספול?נקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 29, 2026 11:29 amהאסט א מענטש וואס האט געמאכט זיין ציל אין לעבן צו טוישן דעם חינוך אין די היימישע מוסדות התורה, און דערפאר האט ער געקעמפט מיט ציין און נעגל טאג און נאכט. און יעצט קומט דער זעלבער מענטש און זאגט אפן אז ער האט זיך אפגעזאגט פון דער מערכה און ער האט חרטה דערויף.וויענער חסיד האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 28, 2026 1:36 pm שוין שכח מאמענט פארן באשרייבן מאנסטער, יעצט ברענגט אים שוין היימישע פאדקעסט ארויף[וועבער] , און ווערט אונזער נייע סעלעברעטי צו מחנך זיין די נעקסטע דור ה"י.
דאס אז א מענטש וואס איז געשטאנען אין שפיץ פון אזא מערכה קומט און אנערקענט אפן אז דער וועג איז נישט געווען יושר'דיג, און האט נישט קיין שום שאנס צו סוקסידן. ווייל מען גייט נישט ברעכן דעם היימישן ציבור דורך אזעלכע קאמפיינען. די מעסעדזש איז זייער שטארק! דאס האט מיט קיין סעלעברעטי גארנישט צו טון.
ס'איז א גרויסע חילוק פון געבן פאר איינעם א פלאטפארמע ביז געבן פאר איינעם די אפציע צו דערציילן ברבים זיין דורכפאל. הערן פון אים אליינס אז ער האט חרטה אין דזשענעראל, און אויך אז זיין פריערדיגע מערכה האט נישט געפירט צו קיין שום דערגרייכונג, איז זייער א שטארקע מעסעדזש.
נצח ישראל לא ישקר! די אלע וואס מיינען אז מען קען דורכברעכן דעם היימישן ציבור מיט אזעלכע מערכות זאלן צוהערן וואס איינער פון זייערע אייגענע געוועזענע קעמפער האט היינט צו זאגן.
נ.ב. כ'האב נישט געהערט אדער געליינט גארנישט פון די אינטערוויוס וכו'. איך פרעג נאר.
Re: 'מאמענט' מאגאזין
נפתלי מאסטער האט חרטה פון אלעם. ער זאגט קלאר אז ער איז היינט איבערצייגט אז די היימישע חינוך איז דאס בעסטע פארהאן.
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2327
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 7846
Re: 'מאמענט' מאגאזין
די פאדקעסט איז עוועילעבל פאר ווער עס וויל עס הערן, איך האב נישט אויסגעהערט דעם גאנצן שמועס נאר געשטיקלט דא און דארט, כדי צו באקומען אן איידיע פון וואס עס האנדלט זיך. איך האב אויך נישט געליינט דעם ארטיקל אין מאמענט אבער איך שטעל זיך פאר אז דארט איז אויך דא וואס צו ליינען.ChatGPT האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 29, 2026 1:02 pmדאס איז די ס''ה וואס ער זאגט? ער האט חרטה פשוט ווייל ס'איז אומסוקסעספול?נקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 29, 2026 11:29 amהאסט א מענטש וואס האט געמאכט זיין ציל אין לעבן צו טוישן דעם חינוך אין די היימישע מוסדות התורה, און דערפאר האט ער געקעמפט מיט ציין און נעגל טאג און נאכט. און יעצט קומט דער זעלבער מענטש און זאגט אפן אז ער האט זיך אפגעזאגט פון דער מערכה און ער האט חרטה דערויף.וויענער חסיד האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 28, 2026 1:36 pm שוין שכח מאמענט פארן באשרייבן מאנסטער, יעצט ברענגט אים שוין היימישע פאדקעסט ארויף[וועבער] , און ווערט אונזער נייע סעלעברעטי צו מחנך זיין די נעקסטע דור ה"י.
דאס אז א מענטש וואס איז געשטאנען אין שפיץ פון אזא מערכה קומט און אנערקענט אפן אז דער וועג איז נישט געווען יושר'דיג, און האט נישט קיין שום שאנס צו סוקסידן. ווייל מען גייט נישט ברעכן דעם היימישן ציבור דורך אזעלכע קאמפיינען. די מעסעדזש איז זייער שטארק! דאס האט מיט קיין סעלעברעטי גארנישט צו טון.
ס'איז א גרויסע חילוק פון געבן פאר איינעם א פלאטפארמע ביז געבן פאר איינעם די אפציע צו דערציילן ברבים זיין דורכפאל. הערן פון אים אליינס אז ער האט חרטה אין דזשענעראל, און אויך אז זיין פריערדיגע מערכה האט נישט געפירט צו קיין שום דערגרייכונג, איז זייער א שטארקע מעסעדזש.
נצח ישראל לא ישקר! די אלע וואס מיינען אז מען קען דורכברעכן דעם היימישן ציבור מיט אזעלכע מערכות זאלן צוהערן וואס איינער פון זייערע אייגענע געוועזענע קעמפער האט היינט צו זאגן.
נ.ב. כ'האב נישט געהערט אדער געליינט גארנישט פון די אינטערוויוס וכו'. איך פרעג נאר.
אבער דאס וואס איך האב געהערט אינעם פאדקעסט איז זייער זייער שטארק!
ער ברענגט ארויס אז קודם כל איז ער באגאנגען א גרויסן טעות מיטן עצם ווילן פאררעכטן די סיסטעם. ער איז געווען פארווייטאגט פון דעם פאקט אז ער קען נישט קיין ענגליש, און ער האט לויט זיין היינטיגן שכל פשוט נישט פארשטאנען וואס ער טוט.
אחרי ככלות הכל אנערקענט ער אז די היימישע חינוך איז די בעסטע חינוך!
און נישט נאר דאס. נאר נישט נאר וואס ער האט היינט נישט קיין טענות אויף דעם וואס חסידים זענען צוריקגעשטאנען, איז פארקערט גאר, ער שטייט גאר שטארק אויף דער זייט פון דער אנטי סמארטפאון און אנטי טעלעוויזיע מאוומענט. ער איז איבערגעצייגט אין די לויטערקייט דערפון!
אזוי אויך ווען ער קוקט אויף דעם את מי החלפת במי, וועלכע סארט חינוך ער האט געוואלט פארטוישן מיט וועלכן סארט חינוך, זעט ער ווי נישט ריכטיג זיין צוגאנג איז געווען.
ער זאגט קלאר אז ער וויל נישט קיין סעקולארע חינוך פאר זיינע קינדער. ער וויל דוקא א היימישע און פרימעטיווע חינוך פאר זיינע קינדער. און ער שיקט טאקע זיין אייגענעם קינד אין אן ערליכן מוסד!
אבער נאך מער, ער ברענגט ארויס א צווייטע זאך. אפילו אז די חינוך קען טאקע בעסער ווערן, גענוי ווי יעדע זאך אין דער וועלט וואס מען קען פארבעסערן, איז זיכער אז די ערגסטע און נארישטע זאך איז אריינצוברענגען דער רעגירונג אין בילד. אדער סיי וועלכע דרויסנדיגער צו מאכן די שינויים.
ווען מען ארבעט פון אינעווייניג ווייסט מען צו וואס מען צילט, מען ווייסט וואו מען וויל אנקומען, און מען קען אויסרעכענען וועלכע שינויים מען וויל. אבער ווען מען שטעלט אריין דער רעגירונג אין בילד, ווייסט קיינער נישט וואו דאס וועט זיך אפשטעלן. דער רעגירונג וועט נישט ארבעטן לויט אונזער מהלך. די רעגירונג וועט גיין לויט אירע אייגענע סטאנדארטן. איינמאל מען עפענט די טיר, ווייסט קיינער נישט וואו זי וועט זיך אפשטעלן. מען הייבט טאקע אן מיט מער דגוש אויף לימודי חול, אבער דאס ענדיגט זיך ביי ככל הגוים בית ישראל רחמנא ליצלן. און דאס איז עפעס וואס ער אליין האט קיינמאל נישט געוואלט.
ווי ער פארשטייט איז דאס די הויפט סיבה פארוואס ער האט נישט באקומען די שטיצע פונעם היימישן עולם. אסאך מענטשן וואלטן אפשר געקענט באשטיין אז מען זאל פארבעסערן די לימודי חול, אבער די שאלה איז געווען ווער זאל דאס באשליסן.
כלל ישראל האט פארשטאנען זייער קלאר אז די רעגירונג טאר נישט זיין דער וואס באשליסט. עס איז געווען דער פחד אז דער דרויסנדיגער כח וועט נישט בלויז פארלאנגען מער לימודים, נאר וועט מיט דער צייט אריינמישן נאך און נאך פון זיינע אייגענע השקפות און פארלאנגען.
און דערפאר בשעת וואס פאלקאוויטש האט געקענט אויפטרייבן צענדליגער און הונדערטער טויזנטער חתימות לטובת היימישע חינוך, האט ער נישט געקענט אויפטרייבן מער ווי עטליכע הונדערט.
(גראדע מיט די נקודה האלט איך אז ער איז הונדערט פראצענט גערעכט)
איך ווייס נישט צו דאס וואס ער זאגט איז באמת פון טיפן הארץ, אדער אפשר זענען דא אנדערע טעמים וואס שטייען אונטער דעם. דער אויבערשטער איז דער יודע מחשבות אדם ותחבולותיו. מיר קענען נישט אריינקוקן אין א צווייטן מענטש'ס הארץ. אבער פארט, לעניות דעתי איז עס נישט ריכטיג אים יעצט אויסצושפייען און זאגן אז נאכדעם וואס דו האסט געארבעט קעגן אונז פופצן יאר, קענסטו נישט יעצט קומען און זיך איבערבעטן.
דאס איז נישט קיין אידישע מדה. ווען א מענטש קומט און זאגט חטאתי עויתי פשעתי, איז אונזער תפקיד אים צו מוחל זיין און אים אננעמען. דאס איז פונקטליך וואס מיר טוען מיטן אויבערשטן יעדן טאג. מען טוט וואס מען טוט, און נאכדעם בעט מען סלח לנו...
הדבק במידותיו!
דער רמב"ם שרייבט אז איינער וואס איז נישט מוחל איז אן אכזר. אויב א מענטש קומט און אנערקענט ברבים אז ער האט זיך טועה געווען, און ער ציט צוריק פון זיין אמאליגן צוגאנג, טאר מען דאס נישט באגריסן מיט נקמה.
ער דארף נישט יעצט ווערן א סעלעברעטי, און ער איז אויך נישט געווארן דער פוסק הדור יעצט אנבאלאנג חינוך. די זעלבע רבנים וואס האבן אונז געזאגט וואס צו טוהן ביז אהער, זענען ווייטער די וואס וועלן אונז זאגן וואס צו טוהן. דער מיינונג פונעם יחיד בלייבט די זעלבע אירעלאווענט.
איך שטעל מיך אבער פאר, אז אויב די עסקנים וועלן האלטן אז לטובת הענין איז גוט אז ער זאל זיך אנשליסן אין דעם קאמף לטובת החינוך, וועט ליגן אויף אים א חיוב צו פאררעכטן דאס וואס ער האט אנגעווערטשאפט. און טאמער נישט, זאל ער פשוט ארומגיין זאגן איינמאל און נאכאמאל און קלאפן על חטא ברבים.
מען דארף נישט אויסמעקן די היסטאריע כדי צו קענען אננעמען דעם מענטש, מען מעג געדענקן וואס ער האט געטוהן. אבער זאגן פאר א בעל תשובה זכור מעשיך איז זייער זייער הארב.
איך האב נישט אויסגעהערט דעם גאנצן פאדקעסט, און עס קען זיין אז צווישן די שורות האט ער יא געזאגט זאכן וואס איך וואלט נישט מסכים געווען מיט. איך רעד נאר פון דאס וואס איך האב יא געהערט. און דאס וואס איך האב געהערט, איז שטארק באגריסענד.
א מענטש וואס איז געווען איבערצייגט אז ער דארף פאררעכטן אונזער סיסטעם, קוקט היינט צוריק און זאגט אז ער וויל דווקא דעם חינוך פאר זיינע אייגענע קינדער, און זיין גאנצע קאמף איז געווען א טעות מעיקרא.
די ברכה פון ולמלשינים מוז נישט זיין דירעקטירט אויף א יחיד. עס קען זיין א תפילה קעגן א סוג פון מענטשן און א סוג פון מעשים. א מענטש וואס איז געווען אין יענעם סוג קען זיך ארויסדרייען דערפון בתשובה. וואס דער דרך תשובה אויף דעם איז? איך ווייס נישט. און ס'איז נישט נוגע נישט פאר מיר און נישט פאר קיינעם דא. דאס זאל ער איבעררעדן מיט ערליכע אידן.
פארשטייט זיך אז אלעס וואס איך שרייב איז על צד ער מיינט דאס אמת'דיג, און דאס איז נישט א זאך וואס איך אדער סיי ווער קען וויסן. אין אדם יודע מה שבלב חבירו. אבער אויב א מענטש זאגט אז ער אנערקענט זיין טעות און האט חרטה אויף וואס ער האט געטוהן, דארפן מיר קענען הערן וואס ער זאגט. ואדרבה, זאלן אנדערע זעהן און זיך אפלערנען פון אים אז מען קען אלעמאל צוריקקומען.
פיגער עס אויס!
Re: 'מאמענט' מאגאזין
נקודות טובותנקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 30, 2026 2:31 pmדי פאדקעסט איז עוועילעבל פאר ווער עס וויל עס הערן, איך האב נישט אויסגעהערט דעם גאנצן שמועס נאר געשטיקלט דא און דארט, כדי צו באקומען אן איידיע פון וואס עס האנדלט זיך. איך האב אויך נישט געליינט דעם ארטיקל אין מאמענט אבער איך שטעל זיך פאר אז דארט איז אויך דא וואס צו ליינען.ChatGPT האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 29, 2026 1:02 pmדאס איז די ס''ה וואס ער זאגט? ער האט חרטה פשוט ווייל ס'איז אומסוקסעספול?נקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 29, 2026 11:29 am

נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
Re: 'מאמענט' מאגאזין
איינער מיטן נייעם מאמענט דעקל?
Re: 'מאמענט' מאגאזין
אגב, די פאריגע איז נישט געווען לופטיג עט אלל.
איי געס כשם שפרצופיהן קומט שטארק אריין דא, אבער באטיטלען לופטיג איז מען נאר בארעכטיגט נאכן נעמען ערנסטע אנקעטעס.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
- נויז מאשין
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 334
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 3:09 pm
- x 666
Re: 'מאמענט' מאגאזין
סאיז אזא כאנישט וואס צו שרייבן סוטואציע?
ב''ה מ'האט עס אויסגעפיגערט.
אינטערוויו מיט די מוטער: וועל, דאס עפנט אויף פרישע ענדלאזע אפערטאנענטי פון ארטיקלען...
Re: 'מאמענט' מאגאזין
וועגן די ישיבה אין פראנקרייך וואס איז באשריבן דעי וואך, איז ארויסגעקומען א דאקעמנטערי פינעם צווייטען אנטלויף אפאר יאר צוריק, דורך אפאר אפגעפארנע תלמידים בראש פין ראפי סילבערבערג, זיי האבן פארמסרט די ישיבה און די מגיד שיעורים, וואס האט גורם געווען צים פארשליס פינעם ישיבה אין די ארעסטן פין די סטעף.
מפלעגט יארן אהין שיקן אסאך היימישע קינדער און בחורים פין וויליאמסבורג בארא פארק, וואס האבן מאיזי סיבה נישט געקענט ט זיין אין דערהיים,
בינעך נייגעריג צי סאיז טאקע געווען א קולט, אדער אפאר אפגעפארנע תלמידים זענען געווען אנגעוויטאגט פינעם ארטיקל גופא זעיט מען נישט די מוראדיגע קולטיזים, אגב דאס צי נעמען די פאספארט זענען זיי נישט די איינציגסטע פין דעי סארט ישיבות וואס טיען דאס,

פונ'ם ארטיקל זעט מען נישט קיין קולטיזם?קיגעל האט געשריבן: ↑מוצש"ק אקטאבער 17, 2026 10:57 pm וועגן די ישיבה אין פראנקרייך וואס איז באשריבן דעי וואך, איז ארויסגעקומען א דאקעמנטערי פינעם צווייטען אנטלויף אפאר יאר צוריק, דורך אפאר אפגעפארנע תלמידים בראש פין ראפי סילבערבערג, זיי האבן פארמסרט די ישיבה און די מגיד שיעורים, וואס האט גורם געווען צים פארשליס פינעם ישיבה אין די ארעסטן פין די סטעף.
מפלעגט יארן אהין שיקן אסאך היימישע קינדער און בחורים פין וויליאמסבורג בארא פארק, וואס האבן מאיזי סיבה נישט געקענט ט זיין אין דערהיים,
בינעך נייגעריג צי סאיז טאקע געווען א קולט, אדער אפאר אפגעפארנע תלמידים זענען געווען אנגעוויטאגט פינעם ארטיקל גופא זעיט מען נישט די מוראדיגע קולטיזים, אגב דאס צי נעמען די פאספארט זענען זיי נישט די איינציגסטע פין דעי סארט ישיבות וואס טיען דאס,
1. פרעדיגן אז דער ר"י איז משיח
2. צונעמען פאספארטן
3. מיטשיקן א משגיח צו אכט געבן ווען ער גייט אויף א שוועסטער'ס חתונה
4. דיסקארעזשן פון גיין צו נאנטע משפחה שמחות
5. א ישיבה וואו מ'דארף מאכן אנטלויף אקציעס
6. לייגן בחורים אין חרם פאר חדשים לאנג
7. נישט מעגן רעדן א שפראך וואס די הנהלה קען נישט
8. צווינגען אלעמען אפצושניידן די פיאות
און בד"וו ראפי זילבערבערג איז נישט אפגעפארן.
Re: 'מאמענט' מאגאזין
דעי ישיבה איז געווען א "ספעציעלע" ישיבה, דאס אוועקנעמען די פאספארטס און נישט צוריק אהיים גיין פאר אפאר יאר איז געווען מיט די פולע הסכמה פין די עלטערן, פאר די תועלת פינעם פראגראם, קענסט זאגן אז סאיז נישט קיין גערעכטע זאך, אבער זיי האבן געהאלטן אז יא, און די עלטערן האבן אויך אזוי פארשטאנען, און איך ווייס נאך צוויי פלעצער וואס פירען זיך אזוי נאך היינט ציטאגס,שיש האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 18, 2026 12:00 amפונ'ם ארטיקל זעט מען נישט קיין קולטיזם?קיגעל האט געשריבן: ↑מוצש"ק אקטאבער 17, 2026 10:57 pm וועגן די ישיבה אין פראנקרייך וואס איז באשריבן דעי וואך, איז ארויסגעקומען א דאקעמנטערי פינעם צווייטען אנטלויף אפאר יאר צוריק, דורך אפאר אפגעפארנע תלמידים בראש פין ראפי סילבערבערג, זיי האבן פארמסרט די ישיבה און די מגיד שיעורים, וואס האט גורם געווען צים פארשליס פינעם ישיבה אין די ארעסטן פין די סטעף.
מפלעגט יארן אהין שיקן אסאך היימישע קינדער און בחורים פין וויליאמסבורג בארא פארק, וואס האבן מאיזי סיבה נישט געקענט ט זיין אין דערהיים,
בינעך נייגעריג צי סאיז טאקע געווען א קולט, אדער אפאר אפגעפארנע תלמידים זענען געווען אנגעוויטאגט פינעם ארטיקל גופא זעיט מען נישט די מוראדיגע קולטיזים, אגב דאס צי נעמען די פאספארט זענען זיי נישט די איינציגסטע פין דעי סארט ישיבות וואס טיען דאס,
1. פרעדיגן אז דער ר"י איז משיח
2. צונעמען פאספארטן
3. מיטשיקן א משגיח צו וואטשן ווען ער גייט אויף א שוועסטערס חתונה
4. דיסקארעזשן פון גיין צו נאנטע משפחה שמחות
5. א ישיבה וואו מ'דארף מאכן אנטלויף אקציעס
6. לייגן בחורים אין חרם פאר חדשים לאנג
7. נישט מעגן רעדן א שפראך וואס די הנהלה קען נישט
8. צווינגען אלעמען אפצושניידן די פיאות
און בד"וו ראפי זילבערבערג איז נישט אפגעפארן.
אויף כמעט יעדע היימישע דאמיטארי ישיבה קענסטי אביסל איבערטרייבן און ארויף קלעבן דעי קולט פונקטן וואס די רעכנסט דא אויס, און ספעחט נישט קיין אפגעפארנע וואס זאלן עס זיכען ארויף צי קלעבן, און משנייד נישט קיין פאיות, די ישיבה האט א דרעס קאוד פינקט ווי מדארף גיין אין מאנרא און אין קווינס מיט א וואלנע ציצית און א היט און רעקל, פין די פילצאליגע פיקטשערס און קליפס וואס איז פארהאן אויפן געוועב זעיט מען געניג און נאך בחורים מיט לאנגע פאיות, איי געס סאיז נישט געווען אזא שטארקע תקנה ווי ער לייגט עס אראפ,
די עכטע שאלה איז, וואס איז געווען זייער סוקסעס רעיט דורך אויס די יארן,
Re: 'מאמענט' מאגאזין
קענסט איין ישיבה וואס האט די פאלגנדע זאכן?קיגעל האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 18, 2026 12:24 am
דעי ישיבה איז געווען א "ספעציעלע" ישיבה, דאס אוועקנעמען די פאספארטס און נישט צוריק אהיים גיין פאר אפאר יאר איז געווען מיט די פולע הסכמה פין די עלטערן, פאר די תועלת פינעם פראגראם, קענסט זאגן אז סאיז נישט קיין גערעכטע זאך, אבער זיי האבן געהאלטן אז יא, און די עלטערן האבן אויך אזוי פארשטאנען, און איך ווייס נאך צוויי פלעצער וואס פירען זיך אזוי נאך היינט ציטאגס,
אויף כמעט יעדע היימישע דאמיטארי ישיבה קענסטי אביסל איבערטרייבן און ארויף קלעבן דעי קולט פונקטן וואס די רעכנסט דא אויס, און ספעחט נישט קיין אפגעפארנע וואס זאלן עס זיכען ארויף צי קלעבן, און משנייד נישט קיין פאיות, די ישיבה האט א דרעס קאוד פינקט ווי מדארף גיין אין מאנרא און אין קווינס מיט א וואלנע ציצית און א היט און רעקל,
די עכטע שאלה איז, וואס איז געווען זייער סוקסעס רעיט דורך אויס די יארן,
וועגן ראפי, איך זיך נישט אריינציגגין און א פריוואטע מענטש לעבן, אבער קיק דורך זיין ווייב סאושעל מידיע אקאנטס , און זאג מיר צי די טרעפסט אידש דארט
1. פרעדיגן אז דער ר"י איז משיח
3. מיטשיקן א משגיח צו אכט געבן ווען א בחור גייט אויף א שוועסטער'ס חתונה
6. לייגן בחורים אין חרם פאר חדשים לאנג
7. נישט מעגן רעדן א שפראך וואס די הנהלה קען נישט
אויב יא גיב מיר דעם נאמען.