שיש האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 11, 2026 3:43 pm
@צווייטער אודה אז כ'האב נישט אויפגעפאסט דעם רמב"ן ביז יעצט, דער מדרש (פסיקתא דר"כ כג, א) זאגט מנין העולם הייבט זיך אן פון בריאת האדם ולא העולם (ויתכן דכן משמע קצת בכוזרי מ"א סעיף מז).
זיכער איז די מנין שנות העולם פון בריאת האדם, אונז מאכן ראש השנה א' תשרי און נישט כ''ה אלול. וואס דו זעסט אין כוזרי כאפ איך נישט.

כ'האב מיך אויך מסתמך געווען אויפ'ן רבינו בחיי אויף בונה עולמות ומחריבן וגם על פירושו של התפארת ישראל על סדרי בראשית הבונה ע"ז. ובדרך אפדר ודרוש גם על תורת הקבלה בסדר ההשתלשלות.
בונה עולמות ומחריבן עפ''י האר''י מיינט די ז' מלכין דמיתו. סדר ההשתלשלות איז געווען בעולמות העליונים, נישט קיין עולם גשמי בכלל.
ועי' כאן מה שכתבו גדולי ישראל אודות דרשה הנ'''ל מבעל תפא''י
שיש האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 11, 2026 3:43 pm
ווי אויך, פשטות השכל, 6 טעג לפני בריאת מציאות הזמן והגלגלים האט נישט קיין וועג צו מיינען 6 היינטיגע טעג.
טאקע דאס זאגט דער רמב''ן צו שולל זיין.
שיש האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 11, 2026 3:43 pm
אבער דער רמב"ן איז קלארע דיבורים. ס'איז מיר שווער צו פארשטיין, יתכן ס'איז געווען מעשה נסים וואס געניצט עתיד לפני בריאתו, בפרט אויפ'ן ערשטן טאג ממש.
וכלשונו: "והפירוש בסידור הכתובים בזה נשגב ונעלם, ודעתנו בו פחות מטיפה מן הים הגדול".
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
צווייטער האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 11, 2026 3:34 pm
האב איך שוין פריער געשריבן
צווייטער האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 11, 2026 12:37 pm
אבער מיין עיקר נקודה, איינמאל מ'גלייבט אז דער בוכ"ע האט די אומבאגרעניצטע יכולת צו באשאפן א גאנצע מציאות יש מאין הגמור, מיט אלע אירע חוקים און סדרי הטבע, פארוואס דארף מען בכלל צוקומען צו טבעיות'דיגע טעאריעס כדי מסביר צו זיין דעם מעשה בראשית?
וואס פעלט אונז אן דעם? אין לך טפשות גדולה מזו.
די חוקי הטבע זענען דאך אליין א חלק פון דער בריאה. זיי זענען נישט קיין געזעצן וואס זענען געשטאנען העכער דעם בורא און האבן אים מחייב געווען וויאזוי צו באשאפן זיין וועלט. אדרבה, דער בורא האט באשאפן דעם טבע, און דער טבע איז כפוף צו זיין רצון.
ממילא, פון וואנעט נעמט זיך דער הכרח אז דער אופן פון דער ערשטער בריאה מוז שטימען מיט די סדרים און פראצעסן וואס מיר זעען היינט אין דער שוין באשאפענער וועלט?
אויב דו גלייבסט אז דער בוכ"ע האט באשאפן דעם גאנצן עולם יש מאין הגמור, און דו גלייבסט אין די ניסים פון יציאת מצרים, קריעת ים סוף, מעמד הר סיני און אלע אנדערע ניסים וואס זענען מפורש בתורה, וואס פעלט דיר בכלל אויס א טבעיות'דיגער מהלך כדי צו פארשטיין וויאזוי דער עולם איז באשאפן געווארן?
ווען די תורה דערציילט אז דער ים האט זיך געשפאלטן, זוכסטו דען א טעאריע וויאזוי דאס האט געקענט פאסירן לויט די חוקי הטבע? און אויב דו האסט נישט אזא טעאריע, איז דען עפעס שווערער צו גלייבן אין קריעת ים סוף?
פארוואס דען ווען מ'קומט צו מעשה בראשית, וואו דער בורא האט באשאפן נישט בלויז די וועלט, נאר די עצם חוקי הטבע גופא, שפירט מען פלוצלינג א צורך צו זוכן א טבעיות'דיגן פראצעס וואס זאל מסביר זיין וויאזוי דאס האט פאסירט?
אדרבה, אויב ביי קריעת ים סוף פארשטייסטו אז דער בורא איז נישט משועבד צו די חוקי הטבע, איז דאך כל שכן ביי בריאת העולם, ווען די חוקי הטבע אליין זענען נאך נישט געווען קיין באשטימטע מציאות.
1) די עצם זאך פון וועלן עפעס מסביר זיין על פי טבע ענדערש ווי על פי נס איז נישט קיין כפירה, דאס איז געווען שיטת הרמב"ם ווי ער שרייבט אין אגרת תחיית המתים: ואנחנו נשתדל לקבץ בין התורה והמושכל, וננהיג הדברים על סדר טבעי אפשר בכל זה, אלא מה שהתבאר בו שהוא מופת, ולא יתכן לפרש כלל, אז נצטרך לומר שהוא מופת. עס איז זיכער אז רבו החולקים עליו אבער מ'קען נישט זאגן אז דאס איז כפירה. דאס מיינט אז אפילו נאכן גלייבן אין רצון קען נאך זיין א נטי' צו מפרש זיין ווי מער על פי טבע.
2) אפילו אן די בליק קען זיין א צורך פארדעם פאר אנדערע סיבות, למשל זאכן וואס מיר זעהן אין די בריאה וואס האבן נישט קיין גוטע הסבר נאר לויט די טעאריע. וואס דאס איז בכלל נישט צו ממעט זיין נסים נאר צו מסביר זיין זאכן וואס מיר זעהן.
אבער די עיקר ווי אנדערע האבן שוין געזאגט אז צו מוציא זיין די פסוקים מפשטן דארפן זיין שטארקע הוכחות אז דאס איז טאקע ריכטיג.
שיש האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 11, 2026 3:43 pm
@צווייטער אודה אז כ'האב נישט אויפגעפאסט דעם רמב"ן ביז יעצט, דער מדרש (פסיקתא דר"כ כג, א) זאגט מנין העולם הייבט זיך אן פון בריאת האדם ולא העולם (ויתכן דכן משמע קצת בכוזרי מ"א סעיף מז).
זיכער איז די מנין שנות העולם פון בריאת האדם, אונז מאכן ראש השנה א' תשרי און נישט כ''ה אלול. וואס דו זעסט אין כוזרי כאפ איך נישט.
שיש האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 11, 2026 3:43 pm
כ'האב מיך אויך מסתמך געווען אויפ'ן רבינו בחיי אויף בונה עולמות ומחריבן וגם על פירושו של התפארת ישראל על סדרי בראשית הבונה ע"ז. ובדרך אפדר ודרוש גם על תורת הקבלה בסדר ההשתלשלות.
בונה עולמות ומחריבן עפ''י האר''י מיינט די ז' מלכין דמיתו. סדר ההשתלשלות איז געווען בעולמות העליונים, נישט קיין עולם גשמי בכלל.
איך האב נישט דורכגעליינט דעם גאנצן אשכול, ממילא בעט איך איבער אויב מען האט דאס שוין אויסגעשמועסט, אדער אויב איך האב נישט ריכטיג פארשטאנען די שיטה פון ר' לוי יצחק האניג.
איך האב זיך נאר געוואונדערט צי עס האט נישט א שייכות מיט וואס דער רמב"ם שרייבט אין זיין הקדמה לפרק חלק, וואו ער רעדט וועגן די וואס נעמען די ווערטער פון חז"ל אלעמאל כפשוטם, מיט דער כוונה צו פארגרעסערן זייער כבוד, אבער דער רמב"ם שרייבט:
לפי שהם מכבדין ומנשאין החכמים כפי דעתם, והם משפילים אותם בתכלית השפלות והם אינם מבינין זה.
און ווייטער:
כי הכת הזה מאבדים הדרת התורה, ומאפילים זהרה.
מיין נקודה איז נישט דווקא צי די זון דרייט זיך ארום די ערד, אדער די ערד ארום די זון. אפילו אויב מען קען האבן פארשידענע מהלכים אין דעם, איז דאס נישט דער עיקר וואס איך וויל ארויסברענגען.
איך טראכט נאר, אז ווען מען שטעלט פאר פאר אן עולם א געוויסן וויסנשאפטליכן מאדעל אלס דעם קלארן פשט אין תורה און אין חז"ל, און מען מאכט דערפון א קעגנזאץ צו דער היינטיגער וויסנשאפט, קען עס אפשר האבן אן אומגעוואונטשענע תוצאה.
ווייל אויב מענטשן ווערן שפעטער איבערצייגט פון די וויסנשאפטליכע ראיות אויף דער אנדערער זייט, קענען זיי בטעות באקומען דעם איינדרוק אז די תורה אליין שטימט נישט מיט דער מציאות, ווען עס קען זיין אז דער גאנצער קעגנזאץ איז נאר צווישן וויסנשאפט און אונזער אייגענעם פשט אין די ווערטער.
אפשר איז דאס איינע פון די זאכן וואס דער רמב"ם וויל אונז לערנען: אז מען דארף זיין זייער פארזיכטיג נישט צו פארבינדן דעם כבוד התורה מיט א געוויסער ליטעראלער פארשטאנד, ווען עס איז נישט זיכער אז דאס איז טאקע וואס חז"ל האבן געמיינט.
איך מיין חלילה נישט צו זאגן אז ר' האניג האט נישט קיין גוטע כוונות, אדער אז איך האב גענוג געהערט צו קענען אפשאצן זיין מהלך. איך ווארף נאר אויף א מחשבה:
צי דארף מען נישט זיין אביסל פארזיכטיג ווען מען שטעלט פאר א געוויסע וויסנשאפטליכע שיטה אלס דער שטאנדפונקט פון די תורה אליין?
שיש האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 11, 2026 3:43 pm
@צווייטער אודה אז כ'האב נישט אויפגעפאסט דעם רמב"ן ביז יעצט, דער מדרש (פסיקתא דר"כ כג, א) זאגט מנין העולם הייבט זיך אן פון בריאת האדם ולא העולם (ויתכן דכן משמע קצת בכוזרי מ"א סעיף מז).
זיכער איז די מנין שנות העולם פון בריאת האדם, אונז מאכן ראש השנה א' תשרי און נישט כ''ה אלול. וואס דו זעסט אין כוזרי כאפ איך נישט.
שיש האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 11, 2026 3:43 pm
כ'האב מיך אויך מסתמך געווען אויפ'ן רבינו בחיי אויף בונה עולמות ומחריבן וגם על פירושו של התפארת ישראל על סדרי בראשית הבונה ע"ז. ובדרך אפדר ודרוש גם על תורת הקבלה בסדר ההשתלשלות.
בונה עולמות ומחריבן עפ''י האר''י מיינט די ז' מלכין דמיתו. סדר ההשתלשלות איז געווען בעולמות העליונים, נישט קיין עולם גשמי בכלל.
ס'איז א סתירה מיט'ן רבינו בחיי?
ס"ה דער מהלך עפ"י קבלה.
אז דו האסט גענוצט קבלה האב איך שוין מעיר געווען אז עפ''י קבלה האט די מדרש א אנדערע פשט. ושערי הפשט לא ננעלו ועי''ע בבאר הגולה להמהר''ל.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
ווי שוין געברענגט פריער, דער רמב"ם אין מורה נבוכים (ח"ב פי"ג, פכ"ה) ברענגט צוויי שיטות בענין קדמות העולם, די שיטת אריסטו און די שיטת אפלטון, און מאכט א יסודות'דיגן חילוק צווישן זיי.
לויט אריסטו איז דער עולם קדמון על צד החיוב, דאס הייסט אז דער גאנצער סדר המציאות איז מוכרח אזוי צו זיין, און ס'איז נישטא קיין מקום פאר שינוי הטבע. דער רמב"ם זאגט אז די שיטה איז מופרך מיסודי הדת זעלבסט, וויבאלד זי איז סותר די גאנצע אמונה אין נסים ונפלאות, און ממילא די יסודות התורה.
משא"כ אפלטון'ס שיטה, אז עס איז געווען א חומר קדמון, און דער בורא האט דערפון באשאפן דעם עולם בחפץ וברצון, איז נישט סותר די יסודי התורה מצד עצמה, וויבאלד אויך לויט אים איז פאראן א מקום פאר נסים.
דער רמב"ם שרייבט בפירוש (מו"נ ח"ב פכ"ה): "הדעת ההוא לא יסתור יסודי התורה ולא תמשך אחריו הכזבת האותות", און ער איז ממשיך: "ואפשר שיפורשו הכתובים על פיו".
דאס הייסט אז לויטן רמב"ם קען מען, טעארעטיש, פארטייטשן די פסוקים לויט אפלטון'ס שיטה. און דער רמב"ם זאגט דארט אז ער וואלט געקענט מפרש זיין די פסוקים בענין חידוש העולם, פונקט ווי ער האט מפרש געווען די פסוקים וואס זענען לכאורה מורים אויף הגשמה.
אבער למעשה זאגט דער רמב"ם אז וויבאלד די שיטה איז נישט אויפגעוויזן געווארן במופת, איז נישטא קיין שום סיבה אוועקצוגיין פון פשוטו של מקרא, און דעריבער "אבל נבין הכתובים כפשוטיהם".
יעצט קומט אבער א געוואלדיגע הערה.
דער רמב"ם אין פירוש המשניות (סנהדרין, הקדמה לפרק חלק), וואו ער שטעלט אוועק די י"ג עיקרים, און אין הלכות תשובה (פ"ג ה"ז) פסק'נט דער רמב"ם: "חמישה הן הנקראים מינים", און צווישן זיי רעכנט ער "וכן האומר שאינו לבדו הראשון וצור לכל". דער ראב"ד איז דארט מוסיף: "כאותו שאמר אלהיכם צייר גדול היה אלא שמצא לו סמנים גדולים תהו ובהו חושך ומים ורוח ובהם עשה מה שעשה".
דאס איז דאך ממש דער יסוד פון אפלטון'ס שיטה, אז דער בורא האט באשאפן דעם עולם פון א חומר וואס איז שוין געווען פריער, און דא ווערט דאס באצייכנט אלס מינות!
דאס זענען נישט סתם ווערטער פון א פירוש אויפן פסוק, נאר דער רמב"ם רעדט פון די יסודי האמונה זעלבסט!
קומט אויס אזוי, אין מורה נבוכים זאגט דער רמב"ם אז אפלטון'ס שיטה איז נישט סותר די יסודי התורה, און מען וואלט געקענט מפרש זיין די פסוקים לויט איר; אבער אין הלכות תשובה ווערט דער וואס נעמט אן אז דער בורא איז נישט לבדו הראשון וצור לכל באצייכנט אלס מין. ''בלויז ווייל די פשטות פסוקי התורה מורים להיפך'', נישט ווייל דער שיטה זעלבסט איז סותר די יסודי התורה.
און לענינינו, בענין עוואלוציע, וויל איך ארויסברענגען מיין מסקנא.
עס ווילן דא טענה'ן אז עוואלוציע זעלבסט איז נישט קיין כפירה, ווייל מען קען דאך גלייבן אז דער אויבערשטער האט באשאפן דעם ערשטן חומר, אדער דעם ערשטן לעבעדיגן ארגאניזם, און פון דארט האבן זיך אלע בעלי חיים, ביז צום מענטש, אנטוויקלט דורך די חוקי הטבע וואס דער אויבערשטער האט באשאפן.
די פראבלעם מיט עוואלוציע איז נישט בלויז אז עס שטימט נישט מיט א געוויסן פסוק, נאר אז דער גאנצער מהלך פון מעשה בראשית, ווי די תורה שילדערט אים, איז פונקט פארקערט פונעם עוואלוציאנערן מהלך.
די תורה זאגט (בראשית א', כ"ד–כ"ה): "תוצא הארץ נפש חיה למינה", "ויעש אלקים את חית הארץ למינה ואת הבהמה למינה". די תורה באשרייבט א באזונדערע בריאה פון די פארשידענע מינים, בעת עוואלוציע זאגט אז זיי האבן זיך אנטוויקלט פון געמיינזאמע אבות.
ביי בריאת האדם (בראשית ב', ז'): "וייצר ה' אלקים את האדם עפר מן האדמה ויפח באפיו נשמת חיים". די תורה שילדערט א באזונדערע יצירה פונעם מענטש, בעת עוואלוציע שטעלט אים פאר אלס א המשך פון פריערדיגע בעלי חיים.
אפילו דער סדר הבריאה איז פארקערט. די תורה שטעלט די בריאת העופות אינעם פינפטן טאג, פאר די חיות היבשה אינעם זעקסטן טאג, בעת לויט עוואלוציע זענען די עופות אנטוויקלט געווארן פון פריערדיגע חיות היבשה.
און כדי אריינצושטעלן די מיליאנען יארן אין די ששת ימי בראשית דארף מען אויך אוועקגיין פון דעם מפורש'ן רמב"ן (בראשית א', ג'): "ימים ממש, מחוברים משעות ורגעים, והיו ששה כששת ימי המעשה, כפשוטו של מקרא".
ממילא רעדט מען דא נישט פון איין שווער פסוק וואס מען דארף פארענטפערן. מען דארף איבערטייטשן די בריאת המינים, די בריאת האדם, דעם סדר הבריאה, און די ששת ימי בראשית. און דאס אלעס כדי צוצופאסן די תורה צו א וויסנשאפטליכן מהלך.
קומט אויס אז לויטן רמב''ם איז עוואלוציע, דאס זעלבסט צו פארדרייען די פירוש פשטות פסוקי התורה, א שיטה פון מינות.
מען דארף וויסן אז דאס וואס איינער זאגט "איך גלייב דאך נאך אלץ אין א בורא עולם" איז נישט אליין גענוג פאר אלע יסודי האמונה. אויך אפלטון האט אנגענומען א בורא וואס איז פועל בחפץ וברצון, און פונדעסטוועגן זעט מען ווי שארף דער רמב"ם רעדט אין אנדערע פלעצער וועגן דעם יסוד פון חידוש העולם.
''מיט די י"ג עיקרים שפילט מען זיך נישט. דאס איז א שרעקעדיגע שפיל. ווען מען רירט אן די יסודות פון בריאת העולם, דארף מען וויסן אז מען שפילט זיך נישט מיט א קליינעם חילוק אין פשט, נאר מיט די יסודות אויף וועלכע די גאנצע אמונת השי''ת איז געבויעט''.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
צווייטער האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 12, 2026 10:21 am
► Show Spoiler
לאמיר מאכן מיין סאמערי.
ווי שוין געברענגט פריער, דער רמב"ם אין מורה נבוכים (ח"ב פי"ג, פכ"ה) ברענגט צוויי שיטות בענין קדמות העולם, די שיטת אריסטו און די שיטת אפלטון, און מאכט א יסודות'דיגן חילוק צווישן זיי.
לויט אריסטו איז דער עולם קדמון על צד החיוב, דאס הייסט אז דער גאנצער סדר המציאות איז מוכרח אזוי צו זיין, און ס'איז נישטא קיין מקום פאר שינוי הטבע. דער רמב"ם זאגט אז די שיטה איז מופרך מיסודי הדת זעלבסט, וויבאלד זי איז סותר די גאנצע אמונה אין נסים ונפלאות, און ממילא די יסודות התורה.
משא"כ אפלטון'ס שיטה, אז עס איז געווען א חומר קדמון, און דער בורא האט דערפון באשאפן דעם עולם בחפץ וברצון, איז נישט סותר די יסודי התורה מצד עצמה, וויבאלד אויך לויט אים איז פאראן א מקום פאר נסים.
דער רמב"ם שרייבט בפירוש (מו"נ ח"ב פכ"ה): "הדעת ההוא לא יסתור יסודי התורה ולא תמשך אחריו הכזבת האותות", און ער איז ממשיך: "ואפשר שיפורשו הכתובים על פיו".
דאס הייסט אז לויטן רמב"ם קען מען, טעארעטיש, פארטייטשן די פסוקים לויט אפלטון'ס שיטה. און דער רמב"ם זאגט דארט אז ער וואלט געקענט מפרש זיין די פסוקים בענין חידוש העולם, פונקט ווי ער האט מפרש געווען די פסוקים וואס זענען לכאורה מורים אויף הגשמה.
אבער למעשה זאגט דער רמב"ם אז וויבאלד די שיטה איז נישט אויפגעוויזן געווארן במופת, איז נישטא קיין שום סיבה אוועקצוגיין פון פשוטו של מקרא, און דעריבער "אבל נבין הכתובים כפשוטיהם".
יעצט קומט אבער א געוואלדיגע הערה.
דער רמב"ם אין פירוש המשניות (סנהדרין, הקדמה לפרק חלק), וואו ער שטעלט אוועק די י"ג עיקרים, און אין הלכות תשובה (פ"ג ה"ז) פסק'נט דער רמב"ם: "חמישה הן הנקראים מינים", און צווישן זיי רעכנט ער "וכן האומר שאינו לבדו הראשון וצור לכל". דער ראב"ד איז דארט מוסיף: "כאותו שאמר אלהיכם צייר גדול היה אלא שמצא לו סמנים גדולים תהו ובהו חושך ומים ורוח ובהם עשה מה שעשה".
דאס איז דאך ממש דער יסוד פון אפלטון'ס שיטה, אז דער בורא האט באשאפן דעם עולם פון א חומר וואס איז שוין געווען פריער, און דא ווערט דאס באצייכנט אלס מינות!
דאס זענען נישט סתם ווערטער פון א פירוש אויפן פסוק, נאר דער רמב"ם רעדט פון די יסודי האמונה זעלבסט!
שטעלט זיך א געוואלדיגע קשיא. אין מורה נבוכים זאגט דער רמב"ם אז אפלטון'ס שיטה איז נישט סותר די יסודי התורה, און מען וואלט געקענט מפרש זיין די פסוקים לויט איר; אבער אין הלכות תשובה ווערט דער וואס נעמט אן אז דער בורא איז נישט לבדו הראשון וצור לכל באצייכנט אלס מין. ''בלויז ווייל די פשטות פסוקי התורה מורים להיפך'', נישט ווייל דער שיטה זעלבסט איז סותר די יסודי התורה.
און לענינינו, בענין עוואלוציע, וויל איך ארויסברענגען מיין מסקנא.
עס ווילן דא טענה'ן אז עוואלוציע זעלבסט איז נישט קיין כפירה, ווייל מען קען דאך גלייבן אז דער אויבערשטער האט באשאפן דעם ערשטן חומר, אדער דעם ערשטן לעבעדיגן ארגאניזם, און פון דארט האבן זיך אלע בעלי חיים, ביז צום מענטש, אנטוויקלט דורך די חוקי הטבע וואס דער אויבערשטער האט באשאפן.
די פראבלעם מיט עוואלוציע איז נישט בלויז אז עס שטימט נישט מיט א געוויסן פסוק, נאר אז דער גאנצער מהלך פון מעשה בראשית, ווי די תורה שילדערט אים, איז לכאורה פונקט פארקערט פונעם עוואלוציאנערן מהלך.
די תורה זאגט (בראשית א', כ"ד–כ"ה): "תוצא הארץ נפש חיה למינה", "ויעש אלקים את חית הארץ למינה ואת הבהמה למינה". די תורה באשרייבט א באזונדערע בריאה פון די פארשידענע מינים, בעת עוואלוציע זאגט אז זיי האבן זיך אנטוויקלט פון געמיינזאמע אבות.
ביי בריאת האדם (בראשית ב', ז'): "וייצר ה' אלקים את האדם עפר מן האדמה ויפח באפיו נשמת חיים". די תורה שילדערט א באזונדערע יצירה פונעם מענטש, בעת עוואלוציע שטעלט אים פאר אלס א המשך פון פריערדיגע בעלי חיים.
אפילו דער סדר הבריאה איז פארקערט. די תורה שטעלט די בריאת העופות אינעם פינפטן טאג, פאר די חיות היבשה אינעם זעקסטן טאג, בעת לויט עוואלוציע זענען די עופות אנטוויקלט געווארן פון פריערדיגע חיות היבשה.
און כדי אריינצושטעלן די מיליאנען יארן אין די ששת ימי בראשית דארף מען אויך אוועקגיין פון דעם מפורש'ן רמב"ן (בראשית א', ג'): "ימים ממש, מחוברים משעות ורגעים, והיו ששה כששת ימי המעשה, כפשוטו של מקרא".
ממילא רעדט מען דא נישט פון איין שווער פסוק וואס מען דארף פארענטפערן. מען דארף איבערטייטשן די בריאת המינים, די בריאת האדם, דעם סדר הבריאה, און די ששת ימי בראשית. און דאס אלעס כדי צוצופאסן די תורה צו א וויסנשאפטליכן מהלך.
קומט אויס אז לויטן רמב''ם איז עוואלוציע, דאס זעלבסט צו פארדרייען די פירוש פשטות פסוקי התורה, א שיטה פון מינות.
מען דארף וויסן אז דאס וואס איינער זאגט "איך גלייב דאך נאך אלץ אין א בורא עולם" איז נישט אליין גענוג פאר אלע יסודי האמונה. אויך אפלטון האט אנגענומען א בורא וואס איז פועל בחפץ וברצון, און פונדעסטוועגן זעט מען ווי שארף דער רמב"ם רעדט אין אנדערע פלעצער וועגן דעם יסוד פון חידוש העולם.
''מיט די י"ג עיקרים שפילט מען זיך נישט. דאס איז א שרעקעדיגע שפיל. ווען מען רירט אן די יסודות פון בריאת העולם, דארף מען וויסן אז מען שפילט זיך נישט מיט א קליינעם חילוק אין פשט, נאר מיט די יסודות אויף וועלכע די גאנצע אמונת השי''ת איז געבויעט''.
שפתיים ישק
ספעציעלע די ווערטער
צווייטער האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 12, 2026 10:21 am
מיט די י"ג עיקרים שפילט מען זיך נישט
מען קען חס ושלום טראכטן מחשבת מינות
מוטב שיהא שוטה כל ימיו ולא יהיה רשע שעה אחת לפני המקום
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am
ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.
והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 08, 2026 6:08 pm
און לאמיר עס נעמען א טריט ווייטער. דו האסט פרובירט אפצופרעגן מיין קשיא פון דעם מבול מיט דעם אז מען נוצט קארבאן דעיטינג אויף שטיינער פון ספעיס. יעצט ביזטו מודה אז מען נוצט עס נאר אויף שטיינער פון ספעיס 'וואס זענען אראפגעפאלן אויף די וועלט', צו כלומר'שט באשטעטיגן ווען זיי זענען אראפגעפאלן. סאו אויב קארבאן דעיטינג באשטימט אז עס איז אראפגעפאלן 30,000 יאר צוריק, איז עס דאך שוין דא געווען ביים מבול, ממילא איז די חשבון ווייטער נישט קראנט.
אין סך הכל: נישט נאר וואס דיין פרואוו אראפצומאלן כאילו סייענס בויעט נישט קיין סאך אויף קארבאן דעיטינג פון ערדליכע זאכן איז נישט ריכטיג, נאר אפילו דיינע ספעיס שטיינער זענען אויך ערדליכע זאכן אין די קאנטעקסט, און די קשיא פונ'ם מבול איז קאי וקיים 100%.
דו האלטסט אויך אז די רעדשיפטעד ספעקטראסקעפי (די פענאמענען אז די א.ג. בארקאוד פון די ספעקטרום פון היידראגען/היליאם פון די ליכטיגקייט פון ווייטע שטערנס, רוקן זיך אראפ שורות צו די רויטע זייט און צוזאמהאנג מיט זייער ספיד אוועק פון אונז. ענליך צו וויאזוי קול טוישט זיך ווען ס'קומט נענטער/ווייטער) איז אויך געווארן אפעקטעד פון די מבול?
אדער אויף דעם ענטפערט מען אז דער אייבישטער האט באשאפן א אלטע וועלט?
צווייטער האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 12, 2026 10:21 am
און לענינינו, בענין עוואלוציע, וויל איך ארויסברענגען מיין מסקנא.
עס ווילן דא טענה'ן אז עוואלוציע זעלבסט איז נישט קיין כפירה, ווייל מען קען דאך גלייבן אז דער אויבערשטער האט באשאפן דעם ערשטן חומר, אדער דעם ערשטן לעבעדיגן ארגאניזם, און פון דארט האבן זיך אלע בעלי חיים, ביז צום מענטש, אנטוויקלט דורך די חוקי הטבע וואס דער אויבערשטער האט באשאפן.
► Show Spoiler
די פראבלעם מיט עוואלוציע איז נישט בלויז אז עס שטימט נישט מיט א געוויסן פסוק, נאר אז דער גאנצער מהלך פון מעשה בראשית, ווי די תורה שילדערט אים, איז לכאורה פונקט פארקערט פונעם עוואלוציאנערן מהלך.
די תורה זאגט (בראשית א', כ"ד–כ"ה): "תוצא הארץ נפש חיה למינה", "ויעש אלקים את חית הארץ למינה ואת הבהמה למינה". די תורה באשרייבט א באזונדערע בריאה פון די פארשידענע מינים, בעת עוואלוציע זאגט אז זיי האבן זיך אנטוויקלט פון געמיינזאמע אבות.
ביי בריאת האדם (בראשית ב', ז'): "וייצר ה' אלקים את האדם עפר מן האדמה ויפח באפיו נשמת חיים". די תורה שילדערט א באזונדערע יצירה פונעם מענטש, בעת עוואלוציע שטעלט אים פאר אלס א המשך פון פריערדיגע בעלי חיים.
אפילו דער סדר הבריאה איז פארקערט. די תורה שטעלט די בריאת העופות אינעם פינפטן טאג, פאר די חיות היבשה אינעם זעקסטן טאג, בעת לויט עוואלוציע זענען די עופות אנטוויקלט געווארן פון פריערדיגע חיות היבשה.
און כדי אריינצושטעלן די מיליאנען יארן אין די ששת ימי בראשית דארף מען אויך אוועקגיין פון דעם מפורש'ן רמב"ן (בראשית א', ג'): "ימים ממש, מחוברים משעות ורגעים, והיו ששה כששת ימי המעשה, כפשוטו של מקרא".
ממילא רעדט מען דא נישט פון איין שווער פסוק וואס מען דארף פארענטפערן. מען דארף איבערטייטשן די בריאת המינים, די בריאת האדם, דעם סדר הבריאה, און די ששת ימי בראשית. און דאס אלעס כדי צוצופאסן די תורה צו א וויסנשאפטליכן מהלך.
► Show Spoiler
קומט אויס אז לויטן רמב''ם איז עוואלוציע, דאס זעלבסט צו פארדרייען די פירוש פשטות פסוקי התורה, א שיטה פון מינות.
מען דארף וויסן אז דאס וואס איינער זאגט "איך גלייב דאך נאך אלץ אין א בורא עולם" איז נישט אליין גענוג פאר אלע יסודי האמונה. אויך אפלטון האט אנגענומען א בורא וואס איז פועל בחפץ וברצון, און פונדעסטוועגן זעט מען ווי שארף דער רמב"ם רעדט אין אנדערע פלעצער וועגן דעם יסוד פון חידוש העולם.
''מיט די י"ג עיקרים שפילט מען זיך נישט. דאס איז א שרעקעדיגע שפיל. ווען מען רירט אן די יסודות פון בריאת העולם, דארף מען וויסן אז מען שפילט זיך נישט מיט א קליינעם חילוק אין פשט, נאר מיט די יסודות אויף וועלכע די גאנצע אמונת השי''ת איז געבויעט''.
בחינה 25 האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 12, 2026 11:19 am
Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 08, 2026 6:08 pm
און לאמיר עס נעמען א טריט ווייטער. דו האסט פרובירט אפצופרעגן מיין קשיא פון דעם מבול מיט דעם אז מען נוצט קארבאן דעיטינג אויף שטיינער פון ספעיס. יעצט ביזטו מודה אז מען נוצט עס נאר אויף שטיינער פון ספעיס 'וואס זענען אראפגעפאלן אויף די וועלט', צו כלומר'שט באשטעטיגן ווען זיי זענען אראפגעפאלן. סאו אויב קארבאן דעיטינג באשטימט אז עס איז אראפגעפאלן 30,000 יאר צוריק, איז עס דאך שוין דא געווען ביים מבול, ממילא איז די חשבון ווייטער נישט קראנט.
אין סך הכל: נישט נאר וואס דיין פרואוו אראפצומאלן כאילו סייענס בויעט נישט קיין סאך אויף קארבאן דעיטינג פון ערדליכע זאכן איז נישט ריכטיג, נאר אפילו דיינע ספעיס שטיינער זענען אויך ערדליכע זאכן אין די קאנטעקסט, און די קשיא פונ'ם מבול איז קאי וקיים 100%.
דו האלטסט אויך אז די רעדשיפטעד ספעקטראסקעפי (די פענאמענען אז די א.ג. בארקאוד פון די ספעקטרום פון היידראגען/היליאם פון די ליכטיגקייט פון ווייטע שטערנס, רוקן זיך אראפ שורות צו די רויטע זייט און צוזאמהאנג מיט זייער ספיד אוועק פון אונז. ענליך צו וויאזוי קול טוישט זיך ווען ס'קומט נענטער/ווייטער) איז אויך געווארן אפעקטעד פון די מבול?
אדער אויף דעם ענטפערט מען אז דער אייבישטער האט באשאפן א אלטע וועלט?
אדער אז ס'שטותים, זיי זעהען גארנישט?
השמים מספרים כבוד קל. שאו מרום עיניכם וראו מי ברא אלה.
אויב וואלט נישט כביכול באשאפן תיכף די גאנצע שיין ( wavelength) פון די שטערנס ביז די וועלט וואלסטו דאך קיינמאל עס נישט געקענט זעהן. מאקסימום וואלטן מיר היינט געקענט זעהן וואס איז 5 טויזנט עפעס ליכט יארן אוועק. איז דאך מסתבר אז כביכול האט אונז געוואלט ווייזן די מעכטיגקייט פון די בריאה.
זיי נישט קובע קיין מסמורת ביי זאכן וואס איז אולי כפירה. ביטע זאג, איני יודע. מוטב זיין א שוטה כל ימי חיינו ווי איידער ריסקן זיין א כופר.
עס קען בעצם זיין נאך פילע פילע הסברים אבער כשרייב פשוט מיין ערשטע מחשבה

דברים כדרבונות! מדארף זיך היטן די ביינער און נישט זיין קיין אויבער חכם. למוד לשונך לומר איני. ווידעראום תורתינו איז תורת אמת. פשוט וברור.

ער ברענגט א משל פון א מענטש וואס האט קיינמאל נישט געזען א פרוי, און מ'דערציילט אים אז א קינד לעבט ניין חדשים במעי אמו, אן אטעמען דורך דער נאז, אן עסן דורך דעם מויל, און אן ארויסגעבן פסולת. וועט ער עס אפפרעגן מיט קלארע ראיות פונעם טבע, א מענטש וואס אטעמט נישט שטארבט דאך, און אן עסן קען מען נישט לעבן! אבער זיין גאנצע טעות איז, אז ער וויל מוכיח זיין פונעם טבע פון א שוין געבוירענעם מענטש אויף דעם טבע פון אן עובר בשעת זיין התהוות.
זאגט דער רמב"ם, דאס איז דער טעות פון אריסטו, וואס וויל אפפרעגן בריאת העולם מיט ראיות פון די חוקי הטבע וואס מיר זעען היינט. ווער זאגט אז דער סדר העולם בשעת זיין בריאה האט געמוזט זיין דער זעלבער ווי נאכדעם וואס דער עולם איז שוין פארטיג?
און דער רמב"ם ענדיגט מיט א שטארקן לשון, "וצריך שתזהר בזה הענין שהוא חומה גדולה בניתיה סביב התורה מקפת בה מונעת אבן כל משליך אליה".
דאס הייסט, דער יסוד איז א גרויסע חומה וואס ער האט אויפגעבויט ארום דער תורה, איר צו באשיצן פון אלע וואס ווילן איר אפפרעגן מיט אזעלכע ראיות.

איינער האט זייער שטארק ליב צו רעדן פון בריאת העולם...
איך וויל אויפווייזן אז מ'קען נישט נוצן די תירוץ מבול, און מ'מוז ניצן די אנדערע תירוץ - בצביונם ברא - ווייל ס'דא מעזשערמענטס וואס זענען נישט געווארן אפעקטעד פונעם מבול.
שוין. דאס אלעס.
ווי שוין געברענגט פריער, דער רמב"ם אין מורה נבוכים (ח"ב פי"ג, פכ"ה) ברענגט צוויי שיטות בענין קדמות העולם, די שיטת אריסטו און די שיטת אפלטון, און מאכט א יסודות'דיגן חילוק צווישן זיי.
לויט אריסטו איז דער עולם קדמון על צד החיוב, דאס הייסט אז דער גאנצער סדר המציאות איז מוכרח אזוי צו זיין, און ס'איז נישטא קיין מקום פאר שינוי הטבע. דער רמב"ם זאגט אז די שיטה איז מופרך מיסודי הדת זעלבסט, וויבאלד זי איז סותר די גאנצע אמונה אין נסים ונפלאות, און ממילא די יסודות התורה.
משא"כ אפלטון'ס שיטה, אז עס איז געווען א חומר קדמון, און דער בורא האט דערפון באשאפן דעם עולם בחפץ וברצון, איז נישט סותר די יסודי התורה מצד עצמה, וויבאלד אויך לויט אים איז פאראן א מקום פאר נסים.
דער רמב"ם שרייבט בפירוש (מו"נ ח"ב פכ"ה): "הדעת ההוא לא יסתור יסודי התורה ולא תמשך אחריו הכזבת האותות", און ער איז ממשיך: "ואפשר שיפורשו הכתובים על פיו".
דאס הייסט אז לויטן רמב"ם קען מען, טעארעטיש, פארטייטשן די פסוקים לויט אפלטון'ס שיטה. און דער רמב"ם זאגט דארט אז ער וואלט געקענט מפרש זיין די פסוקים בענין חידוש העולם, פונקט ווי ער האט מפרש געווען די פסוקים וואס זענען לכאורה מורים אויף הגשמה.
אבער למעשה זאגט דער רמב"ם אז וויבאלד די שיטה איז נישט אויפגעוויזן געווארן במופת, איז נישטא קיין שום סיבה אוועקצוגיין פון פשוטו של מקרא, און דעריבער "אבל נבין הכתובים כפשוטיהם".
יעצט קומט אבער א געוואלדיגע הערה.
דער רמב"ם אין פירוש המשניות (סנהדרין, הקדמה לפרק חלק), וואו ער שטעלט אוועק די י"ג עיקרים, און אין הלכות תשובה (פ"ג ה"ז) פסק'נט דער רמב"ם: "חמישה הן הנקראים מינים", און צווישן זיי רעכנט ער "וכן האומר שאינו לבדו הראשון וצור לכל". דער ראב"ד איז דארט מוסיף: "כאותו שאמר אלהיכם צייר גדול היה אלא שמצא לו סמנים גדולים תהו ובהו חושך ומים ורוח ובהם עשה מה שעשה".
דאס איז דאך ממש דער יסוד פון אפלטון'ס שיטה, אז דער בורא האט באשאפן דעם עולם פון א חומר וואס איז שוין געווען פריער, און דא ווערט דאס באצייכנט אלס מינות!
דאס זענען נישט סתם ווערטער פון א פירוש אויפן פסוק, נאר דער רמב"ם רעדט פון די יסודי האמונה זעלבסט!
קומט אויס אזוי, אין מורה נבוכים זאגט דער רמב"ם אז אפלטון'ס שיטה איז נישט סותר די יסודי התורה, און מען וואלט געקענט מפרש זיין די פסוקים לויט איר; אבער אין הלכות תשובה ווערט דער וואס נעמט אן אז דער בורא איז נישט לבדו הראשון וצור לכל באצייכנט אלס מין. ''בלויז ווייל די פשטות פסוקי התורה מורים להיפך'', נישט ווייל דער שיטה זעלבסט איז סותר די יסודי התורה.
נישט בלויז ווייל די פשטות התורה איז אזוי, נאר ווייל ס'האט נישט קיין הכרח צו זאגן אנדערש כמבואר במו"נ.
Who knows האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 08, 2026 4:21 pm3) די עיקר טענה קעגן בראהע׳ס מאדעל אין דעם צווייטן שיעור ענטפערט ער אויף די טענה אז די פלאנעטן דרייען זיך ארום די זוהן, אז דאס שטימט אויך לויט בראהע׳ס מאדעל. און אויף די טענה פון פאראלעקס, אז די נענטערע שטערנס רוקן זיך יעדעס יאר א קליין ביסל אהין און צוריק, ענטפערט ער אז לויט רעלאטיוויטעט קען מען נישט וויסן ווער עס רוקט זיך.
אבער פאראלעקס ווארפט אפ בראהע׳ס מאדעל. בראהע האט געהאלטן אז די וועלט שטייט, די זוהן דרייט זיך ארום איר און שלעפט מיט זיך אלע פלאנעטן, און די שטערנס זענען פעסט. לויט דעם דארף מען בכלל נישט זעהן קיין פאראלעקס. אדרבה, דאס איז געווען בראהע׳ס עיקר טענה קעגן קאפערניקוס: אויב די וועלט רוקט זיך, פארוואס זעהט מען נישט די שטערנס זיך רוקן? (מיט די בלויזע אויגן זעהט מען עס טאקע נישט, ווייל עס איז זייער ווייניג, ביז Bessel האט עס געמאסטן אין 1838).
ווער עס וויל היינט האלטן בראהע׳ס מאדעל, מוז צולייגן א נייע הנחה. אז יעדער שטערן, טריליאנען מייל אוועק, מוז יעדע 365 טעג מאכן א סוירקל פון ארום 186 מיליאן מייל, פונקט די גרויסקייט פון די זוהן׳ס וועג ארום די וועלט, און אינאיינעם מיט די זוהן. דאס הייסט, די זוהן שלעפט נישט נאר מיט זיך די פלאנעטן, נאר די גאנצע יוניווערס איז צוגעבינדן צו איר און האלט אייביג די זעלבע ווייטקייט פון איר. די זעלבע איז מיט Aberration (Bradley, 1729): א יערליכע רוק פון כמעט 20 סעקונדעס וואס מ'זעהט ביי אלע שטערנס גלייך.
עס איז אמת אז מאטעמאטיש קען מען אזא מאדעל אויסשטעלן, און דאס איז זיין טענה פון רעלאטיוויטעט. אבער דאס איז בלויז א וועג צו באשרייבן, און עס האט נישט קיין שום הסבר והגיון. די צענטער פון די גאנצע יוניווערס׳ס באוועגונג איז דאך די זוהן. דאס איז העליאסענטריזם בתפארתו, נאר מיט די נאמען גיאוסענטריזם.
עס איז פשוט אז בראהע, וואס האט אליינס געהאלטן אז די חסרון פון פאראלעקס ווארפט אפ קאפערניקוס, וואלט אויפגעגעבן זיין מאדעל נאכדעם וואס מ'האט עס אנטדעקט. וכן ראוי לכל בר דעת.
איך האב נאכנישט געהערט א זאכליכע תירוץ אויף די טענה, ווער עס קען ענטפערן א תירוץ אדער קען אנפרעגן ר' לוי יצחק זאל זיך ביטע אנרופן.