באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

נייעס און אנטוויקלונגען אין רבי'שע הויפן
Satmar
פרישער באניצער
פאוסטס: 94
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 12:21 am
x 23

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך Satmar »

סטעישאן וועעגן האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 12:48 pm איינער ווייסט ווען ישיבה קטנה פאנגט צוריק אהן ישיבה...?
ביז דעמאלט סייניך ארויס פון דא
איך זעה אז דו ביסט אויך א ישיבה קטנה בחור וועגען די האסט א נייע ניק.......
צי באקומען נייעס און באריכטען דורך טעקסט שיקט satmartime @ צי 81010
Satmar
פרישער באניצער
פאוסטס: 94
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 12:21 am
x 23

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך Satmar »

בקשה נחיצה צו אלע "ינגע" און אלטע ביטע זיך האלטן צו דו נאמען פון דו אשקל און זיך נישט קריגען
צי באקומען נייעס און באריכטען דורך טעקסט שיקט satmartime @ צי 81010
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2346
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 5550

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך ווער »

Screenshot 2023-10-12 163908.png
Screenshot 2023-10-12 163908.png (199.63 KiB) געזען געווארן 1597 מאל
א פייערדיגע חסיד
ניי צום טיש
פאוסטס: 12
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 3:07 pm
x 23

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך א פייערדיגע חסיד »

מחדש האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 1:28 pm איך קען נישט די פאליטיקס ארוים בצל הקודש אדער מערכת סאטאמאר ודומיהן, איך וויל אבער יא געבן א שכוח פאר "בצל הקודש" פאר כסדר האבן די פונקטליכע זמנים פון רבינו שליט"א איבער יו"ט, עס איז געווען א גרויסע הילף איבער די הייליגע טעג.
יא יא א הייליג ארבעט. 8457171531 וואס דארט ווערט געמאלדן א יעדע אפדעט ווי די רבי האלט. אזוי אויך איז דארטן דא א יעדע ד''ק פון רבינו שליט'א [נישט זייער פארפעשענאל אבער גיט]]
🌴בצל הקודש🌴
שנעלע, קראנטע, און אקוראטע באריכטן און בילדער מהנעשה והנשמע בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
TELEGRAM- https://t.me/BetzeilHakodesh
WHATSAPP - https://chat.whatsapp.com/F5pIFOKjXHcKbIKAF1WiRl
🌴בצל הקודש🌴
לא ימושו מפיך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 801
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 11:44 pm
x 1395

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך לא ימושו מפיך »

יו"ט'דיגע שטימונג אין מוסדות סאטמאר מאנסי. די טויזנט ילדי תלמוד תורה זענען מקבל פני הקודש פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א אין די נייע גיגאנטישע בנין תלמוד תורה.
פיילס
IMG-20231012-WA0092.jpg
לא ימושו מפיך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 801
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 11:44 pm
x 1395

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך לא ימושו מפיך »

לא ימושו מפיך האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 11:22 pm יו"ט'דיגע שטימונג אין מוסדות סאטמאר מאנסי. די טויזנט ילדי תלמוד תורה זענען מקבל פני הקודש פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א אין די נייע גיגאנטישע בנין תלמוד תורה.
הרבני הנגיד הנכבד ר' משה גאלדשטיין הי"ו נדבן הבנין קלאפט א מזוזה

די נדבן האט זיך אנגעטון א שטריימעל לכבוד די היסטארישע מאמענט
פיילס
IMG-20231012-WA0091.jpg
אוועיטער
סאטמארע נייעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 135
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 7:19 pm
x 153

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך סאטמארע נייעס »

סאטמאר מהר''א
מעמד פתיחת שערים פארן גיגאנטישען בנין הת"ת החדש 'בנין משה חיים גאלדשטיין' במוסדותינו הק' במאנסי.


ווידיאו


בילדער גאלעריע
https://www.filemail.com/d/ycmdoykfntqdbtn

אין די לינק ליגט צוטיילט די פאלגענדע מעמדים


כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים זיך אומקוקן אויף די לימודים און ביי תפילת שחרית אינאיינעם מיט די עלטערע ילדי תשב''ר תלמידי מוסדותינו הק' אין מאנסי בבנין הת"ת החדש 'בנין משה חיים גאלדשטיין'.

כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי קביעות מזוזה פארן גיגאנטישען בנין הת"ת החדש 'בנין משה חיים גאלדשטיין' במוסדותינו הק' במאנסי.

כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים מסיבת לחיים 'ומעמד פתיחת שערים' אינאיינעם מיט די אריבער טויזענט ילדי תשב''ר במוסדותינו הק' במאנסי.

כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים מסיבת לחיים אינאיינעם מיט די תלמידי מוסדותינו הק' במאנסי וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים פארן נייעם בנין הת"ת.

כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים זיך אומקוקן אין די חדרים אינעם בנין הת"ת.

כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים פארלאזן דעם בנין התלמוד תורה ווי די תלמידי מוסדותינו הק' האבן ארויסבאגלייטן רבינו שליט"א בשירה ובזמרה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פיילס
IMG_20231013_000623_288.jpg
IMG_20231013_000629_342.jpg
IMG_20231013_000636_301.jpg
צו באקומען 'סאטמאר'ע נייעס' - נייעס באריכטן בילדער און ווידיאוס
וואטסעפפ טעלעגראם

צו באקומען''בחצרות סאטמאר אימעילס'' דריקט דא

פאר ''קרית יואל היימשטאט'' דרוקט דא
אוועיטער
בצל התומר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 276
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 12:32 am
x 239

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך בצל התומר »

🌴בצל התומר🌴
סאטמאר מהר״יי


דינסטאג פרשת בראשית



דינסטאג פרשת בראשית


פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר הבחור הבר מצוה
בן הרה״ח ר׳ יוסף קויפמאן הי״ו פון לעיקוואוד
דער רבי איז אריינגעקומען און ביהמד הגדול צו תפילת שחרית בעל תפילה איז געווען מו״ה משה הלל קאהן הי״ו
און די פארמיטאג שעות האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה״ח ר׳ אביש פערלמוטער הי״ו און די קינדער וואס זיצן שבעה ע״פ אמם ע״ה
און משפחת יאזשעף וואס זיצן שבעה ע״פ אביהם הרה״ח ר׳ אברהם מאיר יאזשעף ז״ל
און משפחת גרויס וואס זיצן שבעה ע״פ אמם ע״ה
און משפחת גאלדשטיין וואס זיצן שבעה ע״פ אביהם הרה״ח ר׳ יואל צבי אלימלך גאלדשטיין ז״ל
אזוי אויך איז דער רבי אנגעקומען און ביהמ״ד בית שמואל ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען הגה״צ אבד״ק בית שמואל שליט״א און די קינדער וואס זיצן שבעה ע״פ הרה״ח ר׳ חיים יודא קרויס ז״ל
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס און דערנאך האט דער רבי געוואונטשען ברכת תנחומין
אויפן וועג ארויס האט דער רבי מחזק געווען די אלמנה און די יתומים
דערנאך האט זיך דער רבי צוריקגעקערט לביתו נאוה קודש

אום 7 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בעל תפילה איז געווען הב׳ חיים זאפיר ני״ו
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 10:30 אויפדערנאכט
אום 9:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בעל תפילה איז געווען הב׳ חיים זאפיר ני״ו

נאכן געזעגענען איז דער רבי אריבער צום ויואל משה זאל ווי עס איז פארגעקומען די שמחת התנאים פון בת הרה״ח ר׳ שמואל טייטלבוים הי״ו משב״ק ויד ימינו של מרן רבינו שליט״א עב״ג החתן נתן בן הרב זלמן לייב טייטלבוים שליט״א
עס איז אויך אנוועזענט געווען בני וחתני מרן רבינו שליט״א רבני ודייני קהלתינו הק׳ רבני העיר און פילע ראשי קהלה והמוסדות עסקנים ופני העדה
דער רבי האט מסדר געווען די תנאים עדים זענען געווען הרה״ח ר׳ שלמה יודא מאשקאוויטש הי״ו און הרה״ח ר׳ ליפא פריעדמאן הי״ו
דערנאך האט דער רבי געליינט דעם תנאים און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשען פאר דער חתן די זיידעס און מחותנים
ארום 11:15 איז דער רבי צוריק אהיים לביתו נאוה קודש

~🌴🌴~
אוועיטער
בצל התומר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 276
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 12:32 am
x 239

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך בצל התומר »

🌴בצל התומר🌴
סאטמאר מהר״יי

מיטוואך פרשת בראשית


מיטוואך פרשת בראשית

ארום 7:30 אינדערפרי האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג קיין קרית יואל
אום 8:45 איז דער רבי אריינגעקומען און ביהמ״ד הגדול צו תפילת שחרית
בעל תפילה איז געווען הרה״ח ר׳ חיים יששכר יאקאבאוויטש הי״ו
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר הבחור הבר מצוה
בן הרה״ח ר׳ יצחק שווארטץ הי״ו
ובן הרה״ח ר׳ חיים יששכר יאקאבאוויטש הי״ו
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית מילה לבן הנולד אצל מו״ה יואל יעקב דאסקאל הי״ו ווי דער רבי איז מכובד געווארן מיט סנדקאות
דערנאך איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי ווי דער רבי האט געלייגט תפילין דרבינו תם און עוסק געווען בלימודו
דערנאך זענען אריין אל הקודש פנימה די בר מצוה בחורים ווי דער רבי האט אנגעוואונטשען ברכת קדשו און געגעבן במתנה ספה״ק ויואל משה בחתימת יד קדשו
דערנאך איז דער אריינגעקומען צום סעודת ברית ווי דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשען ברכת קדשו פאר די בעל שמחה און די זיידעס

דערנאך איז דער רבי אריבער און שטוב פון הרה״ח ר׳ מענדל שווימער הי״ו ראה״ק
נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי אנגעקומען אויף ניחום אבילים ביי משפחת ווייס וואס זיצן שבעה ע״פ אביהם הרה״ח ר׳ אהרן הערש ווייס ז״ל
דערנאך איז דער רבי אריבער צום שטוב פון הרה״ח ר׳ אברהם יקותיאל יערמיאש הי״ו מגדולי תומכי קהלתינו ומוסדותינו הק׳
צום מעמד כתיבת האויתיות אינעם ספר תורה וואס וועט ווערן אריינגעגעבן דורך ר׳ אברהם יקותיאל הי״ו קומענדיגן זונטאג פרשת נח הבעל״ט און ביהמ״ד הגדול דקהלתינו הק׳
דער רבי האט זיך געוואשן די הענט און אנגעטוען דעם צאנזער גארטל פון רביה״ק זי״ע מאוצרו פון ר׳ אברהם יקותיאל הי״ו דער רבי אריינגעשריבן עטליכע אותיות אינעם ספר תורה
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים מען האט געזינגען ניגוני שמחה דער רבי האט פארטיילט שריים און אנגעוואונטשען דעם נדבן די בני המשפחה און די הנהלת הקהלה והמוסדות
דערנאך איז דער רבי אריבער מבקר חולה זיין הרה״ח ר׳ ארי לייב מאיער הי״ו לרפו״ש
ארום 2:45 איז דער רבי אנגעקומען לביתו נאוה קודש און קרית ייטב לב ווי דער רבי וועט זיך אויפהאלטן ביז נאך שבת
אום 6:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בעל תפילה איז געווען הרה״ח ר׳ שלמה מאיר דאסקאל הי״ו
אום 9:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בעל תפילה איז געווען הב בן הרה״ח ר׳ יואל בראנער הי״ו.

~🌴🌴~
אוועיטער
בצל התומר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 276
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 12:32 am
x 239

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך בצל התומר »

🌴בצל התומר🌴
סאטמאר מהר״יי

דאנערשטאג און פרייטאג פרשת בראשית



דאנערשטאג פרשת בראשית

אום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית און היכל התלמוד תורה ווי עס האבן מיטגעדאווענט די הונדערטער קינדער תלמידי מוסדותינו הק׳ און קרית ייטב לב
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר הבחור הבר מצוה בן הרה״ח ר׳ צרדכי יצחק היימליך הי״ו פון מאנטריאל
בעל תפילה איז געווען הר״ר אברהם יושע קלאר שליט״א
ביי קריאת התורה זענען נתכבד געווארן
כהן: הר״ר יודל פישער שליט״א
לוי: הבחור הבר מצוה בן הרה״ח ר׳ מרדכי יצחק היימליך הי״ו
דער רבי האט עולה געווען שלישי
הגבה: הרה״ח ר׳ מרדכי יצחק היימליך הי״ו
גלילה: הב׳ בן הרה״ח ר׳ הערשל שטערן הי״ו
נאכן דאווענען איז דער רבי אריבער צום שטח ווי עס ווערט געבויט די נייעם בנין התלמוד תורה ״בנין בראך״ ווי און די יעצטיגע טעג ווערט געגאסן די פאדעמענט
דער רבי האט זיך אומגעקוקט פאר א לענגערע און איז געווארן צוגעוויזן דורך הרה״ח ר׳ עוזיאל פליישמאן הי״ו מנכ״ל און העסקן ר׳ קלמן כרמל הי״ו און דער רבי האט אנגעוואונטשען ברכת קדשו פאר די חברי הנהלה און די עסקנים
דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש
אום 4:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בעל תפילה איז געווען הב׳ בן הרה״ג ר׳ יואל זוסמאן ראזענצווייג שליט״א דומ״ץ דקהלתינו הק׳
דערנאך איז דער רבי אריבער און ביהמ״ד בית יהושע דקהלתינו הק׳ צום ׳עצרת תפילה׳ ווי דער רבי האט מיטגעזאגט תהילים פון קאפיטל צ׳ ביזן סוף
דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש
ארום 8 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בעל תפילה איז געווען הב׳ בן הרה״ח ר׳ יואל בראנער הי״ו

פרייטאג פרשת בראשית

ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית און ביהמ״ד בית יהושע דקהלתינו הק׳ בעל תפילה איז געווען הרה״ח ר׳ אברהם לייב בראך הי״ו
נאכן דאווענען האט זיך דער רבי אומגעקוקוט אויף די בוי ארבעט פון עטליכע נייע חדרי התפילה וואס מען בויט צו און די יעצטיגע טעג צום ביהמ״ד.

~🌴🌴~
אוועיטער
דבוק אין צדיק
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 309
זיך איינגעשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 1:14 pm
Location: טוב ל'צדיק' וטוב לשכנו
x 250

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך דבוק אין צדיק »

IMG-20231013-WA0074.jpg
IMG-20231013-WA0074.jpg (246.64 KiB) געזען געווארן 1341 מאל
IMG-20231013-WA0073.jpg
IMG-20231013-WA0073.jpg (315.5 KiB) געזען געווארן 1341 מאל
סאטמאר בני ברק (הגרח"צ מייזליש)
אוועיטער
סאטמארע נייעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 135
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 7:19 pm
x 153

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך סאטמארע נייעס »

סאטמאר מהר"א

*מאנטאג פרשת בראשית - אסרו חג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א*

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברי''ש פריעדמאן הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול. פאר'ן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר אלימלך דייטש הי''ו.
ב"ר חיים הערש מיטטעלמאן הי''ו.
ב"ר ישעי' בנימין שפילמאן הי''ו.
ב"ר אברהם שמחה הירש הי''ו.
ב"ר חיים יקותיאל האלפערט הי''ו.
ב"ר ארי' שפיטצער הי''ו.
ב"ר אברהם דוד לעבאוויטש הי''ו.
ב"ר יואל אברהם וואלף אפפעל הי''ו.
ב"ר מאיר משה גרין הי"ו.
ב"ר אליעזר זוסיא שטערן הי"ו.
ב"ר דוד יחזקאל שמואל שרייבער הי''ו (לאנדאן).
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.

נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יושע אליעזר הערשקאוויטש הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

בחדרו הפרטי האט דער רבי פארטיילט פאר אנ"ש תושבי ירושלים עפלעך שיריים פון די סוכה לשמירה ולהצלחה.

דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

ביים אנקומען אהיים לביתו נאוה קודש האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די בוי ארבייט ביים נייעם פליגל בביתו נאוה קודש ווי עס ווערט פארברייטערט די זאלן צו קענען אקאמעדירן די הונדערטער חתנים בליל הסדר, ווי אויך ווערט פילפאכיג פארגרעסערט די ספרים שטוב פון רבינו שליט"א.

פארמיטאג האט רבינו שליט"א פארטיילט פירות וועלכע זענען געהאנגען אין די סוכה פאר די בחורים וועלכע האבן ארויסגעהאלפן מיטן בויען די סוכה און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.

נאכמיטאג ארום 5:45 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג קיין פארשעי מאנסי, ווי דער רבי האלט זיך אויף אין די טעג אויף אפרוה.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 6:50 און מעריב ביים זמן ר"ת ארום 7:40 אין ביהמ"ד בוטשאטש.

*דינסטאג בראשית*

ארום 8:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד בוטשאטש צו תפילת שחרית. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
בן הר"ר יואל בנימין אלטר פאנעט שליט"א.
ב"ר וואלף שניטצער הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט הר"ר חיים אלעזר ווייס שליט"א מחמעלניק מאנסי זיידע פון א בר מצוה בחור, איבער הרה''ק הקדושת לוי זיע''א און הגה''ק החתם סופר זיע''א וואס איז געווען די יארצייטן בו ביום.
נאכן דאווענען האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די סוגיא פארלערנען ביי רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א, און איבער די השתלשלות הענינים ווי דער רבי האט איבערגעדריקט דעם ספר תולדות אדם פון זקינו הגה"ק מטאלטשאווע זיע''א און די הסכמה וואס דער רבי האט באקומען פון רביה"ק זיע''א.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:00 און מעריב ארום 8:25 אין ביהמ"ד בוטשאטש, צווישן מנחה און מעריב איז געווען זמני כניסה פאר אנ"ש בחדר הפרטי.

*מיטוואך בראשית*

ארום 9:00 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד בוטשאטש צו תפילת שחרית. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יחיאל מיכל גלאנץ הי"ו.
ב"ר יואל בר"א עקשטיין הי"ו.
ב"ר שאול בראך הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:00 און מעריב ארום 8:10 אין ביהמ"ד בוטשאטש. צווישן מנחה און מעריב איז געווען זמני כניסה פאר אנ"ש בחדר הפרטי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

*דאנערשטאג פרשת בראשית 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א*

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט די עלטערע ילדי תשב''ר תלמידי מוסדותינו הק' במאנסי אינעם גיגאנטישען בנין התלמוד תורה החדש 'בנין משה חיים גאלדשטיין'.
ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א און די הנהלת המוסדות, דער רבי איז אריין אין ביהמ"ד און ארום צווישן די טישן און זיך אומגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח אויף די לימודים.

פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
בן הרה"ג ר' אהרן יעקב כהנא שליט"א.
בן הר"ר משה יוסף אשכנזי שליט"א.
ב"ר שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו מנהל המוסדות.

עליות. כהן: הרה"ג ר' אהרן יעקב כהנא שליט"א. לוי: הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א. שלישי: רבינו שליט"א. הגבה: הר"ר אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א. גלילה: הר"ר משה יוסף אשכנזי שליט"א.

א קורצע צייט נאכן דאווענען איז פארגעקומען דער 'מעמד פתיחת שערים' דער רבי האט קובע מזוזה געווען אויפן שער ביהמ"ד, און מכבד געווען צו קובע מזוזה זיין, הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א, נדבן הבנין הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו, מנהל המוסדות הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו.
דערנאך איז פארגעקומען די מסיבת לחיים אינאיינעם מיט די אריבער טויזענט ילדי תשב''ר תלמידי המוסדות, די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א, און די קינדער האבן ממשיך געווען מיטן זינגען שיינע חרוזים לכבוד המאורע.

דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם געוואונטשן פארן נדבן הבנין ובני משפחתו, פארן רב, הנהלת המוסדות, מרביצי תורה, און אלע קינדער, און משמיע געווען דב"ק, צום ערשט אנגעהויבן מיט א תפילה פאר אחינו בני ישראל תושבי ארה"ק הנתונים בצרה 'המקום ירחם עליהם וישמרהו ויצילהו מכל צרה וצוקה בכל מקום שהם'. מיט א שמחה האט דער רבי ארומגערעדט איבער דעם חנוכת הבית פון אזא בנין גדול ומפואר וועלכע וועט מחנך זיין במשך די יארן טויזענטער קינדער, און געזאגט הדרכה פאר די קינדער, און גערעדט בשבח פונעם חשובן נדבן הבנין הרה''ח ר' משה הי''ו, ובשבח פון די הנהלת המוסדות בפרט פונעם איבערגעגעבענעם מנהל המוסדות הרה"ח ר' שמואל זאנוויל הי"ו וועלכע שטייט במסירות נפלאה בראש פונעם מוסדות און האט אהערגעשטעלט דעם בנין האדיר ומפואר אין אזא קורצע צייט שלא כדרך הטבע, חוץ די אנדערע בניני הבית רחל וואס מען האט געבויעט און מען האלט אינמיטן בויען, בשבח פון קהלתינו הק' אין מאנסי בראשות דעם רב שליט"א וועלכע איז נודע לתהילה בכל העיר, און מסיים געווען בברכות לרוב.

נאך די דב''ק האט הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א מרבני קהלתינו הק' אויפגערופן דעם חשוב'ן נדבן וועלכע האט געמאכט א התרגשות'דיגע ברכת שהחיינו מלובש בבגדי שבת, דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ א לענגערע צייט, דערנאך האט דער נדבן אויפגעטרעטן מיט קורצע ווערטער לכבוד המעמד. מען האט געענדיגט ארום 1:15.

נאכן מעמד איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי ווי דער רבי האט פארטיילט שיריים פאר די תלמידי המוסדות וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים און מאציל געווען מברכות קדשו.

דערנאך איז דער רבי ארומגעגאנגען אין די פערציג חדרים אין ת''ת וועלכע זענען שוין אין באנוץ, ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים.

ארום 2:00 האט רבינו שליט''א פארלאזט דעם בנין בשעת די אריבער טויזענט תלמידים שטייען אויסגעשורה'ט און באגלייטן דעם רבי'ן בשירה וזמרה.

פון דארט איז דער רבי אריבער אויף ניחום ביי האברך ר' יצחק נפתלי שפיטצער הי"ו ע"פ בנו ע"ה.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 6:50 און מעריב ארום 7:55 אין ביהמ"ד בוטשאטש. צווישן מנחה און מעריב איז געווען זמני כניסה פאר אנ"ש בחדר הפרטי.

נאך מעריב זענען אריין בקו''פ א קבוצה בחורים מציונים תלמידי ישיבה קטנה סניף מעיין התורה פון ב"פ בהנהלת הר"ר ישראל יצחק זינגער שליט"א, דער רבי האט פארהערט די בחורים מסכת גיטין א לענגערע צייט, און דערנאך פארטיילט א סעט תורת משה פאר אלע בחורים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️

*פרייטאג בראשית*

ארום 9:00 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד בוטשאטש צו תפילת שחרית. פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב יצחק שניטצער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק, דער רבי האט תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים תאומים בני ר' משה אברהם ווידער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין בחדרו הפרטי פארן בר מצוה בחור ב"ר שלום יצחק וויינבערגער הי"ו מתלמידי מוסד הק' שערי חמלה, דער רבי האט אים תפילין געלייגט מיט א שטארקע התרגשות און ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די גאנצע משפחה.

דערנאך איז פארגעקומען בהיכל הביהמ"ד א סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס איז געשריבן געווארן דורך משפחת מענדלאוויטש און מתפללי ביהמ"ד הלכה ברורה אין קר''י, לע"נ הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש ז''ל רב הביהמ"ד בן משב''ק הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו, דערנאך איז דער רבי געגאנגען הגבה און געטאנצן מיטן אפענעם ס''ת, גלילה: משב''ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו, דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען מיט די ריקודים מיטן ס''ת, און מכבד געווען משב"ק הרה"ח ר' יושע הי"ו און די משפחה צו טאנצן מיטן ספר תורה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
צו באקומען 'סאטמאר'ע נייעס' - נייעס באריכטן בילדער און ווידיאוס
וואטסעפפ טעלעגראם

צו באקומען''בחצרות סאטמאר אימעילס'' דריקט דא

פאר ''קרית יואל היימשטאט'' דרוקט דא
הייליגע חסיד
פרישער באניצער
פאוסטס: 29
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 9:40 pm
x 27

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך הייליגע חסיד »

סאטמארע נייעס האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 4:43 pm
► Show Spoiler
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פרישע חידוש!

ווען איינער וויל זעהן א באריכט פון סאטמאר מהר״א זאל ער בעטן אז סאטמאר מהר״יי זאל ארויפלייגן זייער באריכט און צו די פאר מינוט וועט זיין פון סאטמאר מהר״א….
אז נישט וועט נישט זיין.. ווי די מציאות האט שוין געוויזן..
אוועיטער
דבוק אין צדיק
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 309
זיך איינגעשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 1:14 pm
Location: טוב ל'צדיק' וטוב לשכנו
x 250

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך דבוק אין צדיק »

דבוק אין צדיק האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 9:33 pm סאטמאר בני ברק (הגרח"צ מייזליש)

*זוֹבְחֵי הַזֶּבַח אִם שׁוֹר אִם שֶׂה וְנָתַן לַכֹּהֵן הַזְּרֹעַ וְהַלְּחָיַיִם וְהַקֵּבָה*

מערכת שיעורי תורה שעל ידי *קהל יטב לב דסאטמאר בני ברק* האט היינט נאכט ליל אושפיזא דיוסף אפגעראכטן אן הערליכן מעמד *שחיטת כבש* און דערצו די מצוה נדירה פון *נתינת מתנות כהונה.*

דער מעמד איז פארגעקומען אין בית המדרש הגדול ויואל משה אין שיכון קרית יואל בני ברק בהשתתפות הונדערטער אנשי שלומינו זקנים עם נערים, ועל צבאם *מורינו הגה”צ ראש ישיבתינו שליט"א.*

צוליב דעם ריבוי העם, האט מען אויכט געפענט דעם עזרת נשים פאר אברכי ובחורי אנ"ש, צו קענען מיטהאלטן די גרויסן מעמד
IMG-20231013-WA0064.jpg
IMG-20231013-WA0064.jpg (205.36 KiB) געזען געווארן 1139 מאל
לקדש שם שמים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 277
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 11:02 pm
Location: גלילות
x 163

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך לקדש שם שמים »

סאטמארע נייעס האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 4:43 pm *מאנטאג פרשת בראשית - אסרו חג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א*
► Show Spoiler
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וועלכע סאטמאר?
Satmar
פרישער באניצער
פאוסטס: 94
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 12:21 am
x 23

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך Satmar »

לקדש שם שמים האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 9:50 am
► Show Spoiler
וועלכע סאטמאר?
דאס זעט מען אויפן לשון............
#ישיבה קטנה אלערט....
צי באקומען נייעס און באריכטען דורך טעקסט שיקט satmartime @ צי 81010
וואסאפשט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 684
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 9:57 pm
x 372

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך וואסאפשט »

א קורצער טרוקענע באריכט פון שבת פרשת בראשית בצל כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהרי"י שליט"א אין קרית יטב לב
צו מנחה איז רבינו שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד אויף וואלנאט רידזש אום 20 צו 7
רבינו שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה
צו קב"ש איז צוגעגאנגען הרה"ג דומ"ץ הקריה שליט"א
נאכן דאווענען איז דער עולם אריבער גוט שבת זאגן
די רבי האט געפראוועט די סעודה אינדערהיים אויף א פריוואטע פארנעם אינאיינעם מיט די בני המשפחה

צו שחרית איז די רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד אום 20 צו 10
די רבי האט פארגעזאגט ברכות
צו פסד"ז איז צוגעגאנגען ר' משה אורי וואגשאהל הי"ו פון קרית יואל
שחרית הרה"ג ר' יואל מארקאוויטש שליט"א מנהל רוחני אין איינע פון די סניפי ישיב"ק און קרית יואל
פתיחה
כהן-ר' סענדער קאהן פון מאנסי
לוי-ר' שמואל בנימין שישא מגבאי הביהמ"ד שכונות וואלנאט רידזש
שלישי-הגה"צ ר' אלחנן חיים פילאפף שליט"א חדב"ן
רביעי-ר' הערשל שטערן מתושבי הקרי'
חמישי-ר' יושע נפתלי לאנדא פון וומ"ס
שישי-רבינו שליט"א
שביעי-ר' משה שמילאוויטש מתושבי הקרי' ומראשי העיר
אחרון-ר' יואל ברוין פון ק"י
מפטיר-ר' יושע קאהן פון מאנסי
הגבה גלילה 2 יונגעלייט מתושבי הקרי'
רבינו שליט"א האט געבענטשט ראש חודש
צו מוסף איז צוגעגאנגען ר' יואל ווייס מתושבי הקרי' ומגבאי הביהמ"ד
פתיחה צו אנעים זמירות -ר' יהוסף עסטרייכער פון ק"י
מ'האט גענדיגט ארום א פערטל נאך 12

צו מנחה איז רבינו שליט"א ערשינען אום 20 צו 7
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' שלמה מאיר דאסקאל
כהן-?
לוי-?
שלישי-ר' זיידא ישראל חיים בערקאוויטש מתושבי הקרי' ובוניה
הגבה רבינו שליט"א
גלילה-ר' אליעזר ברוך אייזענבערג מתושבי הקרי'

ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען מיט
אודה-ר' עוזיאל פליישמאן מתושבי הקרי' ומנכ"ל המוסדות
שיר המעלות-ר' יואל פאלקאוויטש מתושבי הקרי'
ידיד נפש -ר' יוסף יוחנן וואלנער מתושבי הקרי' ומזכיר הקהילה

צו מעריב איז צוגעגאנגען ר' יהוסף עסטרייכער פון ק"י

א לענגערע באריכט פון די של"ש תורה ווי די רבי האט ארומגערעדט בעיניני הזמן
וועט שפעטער נאכפאלגן בעזר השם בלי נדר
אז עפעס איז שווער פרעגט מען וואסאפשט.............
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 840
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 1401

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

2 דערמאנונגען:

1) בקשה פון די נייעס ברענגער, ספעציעל די סאטמארע: ביטע אלעמאל געדענקען צו שרייבן פון וועלכע סאטמאר עס איז (אויסער ווען ס'קומט מיט א בילד וואס איז מוכיח).

2) די קינדישע קריגערייען צווישן פארשידענע וואטסעפ גרופעס באלאנגען נישט דא. אויב וויל איינער ארויסברענגען א געוויסע נקודה אדער קאמפלעין איז ער אודאי ערלויבט, אבער נישט קיין טשעפערייען. ביטע ווייטער האלטן די אטמאספער ערוואקסן און ברודערליך.

יישר כח!
אוועיטער
סאטמארע נייעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 135
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 7:19 pm
x 153

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך סאטמארע נייעס »

סאטמאר מהר''א

*שב''ק פרשת בראשית מברכים חודש חשון 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א - אין פארשעי מאנסי ווי דער רבי וויילט למנוחת הנפש*

פרייטאג צונאכטס ארום 6:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד בוטשאטש מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרב יעקב נחמן ווארפמאן הי"ו (וומסב''ג) מען האט געענדיגט ארום 8:05. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת, און דער רבי איז אהיים לבית האכסניא.

רבינו שליט''א האט געפראוועט די שלחה''ט אויף א פריוואטע פארנעם בבית האכסניא.
ארום 10:15 האט מען געעפענט די טיר צו די זמירות וד"ת.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרב נחמן ווארפמאן הי"ו (ב"פ), מנוחה ושמחה: הרב יעקב נחמן ווארפמאן הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויף 'קישור סוף התורה לתחילתה' און געטייטשט בדרך דרוש בענין שבירת הלוחות.

קה אכסוף: הרה"ח ר' הערשל בר"מ ווערטהיימער הי"ו, ברכהמ''ז: הגה"צ ר' מנחם בנציון ווארפמאן שליט"א אב"ד בוטשאטש.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי אליעזר'ל דזיקוב'ער זיע''א.

קה רבון עלם: ר' יואל בר"ל אפפעל הי"ו, נאך די פירות האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה''ק מרוזין זיע''א, וואס די יארצייט געפאלט מיטוואך ג' חשון.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' שלמה ברוין הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 11:45.

*וביום השבת קודש*

שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א געגאנגען אין מקוה אין ביהמ"ד לויעוו-טשערנאבל.

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' יואל וויינבערגער הי"ו, צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרב יצחק אייזיק ווארפמאן הי''ו. בעל קורא: הב' אברהם דוד ווארפמאן ני"ו.

עליות. כהן: הרה"ח ר' יצחק ישעי' שאבערד הי"ו. לוי: הרה"ח ר' אברהם ארזעל הי"ו. שלישי: הרב נחמן ווארפמאן שליט''א. רביעי: הרה"ח ר' משה וויינגארטן הי"ו. חמישי: הרה"ח ר' אברהם יעקב אפמאן הי"ו. שביעי: הרה"ח ר' משה יושע ווייס הי"ו. אחרון: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו. מפטיר: הרה"ח ר' מנחם שענקער הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' רפאל ראקאווסקי הי"ו. גלילה: הב' המשב"ק חנני' יו"ט ליפא דייטש ני"ו.

רבינו שליט"א האט ראש חודש געבענטשט בהתעוררות רב.

מוסף: הגה"צ אב"ד בוטשאטש שליט"א, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' יצחק ראזענפעלד הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:10.

*רעוא דרעווין*

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען ארום 6:45. מנחה: הרב משה ברמ"צ כהנא שליט"א. הוצאה והכנסה: ר' שניאור זלמן העכט הי"ו. כהן: הרב שמואל הערש ברא"י כהנא שליט"א. לוי: הרה"ח ר' יואל ברי"צ האפמאן הי"ו. שלישי: הרה"ח ר' יואל ברמ"י פריעדמאן הי"ו. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הב' ב"ר חיים אליעזר העללער הי"ו (וומסב''ג).

זמירות ביי ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה הרה"ח ר' בנציון קליין הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' שמחה אהרן אשר גאלד הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'בראשית ברא אלקים' און געטייטשט אז דורך לימוד התורה באקומט מען צוריק דעם צלם אלוקים אויפן פנים און די תפילות ווערן נתקבל, ובפרט דערמאנט דרי ארצינו הקדושה וואס זענען בעת צרה און דארפן האבן רחמי שמים מרובים, מען דארף מתפלל און בעטן אז דער שומר ישראל זאל שומר ומציל זיין אידישע קינדער בכל מקומות מושבותיהם. און געפאדערט יעצט בתחלת השנה דארף מען זיך מחזק זיין בלימוד התורה יעדער לפי מדרגתו.

ידיד נפש: הרה"ח ר' רפאל פערלמוטטער הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' אברהם יעקב אפמאן הי"ו, דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' משה יצחק לאנדא הי"ו, נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך, צווישן אנדערע איז אריבערגעקומען הגה"צ רבי משה פריעדמאן שליט"א דומ"ץ קהלתינו ב"פ לרפו"ש, דער רבי האט אים ווארעם באגריסט און געוואונטשן ברכת קדשו. מען האט געענדיגט ארום 8:45.

ארום 11:00 איז רבינו שליט''א אריבער אין ביהמ"ד נייטרא ווי דער רבי האט מפאר געווען ביי די שמחת הפארשפיל פון החתן בן הגה"צ רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א אבד''ק נייטרא מאנסי, עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו, און דערנאך ארויס און א מחול לצדיקים אויפן אויבן אהן און עקסטער מיט ידי"נ הגה"צ מנייטרא מאנסי שליט"א.

דערנאך האט רבינו שליט''א באזוכט בבית מדרשינו החדש אין שכונת דזשיל אין מאנסי, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן גאנצן ביהמ"ד, און זיך אראפגעזעצט צו א מסיבת לחיים מיט די מתפללי הביהמ''ד, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פאר הרה"ג ר' אפרים משה לעווי שליט"א דומ''ץ הביהמ"ד, און הרה"ח ר' יחזקאל לאנדא הי"ו דער בריח התיכון פונעם ביהמ"ד און די אנדערע ראשי הקהילה, און פארן גאנצן ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
צו באקומען 'סאטמאר'ע נייעס' - נייעס באריכטן בילדער און ווידיאוס
וואטסעפפ טעלעגראם

צו באקומען''בחצרות סאטמאר אימעילס'' דריקט דא

פאר ''קרית יואל היימשטאט'' דרוקט דא
אוועיטער
בצל התומר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 276
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 12:32 am
x 239

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך בצל התומר »

🌴בצל התומר🌴
סאטמאר מהר״יי



שב״ק פרשת בראשית-מברכים חודש חשון בצל הקודש און קרית ייטב לב



ליל שב״ק

פרייטאג צונאכטס ארום 6:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בביהמ״ד ד׳קהלתינו הק׳ שכונת וואלנאט-רידזש מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צום עמוד
קבלת שבת איז צוגעגאנגען הרה"ג ר׳ יואל זוסמאן ראזענצווייג שליט״א דומ״ץ דקהלתינו הק׳
די ציבור איז אדורך זאגן 'א גוט שבת'
דערנאך איז דער רבי אהיים און געפראוועט דעם טיש בביתו נאוה קודש

יום שבת קודש

שבת אינדערפרי ארום 9:40 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית און פארגעזאגט ברכות
פסוקי דזמרה: הרה״ח ר׳ משה ארי וואגשאהל הי״ו פון קרית יואל
שחרית: הרה"ג ר' יואל מארקאוויטש שליט״א ר״מ בישיבתינו הק׳ און קרית יואל

ביי קריאת התורה איז נתכבד געווארן מיט
הוצאה והכנסה: הרה״ח ר׳ משה וואלף גליק הי״ו
כהן: הרה"ח ר' סנדר קאהן הי״ו
לוי: הרה״ח ר' שמואל בנימין שישא הי״ו
שלישי: הגה״צ ר׳ אלחנן פילאפף שליט״א חדב״ן
רביעי: הרה״ח ר׳ הערשל שטערן הי״ו
חמישי: הרה"ח ר' נפתלי צבי לאנדא הי״ו פון וויליאמסבורג
דער רבי האט עולה געווען שישי
שביעי: הרה״ח ר׳ משה שמילאוויטש הי״ו בונה ומקים העיר
אחרון: הרה"ח ר' יואל ברוין הי״ו פון קרית יואל
מפטיר: הרה"ח ר' יושע קאהן הי״ו פון וויליאמסבורג
הגבה: הרה״ח ר׳ יואל מאיר יונגרייז הי״ו
גלילה: הרה״ח ר׳ זלמן לייב מארקאוויטש הי״ו
דער רבי האט געבענטש ראש חודש
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה״ח ר׳ יואל ברי״א ווייס הי״ו מגבאי הביהמ״ד
פתיחה לאנעים זמירות: מו״ה יהוסף עסטרייכער הי״ו פון קרית יואל

דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש און געפראוועט די סעודה בקרב בני המשפחה

ארום 6:45 איז די רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה ושל"ס
בעל תפילה איז געווען הרה"ח ר' שלמה מאיר דאסקאל הי"ו
ביי קריאת התורה איז נתכבד געווארן
כהן: הרה"ח ר׳ יוסף קדיש כהן הי״ו פון וומ״ס
לוי: הרה״ח ר׳ מאיר יצחק ווייזער הי״ו
שלישי: הרה״ח ר׳ ישראל חיים בערקאוויטש הי״ו בונה ומקים העיר
דער רבי איז געגאנגען הגבה
גלילה: הרה"ח ר' אליעזר ברוך אייזענבערג הי״ו
דער רבי האט זיך געוואשן צו של"ס און פארגעזינגען די זמירות
אודה: הרה"ח ר' עוזיאל פליישמאן הי"ו מנכ״ל מוסדותינו הק׳
שיר המעלות: הרה"ח יואל פאלקאוויטש הי"ו
דער רבי האט געזאגט תורה און ארומגערעדט בקול בוכים א לענגעגערע צייט איבער די מצב המלחמה און ארה״ק און אויסגעפירט אז מאיז מתפלל עס זאל שוין זיין ׳נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך׳ און אזוי אויך שטייט ׳והפלה ה׳ את מכותך׳ זו מכה אשר לא כתובה בתורה זאגט די גמרה זו מיתת צדיקים, האט דער רבי געזאגט אז דאס מיינט נישט דוקה בגשמיות נאר אויך ברוחניות אז מען וועט ליידער בטל ווערן צווישן די אומות העולם אבער די איינציגסטע וועג זיך צו האלטן איז ווי די הלכה אז כל קבוע כמחצה על מחצה דמי, און אז מאיז דבוק און די תורות פון די פריעדיגע צדיקים נאר אזוי קען מען זיך האלטן אויפן גראדן וועג,
דער רבי האט מסיים אז מען זאל אויסניצן די טעג צו מתפלל אז מען זאל ניצול ווערן פון מחשבת מינות און פאר אחינו בני ישראל הנמצאים בצרה ובשבי און מען זאל שוין אויסגעלייזט ווערן ע״י משיח צדקינו

ידיד נפש: הרה"ח ר' יוסף יוחנן וואלנער הי״ו מזכיר קהלתינו הק׳
דער רבי האט געבענטשט על הכוס
צו מעריב איז צוגעגאנגען מו״ה ר׳ יהוסף עסטרייכער הי״ו פון קרית יואל
נאך מעריב איז די ציבור אדורך זאגן א גוטע וואך און דער איז רבי אהיים לביתו נאוה קודש.

~🌴🌴~
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 997
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1450

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

🌴בצל הקודש🌴
רבינו שליט"א ביים סיום כתיבת ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך משפחת מענדלאוויטש און מתפללי ביהמ"ד הלכה ברורה ק"י, פארגאנגענעם פרייטאג בראשית נאך תפילת שחרית אין ביהמ"ד בוטשאטש.
~🌴~
פיילס
4994588997636434911_121.jpg
4994588997636434912_121.jpg
4994588997636434915_121.jpg
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 997
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1450

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

🌴בצל הקודש🌴
רבינו שליט"א ביי הבדלה און אמירת א גוטע וואך אין ביהמ"ד בוטשאטש אין פארשעי.
~🌴~
פיילס
4999137380887800710_121.jpg
4999137380887800713_121.jpg
4999137380887800714_121.jpg
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 997
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1450

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

🌴בצל הקודש🌴
רבינו שליט"א ביי הבדלה און אמירת א גוטע וואך אין ביהמ"ד בוטשאטש אין פארשעי.
~🌴~
פיילס
4999137380887800717_121.jpg
4999137380887800719_121.jpg
4999137380887800722_121.jpg
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 997
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1450

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

🌴בצל הקודש🌴
רבינו שליט"א ביים מסיבת לחיים אין בית מדרשינו החדש אויף די דזשיל גאס אין מאנסי.
~🌴~
פיילס
4999137380887800741_121.jpg
4999137380887800742_121.jpg
4999137380887800748_121.jpg
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 997
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1450

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

🌴בצל הקודש🌴
רבינו שליט"א ביי תפילת שחרית והלל, און דערנאך ביים מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים אין ביהמ"ד בוטשאטש אין פארשעי.
~🌴~
פיילס
4999137380887800779_121.jpg
4999137380887800782_121.jpg
4999137380887800784_121.jpg
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
שרייב פאוסט