ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

אינטערעסאנטע ידיעות איבער אלץ און אלעם
ChatGPT
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 408
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 12:07 pm
x 989

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך ChatGPT »

aitch האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 08, 2026 12:31 pm אויב דו זוכסט א פשוטע וועג, איז דער מהלך גאר קאמפליצירט: אויב דו זאגסט אז Nuclear Decay איז געווען אסאך שנעלער, מוזסטו אנטוויקלען א נייע ad hoc סברא פארוואס די היץ האט נישט אינגאנצן צעשמאלצן די ערד. נאכדעם מוזסטו אויפקומען מיט נאך א ad hoc כלל פארוואס די Speed of Light האט זיך געטוישט פונקט אין דעם זעלבן ראטע צו די Nuclear Decay. און נאכדעם מוזסטו ערפינדן נאך א כלל פארוואס די טויש אין גאזן און לופט האט נישט איבערגעלאזט קיין איין געאלאגישע אדער סטרוקטוראל רושם אין די שטיינער.

דער מעלה פון בריאה בקומה שלמה איז אז מען דארף נישט ערפינדן קיין נייע פיזיק אדער האפן אז סייענס גייט זיך טוישן.
ס'איז טאקע א פשוטערע מהלך לויט די חוקי הפיזיקס וואס מ'ווייסט היינט, אבער מצד שני וועט מען מוזן קוועטשן דעם אלוקים עשה את האדם ישר והמה בקשו חשבונות רבים. ס'וועט זייער שווער שטומען מיט א אמונה'דיגע שכל און פסוקים.

מצד שני, סייענס האט א היסטאריע פון כסדר אדאפטירן פרישע חידושים וואס פרעגן אפ מכל וכל טעאריעס וואס זענען געווען אנגענומען פון פריער. אין די סייענטיפישע וועלט איז זייער נארמאל אוועקצומאכן טעאריעס מכל וכל ביז... נעם א דוגמה איסטארכוס' היליאו-סענטריק מאדעל וואס טויזענט יאר איז עס געווען אפגעפרעגט ביז קופערניקוס איז אויפגעשטאנען. ע''כ איז פיל לייכטער פאר מיר אלס מאמין צו לאזן גראד די מעשי בראשית און ווי אויך מיין שכל און ענדערש קוועטשן אז סייענס העט אדער יא אדער נישט טוישן מיינונג איין טאג.
aitch
פרישער באניצער
פאוסטס: 91
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 6:34 pm
x 166

פאוסט דורך aitch »

ChatGPT האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 08, 2026 1:19 pm

איך רעספעקטיר דיין מיינונג
יָכוֹל לִפְטוֹר הָעוֹלָם, אֲדוֹנֵינוּ בַּר יוֹחָאי
צווייטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 940
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 1941

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך צווייטער »

פאטאשאפ האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 07, 2026 2:49 pm
צווייטער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 01, 2026 4:32 pm
aitch האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 28, 2026 12:35 am

ניין, די גמרא אליינס שרייבט "ונראין דבריהן מדברינו" (רמב"ם שרייבט אז חז"ל האבן גערעדט פון אסטראנאמיע און מעדיצין לויט די חכמות וואס זענען געווען באקאנט אין יענע דורות)

איז כפירה צו טראכטן אז זיי האבן נישט געוווסט פון עוואלאשאון? כאפסט אז דא פעלט א כלל וואס יא און וואס נישט?
שיטה מקובצת, כתובות י״ג ע״ב, בשם רבינו תם:
דאע״ג דנצחו חכמי אומות העולם לחכמי ישראל, היינו נצחון בטענות, אבל האמת הוא כחכמי ישראל.
ווילסט מיר טאקע זאגן אז ביינאכט גייט די זון העכער די הימל צוריקציוועגס ביז עס דעגרייכט צי מזרח אינדערפרי?
באר הגולה להמהר''ל https://www.sefaria.org/Be'er_HaGolah%2 ... .1?lang=bi
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3131
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 7034

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך פשוט און גראד »

מענין לענין באותו ענין.

וואס איז טייטש אין דורשין מעשה בראשית לשנים? משנה חגיגה.
aitch
פרישער באניצער
פאוסטס: 91
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 6:34 pm
x 166

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך aitch »

פשוט און גראד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 08, 2026 2:00 pm מענין לענין באותו ענין.

וואס איז טייטש אין דורשין מעשה בראשית לשנים? משנה חגיגה.
מחלוקה גדולה אויב עס מיינט אסטראנאמיע אדער קבלה
יָכוֹל לִפְטוֹר הָעוֹלָם, אֲדוֹנֵינוּ בַּר יוֹחָאי
נייע חידוש
ניי צום טיש
פאוסטס: 4
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 06, 2026 9:02 pm
x 11

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך נייע חידוש »

Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 08, 2026 1:32 am
נייע חידוש האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 07, 2026 7:00 pm
צווייטער האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 07, 2026 5:29 pm

רבונא דעלמא! טרעף מיר איין סייענטיסט וואס זאל האלטן פון די עוואלוציע הארורה און פערצופאל אויך האלטן אז ס'איז דא א בורא.

די צוויי זאכן זענען געקניפט און געבינדן, מ'איז אויפגעקומען מיט'ן שיטה הארורה נאר מיט'ן ציל צו אוועקנעמען די 'בורא'!

קומסטו מיט א מורא'דיגע המצאה (נישט דו, נאר פון ווי דו האסט עס געליינט), אז מ'גייט עס אפטיילן, מ'גייט האלטן פון די שיטה הארורה און זאגן אז דאס איז דער אופן וויאזוי דער בורא האט באשאפן די וועלט.

אויב האלטסטו פון א 'בורא' דארפסטו נישט צוקומען צו דעם, די גאנצע שיטה איז נולד געווארן נאר כדי צו פארענטפערן וויאזוי די וועלט איז באשאפן געווארן אן א בורא.

דאס קומט פון די מאדערנער וועלט וואס וויל אריינברענגן דעות זרות בתוך עם התורה. כידוע.
דאס איז פשוט שקר.
אין יאר תשס"ט האט די באקאנטע פרעסטיזשפולע אנקעטע פירמע (Pew Research Center) אדורך געפירט א געהעריגע אנקעטע צווישן סייענטיסטן און די מציאות איז ווי פאלגענד:
33% גלייבן אין באשעפער (עכ"פ נישט ווייניגער פון קריסטען)
18% גלייבט נאר אז עס איז דא א געוויסע "הייער פאיער".
41% גלייבן נישט.
7% זענען נישט זיכער/ ווילן נישט ענטפערן
שטעלט זיך ארויס אז 51% גלייבן אין א בורא (הגם ביי די אלגעמיינע גוים איז דאס איבער 90%)
זע דא https://www.pewresearch.org/religion/20 ... nd-belief/

די אנקעטע פרעגט נאר אפ זיין ערשטע זאץ, און אויך נישט עכט ווייל גלייבן ביי זיי מיינט נישט ממש 'גלייבן'. דאס איז קלאר אז א גרויסע חלק פון די עוואלושען טעאריקער, סיי די ממציאים און אויסבויער פון די טעאריע און סיי די פארשפרייטער, זענען געווען אטעאיסטן וואס האבן פרובירט צו פארענטפערן די פאקט אז עס איז דא א בריאה אויף א וועג אז עס זאל זיי גארנישט מחייב זיין. דאס איז אויך קלאר אז די פרואוון אריינצוברענגען עוואלושען אין די תורה איז די ארבעט פון מאדערנע חוקרים און בעלי השקפות וואס זענען קאליקער מילד גערעדט.

יעצט, דאס איז זיכער אז עס איז דא אזא קאנצעפט ווי עוואלושען. עס איז עפעס וואס מ'קען זען מיט די אייגענע אויגן. וויירוסעס איוואלוון (נייע סטרעינס), מענטשן איוואלוון, און חיות איוואלוון. די זעלבע באשעפעניש אויב וועסטו אים טראגן צו אן אנדערע וואוינארט וועט ער ביז עטליכע יאר באקומען אנדערע געוואוינהייטן, און ביז עטליכע דורות וועט זיך אנזען פיזישע שינויים. נאר וואס, ווען מען רעדט פון די טעאריע פון עוואלושען, דהיינו אז בעצם שטאמען אלע באשעפענישן פונ'ם זעלבן סארט נאר צוביסלעך האבן זיי איוואלווד און זענען געווארן די פארשידענע חיות, בהמות, עופות און שרצים, דאס איז כפירה אין פסוקים מפורשים אין די תורה אז ביי בריאת העולם האט דער אויבערשטער באשאפן פיש, פייגל, חיות וכו'. אויסער דעם איז נישט מעגליך צו זאגן אז דאס אלעס האט פאסירט אין די קארגע 6,000 יאר וואס די וועלט שטייט, וכ"ש אז די אלע חילוקים האט שוין געדארפט זיין ביים מבול אדער גאר ביי בריאת העולם ווען אדם הראשון האט געגעבן נעמען פאר די חיות כמבואר בקרא להדיא.

אריינצוקוועטשן אז עוואלושען שטימט מיט די תורה איז געקוועטשט (צוקוועטשט) סיי מצד די תורה און סיי מצד, להבדיל אלף אלפי אלפים הבדלות, עוואלושען, און נאר איינער מיט אן אגענדע וועט זיך צונאר מאכן מיט'ן עס פרובירן.

----
דאס אז דער אויבערשטער האט באשאפן פארטיגע זאכן שטייט שוין אין חז"ל אז אלעס איז באשאפן געווארן 'בצביונם'. אין מדרש שטייט אז אדם הראשון איז באשאפן געווארן אלס מענטש פון צוואנציג יאר.
די מאכסט א טעות, און איך מיין אז דו מישסט צוזאם צוויי אנדערע זאכן:
די טעאריע פון עוואלוציע האט מחדש געוועו א גוי מיט די נאמען טשארלס דארווין, ער איז אויפגעוואקסען א קריסט, און איז געעווען א פארשער און האט שטודירט פאר יארן בעלי חיים, אין במשך די יארן תקצ"ב-תקצ"ו האט ער ארום געפארן אויף א שיף אין פאברענגט אויף אינזלען באטראכטען געוויקסען און בע"ח, און ער האט באמערקט ווי אזוי באשעפענישן זענען אביסל אנדערש און א יעדע אינזל און דאס האט אים געמאכט זיך אריינלייגן אין די ענין, און אין תקצ"ח איז ער ארויסגעקומען מיט זיין טעאריע.
אין פאקט איז טאקע אמת אז ער געווארן מיט די צייט וויניגער און ווייניגער פרום (אלץ קריסט) -הגם ער האט אייביג געגלייבט אין באשעפער- אבער נאר שפעטער מיט די צייט. ער איז נישט געווען "אן אפיקורס וואס איז אויפגעשטאנען מיט א ציל צו שטיפן כפירה". דאס איז היסטאריש נישט ריכטיג.
דארווין זעלבסט שרייבט אין א בריוו: "אין מיין שוואכסטע דורכגענג אין אמונה בין איך קיינמאל נישט געעוען א כופר אין די עקזיסטענס אויף גאט".
@צווייטער עס איז פשוט נישט אמת צו שרייבן "מ'איז אויפגעקומען מיט'ן שיטה הארורה נאר מיט'ן ציל צו אוועקנעמען די 'בורא'!"
פון די אנדערע זייט, איז אבער טאקע אמת די מציאות אז אלע מיני כופרים אין עיטיאיסטן האבן זיך ארויף געכאפט אויף עוועלושען כמוצא שלל רב און האבן עס געשטופט, און שטופן עס נאך ווייטער אזש אסאך מאל ביז ממש קאפ-אין-וואנט-אריין. און עס איז אויך אמת אז די טעאריע פון עוועלושען איז א טשעלענדש פאר אסאך מענטשען וואס גלייבן אין די מסורה'דיגע ביאור אויף פרשת בראשית און ווילן נישט אריין קוועטשען (אדער טאקע בעסער ווי @Think and Thank רופט עס צוקוועטשן) א נייע פשט.
למעשה? עס איז נישט קיין שום חילוק להלכה עס מאכט נאר אויס לגבי "משמעות דורשין" ווי אזוי צו לערנען די וואכ'עדיגע סדרה. ווי אזוי שרייבט די אבן עזרא קומענדיגע וואך? "ואנחנו נאמין בדברי אלהינו, ונעזוב הבלי בני האדם שיאמרו..."
די אמת איז די זעלבע זאך מיט די גרויסע זעץ טעאריע, וועלכע קומט פון א גוי דשארש לומעטיר וועלעכע איז אויך געווען א גלויביגער אין איז גאר געווען א קטולישע גלח און איז אויפגעקומען מיט זיין טעאריע אין תרפ"ג. ער האט געוואלט אויפוויזן אז די בריאה האט יא געהאט א התחלה, וואס איז דעמאלטס געווען -און איז נאך אלץ- איינע פון די גרעסטע שוועריקייטן אקעגן עיטיאיסטן. (הגם אויך פארקערט, לדוגמא די כסדר'דיגע אויסברייטערונג פון דעם יקום, די קאסמישע מייקראויעוו רעדיאציע, פרעדיקטעד שפע פון ​​היידראדשין און היליום אא"וו) אבער די נושא איז יעצט געווען איבער עוועלוציע.
למעשה וויל איך זיין ביידע קלוג און גערעכט
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3131
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 7034

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך פשוט און גראד »

חכמה מרובה ממעשים איז אינו חכמה.

אריינצוגיין אין מעשה בראשית דארף מען קודם זיין רעדי צו גיין און תוהו ובוהו. א טיפיקעל מענטש קען נישט אין האלט נישט דערביי. צו מאכען א שיטה פון תוהו ובוהו פליישיגערהייט איז 100% כפירה (לפי ראות עיני)
Who knows
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 339
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 8:04 pm
x 549

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך Who knows »

Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 08, 2026 3:54 am
Who knows האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 07, 2026 10:02 pm
צווייטער האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 06, 2026 3:39 pm ס׳איז דא א געוואלדיג דיוק פון הגאון רבי מיכאל בער ווייסמאנדל זצ״ל. די גמרא (שבועות כט.) ברענגט אלס משל אויף א זאך וואס איז נישט במציאות א 'גמלא פרחא באוירא', א קעמל וואס פליט אין די לופט. דער רמב״ם אבער, ווען ער איז מסביר דעם כח המדמה (שמונה פרקים פ״א), אז דער דמיון קען צוזאמנעמען זאכן וואס דער מענטש האט געזען און דערפון אויסמאלן א זאך וואס איז נישט במציאות, ברענגט ער אלס משל 'ספינת ברזל רצה באויר', אן אייזערנע שיף וואס פליט אין די לופט.

פרעגט רבי מיכאל בער, פארוואס האבן חז״ל נישט גענוצט דעם משל פון א ספינה וואס פליט אין די לופט? נאר חז״ל האבן געוואוסט פון אזא מציאות, דעריבער האבן זיי דאס נישט געקענט נוצן אלס משל אויף א זאך וואס קען נישט זיין. האבן זיי דוקא געזאגט 'גמלא פרחא באוירא'.

דער דיוק איז געוואלדיג. אין די צייטן פון חז״ל איז א ספינה וואס פליט אין די לופט געווען פונקט אזוי אוממעגליך אין די אויגן פון א מענטש ווי א קעמל וואס פליט. און דאך האבן חז״ל זיך אפגעהיטן דאס צו נוצן אלס משל פון א זאך וואס קען נישט זיין, ווייל זיי האבן געוואוסט אז עס קען ווערן א מציאות.
א ספינה קען נאך אלס נישט פארן אין די ליפט. צו טענה'ן אז אן ערעפלעין קען פליען אין די לופטן איז פונקט ווי צו טענה'ן אז א קעמל וואס מ'האט צוגעטשעפעט צו דעם א מאטאר און פליגלען קען פליען אין די ליפט.

זיי נישט ברוגז אבער דאס הייסט זיך געדראפעט אויף די גראדע ווענט. "ספינת ברזל רצה באויר" איז די נאנטסטע דעסקריפשאן פון א פליגער אדער ראקעט וואס איז שייך צו באקומען פון א מענטש וואס האט געלעבט פאר מען האט פאקטיש באוויזן אהערצושטעלן אזאנס און עס געגעבן נעמען. חוץ מזה וואס א קעמל קען נישט פליען אפילו דו וועסט צוטשעפען א מאטאר מיט פליגלען.
דו ביסט ברוגז אז איך פארענטפער די רמב״ם?

דאס אז מענטשן האבן אדאפטירט דעם נאמען מאכט נישט דעם רמב״ם אויב גערעכט, דאס וואס האט געמיינט א שיף אין זיין שפראך קען נישט און וועט נישט קענען פליען.

א קעמל קען זיכער פליען מיטן צוטשעפענען א פאסיגע מאטאר מיט פליגלען, נאר עס איז נישטא פארוואס עס צו פראדוצירן.
צווייטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 940
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 1941

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך צווייטער »

Who knows האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 08, 2026 3:17 pm
Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 08, 2026 3:54 am
Who knows האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 07, 2026 10:02 pm

א ספינה קען נאך אלס נישט פארן אין די ליפט. צו טענה'ן אז אן ערעפלעין קען פליען אין די לופטן איז פונקט ווי צו טענה'ן אז א קעמל וואס מ'האט צוגעטשעפעט צו דעם א מאטאר און פליגלען קען פליען אין די ליפט.

זיי נישט ברוגז אבער דאס הייסט זיך געדראפעט אויף די גראדע ווענט. "ספינת ברזל רצה באויר" איז די נאנטסטע דעסקריפשאן פון א פליגער אדער ראקעט וואס איז שייך צו באקומען פון א מענטש וואס האט געלעבט פאר מען האט פאקטיש באוויזן אהערצושטעלן אזאנס און עס געגעבן נעמען. חוץ מזה וואס א קעמל קען נישט פליען אפילו דו וועסט צוטשעפען א מאטאר מיט פליגלען.
דו ביסט ברוגז אז איך פארענטפער די רמב״ם?
דו פארענפערסט בכלל נישט דעם רמב''ם, ווי דו האסט געשריבן דא

''מ'קען נישט שרייבן אז מ'דארף גלייבן יעדע זאך וואס די רמב"ם שרייבט בעניני תכונה בו בזמן וואס די רמב"ם אליינס שרייבט אז די אלע זאכן זענען נישט מוכרח.''

דו ווילסט א קיצל געבן די ווארט פון רבי מיכאל בער זצ''ל וואס די השקפה און בליק אויף חז''ל איז געווען מורשת רבותינו הקדושים זי''ע, אקעי.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
Who knows
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 339
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 8:04 pm
x 549

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך Who knows »

איך האב אויסגעהערט די פרישע שיעורים, און איך האב עטליכע הערות.

1) פשטות הפסוקים ודברי חז״ל שטימט נישט מיט תלמי׳ס אדער בראהע׳ס מאדעל
איינע פון די טענות אין זיין דריטן שיעור איז אז די פסוקים ודברי חז״ל שטימען מיט גיאוסענטריזם. אבער צו זאגן אז אין די פסוקים אדער חז"ל זעט מען דעם מאדעל פון תלמי אדער בראהע איז נישט ריכטיג. לויט תלמי'ס מאדעל דרייט זיך די זון אליינס פון מערב צו מזרח, נאר דער גלגל יומי דרייט זיך פון מזרח צו מערב, בעת וואס די פשטות הפסוקים ודברי חז"ל איז אז די זון בעצם דרייט זיך פון מזרח צו מערב. דער פסוק שמש בגבעון דום איז פונקט אזוי שווער לויט תלמי'ס מאדעל, ווייל דער גלגל יומי (אדער דער יוניווערס) דארף זיך אפשטעלן און נישט די זון; אויב די זון זעלבסט זאל זיך אפשטעלן וועט דאס נאר פארקורצן דעם טאג און נישט פארלענגערן. און דאס זעלבע מיט אנדערע פסוקים ווי וישב עשר מעלות אחורנית, והוא כחתן יוצא מחופתו. דאס מיינט אז מ'מוז ממילא צוקומען צו דברה תורה כלשון בני אדם לכולי עלמא.
און דאס זעלבע איז מיט פשטות דברי חז"ל, עס שטייט טאקע אז די זון דרייט זיך ארום די וועלט, אבער דער גאנצער מושג פון דעם גלגל יומי פארן זוהן איז נישט בנמצא אין חז"ל. עס איז די זון זעלבסט וואס קומט ארויס אינדערפרי און גייט אונטער ביינאכט, נאר די מזלות זענען אויף א גלגל (פסחים צד:). און ווער רעדט נאך פון די אלע דברי חז״ל איבער פתחים וחלונות. ויש ליישב לכולי עלמא און העליאסענטריזם איז נישט ערגער ווי אנדערע.

2) די ראשונים האבן נישט געהאלטן ווי בראהע׳ס מאדעל
אין דעם דריטן שיעור צענעמט ער זייער גוט די ״ליסטע״ פון די וואס האלטן ווי קאפערניקוס, אבער זיין ליסטע פון ראשונים וואס האלטן פון זיין שיטה איז אויך מיסלידינג, ווייל די ראשונים האבן נישט געהאלטן ווי בראהע'ס מאדעל נאר תלמי'ס מאדעל. תלמי'ס מאדעל האט זיך פארגעשטעלט זיבן גלגלים ארום די וועלט איינס ווייטער ווי דאס אנדערע, און די פלאנעטן דרייען זיך ארום די וועלט און נישט ארום די זון. אין תלמי'ס מאדעל דרייען זיך כוכב און נוגה ארום די וועלט נענטער ווי די זון. דער מרחק פון די פלאנעטן פון אונזער וועלט איז עפעס וואס מ'האט דעמאלטס נישט געוואוסט וויאזוי צו אידענטיפיצירן. און דער פאקט וואס מ'ווייסט היינט (זייט געלילעאו) אז כוכב און נוגה זענען אסאך מאל ווייטער ווי די זון און אסאך מאל נענטער, איז א קלארער אפפרעג צו תלמי'ס מאדעל. אויב אזוי, אז מ׳אקצעפטירט נישט א האלב פון וואס די ראשונים שרייבן, איז שוין נישט קיין טענה אויף די וואס אקצעפטירן נישט די צווייטע האלב.

עס איז כדאי נאכצוברענגען וואס דער רמב"ם שרייבט אין מורה הנבוכים (ח"ב פ"ט) אז עס איז נישט זיכער אויב כוכב און נוגה זענען נענטער ווי די זון אדער ווייטער:
דע כי גלגל נוגה וכוכב יש מחלוקת בהם בין הראשונים מאנשי הלמודים אם הם למעלה מן השמש או תחת השמש, מפני שאין שם מופת יורנו על סדור שני הכדורים האלו. והיה דעת הראשונים כולם שכדורי נוגה וכוכב למעלה מן השמש. ודע זה והבינהו מאוד! ואחר כך בא בטלמיוס והכריע היותם מתחת, ואמר שהוא הנאות בענין הטבעי שיהיה השמש באמצע ושלושה כוכבים למעלה ממנו ושלושה תחתיו. ואחר כך באו אנשים האחרונים באנדלוס חכמו בלימודים מאוד ובארו לפי ההקדמות בטלמיוס כי נוגה וכוכב למעלה מן השמש. וכבר חיבר בזה איבן אפלח האשבילי (אשר התחברתי עם בנו) ספר מפורסם. אחר כך השתדל בזה הענין הפילוסוף המעולה אבו בכר אבן אלצאיג (אשר קראתי עם אחד מתלמידיו) והראה אפני ראיות, כבר העתקנום ממנו, ירחיק בהם שיהיו נוגה וכוכב למעלה מן השמש; אבל זה אשר זכרו אבו בכר הוא ראית הרחקת זה לא ראית מניעתו.
אויך איז אינטערעסאנט וואס ער שרייבט צוויי פרקים שפעטער איבער די אומזיכערקייט פון די אסטראנאמישע מאדעלס (איך ברענג א היינטיגע תרגום וואס איז גרינגער צו פארשטיין):
דע שהעניינים האסטרונומיים האלה שצוינו – אם יקרא אותם ויבין אותם אדם הבקי רק במתמטיקה בלבד, יחשוב שהם הוכחה חותכת שכך הם צורת הגלגלים ומספרם. אך אין הדבר כך, ולא זה המבוקש במדע האסטרונומיה. אלא מהם דברים מוכחים שהם כך, כמו שהוכח שמסלול השמש הוא מסלול הנוטה מקו המשווה, ובזה אין ספק. אך אין הוכחה אם יש לה גלגל אקסצנטרי ("גלגל מחוץ למרכז") או אפיציקל ("גלגל היקף").
אין זה משנה לאסטרונום, כי מטרתו של המדע הזה היא להציע דגם שבו כל כוכב נע באופן אחיד, סיבובי, בלי תאוצה ובלי תאוטה ובלי שינוי, כשמה שמתחייב מן התנועה הזאת יתאים לנצפה, ויחד עם זאת ישתדל למעט ככל האפשר בתנועות ובמספר הגלגלים. כי אם נוכל למשל להציע דגם שבו התנועות הנצפות של כוכב מסוים מתאפשרות בשלושה גלגלים, ודגם אחר שבו דבר זה עצמו מתאפשר בארבעה גלגלים, ראוי שנסתמך על הדגם בעל מספר התנועות הקטן. לכן בחרנו עבור השמש אקסצנטריות על פני אפיציקל, כמו שהזכיר תלמי.
דער רמב"ם שרייבט קלאר אז די אסטראנאמישע מאדעלס זענען בלויז א וועג צו קענען פרעדיקטן וואו מ'גייט טרעפן די שטערנס, און דער וואס קען די בעסטע פרעדיקטן און איז די מערסטע פשוט נעמט מען אן אלס אמת. לויט דעם יסוד איז זייער מסתבר אז דער רמב"ם וואלט אנגענומען דעם מאדעל פון קאפערניקוס מיט קעפלער איבער בראהע, וואס איז סאך פשוט׳ער.
אין ח"ב פכ"ד פרעגט ער אויך שטארקע קשיות אויף די מאדעלס בימיו. ומכאן תשובה אויף די אלע וואס טענה'ן אז מ'קען נישט זאגן אנדערש ווי דער רמב"ם, בעת וואס דער רמב״ם אליין שרייבט אז ער איז אומזיכער.

3) די עיקר טענה קעגן בראהע׳ס מאדעל
אין דעם צווייטן שיעור ענטפערט ער אויף די טענה אז די פלאנעטן דרייען זיך ארום די זוהן, אז דאס שטימט אויך לויט בראהע׳ס מאדעל. און אויף די טענה פון פאראלעקס, אז די נענטערע שטערנס רוקן זיך יעדעס יאר א קליין ביסל אהין און צוריק, ענטפערט ער אז לויט רעלאטיוויטעט קען מען נישט וויסן ווער עס רוקט זיך.

אבער פאראלעקס ווארפט אפ בראהע׳ס מאדעל. בראהע האט געהאלטן אז די וועלט שטייט, די זוהן דרייט זיך ארום איר און שלעפט מיט זיך אלע פלאנעטן, און די שטערנס זענען פעסט. לויט דעם דארף מען בכלל נישט זעהן קיין פאראלעקס. אדרבה, דאס איז געווען בראהע׳ס עיקר טענה קעגן קאפערניקוס: אויב די וועלט רוקט זיך, פארוואס זעהט מען נישט די שטערנס זיך רוקן? (מיט די בלויזע אויגן זעהט מען עס טאקע נישט, ווייל עס איז זייער ווייניג, ביז Bessel האט עס געמאסטן אין 1838).

ווער עס וויל היינט האלטן בראהע׳ס מאדעל, מוז צולייגן א נייע הנחה. אז יעדער שטערן, טריליאנען מייל אוועק, מוז יעדע 365 טעג מאכן א סוירקל פון ארום 186 מיליאן מייל, פונקט די גרויסקייט פון די זוהן׳ס וועג ארום די וועלט, און אינאיינעם מיט די זוהן. דאס הייסט, די זוהן שלעפט נישט נאר מיט זיך די פלאנעטן, נאר די גאנצע יוניווערס איז צוגעבינדן צו איר און האלט אייביג די זעלבע ווייטקייט פון איר. די זעלבע איז מיט Aberration (Bradley, 1729): א יערליכע רוק פון כמעט 20 סעקונדעס וואס מ'זעהט ביי אלע שטערנס גלייך.

עס איז אמת אז מאטעמאטיש קען מען אזא מאדעל אויסשטעלן, און דאס איז זיין טענה פון רעלאטיוויטעט. אבער דאס איז בלויז א וועג צו באשרייבן, און עס האט נישט קיין שום הסבר והגיון. די צענטער פון די גאנצע יוניווערס׳ס באוועגונג איז דאך די זוהן. דאס איז העליאסענטריזם בתפארתו, נאר מיט די נאמען גיאוסענטריזם.

עס איז פשוט אז בראהע, וואס האט אליינס געהאלטן אז די חסרון פון פאראלעקס ווארפט אפ קאפערניקוס, וואלט אויפגעגעבן זיין מאדעל נאכדעם וואס מ'האט עס אנטדעקט. וכן ראוי לכל בר דעת.

4) א חשוב׳ער רב א תלמיד חתם סופר בעד קאפערניקוס
עפעס וואס איז נישט אריין אין דער ליסטע איז דער מאמר השמים שמים לה׳ פון הרה"ג ר' אליעזר ליפמאן נייזאטץ זצ"ל מתלמידי החתם סופר אין זיין ספר מי מנוחות, וואו ער איז מקבל שיטת קאפערניקוס און פארענטפערט עס שטארק:
https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... 78&hilite=
אוועיטער
בחינה 25
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 155
זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 20, 2025 11:35 pm
Location: Somewhere worldwide
x 369

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך בחינה 25 »

Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 08, 2026 1:41 am

כ'וועל דיר געבן איין דוגמא וואס דו דערמאנסט: קארבאן דעיטינג. יעדער אויפריכטיגער סייענטיסט וועט דיר מודה זיין אז אויב עס איז געווען א מבול, איז קארבאן דעיטינג גארנישט ווערט ווייל אלע חשבונות זענען גאר אנדערש אונטער מיליאנען טאן וואסער ווי אונטער לופט. נאר וואס, זיי 'נעמען נישט אן' (עפ"ל) אז ס'געווען א מבול און ממילא ווייזן די חשבונות כך וכך. אבער מיר ווייסן אז ס'איז יא געווען א מבול, ממילא איז די גאנצע קארבאן דעיטינג סייענס און אלע 'פאקטן' וואס זענען געווארן אויפגעוויזן דערמיט, זיסע חלומות.
דו ווייסט אז מ'נוצט קארבאן דעיטינג בעיקר אויף שטיינער פון ספעיס,
כ'נישט זיכער צו ס'געווען די מבול דארט (סארקאסטיש)...
כ'בין נאך יונג, כ'קען נאך טוישן מיין מיינונג.
Who knows
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 339
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 8:04 pm
x 549

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך Who knows »

צווייטער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 08, 2026 4:05 pm
Who knows האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 08, 2026 3:17 pm
Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 08, 2026 3:54 am

זיי נישט ברוגז אבער דאס הייסט זיך געדראפעט אויף די גראדע ווענט. "ספינת ברזל רצה באויר" איז די נאנטסטע דעסקריפשאן פון א פליגער אדער ראקעט וואס איז שייך צו באקומען פון א מענטש וואס האט געלעבט פאר מען האט פאקטיש באוויזן אהערצושטעלן אזאנס און עס געגעבן נעמען. חוץ מזה וואס א קעמל קען נישט פליען אפילו דו וועסט צוטשעפען א מאטאר מיט פליגלען.
דו ביסט ברוגז אז איך פארענטפער די רמב״ם?
דו פארענפערסט בכלל נישט דעם רמב''ם, ווי דו האסט געשריבן דא

''מ'קען נישט שרייבן אז מ'דארף גלייבן יעדע זאך וואס די רמב"ם שרייבט בעניני תכונה בו בזמן וואס די רמב"ם אליינס שרייבט אז די אלע זאכן זענען נישט מוכרח.''

דו ווילסט א קיצל געבן די ווארט פון רבי מיכאל בער זצ''ל וואס די השקפה און בליק אויף חז''ל איז געווען מורשת רבותינו הקדושים זי''ע, אקעי.
דאס אז מ׳מוז נישט גלייבן מיינט אז מ׳מעג נישט פארענטפערן די רמב״ם? און וואו איז דא אין מיינע ווערטער עפעס א זלזול כל שהוא בדברי חז״ל?
אוועיטער
בחינה 25
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 155
זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 20, 2025 11:35 pm
Location: Somewhere worldwide
x 369

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך בחינה 25 »

צווייטער האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 07, 2026 5:29 pm
רבונא דעלמא! טרעף מיר איין סייענטיסט וואס זאל האלטן פון די עוואלוציע הארורה און פערצופאל אויך האלטן אז ס'איז דא א בורא.
אלע אידישע סייענטיסטן... מילגרוים פון די MOND שיטה (א מאדיפיקאציע צו איינשטיין'ס גראוויטי)
ס'דא א בוך Tora Challenges פון גרויסע אידישע סייענטיסטן - פון בייאלאגיסן ביז גיאלאגיע - וואס טוען אין דעם...
כ'בין נאך יונג, כ'קען נאך טוישן מיין מיינונג.
אוועיטער
בחינה 25
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 155
זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 20, 2025 11:35 pm
Location: Somewhere worldwide
x 369

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך בחינה 25 »

Who knows האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 08, 2026 4:21 pm איך האב אויסגעהערט די פרישע שיעורים...
אייזן!
יישר כח פארן אראפ שרייבן אזוי קלאר.

א שאד כ'קען נישט לייקן יעדע שטיקל עקסטער...
כ'בין נאך יונג, כ'קען נאך טוישן מיין מיינונג.
אוועיטער
בחינה 25
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 155
זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 20, 2025 11:35 pm
Location: Somewhere worldwide
x 369

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך בחינה 25 »

Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 08, 2026 1:41 am
די פראבלעם איז אז זייער אסאך פון די א.ג. פאקטן זענען קיין פאקטן נישט. שוין געווען טויזנטער מאל 'פאקטן' אויף וואס די גאנצע סייענטיפישע וועלט האט זיך געשוואוירן אז ס'איז א פאקט און פארשריגן ווער ס'איז מחולק דערמיט, ווען למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז לא דובים ולא יער.
כ'האלט אין איין הערן דעי סטעיטמענט,
וואלט געווען שייך זאלסט אהער ברענגען אפאר משלים,

מ'עט דן זיין צו ס'טאקע אזוי אז סייענס "האלט אין איין צוריקציען", די איינציגסטע וואס כ'ווייס איז אז מ'לייגט צו צו די פאריגע דורות.

ברענג מיך נישט; קאוויד, קאלעסטראל און וואקסינאציעס, אדער אז די וועלט איז פלאך...
כ'בין נאך יונג, כ'קען נאך טוישן מיין מיינונג.
Who knows
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 339
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 8:04 pm
x 549

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך Who knows »

Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 08, 2026 4:05 am עס איז אמת אז טייל קדמונים האבן יא געלערנט אז ס'דא זאכן וואס חז"ל האבן גענומען פון גויים וכדומה און ביי יענע זאכן האט עס נישט א דין ווי דברי חז"ל וואס מען מוז גלייבן (אנדערע זענען מחולק אפילו אויף דעם), אבער, חכמת התכונה איז קלאר פון די זאכן וואס חז"ל האבן מקבל געווען איש מפי איש ביז משה רבינו וואס איינער וואס לייקנט אין דעם איז אן אפיקורס, און נישט אז זיי האבן דאס גענומען פון די אסטראנאמער פון יענע צייט. ס'דא אסאך ראיות אויף דעם, כ'וועל נאר ברענגען עטליכע: אמר להם ר"ג לחכמים כך מקובלני מבית אבי אבא פעמים שבא בארוכה ופעמים שבא בקצרה וכו' אמר להם ר"ג כך מקובלני מבית אבי אבא אין חדושה של לבנה פחותה מעשרים ותשעה יום ומחצה ושני שלישי שעה וע"ג חלקים. נאכמער, די גמרא אין שבת (עה.) זאגט זאגאר אז דאס איז א חכמה וואס נאר די אידן האבן און נישט די גוים: א"ר שמואל בר נחמני א"ר יוחנן מנין שמצוה על האדם לחשב תקופות ומזלות שנאמר (דברים ד, ו) ושמרתם ועשיתם כי היא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים איזו חכמה ובינה שהיא לעיני העמים הוי אומר זה חישוב תקופות ומזלות.
עס איז קלאר געווען א חכמה וואס איז איבערגעגאנגען פון רבי צו תלמיד. עס איז אפילו געווען א נוסח מיט די פרטים פון קידוש החודש וואס איז איבערגעגאנגען פון רבי צו תלמיד, וואס די גמרא ברענגט עס צו (די גמרא זאגט נישט בפירוש אז עס קומט פון דארט אבער רש"י איז אזוי מסביר).
רבינו חננאל האלט (הובאו דבריו ברבנו בחיי פר' בא) אז פון משה רבינו ביז'ן צווייטן בית המקדש האט מען בכלל נישט מקדש געווען על פי הראיה נאר אלעס איז געגאנגען על פי חשבון. ביים בית שני ווען די צדוקים האבן גע'טענה'ט אז חז"ל קענען נישט ריכטיג די חשבונות האט מען איינגעפירט מקדש צו זיין על פי הראיה פשוט כדי צו ווייזן פאר די צדוקים אז אונזער חשבון שטימט מיט'ן מציאות.

אלזא, צו זאגן אז חז"ל האבן נישט געוואוסט די מציאות פון די הילוך החמה וכוכבים, איז אפיקורסות. וואס מ'קען יא זאגן איז אז ווען חז"ל זאגן אז די זון דרייט זיך ארום די וועלט מיינט עס נישט ממש אזוי, זיי נוצן דאס נאר אלס וועג מסביר צו זיין לויט וויאזוי עס זעהט אויס פאר'ן אויג. (די זעלבע הסבר וואס מען וועט געבן פאר די פסוקים וואו עס קוקט אויס אז די זון דרייט זיך ארום די וועלט, וואס דער מחבר פון די פסוקים האט דאך זיכער געוואוסט וויאזוי די וועלט וואס ער האט באשאפן ארבעט.)
זה לשון הרמב״ם (מורה נבוכים ח״ג פי״ד): ולא תבקש ממני שיסכים כל מה שזכרוהו מענין התכונה למה שהענין נמצא - כי החכמות הלימודיות היו בזמנים ההם חסרות ולא דברו בהם על דרך קבלה מן הנביאים אבל מאשר הם חכמי הדורות ההם בענינים ההם או מאשר שמעום מחכמי הדורות ההם. ולא מפני זה אומר בדברים שנמצא להם שהם מסכימים לאמת - שהם בלתי אמיתיים או נפלו במקרה; אבל כל מה שאפשר לפרש דברי האדם עד שיסכימו למציאות אשר התבאר מציאותו במופת הוא יותר ראוי באדם המעולה המודה על האמת - לעשותו:
צווייטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 940
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 1941

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך צווייטער »

Who knows האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 08, 2026 5:11 pm

אמת שזהו דעת הרמב''ם במורה נבוכים, (ויל''ע בזה) אולם אין כן דעת שאר הראשונים והאחרונים וכן הורישו רבותינו נ''ע מורישי מסורת התורה לדורותיהם, ועי' מ''ש רבינו החזו''א זי''ע
פיילס
חזוא.PNG
חזוא.PNG (92.14 KiB) געזען געווארן 84 מאל
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2158
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 7561

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך Think and Thank »

בחינה 25 האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 08, 2026 4:23 pm
Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 08, 2026 1:41 am

כ'וועל דיר געבן איין דוגמא וואס דו דערמאנסט: קארבאן דעיטינג. יעדער אויפריכטיגער סייענטיסט וועט דיר מודה זיין אז אויב עס איז געווען א מבול, איז קארבאן דעיטינג גארנישט ווערט ווייל אלע חשבונות זענען גאר אנדערש אונטער מיליאנען טאן וואסער ווי אונטער לופט. נאר וואס, זיי 'נעמען נישט אן' (עפ"ל) אז ס'געווען א מבול און ממילא ווייזן די חשבונות כך וכך. אבער מיר ווייסן אז ס'איז יא געווען א מבול, ממילא איז די גאנצע קארבאן דעיטינג סייענס און אלע 'פאקטן' וואס זענען געווארן אויפגעוויזן דערמיט, זיסע חלומות.
דו ווייסט אז מ'נוצט קארבאן דעיטינג בעיקר אויף שטיינער פון ספעיס,
כ'נישט זיכער צו ס'געווען די מבול דארט (סארקאסטיש)...

כ'ווייס נישט גענוי וואס דו האסט געמיינט מיט דיין פאוסט, אבער עס איז שקר פון וועלכע זייט מען זאל עס אנקוקן: 1) קארבאן דעיטינג איז איינס פון די מערסט באנוצטע וועגן צו באשטימען די אלטקייט פון ארכעאלאגישע געפינסן, פאסילס וכדומה, (דאס נוצן אלע אויבער'חכמים אלס 'ראי' אז ס'מוז זיין אז די בריאה איז עלטער ווי 5787 יאר והא ראי סייענס אליין זאגט אזוי.) 2) קארבאן דעיטינג קען מען בכלל נישט נוצן אויף שטיינער, ווייל עס ארבעט נאר אויף עפעס וואס האט אמאל געלעבט (א באשעפעניש אדער געוויקס) 3) אויף וויפיל איך האב געקענט טרעפן האט מען נאך קיינמאל נישט גענוצט קארבאן דעיטינג פאר ספעיס אבדזשעקטס, פאר די פשוט'ע סיבה אז מען האט דערווייל נישט געטראפן קיין זאכן וואס האבן אמאל געלעבט (באשעפענישן אדער געוויקסן) אין ספעיס.
ChatGPT
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 408
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 12:07 pm
x 989

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך ChatGPT »

צווייטער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 08, 2026 5:35 pm

ברענג אראפ דעם גר''א [הבקי בכל חכמות העולם] אין הל' מעונן ומנחש.

אמת שזהו דעת הרמב''ם במורה נבוכים(ויל''ע בזה)
איך האב א שטיקל ראיה פון לשון הרמב"ם אליין אין הלכות קידוש החודש (פי"ז הכ"ד), אז באמת האט אויך דער רמב"ם געהאלטן אז די חכמת התכונה פון חכמי ישראל איז בקבלה איש מפי איש אדער בנבואה, נאר אין מורה נבוכים גייט ער מיט א אנדערע גאנג כידוע.

וז"ל הרמב"ם: "וטעם כל אלו החשבונות ומפני מה מוסיפים מנין זה ומפני מה גורעין, והיאך נודע כל דבר ודבר מאלו הדברים, והראיה על כל דבר ודבר, היא חכמת התקופות והגימטריות שחברו בה חכמי יון ספרים הרבה, והם הנמצאים עכשיו ביד החכמים. אבל הספרים שחברו חכמי ישראל שהיו בימי הנביאים מבני יששכר לא הגיעו אלינו. ומאחר שכל אלו הדברים בראיות ברורות הם שאין בהם דופי ואי אפשר לאדם להרהר אחריהם, אין חוששין למחבר בין שחברו אותם נביאים בין שחברו אותם האומות, שכל דבר שנתגלה טעמו ונודעה אמיתתו בראיות שאין בהם דופי אנו סומכין על זה האיש שאמרו או שלמדו על הראיה שנתגלתה והטעם שנודע".

און איך בין מדייק אין דעם רמב"ם צוויי נקודות.

ערשטנס, דער רמב"ם זאגט בפירוש 'ספרים שחברו חכמי ישראל שהיו בימי הנביאים מבני יששכר'. און ס'איז אינטערעסאנט וואס ער איז מדגיש דוקא "בימי הנביאים", וואס דאס מיינט אז זייער חכמת התכונה האט געהאט א שייכות מיט נבואה.

און דער צווייטער דיוק. פארוואס דארף זיך דער רמב"ם בכלל פארענטפערן אז די ספרי חכמי ישראל זענען נישט אנגעקומען צו אונז? איז דאך משמע אז ווען מיר וואלטן יא געהאט די ספרי חכמי ישראל וואלט ער זיך באנוצט מיט זיי אנשטאט די ספרי חכמי יון. ולכאורה איז דאס א פלא, ווייל דער רמב"ם אליין שרייבט דאך גלייך ווייטער אז ווען א זאך איז נתברר געווארן בראיות ברורות שאין בהם דופי איז נישט קיין שום נפקא מינה ווער ס'האט עס געזאגט, צי נביאים צי אומות העולם, ווייל דער אמת בלייבט אמת נישט קיין חילוק ווער ס'איז דער מחבר דערפון. אויב אזוי וואס איז בכלל די נפקא מינה צי מיר האבן די ספרי חכמי ישראל אדער די ספרי חכמי יון, אז די חשבונות זענען סייווי מוכח בראיות שאין בהם דופי?

אלא מאי, איז לכאורה משמע אז דער רמב"ם האט יא אנערקענט א מעלה אין די חכמה פון חכמי ישראל אז עס קומט פון עפעס א העכערע מקום פון ווי די חכמת האומה''ע קומט.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2158
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 7561

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך Think and Thank »

בחינה 25 האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 08, 2026 4:43 pm
Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 08, 2026 1:41 am
די פראבלעם איז אז זייער אסאך פון די א.ג. פאקטן זענען קיין פאקטן נישט. שוין געווען טויזנטער מאל 'פאקטן' אויף וואס די גאנצע סייענטיפישע וועלט האט זיך געשוואוירן אז ס'איז א פאקט און פארשריגן ווער ס'איז מחולק דערמיט, ווען למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז לא דובים ולא יער.
כ'האלט אין איין הערן דעי סטעיטמענט,
וואלט געווען שייך זאלסט אהער ברענגען אפאר משלים,

מ'עט דן זיין צו ס'טאקע אזוי אז סייענס "האלט אין איין צוריקציען", די איינציגסטע וואס כ'ווייס איז אז מ'לייגט צו צו די פאריגע דורות.

ברענג מיך נישט; קאוויד, קאלעסטראל און וואקסינאציעס, אדער אז די וועלט איז פלאך...

עטליכע שנעלע דוגמאות:
די גאנצע מאדערנע היסטאריע האט סייענס אנגענומען מיט א פשטות אז יומעניטי האט זיך אנגעהויבן אין אזיע (עפעס וואס שטימט געשמאק מיט די תורה). די לעצטע 30-40 יאר האט זיך עס מער און מער געטוישט צו האלטן אז עס האט זיך אנגעהויבן אין אפריקע, און עס איז היינט די אנגענומענע שיטה אין די וועלט פון סייענס. (טייל מאכן א פשרה אז עס האט זיך אנגעהויבן אויף עטליכע פלעצער אויפאמאל.)

אין די 1920'ער און 1930'ער יארן איז שפיץ סייענס געווען אז יעדע ראסע איז באשאפן אנדערש און טייל ראסעס זענען בטבע העכער און טייל זענען בטבע נידריגער ווי אנדערע. היינט עס איז פולשטענדיג אפגעפרעגט אין די סייענטיפישע וועלט.

אסאך פון אריסטו'ס טעאריעס וואס זענען געווען אנגענומען פאר צוויי טויזנט יאר אלס תורה מסיני, זענען היינט פרוך ומופרך אין די סייענטיפישע וועלט. (להבדיל אא"ה דער הייליגער רמב"ם נעמט אויך זאכן פון אריסטו.)

שוין נאכדעם וואס סייענס האט אדאפטירט היליאוסענטריזם, איז עס דורכגעגאנגען א צאל גלגולים ווען מאדעל נאך מאדעל זענען געווארן איבערוויזן אלס נישט ריכטיג אפילו לשיטתם. די אריגינעלע היליאוסענטריזם (אז די זון איז די סאמע צענטער פונ'ם יוניווערס) איז געווארן איבערוויזן אלס נישט ריכטיג ווען מען האט דיסקאווערט די מילקי וועי, וכן הלאה. עכט האלט די היינטיגע איינשטיין סייענס בכלל נישט פון היליאוסענטריזם ווייל עס איז נישטא קיין אבסעלוטע סענטער, אלעס איז רעלאטיוו, ממילא איז טעכניש יעדע חלק פון די סאולער סיסטעם די סענטער פון אן אנדערע פוינט אף וויו.

ווען איגנאץ זעמעלווייס האט אויסגעפיגערט אז דורך זיך וואשן און סטעריליזירן די הענט קענען דאקטוירים מינימוזירן די צאל טויטפעלער ביי קימפעטארינס האט אים די סייענטיפישע וועלט אויסגעלאכט און גע'רודפ'ט אויף אזוי ווייט אז ער האט געכאפט א נערוון בראך און איז געווארן אריינגעפירט אין משוגעים הויז, וואו די וועכטער האבן אים צושלאגן און ער איז קורץ דערויף געשטארבן. הערשט יארן שפעטער האט סייענס אנערקענט אז ער איז גערעכט געווען אל עלאנג, עפעס וואס איז היינט א דבר פשוט.
צווייטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 940
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 1941

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך צווייטער »

ChatGPT האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 08, 2026 5:51 pm
צווייטער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 08, 2026 5:35 pm
Who knows האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 08, 2026 5:11 pm

זה לשון הרמב״ם (מורה נבוכים ח״ג פי״ד): ולא תבקש ממני שיסכים כל מה שזכרוהו מענין התכונה למה שהענין נמצא - כי החכמות הלימודיות היו בזמנים ההם חסרות ולא דברו בהם על דרך קבלה מן הנביאים אבל מאשר הם חכמי הדורות ההם בענינים ההם או מאשר שמעום מחכמי הדורות ההם. ולא מפני זה אומר בדברים שנמצא להם שהם מסכימים לאמת - שהם בלתי אמיתיים או נפלו במקרה; אבל כל מה שאפשר לפרש דברי האדם עד שיסכימו למציאות אשר התבאר מציאותו במופת הוא יותר ראוי באדם המעולה המודה על האמת - לעשותו:
אמת שזהו דעת הרמב''ם במורה נבוכים, (ויל''ע בזה) אולם אין כן דעת שאר הראשונים והאחרונים וכן הורישו רבותינו נ''ע מורישי מסורת התורה לדורותיהם, ועי' מ''ש רבינו החזו''א זי''ע
ברענג אראפ דעם גר''א [הבקי בכל חכמות העולם] אין הל' מעונן ומנחש.
נישט עכט נוגע צו דעם שמועס, אבער

ביאור הגר''א סימן קע''ט סקי''ג:

הרמב"ם וכ"כ בפי' המשנה לפ"ד דעבודת כוכבים אבל כל הבאים אחריו חלקו עליו שהרי הרבה לחשים נאמרו בגמרא והוא נמשך אחר הפלוסופיא ולכן כ' שכשפים ושמות ולחשים ושדים וקמיעות הכל הוא שקר אבל כבר הכו אותן על קדקדו שהרי מצינו הרבה מעשיות בגמ' ע"כ שמות וכשפים אמרה איהי מלתא ואסרתה לארבא אמרו כו' (שבת פ"א ב' חולין ק"ה ב') ובספ"ד מיתות ובירושלמי שם עובדא דר"א ור"י ובן בתירה וכן ר"ח ור"א דאיברו עיגלא תילתא ור' יהושע דאמר שם ואוקמיה בין שמיא לארעא (בכורות ח' ב') וכן אבישי בן צרויה (סנהדרין צ"ה א') והרבה כיוצא ואמרו (בספ"ד מיתות חולין ז' ב') למה נקרא שמן כשפים כו'. והתורה העידה ויהיו תנינים וע' זוהר שם וכן קמיעין בהרבה מקומות ולהשים רבו מלספר. והפלסופיא הטתו ברוב לקחה לפרש הגמרא הכל בדרך הלציי ולעקור אותם מפשטן וח"ו איני מאמין בהם ולא מהם ולא מהמונם אלא כל הדברים הם כפשטן אלא שיש בהם פנימיות לא פנימיות של בעלי הפלוסופיא שהם חצוניות אלא של בעלי האמת:
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
aitch
פרישער באניצער
פאוסטס: 91
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 6:34 pm
x 166

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך aitch »

Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 08, 2026 5:36 pm
בחינה 25 האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 08, 2026 4:23 pm
Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 08, 2026 1:41 am

כ'וועל דיר געבן איין דוגמא וואס דו דערמאנסט: קארבאן דעיטינג. יעדער אויפריכטיגער סייענטיסט וועט דיר מודה זיין אז אויב עס איז געווען א מבול, איז קארבאן דעיטינג גארנישט ווערט ווייל אלע חשבונות זענען גאר אנדערש אונטער מיליאנען טאן וואסער ווי אונטער לופט. נאר וואס, זיי 'נעמען נישט אן' (עפ"ל) אז ס'געווען א מבול און ממילא ווייזן די חשבונות כך וכך. אבער מיר ווייסן אז ס'איז יא געווען א מבול, ממילא איז די גאנצע קארבאן דעיטינג סייענס און אלע 'פאקטן' וואס זענען געווארן אויפגעוויזן דערמיט, זיסע חלומות.
דו ווייסט אז מ'נוצט קארבאן דעיטינג בעיקר אויף שטיינער פון ספעיס,
כ'נישט זיכער צו ס'געווען די מבול דארט (סארקאסטיש)...

כ'ווייס נישט גענוי וואס דו האסט געמיינט מיט דיין פאוסט, אבער עס איז שקר פון וועלכע זייט מען זאל עס אנקוקן: 1) קארבאן דעיטינג איז איינס פון די מערסט באנוצטע וועגן צו באשטימען די אלטקייט פון ארכעאלאגישע געפינסן, פאסילס וכדומה, (דאס נוצן אלע אויבער'חכמים אלס 'ראי' אז ס'מוז זיין אז די בריאה איז עלטער ווי 5787 יאר והא ראי סייענס אליין זאגט אזוי.) 2) קארבאן דעיטינג קען מען בכלל נישט נוצן אויף שטיינער, ווייל עס ארבעט נאר אויף עפעס וואס האט אמאל געלעבט (א באשעפעניש אדער געוויקס) 3) אויף וויפיל איך האב געקענט טרעפן האט מען נאך קיינמאל נישט גענוצט קארבאן דעיטינג פאר ספעיס אבדזשעקטס, פאר די פשוט'ע סיבה אז מען האט דערווייל נישט געטראפן קיין זאכן וואס האבן אמאל געלעבט (באשעפענישן אדער געוויקסן) אין ספעיס.
פאסילס: קארבאן דעיטינג גייט נאר צוריק ביז ארום 50,000 יאר, ווייל קארבאן-14 צעגייט זיך צו שנעל. רוב פאסילן ווערן געדעיט מיט אנדערע מהלכים
שטיינער: גערעכט, קארבאן דעיטינג ארבעט נאר אויף עפעס וואס האט אמאל געלעבט. (קיינער האט נישט געשריבן אנדערשט)
ספעיס: מען נוצט יא קארבאן-14 אויף מעטעאריטס. קאסמיש שטראלן שאפט קארבאן-14 אינעם שטיין. ווען ער פאלט אראפ אויף דער ערד, הערט עס אויף און הייבט אן צו צעגיין. דורכן מעסטן וויפיל ס'איז געבליבן, ווייסט מען ווען דער מעטעאריט איז אראפגעפאלן.
יָכוֹל לִפְטוֹר הָעוֹלָם, אֲדוֹנֵינוּ בַּר יוֹחָאי
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2158
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 7561

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך Think and Thank »

aitch האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 08, 2026 5:58 pm

וועסט אודאי נישט ברוגז זיין אז איך לאז זיך נישט אריינשלעפן אין דיין שפיל פון קוועטשן א ווארט ארויף א ווארט אראפ. דו האסט פרובירט אוועקצושטעלן א יסוד אז קארבאן דעיטינג ווערט כמעט נישט באנוצט צו דעיטן זאכן אויף די וועלט (וואס די מבול האט געקענט צומישן די חשבון), און עס איז ליגנט. מען נוצט עס גאר אסאך אויף ארכעאלאגישע געפינסן (נישט דוקא פאסילס ווי דו פרובירסט צו שפילן מיט די ווערטער) און אנדערע זאכן אויף פלאנעט ערד, אזוי אז זייער אסאך חשבונות וואס די סייענטיפישע וועלט האט דערקלערט אלס פאקט איז באזירט אויף קארבאן דעיטינג פון זאכן וואס האבן דורכגעלעבט די מבול.

און לאמיר עס נעמען א טריט ווייטער. דו האסט פרובירט אפצופרעגן מיין קשיא פון דעם מבול מיט דעם אז מען נוצט קארבאן דעיטינג אויף שטיינער פון ספעיס. יעצט ביזטו מודה אז מען נוצט עס נאר אויף שטיינער פון ספעיס 'וואס זענען אראפגעפאלן אויף די וועלט', צו כלומר'שט באשטעטיגן ווען זיי זענען אראפגעפאלן. סאו אויב קארבאן דעיטינג באשטימט אז עס איז אראפגעפאלן 30,000 יאר צוריק, איז עס דאך שוין דא געווען ביים מבול, ממילא איז די חשבון ווייטער נישט קראנט.

אין סך הכל: נישט נאר וואס דיין פרואוו אראפצומאלן כאילו סייענס בויעט נישט קיין סאך אויף קארבאן דעיטינג פון ערדליכע זאכן איז נישט ריכטיג, נאר אפילו דיינע ספעיס שטיינער זענען אויך ערדליכע זאכן אין די קאנטעקסט, און די קשיא פונ'ם מבול איז קאי וקיים 100%.
aitch
פרישער באניצער
פאוסטס: 91
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 6:34 pm
x 166

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך aitch »

Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 08, 2026 6:08 pm
aitch האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 08, 2026 5:58 pm
Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 08, 2026 5:36 pm

כ'ווייס נישט גענוי וואס דו האסט געמיינט מיט דיין פאוסט, אבער עס איז שקר פון וועלכע זייט מען זאל עס אנקוקן: 1) קארבאן דעיטינג איז איינס פון די מערסט באנוצטע וועגן צו באשטימען די אלטקייט פון ארכעאלאגישע געפינסן, פאסילס וכדומה, (דאס נוצן אלע אויבער'חכמים אלס 'ראי' אז ס'מוז זיין אז די בריאה איז עלטער ווי 5787 יאר והא ראי סייענס אליין זאגט אזוי.) 2) קארבאן דעיטינג קען מען בכלל נישט נוצן אויף שטיינער, ווייל עס ארבעט נאר אויף עפעס וואס האט אמאל געלעבט (א באשעפעניש אדער געוויקס) 3) אויף וויפיל איך האב געקענט טרעפן האט מען נאך קיינמאל נישט גענוצט קארבאן דעיטינג פאר ספעיס אבדזשעקטס, פאר די פשוט'ע סיבה אז מען האט דערווייל נישט געטראפן קיין זאכן וואס האבן אמאל געלעבט (באשעפענישן אדער געוויקסן) אין ספעיס.
פאסילס: קארבאן דעיטינג גייט נאר צוריק ביז ארום 50,000 יאר, ווייל קארבאן-14 צעגייט זיך צו שנעל. רוב פאסילן ווערן געדעיט מיט אנדערע מהלכים
שטיינער: גערעכט, קארבאן דעיטינג ארבעט נאר אויף עפעס וואס האט אמאל געלעבט. (קיינער האט נישט געשריבן אנדערשט)
ספעיס: מען נוצט יא קארבאן-14 אויף מעטעאריטס. קאסמיש שטראלן שאפט קארבאן-14 אינעם שטיין. ווען ער פאלט אראפ אויף דער ערד, הערט עס אויף און הייבט אן צו צעגיין. דורכן מעסטן וויפיל ס'איז געבליבן, ווייסט מען ווען דער מעטעאריט איז אראפגעפאלן.

וועסט אודאי נישט ברוגז זיין אז איך לאז זיך נישט אריינשלעפן אין דיין שפיל פון קוועטשן א ווארט ארויף א ווארט אראפ. דו האסט פרובירט אוועקצושטעלן א יסוד אז קארבאן דעיטינג ווערט כמעט נישט באנוצט צו דעיטן זאכן אויף די וועלט (וואס די מבול האט געקענט צומישן די חשבון), און עס איז ליגנט. מען נוצט עס גאר אסאך אויף ארכעאלאגישע געפינסן (נישט דוקא פאסילס ווי דו פרובירסט צו שפילן מיט די ווערטער) און אנדערע זאכן אויף פלאנעט ערד, אזוי אז זייער אסאך חשבונות וואס די סייענטיפישע וועלט האט דערקלערט אלס פאקט איז באזירט אויף קארבאן דעיטינג פון זאכן וואס האבן דורכגעלעבט די מבול.

און לאמיר עס נעמען א טריט ווייטער. דו האסט פרובירט אפצופרעגן מיין קשיא פון דעם מבול מיט דעם אז מען נוצט קארבאן דעיטינג אויף שטיינער פון ספעיס. יעצט ביזטו מודה אז מען נוצט עס נאר אויף שטיינער פון ספעיס 'וואס זענען אראפגעפאלן אויף די וועלט', צו כלומר'שט באשטעטיגן ווען זיי זענען אראפגעפאלן. סאו אויב קארבאן דעיטינג באשטימט אז עס איז אראפגעפאלן 30,000 יאר צוריק, איז עס דאך שוין דא געווען ביים מבול, ממילא איז די חשבון ווייטער נישט קראנט.

אין סך הכל: נישט נאר וואס דיין פרואוו אראפצומאלן כאילו סייענס בויעט נישט קיין סאך אויף קארבאן דעיטינג פון ערדליכע זאכן איז נישט ריכטיג, נאר אפילו דיינע ספעיס שטיינער זענען אויך ערגליכע זאכן אין די קאנטעקסט און די קשיא פונ'ם מבול איז קאי וקיים 100%.
סארי, איך האב בכלל נישט געזוכט זיך אריינצומישן, איך האב נאר געוואלט קלארשטעלן די פאקטן. גארנישט מער.

איך האב פולע רעספעקט פאר דיין פרואוו אפצופרעגן קארבאן דעיטינג דורכן מבול. נאר ווייס אז קארבאן דעיטינג איז איין קליין שטיקל אינעם פאזל. וואס טוסטו מיט:

דעם גרענד קעניאן, שיכטן אין אזערעס, אייז-שיכטן, דער ים-באדן וואס ווייזט ווי אזוי די קאנטינענטן זענען צעגאנגען, זאלץ-שיכטן אונטערן ים, פארשטיינערטע ערד וואס מען טרעפט אלטע ערד מיט ווארצלען אונטער דעם, די האוואי אינזלען, שריים פון גלעטשערס, דער סדר פון פאסילן. ועוד

שרייב פאוסט