ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

אינטערעסאנטע ידיעות איבער אלץ און אלעם
aitch
פרישער באניצער
פאוסטס: 76
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 6:34 pm
x 150

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך aitch »

בחינה 25 האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 27, 2026 11:28 pm איז כפירה צו טראכטן אז תנאים ואמוראים האבן נישט געוואוסט פון וויאזוי די סאלאר סיסטעם/גאלאקסיעס/יוניווערס זעט אויס?
(חוץ שמאול וואס האט קלאר געזאגט אז ער ווייסט יא "ער קען זיך אויס מיט די שטערנס, ווי אין די גאסן פון נהרדהא")

מנהלים ביטע מעקן אויב די פאוסט איז נישט אפפראפריעט
ניין, די גמרא אליינס שרייבט "ונראין דבריהן מדברינו" (רמב"ם שרייבט אז חז"ל האבן גערעדט פון אסטראנאמיע און מעדיצין לויט די חכמות וואס זענען געווען באקאנט אין יענע דורות)

איז כפירה צו טראכטן אז זיי האבן נישט געוווסט פון עוואלאשאון? כאפסט אז דא פעלט א כלל וואס יא און וואס נישט?
יָכוֹל לִפְטוֹר הָעוֹלָם, אֲדוֹנֵינוּ בַּר יוֹחָאי
ChatGPT
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 404
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 12:07 pm
x 982

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך ChatGPT »

בחינה 25 האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 27, 2026 11:23 pm
די עכטע שאלה וואס מ'קען אים שטעלן איז די "פארוואס".
פארוואס פייטן פאר אזאך וואס מאכט דיך בכלל נישט אויס?

ס'דאך נישט א חלק פון אונזער אמונה צו דארפן גלייבן אזוי, סאו וואס שטופט אים אזוי?
דו האסט אים אויסגעהערט, אדער בלויז אריינגעטשעקט און כסדר געדריקט זעקס??

ער זאגט מער ווי איינמאל פארוואס די נושא ברענט אים. ער זאגט עס אנהייב, ער זאגט עס אינמיטן און צום סוף. נישט שיין צו פרעגן נאכאמאל ווען ענטפערט אזויפיל מאל.

ס'נישט די עצם טעאריע וואס שטערט אים, נאר די פילאזאפישע גרינדן וואס שטיפן עס אנצונעמען. דו אליינס ברענגסט עס שוין אין א פריערדיגע פאוסט, איך ווייס נישט צו דו פרובירסט דארט צו טרייבן שפאס פון אים אדער סתם א קינדערישע פאוסט...

די גרינד פילאזאפיע אז די ערד איז נישט ספעציעל דארף מען נישט זיכן אין חת''ס פר' ואתחנן, עס ווערט געברענגט דורך אלע סייענטיסטן, און דינט אלס הויפט פרינציפל אין מאדערן קאסמאלאגיע ,און עס ווערט געניצט צו שטיפן די היינטיגע סייענטיפישע כפירה אויף אלע זייטן.
כ'האף אז דו ביסט נישט מחולק אז סייענס - ווי אויסערגעווענליך וויכטיג זי איז און ברענגט א געוואלד מיט ניצן פאר די וועלט - דאך, שטופן סייענטיסטן כפירה אפי' אין פאל עס פעלט בכלל נישט אויס.

---
דרך אגב, לענ''ד קומט זיך פאר ר' לוי יצחק אביסעלע מער רעספעקט וויפיל דו געבסט אים. די וועג ווי אזוי דו באציסט זיך צו אים זעהט אויס ווי דו מיינסט מ'רעדט פון עפעס א טיטשער וואס געבט לעקציעס אין סייענס אדער וואס.

ר' לוי יצחק האט אויף זיך גענומען א לעבנס מיסיע צו פרעדיגן אמונה דורך פארלערנען ספרי נ''ך און אראפגעבן די היסטאריע פון כלל ישראל. און די זעלבע דורך זיינע ברכו נפשו - סייענס שיעורים וואס ער האט שפעטער אנגעהויבן און ווי אויך זיינע שיעורים אויף תהלים פון וואס אסאך אידן שעפן חיזוק.

זיינע נ''ך שיעורים זענען מיוחדים במינם, רייך מיט היסטאריע און ארכעלאגיע [ווען עס שטומט מיט די תורה] און אנגעפילט מיט דברי חז''ל און ספרי רבותינו. עס וואלט געמעגט זיין מערערע אזוינע שיעורים אבער עס איז נישט פארהאן. לדאבונינו, זייער אסאך וואס טוהן אין נ''ך אויף אזא ברייטע פארנעם, טוען עס מיט אנדערע כוונות, רוב מאל נישט גוטע, אבער אפי' ווען ס'יא דא גוטע כוונות ווי צו דערציילן כלל ישראל'ס היסטאריע פון ימי הנביאים, ווערט עס געווענליך איבערגעגעבן אלס א היסטאריע לעקציע פון אידן אלס א פאלק, מ'זיכט עס נישט צו דורכווייקן מיט מדרשים און מאמרי חז''ל אדער פרעדיגן אמונה און מדות און אידישע קינדער. רל''י האט דאס געטוישט, זיינע שיעורים זענען עני-טיים אזוי ברייט ווי אנדערע מגידים, נאר אויך אויסטערליש רייך מיט מדרשים און מאמרים פון חכמי ישראל במשך הדורות.

זיינע ברכו נפשו שיעורים זענען פונקט אזוי. עס איז דא נאך דרשנים וואס רעדן פון נפלאות הבריאה, אבער וויפיל מאל דערמאנען זיי דעם אויבערשטען?? זיי זענען זייער ערליכע טייערע אידן אבער רעדן פון ידיעות און פלאות הבריאה סתם לשם אינטערעסאנטקייט איז זייער א גוטע אינטערטעימענט, אבער האט גארנישט מיט אידישקייט צוטוהן און עס איז גארנישט מער פון רעדן פאליטישע און עקאנאמישע אנאליזן. רעדן נפלאות הבריאה אן אריינברענגען דעם בורא עולם איז גאר אסאך מאל גורם אז מ'זאל כאפן א קעלבערנע התפעלות פאר שטותים וואס סייענטיסן רעדן, אין זיינע שיעורים איז ער אויף א מיסיע אריינצוברענגען דעם אויבערשטען. און איינוועגס ברענגט ער צומאל ארויס די פאקט אז מ'טאר נישט פאלן פאר אלעס וואס סייענס זאגט. ביי זיי איז פון א טעאריע ביזן עס אראפלייגן אלס פאקט א קאצן שפרינג, ביי זיי עקזיסטירט כמעט נישט קיין איני יודע'ס, יעדע זאך האט [באקומט] א הסבר.

זיין פאלעמיק איבער היליא-צענטעריזם האט זיך אנגעהויבן דאכט זיך צוויי יאר צוריק, נאכן געבן א שיעור ווי ער האט גערעדט דאס אז די זין דרייט זיך ארום, וואס אויף דעם ארויף איז ער געווארן פארגעהאלטן היתכן ער זאגט אזוי ווען די סייענטישע וועלט האט אנגענומען אנדערש. אויף דעם ארויף איז געקומען די מילואים שיעורים מיטן ציל, א. פאל נישט פאר וואס אלעס וואס סייענס זאגט. ב. בפרט דא ווען מ'וועט מוזן מוציא זיין פסוקין און דברי חז''ל מפשטן, [ווי אויך טרעפט אין ספרים הסברים ע''פ פנימיות אויף די נושא, וואס אין פאל דאס איז נישט ריכטיג וועט מען מוזן זאגן אז ר''ח וויטאל און דער אוה''ח הק' האבן נישט געוויסט אדער געמיינט עפעס אנדערש....]
צווייטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 923
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 1922

פאוסט דורך צווייטער »

בחינה 25 האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 27, 2026 11:28 pm איז כפירה צו טראכטן אז תנאים ואמוראים האבן נישט געוואוסט פון וויאזוי די סאלאר סיסטעם/גאלאקסיעס/יוניווערס זעט אויס?
(חוץ שמאול וואס האט קלאר געזאגט אז ער ווייסט יא "ער קען זיך אויס מיט די שטערנס, ווי אין די גאסן פון נהרדהא")

מנהלים ביטע מעקן אויב די פאוסט איז נישט אפפראפריעט
אן אריינגיין אין א אריכות פארוואס.

יא עס איז כפירה אזוי צו האלטן, לדידן וואס מיר קומען שוין פון אונזערע רבי'ס - המהר''ל הקדוש והבעש''ט הקדוש ותלמידיו זי''ע ורבש''י החת''ם סופר ורבינו הגר''א זי''ע - וואס האבן אונז אזוי מנחיל געווען.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
צווייטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 923
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 1922

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך צווייטער »

aitch האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 28, 2026 12:35 am
בחינה 25 האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 27, 2026 11:28 pm איז כפירה צו טראכטן אז תנאים ואמוראים האבן נישט געוואוסט פון וויאזוי די סאלאר סיסטעם/גאלאקסיעס/יוניווערס זעט אויס?
(חוץ שמאול וואס האט קלאר געזאגט אז ער ווייסט יא "ער קען זיך אויס מיט די שטערנס, ווי אין די גאסן פון נהרדהא")

מנהלים ביטע מעקן אויב די פאוסט איז נישט אפפראפריעט
ניין, די גמרא אליינס שרייבט "ונראין דבריהן מדברינו" (רמב"ם שרייבט אז חז"ל האבן גערעדט פון אסטראנאמיע און מעדיצין לויט די חכמות וואס זענען געווען באקאנט אין יענע דורות)

איז כפירה צו טראכטן אז זיי האבן נישט געוווסט פון עוואלאשאון? כאפסט אז דא פעלט א כלל וואס יא און וואס נישט?
שיטה מקובצת, כתובות י״ג ע״ב, בשם רבינו תם:
דאע״ג דנצחו חכמי אומות העולם לחכמי ישראל, היינו נצחון בטענות, אבל האמת הוא כחכמי ישראל.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 893
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 2436

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך פעיק ניוז »

ChatGPT האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 01, 2026 2:34 pm

👌
בעסער אן אנעדזשוקעיטעד חכם ווי איידער אן עדזשוקעיטעד שוטה
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 893
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 2436

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך פעיק ניוז »

בחינה 25 האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 27, 2026 11:28 pm איז כפירה צו טראכטן אז תנאים ואמוראים האבן נישט געוואוסט פון וויאזוי די סאלאר סיסטעם/גאלאקסיעס/יוניווערס זעט אויס?
(חוץ שמאול וואס האט קלאר געזאגט אז ער ווייסט יא "ער קען זיך אויס מיט די שטערנס, ווי אין די גאסן פון נהרדהא")

מנהלים ביטע מעקן אויב די פאוסט איז נישט אפפראפריעט
עס קען זיין כפירה אין תורה שבעל פה. ווענדט זיך צו מען רעדט פון יסודות וואס זענען געגאנגען במסורה צוזאמען מיט אלע אנדערע טיילן פון תורה שבעל פה, צו פון זאכן וואס זיי האבן געהאלטן מכח זייער אייגענע חכמה.
בעסער אן אנעדזשוקעיטעד חכם ווי איידער אן עדזשוקעיטעד שוטה
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 893
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 2436

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך פעיק ניוז »

aitch האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 28, 2026 12:35 am
בחינה 25 האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 27, 2026 11:28 pm איז כפירה צו טראכטן אז תנאים ואמוראים האבן נישט געוואוסט פון וויאזוי די סאלאר סיסטעם/גאלאקסיעס/יוניווערס זעט אויס?
(חוץ שמאול וואס האט קלאר געזאגט אז ער ווייסט יא "ער קען זיך אויס מיט די שטערנס, ווי אין די גאסן פון נהרדהא")

מנהלים ביטע מעקן אויב די פאוסט איז נישט אפפראפריעט
ניין, די גמרא אליינס שרייבט "ונראין דבריהן מדברינו" (רמב"ם שרייבט אז חז"ל האבן גערעדט פון אסטראנאמיע און מעדיצין לויט די חכמות וואס זענען געווען באקאנט אין יענע דורות)

איז כפירה צו טראכטן אז זיי האבן נישט געוווסט פון עוואלאשאון? כאפסט אז דא פעלט א כלל וואס יא און וואס נישט?
נישט געוואוסט פון די היינטיגע מאדערן עוואלושאן טעאריע? ביסט נארמאל? א טעאריע וואס האלט אז "מען ווייסט נישט וויאזוי זאכן האבן זיך עכט אנגעהויבן" איז כפירה. אדער?
בעסער אן אנעדזשוקעיטעד חכם ווי איידער אן עדזשוקעיטעד שוטה
צווייטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 923
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 1922

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך צווייטער »

פעיק ניוז האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 01, 2026 7:08 pm
בחינה 25 האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 27, 2026 11:28 pm איז כפירה צו טראכטן אז תנאים ואמוראים האבן נישט געוואוסט פון וויאזוי די סאלאר סיסטעם/גאלאקסיעס/יוניווערס זעט אויס?
(חוץ שמאול וואס האט קלאר געזאגט אז ער ווייסט יא "ער קען זיך אויס מיט די שטערנס, ווי אין די גאסן פון נהרדהא")

מנהלים ביטע מעקן אויב די פאוסט איז נישט אפפראפריעט
עס קען זיין כפירה אין תורה שבעל פה. ווענדט זיך צו מען רעדט פון יסודות וואס זענען געגאנגען במסורה צוזאמען מיט אלע אנדערע טיילן פון תורה שבעל פה, צו פון זאכן וואס זיי האבן געהאלטן מכח זייער אייגענע חכמה.
לא כן כתב רבינו הגדול מרן החזון אי''ש זי''ע (קובץ אגרות ט''ו), וז''ל הקדוש:

משורשי האמונה שכל הנאמר בגמ׳ בין במשנה ובין בגמ׳ בין בהלכה ובין באגדה, הם הם הדברים שנתגלה לנו ע״י כח הנבואה שהיה כח הנבואה דומה בישראל עם השכל המורכב בגוף. בזמן שהנבואה היתה חזון נפרץ, היה הקב״ה משפיע שפע מהשכל הנאצל על השכל המורכב. אבל יש הבדל יסודי בין נבואה לרוה״ק. בנבואה, אין השכל המורכב של האדם משתתף בה, אלא אחרי שהנביאים המקובלים שנגלה להם שנבוא, אפשר לו להיות נביא, אפשר לו להיות לכלי קולט דעת... מבלי עיון ועמל שכלי. אבל רוה״ק הוא יגיעת העיון ברב עמל ובמשנה מרץ, עד שמתוסף בו דעת ותבונה בלתי טבעי.

מיסודי האמונה המקובלת שרוה״ק מטיבה להשיג את האמת שבתורה שנתנה בנבואה, בהיות שאין התורה ״אמת״ — ״אפשרי״, אלא אמת־חיובי, אמת קיים, ומבטח את בעליה על אמיתת השגתו.

נרתעים אנחנו לשמוע הטלת ספק בדברי חז״ל בין בהלכה בין באגדה, כשמועה של גידוף ר״ל. והנוטה מזה הוא לפי קבלתנו ככופר כדברי חז״ל, ושחיטתו נבילה. ופסול לעדות.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
אוועיטער
יעקב דוד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 137
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 11:20 pm
x 482

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך יעקב דוד »

סאיז דא אפילו א מהלך (אהן רעדן שטותים) צו מצדיק זיין גיאוסענטעריזם??
אוועיטער
בחינה 25
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 151
זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 20, 2025 11:35 pm
Location: Somewhere worldwide
x 363

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך בחינה 25 »

aitch האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 28, 2026 12:31 am
בחינה 25 האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 27, 2026 11:05 pm
aitch האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2026 6:02 pm

איך האב דאך בכלל נישט דיך ציטירט...
איך האב געזאגט אז היליאצענטעריזם איז כפירה?
האסט געשריבן
aitch האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2026 3:35 pm
די סיבה פארוואס דו נעמסט אן אז היליאצענטעריזם איז נישט קיין כפירה איז ווייל עס איז אויפגעוויזן ביסטו גרייט צו טייטשן פסוקים שלא כפשוטן וועגן פיזישע ראיות,
האב איך געפרעגט 'וויאזוי וואלט היליאצענטעריזם געדארפט זיין כפירה? אין וואס איז עס כופר?'
און נאך האב איך געפרעגט, 'וועלכע פסוקים זענען געטייטשט שלא כפשוטן וועגן פיזישע ראיות'?
יסד ארץ על מכוניה בל תמוט עולם ועד
אף תכון תבל בל תמוט
וזרח השמש ובא השמש ואל מקומו שואף זורח הוא שם
אין 'לדוד מזמור' ראש השנה ביינאכט, וויאזוי האסטו געטייטשט 'הארץ ומלואה, תבל ויושבי בה'?
סך הכל אונזער פיצי (טאקע זייער חשוב, אבער א קליינע פרעצענט פון די בריאה) פלאנעט??
טאקע דא וואו כ'וויל ארויס ברענגען דעם אייבירשטן'ס מעכטיגקייט, זאל איך אויסלאזן די עיקר חלק??

אפשר איז 'ארץ' די יוניווערס, און 'תבל' איז אפשר די סאלאר סיסטעם?

מכוניה, מיינעך קען רוהיג מיינען די סיסטעם אויף וואס די יקום אפעררירט.

עניוועי, איך בין נישט דער וואס איז אויפגעקומען מיט די זאץ "ס'מיינט נישט פשוט פשט", מיינע מלמדים פלעגן עס ניצן ווען אימער, משא''כ אויף פשוטע זאכן וואס די אויגן זעען זאגט מען עס נישט...
כ'בין נאך יונג, כ'קען נאך טוישן מיין מיינונג.
אוועיטער
בחינה 25
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 151
זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 20, 2025 11:35 pm
Location: Somewhere worldwide
x 363

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך בחינה 25 »

aitch האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 28, 2026 12:35 am
בחינה 25 האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 27, 2026 11:28 pm איז כפירה צו טראכטן אז תנאים ואמוראים האבן נישט געוואוסט פון וויאזוי די סאלאר סיסטעם/גאלאקסיעס/יוניווערס זעט אויס?
(חוץ שמאול וואס האט קלאר געזאגט אז ער ווייסט יא "ער קען זיך אויס מיט די שטערנס, ווי אין די גאסן פון נהרדהא")

מנהלים ביטע מעקן אויב די פאוסט איז נישט אפפראפריעט
איז כפירה צו טראכטן אז זיי האבן נישט געוווסט פון עוואלאשאון? כאפסט אז דא פעלט א כלל וואס יא און וואס נישט?
ניין, כ'כאפ נישט. עוועלאשן איז זיך שטארק סותר מיט בראשית.

איך פרעג; זאכן וואס אונז ווייסן היינט פשוט, און ס'איז זיך נישט סותר מיט זאכן וואס שטייט. איז א פראבלעם צו זאגן אז זיי האבן נישט געוואוסט?
כ'בין נאך יונג, כ'קען נאך טוישן מיין מיינונג.
צווייטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 923
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 1922

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך צווייטער »

בחינה 25 האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 06, 2026 2:17 pm

שו''ת התשב''ץ (ב, קכח-ט) '...''והמאמר הזה אמתו אותו החוקרי׳ במקום הזה, ואף על פי שדבריהם ז״ל הם כדברי תורה ואינם צריכים חיזוק, טוב הוא לסמוך אותם בדברים שכליים כדי להטעימם ולהבין יופי חכמתם, כי כל רז לא אניס להו.''
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
אוועיטער
בחינה 25
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 151
זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 20, 2025 11:35 pm
Location: Somewhere worldwide
x 363

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך בחינה 25 »

ChatGPT האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 01, 2026 2:34 pm
בחינה 25 האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 27, 2026 11:23 pm
די עכטע שאלה וואס מ'קען אים שטעלן איז די "פארוואס".
פארוואס פייטן פאר אזאך וואס מאכט דיך בכלל נישט אויס?

ס'דאך נישט א חלק פון אונזער אמונה צו דארפן גלייבן אזוי, סאו וואס שטופט אים אזוי?
דו האסט אים אויסגעהערט, אדער בלויז אריינגעטשעקט און כסדר געדריקט זעקס??

ער זאגט מער ווי איינמאל פארוואס די נושא ברענט אים. ער זאגט עס אנהייב, ער זאגט עס אינמיטן און צום סוף. נישט שיין צו פרעגן נאכאמאל ווען ענטפערט אזויפיל מאל.

ס'נישט די עצם טעאריע וואס שטערט אים, נאר די פילאזאפישע גרינדן וואס שטיפן עס אנצונעמען. דו אליינס ברענגסט עס שוין אין א פריערדיגע פאוסט, איך ווייס נישט צו דו פרובירסט דארט צו טרייבן שפאס פון אים אדער סתם א קינדערישע פאוסט...

די גרינד פילאזאפיע אז די ערד איז נישט ספעציעל דארף מען נישט זיכן אין חת''ס פר' ואתחנן, עס ווערט געברענגט דורך אלע סייענטיסטן, און דינט אלס הויפט פרינציפל אין מאדערן קאסמאלאגיע ,און עס ווערט געניצט צו שטיפן די היינטיגע סייענטיפישע כפירה אויף אלע זייטן.
כ'האף אז דו ביסט נישט מחולק אז סייענס - ווי אויסערגעווענליך וויכטיג זי איז און ברענגט א געוואלד מיט ניצן פאר די וועלט - דאך, שטופן סייענטיסטן כפירה אפי' אין פאל עס פעלט בכלל נישט אויס.
יא, כ'האב נאר אריינגעקאלט צו הערן די מילואים שיעורים.

ריכטיג, ער זאגט עס טאקע אפאר מאל אז אונזער פראבלעם איז אז מ'פאלט פאר די סייענטיפיק קאמיוניטי, און אלס וואס זיי זאגן ווערט אנגענומען אלץ קודש קדשים.

איז לאמיך פארשטיין וואס דו זאגסט, בעצם איז ער מסכים אז די זון איז אינדערמיט, נאר די סיבות פארוואס קיפערניקוס האט געמאכט די טעאריע שטערט אים?
און ווייל די "קאסמאלאגיקעל פרינציפאל" ניצט די שרעקליכע ווערטער "די ערד איז נישט ספעציעל", איז יעצט גיאסענטערסיזם תורת משה?

ווייסטו וואס? מיך שטערט אויך נישט זיין שיטה, ס'באדערט מיך יא פארוואס ער לייגט עס אן אויף חכמינו ז''ל.
ווען ער פירט אויס מיט פאטאס "און דאס ווייזט אונז נאכאמאל אז דאס וואס אונזערע/די אידישע חכמים האבן שוין פון לאנג געזאגט/געוואוסט אז די וועלט איז אינמיטן פון די בריאה/סאלאר סיסטעם וגו'" דאס גייט מיך אן, נישט וויל כ'גלייב אין סייענטיזם, נאר ווייל "זייערע" ראיות זענען זייער איבערצייגנד. און כ'האנישט פלעין געליינט איין בוך אויף אסטראנאמיע.

ווען כ'זאג, ס'מאכט נישט אויס. מיין איך פלעין צו דריקן אז כ'בין נישט מער איד ווען כ'גלייב אין גיאסענטערסיזם, היליאסענטערסיזם איז פונקט אזוי כי הוא חכמתכם...
כ'בין נאך יונג, כ'קען נאך טוישן מיין מיינונג.
צווייטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 923
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 1922

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך צווייטער »

בחינה 25 האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 06, 2026 2:03 pm
אין 'לדוד מזמור' ראש השנה ביינאכט, וויאזוי האסטו געטייטשט 'הארץ ומלואה, תבל ויושבי בה'?
סך הכל אונזער פיצי (טאקע זייער חשוב, אבער א קליינע פרעצענט פון די בריאה) פלאנעט??
טאקע דא וואו כ'וויל ארויס ברענגען דעם אייבירשטן'ס מעכטיגקייט, זאל איך אויסלאזן די עיקר חלק??

אפשר איז 'ארץ' די יוניווערס, און 'תבל' איז אפשר די סאלאר סיסטעם?

מכוניה, מיינעך קען רוהיג מיינען די סיסטעם אויף וואס די יקום אפעררירט.

עניוועי, איך בין נישט דער וואס איז אויפגעקומען מיט די זאץ "ס'מיינט נישט פשוט פשט", מיינע מלמדים פלעגן עס ניצן ווען אימער, משא''כ אויף פשוטע זאכן וואס די אויגן זעען זאגט מען עס נישט...
רש''י אין תהלים טייטשט, לה' הארץ" - ארץ ישראל "תבל" - שאר ארצות.

דאס וואס דו פרעגסט, סך הכל אונזער פיצי פלאנעט?? קושיא מעיקרא ליתא, מ'רעדט פון די וואס זענען מקבל ברצון די הכרה אין מלכות השי''ת, נישט פון עצים ואבנים און נישט פון די סאלאר סיסטעם, ופשוט הוא.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
חנן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 424
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 2:11 pm
x 1139

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך חנן »

בחינה 25 האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2026 11:46 am ס'אזא שאד אז איינער מיט אזוי סאך ידיעות אין אסטראפיזיקס, זאל גיין אזוי קאפ אין וואנט פאר עפעס וואס מאכט אפי' נישט אויס...

ס'דא א נייע ברכי נפשי שיעור פון ר' ל.י. געפאקט מיט ווערטפולע וואוסענשאפט און איבער די היסטאריע פון די היינטיגע קאזמאלאגיע.
מיט א נייע אויספיר אז "סייענס הייבט שוין אן איינצוזעהן אז די אידן זענען גערעכט אז די וועלט איז אינדערמיט..."

איינער האט שוין אויסגעהערט?
כ'זוך א שיתף צו מיין ווייטאג...
@חנן ?
איך האב נישט קיין כח צו שפענדן מיין ווייטאג אויף אזעלכע זאכן.
חנן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 424
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 2:11 pm
x 1139

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך חנן »

aitch האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2026 6:02 pm
בחינה 25 האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2026 5:58 pm
aitch האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2026 3:35 pm

אויב איך מעג...

דו שרייבסט: 'אלעס וואס איז טעאריע מיינט אז דאס מוז נישט זיין' אין סייענס איז א סייענטיפיק טעאריע א באשטעטיגטע מאדעל! Gravity, Atomic Theory, Germ Theory זענען אלע דיפיינט אלס "טעאריעס". צו זאגן 'אז דאס מוז נישט זיין' איז א לאגישער טעות

דו שרייבסט: 'אידישקייט איז נישט פילאזאפיע, און פילאזאפיע איז נישט אידישקייט' צו זאגן אז אידישקייט האט נישט קיין שייכות מיט פילאזאפיע האסטו פארשעמט אסאך ראשונים (רבי סעדיה גאון, רמב"ם, חובות הלבבות). אויסער דעם, די עצם טענה איז גופא א פילאזאפישע טענה...

דו שרייבסט: 'עוואלוציע איז כפירה. היליאצענטעריזם נישט' די סיבה פארוואס דו נעמסט אן אז היליאצענטעריזם איז נישט קיין כפירה איז ווייל עס איז אויפגעוויזן ביסטו גרייט צו טייטשן פסוקים שלא כפשוטן וועגן פיזישע ראיות, אבער עוואלוציע ווערט עס גלייך קלאסיפיצירט אלס כפירה? עס פעלט דא א קריטעריע
'אלעס וואס איז טעאריע מיינט אז דאס מוז נישט זיין' מיינט להוציא פון די וואס זאגן "סייענס טוישט זיך יעדן טאג, איין טאג קומט איינשטיין און פרעגט אפ אלעס וואס ס'געווען אנגענומען פארדעם..." וויל איך אייך דזשאסט דערמאנען אז אלעס איז טעאריעס, וואס מיינט, ס'נאכנישט א געזעץ, צולייגן צו עס מיינט נישט אפגעפרעגט"

'עוואלוציע איז כפירה. היליאצענטעריזם נישט'. כ'פארשטיי נישט וואס דו שרייבסט דערקעגן. וויאזוי איז היליאצענטעריזם כפירה למען ה'???
אזוי ווייניג זענען מיר ווערט אלס מענטש? נאר אויב אונז זענען אין די מיטן פון נישט נאר די סאלאר סיסטעם נאר אויך די יוניווערס??
וועלכע פסוקים? האסט פסוקים אז די זון גייט עכט ארום די וועלט?
אדער אזויווי קופערניקעס פלעגט זאגן פאר זיין שטוב "וועק מיר אויף ווען די זון שיינט אויף"...

און אפי' דו טרעפסט יא עפעס מאמרי חז"ל, טראכט אריין; די מאמרים האבן געדארפט מאכן סענס פאר יענע דורות אויך.
איך האב דאך בכלל נישט דיך ציטירט...
קבל את האמת ממי שאמרו....

בנוגע טעאריע: איינשטיינס טעאריע'ס זענען באצייכנט געווארן אלס טעאריעס לאנג איידער עס איז אויפגעוויזן געווארן, און, אפילו יעצט איז עס נאכנישט קלאר עד הסוף אלס פאקט.

די ראשונים וואס האבן גענוצט פילאזאפיע פאר אידישקייט, איז געווען א צורך לדורם ווען אלע האבן געטון דערין. אפילו רב סעדיה גאון זאגט נישט אז פילאזאפיע און אידישקייט איז איינס.

כפירה טייטשט לייקענען אין יסודות האמונה. אויב האסטו געלערנט פשט אין פסוקים לויט ווי אזוי דו האסט געוואוסט פון די וואוסנשאפטליכע וועלט, אדער פשוט ווי אזוי עס קוקט אויס פארן מענטשליכן אויג, מיינט נאכנישט אז לערנען אנדערש פשט, אדער זאגן דברה תורה כלשון בני אדם איז כפירה. ופשוט הוא.
צווייטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 923
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 1922

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך צווייטער »

צווייטער האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 06, 2026 2:40 pm
בחינה 25 האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 06, 2026 2:17 pm
aitch האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 28, 2026 12:35 am

איז כפירה צו טראכטן אז זיי האבן נישט געוווסט פון עוואלאשאון? כאפסט אז דא פעלט א כלל וואס יא און וואס נישט?
איך פרעג; זאכן וואס אונז ווייסן היינט פשוט, און ס'איז זיך נישט סותר מיט זאכן וואס שטייט. איז א פראבלעם צו זאגן אז זיי האבן נישט געוואוסט?
שו''ת התשב''ץ (ב, קכח-ט) '...''והמאמר הזה אמתו אותו החוקרי׳ במקום הזה, ואף על פי שדבריהם ז״ל הם כדברי תורה ואינם צריכים חיזוק, טוב הוא לסמוך אותם בדברים שכליים כדי להטעימם ולהבין יופי חכמתם, כי כל רז לא אניס להו.''
נאך

המהר''ל בנתיבות עולם (נתיב התורה, י''ד):

ומה שאמר כי היא חכמתכם לעיני כל העמים, מפני כי האומות הם שרוצים להתחכם בחכמה הזאת ביותר והיו מתחכמים בזה בחכמה עצומה מאוד מאוד, כאשר ידוע ותמיד באו אחרים אחריהם ובטלו טרחם אשר טרחו ועמדו עליהם. וכמו שבא אחד שהיה נקרא בעל תכונה חדשה, אשר נתן ציור אחר וכל אשר הבינו הראשונים אשר לפניהם ונתנו הראשונים ציור ומהלך לכוכבים ומזלות ולגרמים השמים סתר את כלם ונתן ציור חכמה חדשה רק שהוא עצמו כתב כי עדיין לא יוכל ליישב את הכל.

וכאשר ישראל חושבים תקופות ומזלות ונותנים טוב טעם ודעת, כי דבר זה שהיה מחלוקת ביניהם בזמן אשר מסבב השמש גלגלה והירח גלגלה לא השוו דעתם. כי איך יהיו משוים את דעתם כי כל אחד התחכם מדעתו ושכלו ואיך אפשר לעמוד על הרגעים ועל השעות שמסבב כל גלגל וגלגל, אבל חכמי ישראל שהיה הדבר מקובל בידם מפי משה מסיני שמסר לו השם יתברך הוא בלבד אפשר לו לדעת האמת. וכך הוא כי הדבר שהוא בידינו מקובל לנו במהלך החמה והלבנה אומרים על זה שהוא יותר נכון ויותר מקובל, ומכל שכן כאשר היו חכמי ישראל הראשונים שהיו יודעים כל הדברים על אמתתם כפי מה שקבלו מפי הנבואה מפי משה, ולכך על זה נאמר כי היא חכמתם ובינתם לעיני כל העמים.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
אוועיטער
בחינה 25
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 151
זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 20, 2025 11:35 pm
Location: Somewhere worldwide
x 363

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך בחינה 25 »

פעיק ניוז האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 01, 2026 7:08 pm
בחינה 25 האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 27, 2026 11:28 pm איז כפירה צו טראכטן אז תנאים ואמוראים האבן נישט געוואוסט פון וויאזוי די סאלאר סיסטעם/גאלאקסיעס/יוניווערס זעט אויס?
(חוץ שמאול וואס האט קלאר געזאגט אז ער ווייסט יא "ער קען זיך אויס מיט די שטערנס, ווי אין די גאסן פון נהרדהא")

מנהלים ביטע מעקן אויב די פאוסט איז נישט אפפראפריעט
צו פון זאכן וואס זיי האבן געהאלטן מכח זייער אייגענע חכמה.
על זה אנו דנין,
וויאזוי האט נאר יענער געזאגט? די היינטיגע זענען נישט קליגער, אבער סאך בעסער עקוויפטעד.

איז אקעי צו זאגן 'אונזערע -סייענטיפישע - כלים, זענען בעסער ווי - דאס וואס דו רופסט אייגענע חכמה - פון חכמינו ז''ל'?
כ'בין נאך יונג, כ'קען נאך טוישן מיין מיינונג.
צווייטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 923
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 1922

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך צווייטער »

ס׳איז דא א געוואלדיג דיוק פון הגאון רבי מיכאל בער ווייסמאנדל זצ״ל. די גמרא (שבועות כט.) ברענגט אלס משל אויף א זאך וואס איז נישט במציאות א 'גמלא פרחא באוירא', א קעמל וואס פליט אין די לופט. דער רמב״ם אבער, ווען ער איז מסביר דעם כח המדמה (שמונה פרקים פ״א), אז דער דמיון קען צוזאמנעמען זאכן וואס דער מענטש האט געזען און דערפון אויסמאלן א זאך וואס איז נישט במציאות, ברענגט ער אלס משל 'ספינת ברזל רצה באויר', אן אייזערנע שיף וואס פליט אין די לופט.

פרעגט רבי מיכאל בער, פארוואס האבן חז״ל נישט גענוצט דעם משל פון א ספינה וואס פליט אין די לופט? נאר חז״ל האבן געוואוסט פון אזא מציאות, דעריבער האבן זיי דאס נישט געקענט נוצן אלס משל אויף א זאך וואס קען נישט זיין. האבן זיי דוקא געזאגט 'גמלא פרחא באוירא'.

דער דיוק איז געוואלדיג. אין די צייטן פון חז״ל איז א ספינה וואס פליט אין די לופט געווען פונקט אזוי אוממעגליך אין די אויגן פון א מענטש ווי א קעמל וואס פליט. און דאך האבן חז״ל זיך אפגעהיטן דאס צו נוצן אלס משל פון א זאך וואס קען נישט זיין, ווייל זיי האבן געוואוסט אז עס קען ווערן א מציאות.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
אוועיטער
בחינה 25
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 151
זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 20, 2025 11:35 pm
Location: Somewhere worldwide
x 363

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך בחינה 25 »

צווייטער האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 06, 2026 3:04 pm
צווייטער האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 06, 2026 2:40 pm
בחינה 25 האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 06, 2026 2:17 pm

איך פרעג; זאכן וואס אונז ווייסן היינט פשוט, און ס'איז זיך נישט סותר מיט זאכן וואס שטייט. איז א פראבלעם צו זאגן אז זיי האבן נישט געוואוסט?
שו''ת התשב''ץ (ב, קכח-ט) '...''והמאמר הזה אמתו אותו החוקרי׳ במקום הזה, ואף על פי שדבריהם ז״ל הם כדברי תורה ואינם צריכים חיזוק, טוב הוא לסמוך אותם בדברים שכליים כדי להטעימם ולהבין יופי חכמתם, כי כל רז לא אניס להו.''
נאך

המהר''ל בנתיבות עולם (נתיב התורה, י''ד):

ומה שאמר כי היא חכמתכם לעיני כל העמים, מפני כי האומות הם שרוצים להתחכם בחכמה הזאת ביותר והיו מתחכמים בזה בחכמה עצומה מאוד מאוד, כאשר ידוע ותמיד באו אחרים אחריהם ובטלו טרחם אשר טרחו ועמדו עליהם. וכמו שבא אחד שהיה נקרא בעל תכונה חדשה, אשר נתן ציור אחר וכל אשר הבינו הראשונים אשר לפניהם ונתנו הראשונים ציור ומהלך לכוכבים ומזלות ולגרמים השמים סתר את כלם ונתן ציור חכמה חדשה רק שהוא עצמו כתב כי עדיין לא יוכל ליישב את הכל.

וכאשר ישראל חושבים תקופות ומזלות ונותנים טוב טעם ודעת, כי דבר זה שהיה מחלוקת ביניהם בזמן אשר מסבב השמש גלגלה והירח גלגלה לא השוו דעתם. כי איך יהיו משוים את דעתם כי כל אחד התחכם מדעתו ושכלו ואיך אפשר לעמוד על הרגעים ועל השעות שמסבב כל גלגל וגלגל, אבל חכמי ישראל שהיה הדבר מקובל בידם מפי משה מסיני שמסר לו השם יתברך הוא בלבד אפשר לו לדעת האמת. וכך הוא כי הדבר שהוא בידינו מקובל לנו במהלך החמה והלבנה אומרים על זה שהוא יותר נכון ויותר מקובל, ומכל שכן כאשר היו חכמי ישראל הראשונים שהיו יודעים כל הדברים על אמתתם כפי מה שקבלו מפי הנבואה מפי משה, ולכך על זה נאמר כי היא חכמתם ובינתם לעיני כל העמים.
ביידע פון די פאוסטס;
פון וואס רעדט די תשב''ץ? וואס האבן חז''ל געזאגט און די חוקרים האבן געגעבן א הסבר און התשב''ץ איז זייער פרייליך מיט דעם

מיט דעם קען איך ענטפערן אויף דיין צווייטע.
אונז האבן מקבל א מאדעל פון די גלגלים מיט חלקים און זמנים, ווען & וואו פלאנעטן & מזלות דארפן זיין.
מ'האט נישט מקובל וויאזוי ס'ארבעט אדער זעט אויס, נאר ווען און וואו ס'דארף זיין, צו עני גיווען צייט.
ניוטאן און קעפלער האבן דזשאסט בעסער מסביר געווען,
און קופערנוקעס' מאדעל האט דזשאסט בעסער פראדיקטעד וואו ס'גייט טאקע זיין.

זאכן האבן נישט געארבעט אזויווי פראדיקטעד ביי די אלטע מאדעל.
ס'האט נישט. און פארדעם האט הרב שליט''א געטראפן אז א פיזיקער זאל שרייבן "צו ווילסטו דען צוריק גיין צו בעפאר קיפערנוקעס?" דער האט נישט געמיינט צו זאגן אז די וועלט עט האבן א חשיבות וכדו' ער'ט דזשאסט געמיינט צו זאגן אז זאכן האבן נישט געשטימט דאן.
כ'בין נאך יונג, כ'קען נאך טוישן מיין מיינונג.
ChatGPT
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 404
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 12:07 pm
x 982

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך ChatGPT »

בחינה 25 האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 06, 2026 2:44 pm
איז לאמיך פארשטיין וואס דו זאגסט, בעצם איז ער מסכים אז די זון איז אינדערמיט, נאר די סיבות פארוואס קיפערניקוס האט געמאכט די טעאריע שטערט אים?
100% דאס שטערט אים. איך ווייס נישט צו קיפערניקוס אליינס האט דאס געזאגט צו אנדערע. אינו נוגע.
בחינה 25 האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 06, 2026 2:44 pm און ווייל די "קאסמאלאגיקעל פרינציפאל" ניצט די שרעקליכע ווערטער "די ערד איז נישט ספעציעל", איז יעצט היליאסענטערסיזם תורת משה?
טעות הדפוס? צ''ל זשיאוסענטערסיזם. ריכטיג?
און ניין! ער זאגט קלאר כמה פעמים אז אים שטערט נישט ווען איינער נעמט אן קיפערניקוס ווייל ער האלט אזוי. ס'איז נישט תורת משה. ס'מוז נישט זיין קעגן חז''ל.
בחינה 25 האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 06, 2026 2:44 pm ווייסטו וואס? מיך שטערט אויך נישט זיין שיטה, ס'באדערט מיך יא פארוואס ער לייגט עס אן אויף חכמינו ז''ל.
אה, אים באדערט אויך ווען מ'מאכט א כלומרשטע ליסטע פון ספרי חכמי ישראל וואס האלטן פון קיפערניקוס מאדעל. און נעבעך פאר יענעם וואס האט געמאכט דעם ליסטע ל''ע....
נייע חידוש
ניי צום טיש
פאוסטס: 1
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 06, 2026 9:02 pm

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך נייע חידוש »

אקעי, איך דארף פארבעסערן דא א טעות.
טעאריע מיינט א הסבר.
די ווארט טעאריע איז ענגליש, און עס זעט אױס אז נישט יעדער איז קלאר מיט איר באדייט.
טעאריע מיינט א הסבר פארוואס אדער ווי אזוי עפעס פאסירט/ האט פאסירט. (נישט זיך צו פארמישן מיט "פאקט" וואס מיינט בדרך כלל "וואס" נישט "פארוואס".)
צום ביישפיל:
פאקט: זאכן פאלן אראפ אויף די ערד אױב מען כאפט דאס נישט אן.
טעאריע: די טעאריע פון גרעוויטי איז מסביר וויאזוי אביעקטן מיט מעס (מאסע?) פירן זיך אויף.
מען קען זיך טאקע אויך באניצן (הגם ווייניגער פארמאל) מיט די ווארט טעאריע פאר א גענצליך אנדערע מושג וואס הייסט עכט "הייפאטעסיס" (השערה) וואס פון דא קומט דער עולם'ס טעות, אבער עס נעמט נישט אוועק פון דעם אז טעאריע מיינט אויך "הסבר".
די חילוק פון א פשוטע הסבר וואס הייסט אין ענגליש א עקספלענעישן ביז א טעאריע איז, אז א טעאריע איז נאר איין געוויסע סארט עקספלענעישן וועלעכע נעמט אריין עטליכע פאקטן און דעטאלען.
צום ביישפיל:
עקספלענעישן: די ערד איז נאס ווייל איך האב אויסגעגאסן וואסער.
טעאריע: וואסער עוועפארייזט שנעלער ווער עס איז ווארימער ווייל וואסער מאלעקולן האבן דעמאלטס מער ענערגיע.
אזוי אויך האט די ווארט טעאריע א דריטע מיינונג און דאס איז "א גאנצע גוף פון כללים" א דוגמא איז מוזיק טעאריע אדער אקאונטינג טעאריע אא"וו.
אין תנכ"י לשון קודש ווערט דאס אנגערופען "חכמה".
דא אין די שמועס איז די ווארט טעאריע באניצט געווארן פאר הסבר נישט פאר השערה אדער חכמה
שרייב פאוסט