ווער איז געווען גרעסער, דער רמב"ם אדער רבי חיים קניבסקי

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2327
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 7833

ווער איז געווען גרעסער, דער רמב"ם אדער רבי חיים קניבסקי

פאוסט דורך נקודות טובות »

שלום וברכה מיינע פריינט! וואס טוט זיך? וואס מאכט איר? ווי אזוי איז געווען דער טאג? איך האף אז ס'איז פיין געווען, איך האף אז מען האט געזען דאס גוטס. און אויב נישט, דארף מען וויסן אז אלעס איז גוט. וויבאלד פון אויבן קומט נישט ארויס קיין שלעכטס!
נו שוין, לאמיר צוגיין צום ענין און זען וואס אזאנס גייט פאר.

געווען איז עס שבת אינדערפרי, איך קום אריין אין בית המדרש און פארנט פונעם בית המדרש זעה איך א ידיד מיינער שטיין מיט א קאווע אין דער האנט. איך באגריס אים מיט א גוט שבת, און איך זעה אז ער איז פארטראכט. "וואס גייט פאר" פרעג איך אים. פארוואס ביסטו אזוי פארטראכט? ער קוקט אויף מיר און פרעגט. "נקודות, זאג מיר וואס איז פשט אז רבי חיים קניבסקי קען נישט קריגן מיטן רמב"ם"?

איך קוק אים אן.

"חס ושלום", זאגט ער, איך וויל חלילה נישט אונטערשאצן די גדלות פונעם הייליגן רמב"ם. דער רמב"ם איז געווען רמב"ם. מיר ווייסן דאך אפילו פון דער באקאנטער מעשה פונעם הייליגן ישמח משה אז ער האט זיך נישט געקענט אויסהאלטן די געוואלדיגע יראת שמים פונעם הייליגן רמב"ם. אבער דאך, תורה היא וללמוד אני צריך. פארוואס ווען עס קומט צו א פסק הלכה קען רבי חיים נישט קריגן מיטן רמב"ם?

דער רמב"ם, וויפיל ער האט נאר געוואוסט, קומט דאס דאך נישט נאנט צו וואס רבי חיים האט געוואוסט! רבי חיים איז געווען כל רז לא אניס ליה. מקרא, משנה, גמרא, הלכות, אגדות, דבר גדול ודבר קטן, אלעס איז געווען ביי אים אפן. צענליגע מדרשים וואס דער רמב"ם האט ניטאמאל געוויסט אז דאס עקזעסטירט איז ביי רבי חיים געווען אויפן לשון, דער ספר הזהר, ועוד ועוד. נהירין ליה שבילי דרקיע כשבילי דנהרדעא. ממש בכל חדרי התורה האט ער געקענט ענטפערן אויפן פלאץ.

קומט דאך אויס פירט יענער אויס, אז רבי חיים איז געווען א גרעסערער תלמיד חכם ווי דער רמב"ם! נו אויב אזוי, פארוואס ווען רבי חיים האלט אויף עפעס וואס דער רמב"ם שרייבט אז עס שטימט נישט, פארוואס זאל ער נישט קריגן? פארוואס זאלן מיר נישט זאגן אז דאס האלט דער רמב"ם, אבער רבי חיים האלט אנדערש, און מיר וועלן פסק'ענען ווי רבי חיים, הילכתא כבתרא.

איך קוק אים אן און זאג אים קודם כל, פאר איך ענטפער, זעסטו דאך אליינס אז רבי חיים האט זיך נישט סתם אזוי געוואגט צו קריגן אויפן רמב"ם. פארקערט. זיין לעבן איז געווען אריינגעטון אין פארשטיין דעם רמב"ם. ער האט ארויסגעגעבן דעם דרך אמונה אויפן רמב"ם, ער האט געוואוסט פון דעם מאמר עפר אני תחת כפות רגליו, און האט מקיים געווען דעם הוי מתאבק בעפר רגליהם. ממילא פארשטייסטו אז דיין שאלה איז באמת נישט שווער, טאקע דער וועמען דו האלטסט דארף ווען האבן די רעכט דערויף איז גאר דער וואס האט זיך אזוי געטינקן אין זיינע רייד אז עס איז אים ניטאמאל בייגעפאלן צו חולק זיין. אבער איך פארשטיי וואס דו ווילסט וויסן. דו פרעגסט נישט אויב רבי חיים האט מכבד געווען דעם רמב"ם. דו פרעגסט פארוואס.

פארשטייט זיך איך קען דא נאר רעדן לאגיש, איך קען נישט אנהייבן רעדן פון מדריגות הקדושה און השגות וואס מיר פארשטייען בכלל נישט.... אין לו לדיין אלא מה שעיניו רואות. איך קען נאר רעדן וואס איך זעה און פארשטיי. אבער אפילו אין דברי תורה געפינען מיר נישט אז דער וואס איז מער קדוש זאל אויטאמאטיש מער רעכט האבן צו פסק'ענען, ס'זענען דא כללי ההוראה, דיין פראגע איז נאר פשט אין די כללים.

לעניות דעתי קען מען דאס מדמה זיין צו א ניי געבוירן קינד.

ווען א קינד ווערט געבוירן איז זיין מח נאכנישט אנטוויקלט. דער מח איז רוי. ער קומט אויף דער וועלט אן קיין טראפ וויסענשאפט וויאזוי די וועלט ארבעט, אן קיין עקספיריענס, און אן קיין פארשטאנד וויאזוי זיך צו באגיין אפילו מיט די פשוטסטע זאכן. דער אויבערשטער האט באשאפן דאס קינד מיט פונקט גענוג אינפארמאציע אויף צו איבערלעבן דעם טאג. ער ווייסט וויאזוי צו אטעמען. ווען ער איז הונגעריג ווייסט ער אז ער דארף עסן. ער ווייסט וויאזוי צו זייגן און שלינגען. אלעס מער דעם דארף ער זיך אבער לערנען.

אסאך מאל איז גאר אינטערעסאנט צו זען ווי אזוי א קינד אנטוויקלט זיך.
א קליין קינד ליגט אויף דער ערד און הייבט אן צו באמערקן אז ער האט הענט. ער באמערקט אז די האנט איז צעטיילט אויף פינגערס. ער קוקט אויף זיי, רוקט זיי, שפילט מיט זיי. שעות און טעג קען ער זיך אפגעבן מיט זאכן וואס פאר אונז זעען אויס אינגאנצן פשוט.
נאך אביסל הייבט ער אן צו כאפן אז די האנט איז זיינס, ער קען מיט איר אנכאפן זאכן, זיי ברענגען צו זיך, זיך שפילן מיט זיי. די זעלבע מיטן קול. ער הייבט אן צו מאכן קולות. ער כאפט אז ער קען לאכן און וויינען. ער קען אויסדריקן א געפיל. נאכדעם הייבט ער אן צו פארשטיין אז אנדערע מענטשן נוצן אויך קול כדי צו קאמיוניקירן.

און אזוי זאך נאך זאך אנטוויקלט זיך דער מענטש.

אבער יעצט טראכט אריין אין דעם. וואס וואלט געווען ווען א קינד וואלט געבוירן געווארן מיט אן אינגאנצן אנטוויקלטן מח? א מח וואס קען שוין פון דעם ערשטן טאג טראכטן ווי אן ערוואקסענער, מאכן פארצווייגטע חשבונות, אנאליזירן גרויסע ענינים און טראכטן אויף א גאר הויכן ניווא? עס וואלט לכאורה אויסגעזען ווי א געוואלדיגע מעלה. אבער דאס וואלט עס געווען זיין גרעסטע שטערונג.

דער מענטש דארף קודם דורכגיין די פשוטע זאכן! אויב איז ער פארנומען טראכטן פונעם סטאק מארקעט, איז נישט מעגליך אז ער זאל קענען זיין פארנומען מיט ערפינדען זיינע פינגער... און אויב טראכט ער פון פסיכילאגיע, וועט ער זיך נישט קענען לערנען צו וואקן. ער דארף זיך אויסלערנען וואס איז א האנט. וואס איז א פינגער. וויאזוי מען כאפט א זאך. וויאזוי מען גייט. וויאזוי מען רעדט. און די זאכן ווערן שפעטער די יסודות אויף וועלכע זיין גאנצע לעבן שטייט.

און דאס איז לעניות דעתי א שטארקע משל צו אונז און אונזערע ראשונים.

מיר זענען געבוירן געווארן אין א וועלט וואו א גרויסער חלק פונעם בנין התורה שטייט שוין פאר אונז. מיר עפענען א גמרא, רש"י, תוספות, רמב"ם, רא"ש, און מיר קומען שוין אריין אין א וועלט וואו זאכן זענען אויסגעארבעט געווארן. אבער טראכט אריין וואס דאס האט אמאל געמיינט. די ראשונים האבן נישט געהאט דעם גאנצן בנין וואס מיר האבן היינט. זיי האבן זיך געמוזט פלאגן אויף די גרסאות. איין ווארט האט נישט געקלעבט מיט צווייטן. זיי האבן געדארפט פרעגן, ענטפערן, פארגלייכן, צוריקגיין, איבערטראכטן, שרייבן און איבערשרייבן....

זיי האבן נישט בלויז געענטפערט שאלות. זיי האבן געבויט די יסודות פונעם בנין אויף וועלכער שפעטערדיגע דורות האבן געקענט פרעגן די שאלות. זיי האבן אויסגעארבעט מושגים, חילוקים אין פארשטיין סוגיות חלוקות. און יעדער דור איז צוגעקומען נאך א שטיין צום בנין. און מיר זענען שוין אנגעקומען מיט א גאלדענעם לעפל אין מויל.

ווען מיר זעצן זיך לערנען איז שוין דא א וועלט פאר אונז. מיר הויבן נישט אן פון אנהויב, מיר קענען גלייך אריינשפרינגען ערגעץ אינדערמיט, אדער גאר נאנט צום סוף. אבער ווען ער זעהט א קשיא אויפן רמב"ם טראכט ער דאס שטימט נישט... ער כאפט ניטאמאל וואס דער יסוד פונעם בנין איז, און ער פרעגט שוין.

דו פארשטייסט די סוגיא פון אונטען ארויף? דו פארשטייסט בכלל די עמקות? זאכן וואס ארבעט ביי דיר סאבקאנטשעסלי האט אויף דעם דער רמב"ם זיך געמיטשעט נעכט. דו כאפסט היינט א גלעזל קאווע בהעלם אחד, אן אפילו טראכטן וויאזוי דיין האנט טוט עס. אבער פאר דו האסט געקענט דאס טון אן טראכטן, האט דיין מוח געדארפט דורכגיין טויזנטער קליינע סטעפס. היינט ליגט דאס שוין אין דיין סיסטעם.
אזוי אויך אין תורה. זאכן וואס ארבעטן ביי אונז שוין כמעט סאבקאנטשעסלי, ווייל מיר זענען אויפגעוואקסן מיט א גאנצן בנין פון מושגים, חילוקים און מהלכים, זענען נישט געקומען פון זיך. דורות פון תלמידי חכמים האבן געדארפט בויען די כלים ביז מיר האבן זיי באקומען גרייט. דו באגרייפסט ניטאמאל וואס ליגט אין איין ווארט פונעם הייליגן רמב"ם. וויפיל מחשבה ויגיעה דאס האט גענומען.

די ראשונים זענען נישט נאר מענטשן וואס האבן אמאל געלעבט, און מיר טארן נישט קריגן אויף זיי. נאר זיי זענען געווען די וואס האבן אונז אויפגעבויעט די וועג וויאזוי מיר זאלן פארשטיין די תורה. ווען א מענטש קומט שפעטער און וויל אויפבויען אויף זייערע ווערטער, דארף ער פארשטיין די גדלות פונעם יסוד. נישט ווייל ער טאר נישט טראכטן, נישט ווייל ער טאר נישט פרעגן, און נישט ווייל זיין סברא קען נישט זיין ריכטיג. נאר ווייל ער דארף וויסן אויף וואס ער שטייט.

די שאלה איז נישט ווער האט מער אינפארמאציע. די שאלה איז ווער האט אויפגעבויט די כלים מיט וועלכע מיר קענען בכלל פארשטיין די אינפארמאציע. רבי חיים קען וויסן טויזנטער מדרשים וואס דער רמב"ם האט נישט געהאט פאר זיך. אבער דאס איז נישט דער זעלבער סארט "וויסן" ווי דער רמב"ם'ס פלאץ אין דעם בנין התורה.
פיגער עס אויס!
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3961
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4854

Re: ווער איז געווען גרעסער, דער רמב"ם אדער רבי חיים קניבסקי

פאוסט דורך אנדערער »

דער הייליגער רמבם האט טאקע געבויט די יסודות אבער פארוואס קען ר' חיים נישט קריגן אויף אים אין פסק הלכה? ער פארשטייט דעם יסוד וואס דער רמבם האט געבויט און ער איז מחולק. ער נעמט נישט אוועק די געוואלדיגע יגיעה וואס דער רמבם האט אריינגעלייגט און זיין קדושה

איך פרעג לטעמיך. אויב האב האב פארזען עפעס וואס האסט געשריבן ווייז צו
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
שרייב פאוסט