לומדישע ענינים ארום דעם יו''ט

גאלדבערג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 563
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 438

לומדישע ענינים ארום דעם יו''ט

פאוסט דורך גאלדבערג »

כ'האב באגעגנט יעצט חוה''מ סוכות א חידוש פון א רעק''א
סוכה כ''ה ע''א

ווי עס קומט ארויס אז דאס עסן אליין פון חוץ לסוכה, ווערט נישט קיין אסור'דיג מאכל ווי חמץ אדער טריפה.
דער אכילה אינדרויסן איז נישט קיין עבירה מצד עצמו,
ס'איז א גדר פון ביטול מצוה
דער מענטש פארפעלט די חיוב פון זיצן אין די סוכה בשעת'ן עסן.


למשל א חולה אדער יעדער אנוס בדבר קען עס ניצן צו זיין קלאר אין די ביטול המצוה
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2327
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 7830

Re: לומדישע ענינים ארום דעם יו''ט

פאוסט דורך נקודות טובות »

גאלדבערג האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 30, 2026 8:06 am כ'האב באגעגנט יעצט חוה''מ סוכות א חידוש פון א רעק''א
סוכה כ''ה ע''א

ווי עס קומט ארויס אז דאס עסן אליין פון חוץ לסוכה, ווערט נישט קיין אסור'דיג מאכל ווי חמץ אדער טריפה.
דער אכילה אינדרויסן איז נישט קיין עבירה מצד עצמו,
ס'איז א גדר פון ביטול מצוה
דער מענטש פארפעלט די חיוב פון זיצן אין די סוכה בשעת'ן עסן.


למשל א חולה אדער יעדער אנוס בדבר קען עס ניצן צו זיין קלאר אין די ביטול המצוה
ביסט זיכער דו האסט פארשטאנען וואס רבי עקיבא איגר שרייבט? פארוואס זאל עסן חוץ לסוכה מאכן די מאכל א מאכל איסור ווי טריפה? אפילו ביי חמץ גופא איז נישט קלאר אז ס'איז אן איסור חפצא. ווי אזוי ווערט די מאכל אסור ווייל "דו" דארפסט דאס עסן אין די סוכה? ועוד, ווי אזוי ווערט די מאכל געטוישט פון איסור צו היתר ווען עס ווערט פון אן עראי צו קבע?

דער בית יוסף שרייבט שוין פון ראשונים אז א דבר היתר וואס נאר די זמן אסר'ט עס הייסט נישט קיין מאכל איסור, און דערפאר מעג מען טאקע געבן פאר קינדער צו עסן פאר קידוש וכדו'. מה שא"כ נבילות, טריפות, שקצים וכדו' די זאכן זענען מאכלות אסורות און איז אסור.

דאכט זיך אז ער שמועסט פשוט אויס אז די גאנצע סיבה פארוואס שלוחי מצוה זענען פטור אלץ העוסק במצוה איז נאר ווייל מצות סוכה איז נאר אן עשה, און נישט קיין עשה ולא תעשה. ווייל מען זאגט נישט עוסק במצוה פטור מן המצוה כדי לעבור על הלאוו בקום ועשה.
פיגער עס אויס!
שרייב פאוסט