פאלגנד איז פאר אייך א שפאציר צווישן מיינע געפילן וואו כ'וועל פרובירן מיטטיילן מיינע רויע אבזערוואציעס פון מיין ראש השנה העעל"ט.
*
ווי אין די פארגאנגענע יארן האמיר געהאט די זכי' צו פראווען ראש השנה אין תורת חכם ביים הייליגן קיבוץ אין אומן בירושלים בראשות המקובל רבי איטשע מאיר מורגנשטערן, וואס איינער וועלכע איז שוין דארטן געווען וועט מעיד זיין די דערהויבנקייט וואס מ'שפירט דארט. איז דען דא א בעסערע פלאץ צו ממליך זיין דעם אייבערשטן אונטערן שאטן פונעם צדיק? ראש השנה אין תורת חכם איז א געמיש פון התעוררות, דביקות און שמחה. דער רבי מיט זיינע הייליגע כוונות ברענגט אראפ אלע השפעות פאר די גאנצע יאר.
דעם יאר האב איך ב"ה געהאט א גוט פלאץ, אבער נישט לכתחילה.. מיין אפיציעלע פלאץ איז נישט געווען אויף קיין גוטע מקום, אבער ב"ה נאכ'ן זיך אפרעדן צו מיינס א באקאנטער בשעת'ן קאווע'נען איבער מיין פלאץ זאגט ער מיר אז נעבן אים אויף זיין טיש איז דא א ליידיגע פלאץ און כ'קען אהינגיין. בין איך אהינגעגאנגען און ב"ה געקענט הערן דעם רבי'ן זייער קלאר.
ביים אריינשפאצירן אין ביהמ"ד האט מען געקענט שפירן א הייליגקייט אין די לופטן, דעם רבי'נס זיסע שטימע האט זיך שוין געהערט אינעם גרויסן היכל, דער ציבור האט דאן נאך געהאלטן אינמיטן אנקומען און ס'איז נישט געווען אזוי פיל, דעריבער איז די ווידער-קול געווען שטערקער.
שחרית די ערשטע טאג האט גענומען זייער לאנג, בכלל א דאווענען אין תורת חכם נעמט לענגער ווי געווענליך צוליב די כוונות, ראש השנה איז עס פי כמה. דער רבי גייט צו צום עמוד ביי יעדע תפילה, ווען ביי יעדע ברכה בשעת דער רבי איז מכוון זינגט מען ווארימע ניגונים. שחרית איז געווען עפעס אויסטערליש ווארעם און מלכות'דיג, ביידע טעג, אנגעהויבן פון המלך, די ניגונים, די ברכות אא"וו, המלך בשדה האט דאן באקומען ביי מיר א אנדערע באדייט! דער אייבערשטער זיצט קעגן איבער מיר, הערט מיר אויס, נישט קיין סאך מאל אין לעבן האב איך אזוי געשפירט! ממש נאנט. און די פלאמפייערדיגע לדוד פסוק בפסוק איז ווערד מ'זאל קומען צו תורת חכם פאר דעם אליין! אה!
שחרית - די ערשטע טאג האט זיך גע'ענדיגט ארום צוויי אזייגער, די צווייטע טאג ארום האלב צוויי, דערנאך קריאת התורה. דערנאך איז געווען הפסקה פאר א האלבע שעה.
דעם ערשטן טאג ארום פירע איז דער רבי צוריק אריינגעקומען, א חלק עולם וועלכע האבן שוין געהאלטן נאך עטליכע גלעזער לחיים האבן זיך צוזינגען "אור זרוע לצדיק..." ווען דער רבי - ווי אלעמאל - מאכט נישט קיין וועזן דערפון, דער ציבור האט אנגעהויבן אריינצושטראמען, און מ'האט אנגעהויבן די מעמד פון כוונת תקיעות שופר.
איך האב שוין געהערט דערפון אז אין תורת חכם קומט פאר א מעמד כוונת תקיעות שופר ווען ס'איז יו"ט שחל בשבת, דעם יאר האב איך עס אבער די ערשטע מאל מיטגעהאלטן. פערטל נאך פיר איז דער רבי ארויף אויפ'ן בימה, ארומגעוויקלט מיט'ן טלית, און אנגעהויבן למנצח. בשעת דער ציבור האט געזאגט למנצח האב איך באמערקט אז מיט דעם אלעם וואס ס'איז נישט ווי געווענליך, נעמליך, מ'בלאזט דאך נישט פאקטיש קיין שופר, איז דער ציבור געווען גאר ערנסט, אנדערש ווי איך האב זיך פארגעשטעלט אז ס'וועט נישט זיין אזוי ערנסט ווי א געווענליכע תקיעות שופר, דער ציבור וואס געפינט זיך דארט זענען גענצליך אפגעשיידט פון דער וועלט און זענען דא יוצא צו זיין די כוונת התקיעות פונעם צדיק.
צו זיין אויפריכטיג. ס'איז פארט נישט געווען די זעלבע ערנסקייט ווי די צווייטע טאג ווען מ'בלאזט יא שופר, אבער וואס איך האב זיך פארגעשטעלט איז געווען אסאך א שוואכערע מצב, און מ'האט געקענט טאפן די ערנסקייט אין ביהמ"ד.
דער רבי האט געזאגט דעם פסוק "עלה אלקים בתרועה" מיט א ציטער, און דאן אנגעהויבן מיט די עבודת הכוונת. ס'איז געווען שיין צו זען אז אפילו אידן פון די שוואכערע סארט זענען געווארן מלא הרגש פון די מעמד, און אפילו רוב פון די יא ערנסטע עולם וואס פארשטייען אויך נישט פונקטליך וואס ס'קומט דא פאר, ס'איז שבת ווען חז"ל האבן גוזר געווען נישט צו בלאזן שופר, אבער דא געפינט זיך א צדיק וועלכע פארשטייט צו די הייליגע כוונות און איז מכוון כאילו ס'איז א געווענליכע יו"ט טאג. די אטמאספער אין ביהמ"ד איז געווען עפעס אויסטערליש הימליש, דער רבי האט אויסגערופן יעדע תקיעה פשוט צו וויסן וואו מ'האלט, און צווישן יעדע תקיעה בשעת דער רבי איז מכוון זינגט מען ווארימע ניגוני התעוררות, ניגוני שמחה, דער עולם האט מיטגעארבעט, ס'איז געווען א מחזה הוד.
די גאנצע זאך האט גענומען היבש אביסל קורצער ווי א געווענליכע תקיעות שופר, א האלבע שעה. צען צו פינעף האט דער רבי אנגעהויבן אשרי העם יודעי תרועה מיט'ן ברסלבע נוסח, און ס'האט געדונערט "כי תפארת... כי תפארת..." און דער רבי זאגט ווייטער, "עזמו אתה וכו'". די מעמד איז געווען פאר מיר ספיריטואל.
מ'האט אנגעהויבן שטילע שמונה עשרה פון מוסף פינעף אזייגער, די ערשטע ברכה האט גענומען גאר לאנג, ארום א האלבע שעה, ווען ביי די תקיעות שטעלט מען זיך אפ זינגען הגם מ'האט נישט געבלאזן און מ'האט אינזין די כוונות התקיעות. דאס זעלבע איז געווען ביי הויכע שמונה עשרה און ביי קדיש. די ציבור איז געווען גאר ערנסט, וואס ווי א יאר ס'גייט פארביי שטייגט די ערנסקייט פונעם עולם.
צווייטע טאג נאך הפסקה זענען פארגעקומען צוויי ברית'ן וואו דער רבי האט געדינט אלס סנדק. און תקיעות שופר האט זיך אנגעהויבן האלב פיר. תקיעות שופר אין תורת חכם איז א הויכפונקט, דאס דערקענט מען דורך דעם עולם וואס איז דארט דאן, די ביהמ"ד ווערט פיל, אפילו אידן אויסערהאלב תורת חכם וועלכע דאווענען נישט דארט קומען אין די מאסן בלויז מיטצוהאלטן דעם הייליגן מעמד אזש די ביהמ"ד ווערט פיל עד אפס מקום ממש, יונג און אלט שטייען אויף טישן און אויף די בענק, צו קענען כאפן א בליק אויף דעם רבי'נס הייליגע צורה וואס שיינט פון שמחה דקדושה.
די שטילקייט נאך למנצח ווערט געבראכן דורך דעם קוויטשעדיגן שטימע פונ'ם בעל תוקע הרב זיכערמאן, ער מאכט די ברכה ווען יעדעס ווארט ווערט געזאגט מיט פיל כוונה, א שטיל שווייגעניש הילכט אפ אינ'ם היכל הביהמ"ד, דער בעל תוקע שטייט ביים בימה און ווארפט זיך זאגנדיג די ברכות וועלכע געדויערן עטליכע מינוטן, דער רבי בשעת מעשה שטייט ביי די זייט און מישט דעם מחזור מיט די כוונות, זיין פנים שיינט, ער קוקט אויס ווי נישט דאהי, א מלאך!
נאך די ברכות נעמט דער בעל תוקע דעם שופר אין די האנט, לייגט צו צום מויל, דער רבי זאגט תקיעה, א תקיעה'לע הערט זיך, דער רבי וויקלט זיך איין אינ'ם טלית, ווארפט זיך ארויף אויפ'ן מחזור, און דער גבאי רבי ישראל אבערבוך וועלכע שטייט נעבן רבי'ן הייבט אן א ווארימע ניגון, דער ריזיגע ציבור וועלכע פילט איבער דעם גרויסן היכל, נעמט זיך זינגען, לופט איז נישטא קיין סאך צוליב דעם גרויסן ציבור, אבער די אינערליכע ווארעמקייט נעמט איבער דעם ציבור. אזוי גייט דאס ביז די ענדע, ווען צווישן יעדע תקיעה זינגט מען ניגוני התעוררות, און ניגוני שמחה, כמובן האבן די ניגונים א שייכות מיט ענין התקיעות.
ניגונים וואס כ'געדענק אויפ'ן מינוט איז געווען די פלפול ניגון, קה אכסוף, כה אמר ד', אחד שהוא שניים, עוז והדר לבושה, און נאך, פארשטייצעך אלעס אן ווערטער. אינטערסאנטע אנעקדאט, נאך וואס מ'האט גע'ענדיגט אלע תקיעות מיט די כוונות האט מען נאכאמאל איבער געבלאזן די סדר תקיעות אן קיין אפשטעל. נאך די תקיעות האט דער בעל תוקע הרב זיכערמאן פארגעזאגט די פסוקים פון מן המיצר און קר"ע שט"ן, אוי האט געדונערט! דערנאך - ארום פינעווע - האט מען אנגעהויבן מוסף, וואס איז געווען בעיסיקלי אזויווי דעם ערשטן טאג.
גע'ענדיגט דאווענען האט מען ביידע טעג אונטער א שעה צום ר"ת, אבער כ'האב בכלל נישט געפילט ערשעפט, און ניטאמאל אויפגעפאסט אז די זייגער לויפט אזוי שנעל. כ'בין שנעל געגאנגען מאכן קידוש און עסן סעודות יו"ט און זיך צוריקגעאיילט צו מנחה וואס דער רבי האט געדאווענט כאילו לא היה, פריש ווי ס'איז די ערשטע תפילה פון לעבן!
ארויס פונ'ם יו"ט בין איך מיט א שמחה אז מ'האט נאכאמאל זוכה געווען, געשפירט ווי מ'האט אויסגע'פועל'ט, זיך געפילט דערהויבן, און מיט א קבלה זיך צו באטייליגן קומענדיגן יאר נאכאמאל! כ'ווייס נישט צו כ'האב גענוג גוט ארויסגעברענגט מיינע געפילן, אבער וואס איז זיכער אז דאס געפיל נאכ'ן ענדיגן אזא יו"ט איז גוט!
זאלן מיר וואו אימער האבן אויסגע'פועל'ט אלעס גוטס!
ראש השנה תשפ"ז אין תורת חכם, רויע אבזערוואציעס
- יצחק לעווי
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 39
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 24, 2026 10:47 am
- Location: אין מיין הויזן
- x 176
Re: ראש השנה תשפ"ז אין תורת חכם, רויע אבזערוואציעס
wow wow wow
זייער שיין געשריבן קדוש קדוש קדוש
אשריך שזכית
הלואי כ'האב די געלעגנהייט זיך צו דריייען מער במחיצתו
זייער שיין געשריבן קדוש קדוש קדוש
אשריך שזכית
הלואי כ'האב די געלעגנהייט זיך צו דריייען מער במחיצתו
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
נפשי חולת אהבתך....