איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

שמועסן ארום דעם טישל אויף א לייכטערן אופן
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 488
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 396

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

פאוסט דורך גאלדבערג »

נויז מאשין האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 20, 2026 2:05 am
גאלדבערג האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 20, 2026 12:39 am

אנצופילן די היימישע געשעפטן מיט פסולע קליידונג איז מיעוט הרע?
די צורך צו דארפן ארויסגיין קעגן די דענים לוק בגדים וואס די היימישע מוכרים ברענגען אריין איז די חלק פינעם מיעוט הרע??
די האסט א פראבלעם מיט היימישע געשעפטן אדער מיט יוניפארם'ס?

די יוניפארם'ס האט נישט גורם געווען אריינצוברענגען די קליידער, כ'ווייז דיר די זומער קאטאלאג פון 2024.
בלי צל ספק האט די י.פ. פיל ערגער געמאכט די געשעפטן
די לעצטערע צעטיל פון רבנים איבער שטיין ווייט פון דענים לוק איז א תוצאה פון די פילע פסולע סחורה וואס קומען אריין אויף די שעלווס


רביה''ק מיט זיין התנגדות צו יוניפארמס פאַר מיידלעך איז נישט געווען פלעין א פראַקטישע החלטה, נאָר אַ הייליגער מכוון געבויט אויף יסודות פֿון מסירת נפש פֿאַר אמת'דיגן חינוך און דעם קיום פֿון כלל ישראל אין גלות אמעריקע.

זיין צוגאַנג, כאָטש עס פאָדערט שטענדיגע עבודה און פלאג מצד די מוסדות, איז געבויט אויף עטליכע יסודותדיגע פּרינציפּן
1 דער עכטער תכלית פֿון חינוך, טראַנספאָרמירן די שעלווס פון ווי די עולם נעמט די סחורה, נישט איגנארירן וואס טוט זיך אין די געשעפטן

דער רבי האט געזען ווייטער ווי די פיר ווענט פֿון דער בית חינוך
חינוך איז נישט דעיס וואָס פאַסירט אונטערן דאך פונעם מוסד
ווען א מוסד נעמט דעם "גרינגן וועג" פֿון יוניפאָרם, ווערן די מיידלעך באַשיצט אין די 4 ווענט פון סקול, אָבער די אמת'ער קריג קעגן די ווינט פון גאס און וואָס די סטארס פארקויפן ווערט גענצליך אפגעלאָזט.

דער רבי האט פאַרשטאַנען דעם "עקאנאמישן דרוק" סופּליי און דימענד
דורך נישט האבן א יוניפארם, מיז די גאַנצע קהילה, די מאַמעס, די טעכטער, און הויפטזעכטליך די בעלי-בתים פֿון די סטאָרס, זיך פאַרמעסטן מיטן תקנה פֿון הלכות צניעות אין די סקול טאג טעגליך

ווען טויזנטער מיידלעך מוזן האָבן 100% כשר'ע קליידער איז יעדעס מאל וואָס זיי גייען אין געשעפט, מוזן די געשעפטן זעהן צו פראָדוצירן צניעות'דיגע סחורה. דער מוסד ווערט די שומר פאר די אידישער גאַס און מאַרק.

יוניפאָרם, עפנט די פתח פאַר סטארס אריינצוברענגען גויאישע מאָדעס פאר נאכמיטאָג און זינטיגדיגע באַנוץ.

נאך א פוינט
חינוך איז טייטש מ'דאַרף זיך פלאגן,
דער יוניפאָרם מאַכט א קונצליכער סיסטעמאטישע עבודה. די קינד טוט זיך אָן וואָס מען הייסט איר ווי א ראָבאט. אָבער אַזוי בויט מען נישט קיין הרגש צו צניעות.
א מיידל דאַרף טעגליך זען ווי די מאַמע זאגט איר אהן וואס ס'איז יא אדער נישט גוט
אויך ביים איינקויפן, זאגט די מאמע: "דאָס קענען מיר נישט קויפן ווייל עס איז צו גויאיש לויט אונזערע פארשריפטן,"
דער כסדר'דיגע מיטשעריי צו געפינען כשר'ע קליידונג,
פלאגט טאַקע די עלטערן, אָבער עס איז פאַקטיש דער טיפסטער שיעור אין צניעות וואָס דאָס קינד קען נאָר באַקומען, און עס בלייבט מיט איר אויף איר גאַנצן לעבן צו פירן אַן עכט אידישע שטוב

די רבי זצוק''ל האט מיט זיין הנהגה אינעם מוסד צו זיין כסדר אין א קריג מיט די לבושי נשים
געשיקט א מעסעדזש צו די וואס שרייבן גרויסע טשעקלעך פאר גרויסע צדקה צוועקן צוליב זייערע גרעסערע באנק אקאונטס
אז אין קיין שום אומשטענדן, קען מען זיך רעכענען מיט די רצונות פון נגידים, די לבוש פון די מיידלעך איז העכער און טייערער פון יעדן טשעקל פֿאַרן מוסד.
אוודאי איז עס נישט קיין לייכטע דזשאב אבער דאס האט ער געוואלט מען זאל טון

חינוך קומט נישט צו זיין גרינג, ס'דאַרף זיין אויף א וועג פון אמת אז די סקול איז עכט מחנך די קינד דערצו
אפילו עס קאסט א פרייז פון כסדר'דיגע טענה'רייען מיט רייכע עלטערן,
דאַרף די מוסד זיך האַלטן שטארק און נישט נאכגעבן פאר יענע חברה און זיך קלויבן די איזי וועי אוט
און פאַרלירן דעם מערכה אויפן לאַנגן טערמין
רעאליסטיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 447
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 20, 2025 10:35 am
x 770

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

פאוסט דורך רעאליסטיש »

שטייענדיג און אזא הייליגע טאג ערב יום הקדוש שרייען אלע אויס מי כעמך ישראל גוי אחד בארץ!!! רבש"ע הבט משמים וראה גוי קדוש כזה!!! ווי טויזענטער סאטמארע תלמידות זענען געקליידעט מיט איידעלע צניעות'דיגע קליידער אויפן העכסטע דרגא, און שרייען אלע אויס מיר האבן זיך נישט וואס צו שעמען פון אונזערע עלטערן און באבעס!!!
עס וועט זיכער זיין א מליץ יושר צום יום הדין, בזכות נשים צדקניות נגאלו.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3237
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 10175

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

אויב דו האלסט נישט אז דו האסט געטון עפעס אומריכטיג קעגן דיין חבר, בעט אים 'נישט' איבער!

אין די תורה שטייט טאקע אז מען דארף מפייס זיין דעם חבר אויב איז יענער געטשעפעט געווארן דורך דיר, אבער אויב דורך דיין פיוס קומט ארויס אז איך דארף פשוט שפילן די געים פון בעטן מחילה ווייל אזוי שטייט אין די תורה, אבער בעצם האלט איך נישט אז זאכן וואלטן זיך געדארפט אנדערש אויסשפילן, און איך וועל זיין מער זהיר בעתיד וכו', דאן האסטו נאכאמאל געשטאכן און מצער געווען דיין חבר מיט א פרישקייט, און דא הייבט זיך אן אן ענדלאזן מפייס זיין אויף וואס כ'האב דיר מפייס געווען וכו'...

ר' @משה יודא יואל ווייס האט עס זייער שיין צולייגט אין זיין 'מויכעל' ארטיקל די וואך...
שרייב פאוסט