נייעס פון קרית יואל

נייעס אין אונזער קווארטאל
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 444
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 381

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך גאלדבערג »

יהושע עבד השם האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 6:15 pm א בושה פאר קרית יואל די עסן סיטואציע ביי די אייקאן מאלל......
ווי די העווען סטאר?
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 444
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 381

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך גאלדבערג »

גאלדבערג האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2026 11:50 pm ברוך שהחיינו

כ'האב יעצט באקומען א מודעה איבער די פראקטישע און גוט צוגעשטעלטע טראנספארטאציע וואס די שטאט האט אהערגעשטעלט פאר די מענער אויפ'ן יעצטיגן בין הזמנים סעזאן.

וואס האט מיר דאס מערסטע דערפרייט, איז דער שיינער, פראפעסיאנעלער און נארמאלער אופן וויאזוי עס ווערט אנאנסירט פאראייניגט פאר די גאנצע שטאט,
אהן דעם וואס מען זאל ארויפשלאגן דערויף די זיגלען פון די קאמיטעטן (ווי 'חומת העיר' א.ד.ג.) וואס גיבן זיך אפ מיט די רוחניות'דיגע גדרים און סענעטאציע מיסברויכן אין שטאט.

דער אלטער מהלך פון פלעגן אדווערטייזן די דאזיגע סערוויסעס פלעגט אפטמאל ברענגען א געוויסע אומבאקוועמליכקייט, עס האט זיך געשפירט כאילו דורכ'ן פשוט ניצן די טראנספארטאציע פשוט ווייל מען וויל אנקומען רואיג אין ביהמ"ד און דאווענען מיט א מנין כהלכה דארף מען זיך שוין אפיציעל אידענטיפיצירן און אריינסיינען אינעם באורד פון די חומת העיר אידישקייט
דער יעצטיגע, נייטראלע און רעספעקטפולע צוגאנג איז א ריכטיגע שריט פאראויס
אשריכם עסקנים העושים מלאכתם בהשכל ודעת!
למעשה האט די חומת העיר יא ארויסגעשטעלט א עקסטערע צעטל א שכח פאר די עסקנים און ספאנסערס
און אויך די חומה''ע עסקנים וואס שטייען דערונטער
אוועיטער
צדקת העיר
ניי צום טיש
פאוסטס: 14
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 21, 2026 9:16 pm
Location: כל דצריך ייתיי
x 20

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך צדקת העיר »

די שטארק אויפגעכאפטע צדקת העיר לוח איז ווידער ארויסגעשיקט געווארן אויף די פאסט פאר אלע תושבים.
WA_1788556324698.jpeg
WA_1788556324698.jpeg (273.66 KiB) געזען געווארן 1982 מאל
די שטאטישע צדקה קאסע ‘צדקת העיר קרית יואל‘
צו מנדב זיין 24 שעה אין טאג, דריקט דא
https://secure.cardknox.com/tzedookashooeer
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3363
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 13913

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך בודקע »

גאלדבערג האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 7:56 pm
גאלדבערג האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2026 11:50 pm ברוך שהחיינו

כ'האב יעצט באקומען א מודעה איבער די פראקטישע און גוט צוגעשטעלטע טראנספארטאציע וואס די שטאט האט אהערגעשטעלט פאר די מענער אויפ'ן יעצטיגן בין הזמנים סעזאן.

וואס האט מיר דאס מערסטע דערפרייט, איז דער שיינער, פראפעסיאנעלער און נארמאלער אופן וויאזוי עס ווערט אנאנסירט פאראייניגט פאר די גאנצע שטאט,
אהן דעם וואס מען זאל ארויפשלאגן דערויף די זיגלען פון די קאמיטעטן (ווי 'חומת העיר' א.ד.ג.) וואס גיבן זיך אפ מיט די רוחניות'דיגע גדרים און סענעטאציע מיסברויכן אין שטאט.

דער אלטער מהלך פון פלעגן אדווערטייזן די דאזיגע סערוויסעס פלעגט אפטמאל ברענגען א געוויסע אומבאקוועמליכקייט, עס האט זיך געשפירט כאילו דורכ'ן פשוט ניצן די טראנספארטאציע פשוט ווייל מען וויל אנקומען רואיג אין ביהמ"ד און דאווענען מיט א מנין כהלכה דארף מען זיך שוין אפיציעל אידענטיפיצירן און אריינסיינען אינעם באורד פון די חומת העיר אידישקייט
דער יעצטיגע, נייטראלע און רעספעקטפולע צוגאנג איז א ריכטיגע שריט פאראויס
אשריכם עסקנים העושים מלאכתם בהשכל ודעת!
למעשה האט די חומת העיר יא ארויסגעשטעלט א עקסטערע צעטל א שכח פאר די עסקנים און ספאנסערס
און אויך די חומה''ע עסקנים וואס שטייען דערונטער
בוסט א אידיאט.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.

קרעדיט: פיני גליק
בקי ביחוס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 216
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 6:29 pm
Location: אין באבל....
x 206

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך בקי ביחוס »

קרעדיט חומות העיר
פיילס
IMG-20260906-WA0094.jpg
IMG-20260906-WA0094.jpg (341.77 KiB) געזען געווארן 1819 מאל
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 444
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 381

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך גאלדבערג »

א מורא'דיגע דערגרייכונג
מי יתן אז אלע אידישע צענטערן זאלן אויכעט האבן אזא גוטע זאך
Positive
ניי צום טיש
פאוסטס: 8
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2025 4:17 pm
Location: נישט דא
x 9

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך Positive »

איינער ווייסט ווי מען האלט בײ לעיקסייד דעוועלאפּמענט?
,Life is positive if u look at it so
,People are positive if u look at them so
,You are positive if u look at yourself so
פארנומען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 268
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 1:46 pm
x 402

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך פארנומען »

Positive האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2026 12:22 pm איינער ווייסט ווי מען האלט בײ לעיקסייד דעוועלאפּמענט?
מען האט געגאסן די פוטינגס פאר די ערשטע צוויי בנינים איבער די פארלאפענע פאר וואכן.
Positive
ניי צום טיש
פאוסטס: 8
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2025 4:17 pm
Location: נישט דא
x 9

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך Positive »

פארנומען האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2026 2:16 pm
Positive האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2026 12:22 pm איינער ווייסט ווי מען האלט בײ לעיקסייד דעוועלאפּמענט?
מען האט געגאסן די פוטינגס פאר די ערשטע צוויי בנינים איבער די פארלאפענע פאר וואכן.
ווען זיי דארפן צו זײן פארטיג?
,Life is positive if u look at it so
,People are positive if u look at them so
,You are positive if u look at yourself so
פארנומען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 268
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 1:46 pm
x 402

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך פארנומען »

Positive האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2026 1:10 am
פארנומען האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2026 2:16 pm
Positive האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2026 12:22 pm איינער ווייסט ווי מען האלט בײ לעיקסייד דעוועלאפּמענט?
מען האט געגאסן די פוטינגס פאר די ערשטע צוויי בנינים איבער די פארלאפענע פאר וואכן.
ווען זיי דארפן צו זײן פארטיג?
איך ווייס נישט.
בקי ביחוס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 216
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 6:29 pm
Location: אין באבל....
x 206

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך בקי ביחוס »

ווייסט עמיצער פון א לויער צו קענען פייטן אדער ערלעדיגן אלטע טאלס ביי מעיל טשארדזשעס, וואס זיי האבן גערעכענט מיט רשעות 50 דאלער פער פארלעצונג
עס האלט ביי טויזענטער דאלארן רח"ל און איך ווייס נישט איינפאך וואס צוטאן, ביטע העלפן
רעאליסטיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 437
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 20, 2025 10:35 am
x 755

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך רעאליסטיש »

די פארגאנגענע צוויי נעכט באישון לילה האט מען געפעיווט די פיינעל קאוד אויף די נייע פארברייטערטע ראוד, ס'קוקט אויס ווי עס פארט א מחי', יישר כח פאר די ווילידזש און אלע וואס האבן געהאט א חלק דערין,
גד'ל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 120
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 15, 2024 12:19 pm
Location: ניו יארק
x 160

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך גד'ל »

בקי ביחוס האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2026 7:35 pm ווייסט עמיצער פון א לויער צו קענען פייטן אדער ערלעדיגן אלטע טאלס ביי מעיל טשארדזשעס, וואס זיי האבן גערעכענט מיט רשעות 50 דאלער פער פארלעצונג
עס האלט ביי טויזענטער דאלארן רח"ל און איך ווייס נישט איינפאך וואס צוטאן, ביטע העלפן
ביי מיר שוין אפאר יאר צוריק ווען איך האב געהאט אפאר הונדערט דאלאר טשארדזשעס ביים אריינקאלן קאסטומער סערוויס האבן זיי מיר מסכים געוווען אראפצונעמען די טשארדזשעס ביים זאגן אז איך האב א איזי פעס אקאונט און זיי האבן אלעס דארט אריבערגעלייגט נאר די טאלס אליין און אראפגענומען די טשארדזשעס
איך ווייס נישט צו עס גייט נאך היינט אזוי און אויב דו האסט שוין פרובירט אויב נישט קענסטו פרובירן
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 444
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 381

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך גאלדבערג »

ס'קומט מיר נישט אויס קיינמאל צו מיטהאלטן די שטראם וואס טיט זיך א האלבע שעה פאר חצות לילה פון א שיינע פאר מנינים אידן קוקט אויס ווי נאנט צו 20מנינים יאגן זיך צו אמירת סליחות ליל ער''ה
איז עס א נייע ערשיינונג אדער שוין א אלטע זאך ?
ס'מיר געווען א חידוש ווייל אינעם בית הוראה קונטרס שרייבן די מורי הוראה אז נאר במקום אונס קען מען זאגן ביי חצות
אוועיטער
צדקת העיר
ניי צום טיש
פאוסטס: 14
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 21, 2026 9:16 pm
Location: כל דצריך ייתיי
x 20

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך צדקת העיר »

די תשליך זאגערלעך ליגן אויסגעלייגט ביי די וואסערן איבערן שטאט והגלילות, פויעלטס אלעס גוטס.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטש יאר.
22863 (1).jpg
22863 (1).jpg (372.61 KiB) געזען געווארן 210 מאל
22864 (1).jpg
22864 (1).jpg (486.11 KiB) געזען געווארן 210 מאל
בילד איז ביים וואסער אויף לעיק שאור אין בלומינג גראוו
די שטאטישע צדקה קאסע ‘צדקת העיר קרית יואל‘
צו מנדב זיין 24 שעה אין טאג, דריקט דא
https://secure.cardknox.com/tzedookashooeer
שרייב פאוסט