איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
- יצחק לעווי
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 36
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 24, 2026 10:47 am
- Location: אין מיין הויזן
- x 170
-
להגדיל הטראסק
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 3231
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 10165
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
היות ער מאכט נישט קיין געלט אויף מיר, וויל איך אים נישט משוגע מאכן.
אבער פאר אייך וויל איך אונטערשרייבן אויף דעם ארטיקל.
און איז סתם אזוי א באקאנטע כלל אין לעבן "א ניין היינט מיינט א יא מארגן"
צו זאל עס זיין עמאציאנעל:
אויב האב איך נישט קיין נערוון צו דיר יעצט און כ'הייב נישט אויף דעם טעלעפאון אדער איך טו דיר נישט דעם טובה אפילו אויב די סיבה איז סתם ווייל איך האב נישט קיין נערוון צו די זאך אדער בכלל צו דיר האב איך יעצט נישט קיין נערוון, דאס וועט גורם זיין אז מארגן וועל איך יא געשמאק פארברענגען מיט דיר, און דיר גערן טון דעם טובה. - אויב וועל איך מיך אנשטרענגען פאר דיר, וועל איך דיר נישט וועלן מער קענען און אריבערגיין די אנדערע זייט גאס ווען איך זעה דיר, איך דארף זיך נישט שפירן שולדיג מיט גילטי פילינגס אז איך בין אן אכזר מיטן יענעם נישט טון די טובה בלויז ווייל כ'וויל יעצט ליינען אידטיש, ווייל מיט דעם וואס איך טו נישט כנגד רצוני יעצט וועסטו מארגן געניסן פון מיר אסאך מער בס"ד.
און טעכניש:
אויב וועל איך מיך איבעררייסן פאר דיר און אויפגעבן אנדערע וויכטיגע פליכטן פאר דיר, גיי איך אויסברענען, און דיר מער נישט ווילן, און מער נישט האבן די געלעגנהייט דיר צו סערווירן.
צומאל קוקט עס אויס ווי מען איז אן אכזר, אבער אין מיין פריוואטן לעבן האב איך עס שוין אסאך מיטגעהאלטן, און איך בין מעיד דערויף.
עס איז דא געוויסע פאליסיס וואס אונז האבן אין אונזער ביזנעס וואס אונז פלעגן טשידן פאר גוטסקייט, אונז פלעגן זיך איבעררייסן, און די תוצאות זענען נישט געווען קיין גוטע, איך בין געווארן איבערגעריסן, און קאסטומערס זענען נישט סערווירט געווארן ווי זיי וואלטן ווען געדארפט צו סערווירט ווערן.
עס איז פארהאן געוויסע טעג וואס אונזער ביזנעס איז נישט אפן צוליב געוויסע סיבות, אמאל פלעג איך יא סערווירן קאסטומערס אין די תקופה, ווייל כ'בין א גוטער... די רעזולטאט איז געווען אז איך בין געווארן איבערגעריסן און אויסגעברענט און געהאלפן מענטשן מיט א זויער פנים אומבאטעמט.
די לעצטערע מאלן האב איך באשלאסן אז אונז זענען 'באמת' נישט אפן, אויב האב איך פונקט א רואיגע מינוט וועל איך דעמאלס סערווירן מיינע קליענטן אן זיך פארפליכטן דערויף פון פריער. אבער מיט עקשנות!
די רעזולטאט? אסאך מער מענטשן זענען געווארן סערווירט און איך האב נישט אויסגעברענט...

- פיילס
-
- FOCUS Article #44.pdf
- (86.07 KiB) דאונלאודעד 20 מאל
-
להגדיל הטראסק
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 3231
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 10165
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
ווען מען זאגט פאר איינעם 'לכאורה נישט' מיינט עס ביי יענעם 'שוין קאנפירמד אז יא'
ווען דו ווילסט זיך נישט פארפליכטן צו איינעם, אבער ווילסטו דאך געבן א שאנס אז אפשר וועט מיר עס יא געלונגען צום סוף ענטפער "לעת עתה איז די ענטפער ניין!" אויב איז עס נאך נוגע שפעטער קענסטו פרובירן דיין לאק דעמאלס, און אויב וועט מיר עס דעמאלס געלונגען וועט עס זיין א גרויסע פלאס.

עטרת חיים
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 251
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 2:29 pm
- Location: קרית יואל
- x 739
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
צ.ק.
עס איז א חוצפה, א עקל, א בזיון און א אפשיי (וואסמיינטעס?) פון חסידישע ריפארטער צו נאכלויפן רבנים און פראבירן צו פרעגן קשיות א שטייגער ווי מ'טוט צו פאלעטישאנס
דאס זענען גדולי ישראל, דרך ארץ ביטע!!

ועולתה תקפץ פיה, וכל הרשעה כלה כעשן תכלה, כי תעבור ממשלת זדון מן הארץ!
-
יהושע עבד השם
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 104
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 24, 2026 12:13 am
- x 212
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
למשל דאס וואס יענער האט געטוהן צו אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א איז א אפשיי.....
-
עטרת חיים
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 251
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 2:29 pm
- Location: קרית יואל
- x 739
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
די זעלבע האט ער געטון צו האדמו"ר מ'וויזניץ מאנסי שליט"א און אנדערעיהושע עבד השם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 2:37 pmלמשל דאס וואס יענער האט געטוהן צו אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א איז א אפשיי.....
שעים אן יו יענער
ועולתה תקפץ פיה, וכל הרשעה כלה כעשן תכלה, כי תעבור ממשלת זדון מן הארץ!
-
יהושע עבד השם
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 104
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 24, 2026 12:13 am
- x 212
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
פרעגן איז איין זאך, נאכשרייען איז שוין גאר א צווייטע זאך....עטרת חיים האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 2:45 pmדי זעלבע האט ער געטון צו האדמו"ר מ'וויזניץ מאנסי שליט"א און אנדערעיהושע עבד השם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 2:37 pmלמשל דאס וואס יענער האט געטוהן צו אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א איז א אפשיי.....
שעים אן יו יענער
-
להגדיל הטראסק
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 3231
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 10165
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
אזוי ווי עס גויאישט זיך אזוי אידישט זיך, אזא אויר וואס דער אמעריקאנער מנהיג פירט איין דאס גיסט זיך איבער אין די אידישע גאס...
מצד אחר ר' גדלי' פרובירט צו פארלאנגען דרך ארץ און שיסן עטיטוד בעת דער רבי ענטפערט מיט געמיטליכקייט אויף דעם יענער שפראך...
די סנהדרין האבן געדארפט קענען אלע שפראכן... צו אלע מינע מענטשן...
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
צ''ק
אשרי איש אשר תיסרנו קה ומתורתך תלמדנו.
ס'איז א גוטע געפיל צו כאפן די מעסעדש. ב''ה!

ר' גדלי' שיסט גראדע נישט קיין עדיטוט. ער נעמט זיך אן פאר זיין רבי'ס כבוד וועלכע איז פארשוועכט געווארן. (ס'האט אים געבאדערט די זונלאזע געפיראכץ פונקט ווי ס'האט מיך געבאדערט).להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 2:54 pmמצד אחר ר' גדלי' פרובירט צו פארלאנגען דרך ארץ און שיסן עטיטוד בעת דער רבי ענטפערט מיט געמיטליכקייט אויף דעם טורקס שפראך...
צו די שיינקייט פון די רבי זז''ג פאסט אים זיך אראפצולאזן צו יענעם, און ענטפערן יענעם לויט זיין דרגה. כדרכו בקודש!
-
להגדיל הטראסק
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 3231
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 10165
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
איך אין גדלי'ס פלאץ וואלט נישט געווען אנדערש, אפשר שארפער, אדער איידעלער און דרייסטער, און כ'האב נישט געמיינט צו מגנה זיין ר' גדלי', נאר אין קאנטראסט צו רבינו שליט"א ברענגט עס ארויס דעם מנהיג אין הערליכע קאלירן...
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
100%! איך קוק עס איבער איינמאל און נאכאמאל, בלויז צו זעהן ווי דער רבי ענטפערט אים אזוי גוטמוטיג אן קיין שום פאראיבל.להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 3:04 pm איך אין גדלי'ס פלאץ וואלט נישט געווען אנדערש, אפשר שארפער, אדער איידעלער און דרייסטער, און כ'האב נישט געמיינט צו מגנה זיין ר' גדלי', נאר אין קאנטראסט צו רבינו שליט"א ברענגט עס ארויס דעם מנהיג אין הערליכע קאלירן...
-
גאלדבערג
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 440
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
- Location: Brooklyn
- x 375
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
דר'עולם מקטן ועד גדול זיצן טעגליך אויף די אלע פאדקעסטס און נייעס רעפארטאזשן פון דעי מענטשןיהושע עבד השם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 2:37 pmלמשל דאס וואס יענער האט געטוהן צו אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א איז א אפשיי.....
די רבי'ס מעגן זיך אמאל באגעגענען מיט די פאקט מיט וועם זייערע חסידים זענען אין גוטן און נאשן פון זיי א גאנצן טאג
ס'בדיעבד געווען לכתחילה אריבער..
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
איך מיין אז מ'דארף סטאפן דאס אז בלויז איינער בלאזט שופר אין אלול. צו אסאך מענטשן גייען אויס צו בלאזן און גייען אוועק פון שול באליידיגט און דיסעפוינטעט. זאל יעדער בלאזן צוזאמען און פארטיג!
(די כוכבים און די מער גוטע קענען ברענגן די געדרייטע שופרות...)
(די כוכבים און די מער גוטע קענען ברענגן די געדרייטע שופרות...)
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
עס איז עקעלדיג וואס עס קומט פאר אין די בלומינגראוו אשכול
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
עס איז עקלדיג וואס קומט פאר אויף אידטיש.
איך האב געמיינט אז לב טהור איז די ערגסטע וואס אידטיש האט געהאט. וואס איין ניק שטינקט אן די לופט אין יעדע צווייטע טעמע איז אסאך אסאך ערגער
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"יאסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.
והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
איך האב געטוישט דעם נאמען צו יענער אין דיזע און נאכפאלגענדע פאוסטיהושע עבד השם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 2:37 pmלמשל דאס וואס יענער האט געטוהן צו אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א איז א אפשיי.....
ביטע נישט אראפרייסן קײן מענטשן פערזענליך
און ביטע מיך נישט מאכט ארבעטן שווער. די אנדערע אפציע איז פשוט מעקן ס'גאנצע געשיכטע
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
האלידעי איז א פיינע זאך. די הייוועי איז ליידיג
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"יאסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.
והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
-
גאלדבערג
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 440
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
- Location: Brooklyn
- x 375
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
עס האט נישט קיין פשט וואס מענטשן טוען
כ'בין נעכטן געווען אין א מוסד צו טרעפן א מחנך אינמיטן הער איך ארויס קולות ווי עלטערן טענה'ן זיך ארום מיט די מנהל איבער זייער קינד
כ'האב געפילט ווי איך וויל אראפלאזן צוויי פעטש פאר דעי טאטע
ערעב איד דא שטייט א מוסד און צופליקט זיך פאר די חינוך הבנים וואס טענה'סטו זיך ארום מיט די מוסד וואס מאכסטע זיי ענג אז די ווילסט נישט האלטן דיין קינד נעם ארויס
וואס איז דעי רשעות צו דערגיין די יארן פינעם מוסד וואס דארף מחנך זיין די טייערע פקדונות
אויב דער מוסד טויג נישט און די הנהלה אדער תקנות זענען נישט לויט אייער געשמאק
נעמט ארויס דאס קינד און זוכט א פלאץ וואס פאסט יא פאר אייך. אבער אויב איר לאזט יא דאס קינד דארט, וואו איז די מינימאלע געפיל פון נישט טרינקען דאס בלוט פון די מענטשן וואס זענען זיך מוסר נפש
פירן א מוסד און טראגן די אחריות פון הונדערטער תלמידים איז א אומגעהויערע, שווערע לאסט וואס ווייניג קענען דורכטראגן. אנשטאט צו קומען מיט הכנעה און ארבעטן צוזאמען ווי א טיעם, קומט מען מחריב זיין און צעקלאפן.

- נויז מאשין
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 302
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 3:09 pm
- x 605
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
טשיל טשיל טשיל. די מנהל איז געקומען מיט הכנעה? ער איז אויך נאר א שותף וואס דארף ארבעטן ווי א טיעם. האסט זיך אונטערגעהערט א האלבע מעשה דארפסט נאכנישט נעמען קיין שטעלונג אזש די ווילסט ממש טיילן פעטש.גאלדבערג האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 08, 2026 10:12 am עס האט נישט קיין פשט וואס מענטשן טוען
כ'בין נעכטן געווען אין א מוסד צו טרעפן א מחנך אינמיטן הער איך ארויס קולות ווי עלטערן טענה'ן זיך ארום מיט די מנהל איבער זייער קינד
כ'האב געפילט ווי איך וויל אראפלאזן צוויי פעטש פאר דעי טאטע
ערעב איד דא שטייט א מוסד און צופליקט זיך פאר די חינוך הבנים וואס טענה'סטו זיך ארום מיט די מוסד וואס מאכסטע זיי ענג אז די ווילסט נישט האלטן דיין קינד נעם ארויס
וואס איז דעי רשעות צו דערגיין די יארן פינעם מוסד וואס דארף מחנך זיין די טייערע פקדונות
אויב דער מוסד טויג נישט און די הנהלה אדער תקנות זענען נישט לויט אייער געשמאק
נעמט ארויס דאס קינד און זוכט א פלאץ וואס פאסט יא פאר אייך. אבער אויב איר לאזט יא דאס קינד דארט, וואו איז די מינימאלע געפיל פון נישט טרינקען דאס בלוט פון די מענטשן וואס זענען זיך מוסר נפש
פירן א מוסד און טראגן די אחריות פון הונדערטער תלמידים איז א אומגעהויערע, שווערע לאסט וואס ווייניג קענען דורכטראגן. אנשטאט צו קומען מיט הכנעה און ארבעטן צוזאמען ווי א טיעם, קומט מען מחריב זיין און צעקלאפן.
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2149
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 7539
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 18, 2026 5:49 pmדער ייטב לב איז אוועק תרמ"ג אויב געדענק איך גוט, און ער האט ארויסגעגעבן די ספרים בחייו
נישט נאר וואס ער האט עס ארויסגעגעבן בחייו (די ערשטע באנד איז געווארן געדרוקט אום תרל"ה), נאר עס איז שוין געווארן פארשפרייט בחייו - צוזאמען מיט'ן גרייזיגן וועג פון עס ארויסזאגן (יֵטִיב לב אנשטאט יִיטַב לֵב ווי אין פסוק), אזש אין די צווייטע באנד (ויקרא במדבר דברים) האט דער ייטב לב געדרוקט די נאמען פונ'ם ספר אויפ'ן שער בלאט מיט נקודות!
-
גאלדבערג
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 440
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
- Location: Brooklyn
- x 375
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
אפשר האב איך געהערט א האלבע מעשה,נויז מאשין האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 08, 2026 10:42 amטשיל טשיל טשיל. די מנהל איז געקומען מיט הכנעה? ער איז אויך נאר א שותף וואס דארף ארבעטן ווי א טיעם. האסט זיך אונטערגעהערט א האלבע מעשה דארפסט נאכנישט נעמען קיין שטעלונג אזש די ווילסט ממש טיילן פעטש.גאלדבערג האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 08, 2026 10:12 am עס האט נישט קיין פשט וואס מענטשן טוען
כ'בין נעכטן געווען אין א מוסד צו טרעפן א מחנך אינמיטן הער איך ארויס קולות ווי עלטערן טענה'ן זיך ארום מיט די מנהל איבער זייער קינד
כ'האב געפילט ווי איך וויל אראפלאזן צוויי פעטש פאר דעי טאטע
ערעב איד דא שטייט א מוסד און צופליקט זיך פאר די חינוך הבנים וואס טענה'סטו זיך ארום מיט די מוסד וואס מאכסטע זיי ענג אז די ווילסט נישט האלטן דיין קינד נעם ארויס
וואס איז דעי רשעות צו דערגיין די יארן פינעם מוסד וואס דארף מחנך זיין די טייערע פקדונות
אויב דער מוסד טויג נישט און די הנהלה אדער תקנות זענען נישט לויט אייער געשמאק
נעמט ארויס דאס קינד און זוכט א פלאץ וואס פאסט יא פאר אייך. אבער אויב איר לאזט יא דאס קינד דארט, וואו איז די מינימאלע געפיל פון נישט טרינקען דאס בלוט פון די מענטשן וואס זענען זיך מוסר נפש
פירן א מוסד און טראגן די אחריות פון הונדערטער תלמידים איז א אומגעהויערע, שווערע לאסט וואס ווייניג קענען דורכטראגן. אנשטאט צו קומען מיט הכנעה און ארבעטן צוזאמען ווי א טיעם, קומט מען מחריב זיין און צעקלאפן.
דו האסט אפילו די האלבע נישט פארשטאנען. זיי מיר געזונט און שטארק
א 'טיעם פלעיער' און א שותפות פאדערט מינימאלע רעספעקט,
מיטן אוועקמאכן כאילו איך גיי טיילן פעטש, זע איך אז די דארפסט דא גיין כאפן א טשיל
ווען די מוסד זאגט פאר עלטערן אז פאר די טובת הילדים און דיין קינד דארפסטע טון א' ב' ד'
און דער חכם קומט זאגן איך פארשטיי בעסער און כ'גיי מיר מיין וועג
אזא איינער דארף ארויסנעמען זיינע קינדער און נישט חרוב לייגן די מוסד
(כ'האף ס'נישט געווען די דער מיטן הויכער ביבער היט)
- נויז מאשין
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 302
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 3:09 pm
- x 605
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
די שרייבסט יעצט עפעס אנדערש פון דיין אריגינעלע תגובה. כאפסט?גאלדבערג האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 08, 2026 11:13 amאפשר האב איך געהערט א האלבע מעשה,נויז מאשין האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 08, 2026 10:42 amטשיל טשיל טשיל. די מנהל איז געקומען מיט הכנעה? ער איז אויך נאר א שותף וואס דארף ארבעטן ווי א טיעם. האסט זיך אונטערגעהערט א האלבע מעשה דארפסט נאכנישט נעמען קיין שטעלונג אזש די ווילסט ממש טיילן פעטש.גאלדבערג האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 08, 2026 10:12 am עס האט נישט קיין פשט וואס מענטשן טוען
כ'בין נעכטן געווען אין א מוסד צו טרעפן א מחנך אינמיטן הער איך ארויס קולות ווי עלטערן טענה'ן זיך ארום מיט די מנהל איבער זייער קינד
כ'האב געפילט ווי איך וויל אראפלאזן צוויי פעטש פאר דעי טאטע
ערעב איד דא שטייט א מוסד און צופליקט זיך פאר די חינוך הבנים וואס טענה'סטו זיך ארום מיט די מוסד וואס מאכסטע זיי ענג אז די ווילסט נישט האלטן דיין קינד נעם ארויס
וואס איז דעי רשעות צו דערגיין די יארן פינעם מוסד וואס דארף מחנך זיין די טייערע פקדונות
אויב דער מוסד טויג נישט און די הנהלה אדער תקנות זענען נישט לויט אייער געשמאק
נעמט ארויס דאס קינד און זוכט א פלאץ וואס פאסט יא פאר אייך. אבער אויב איר לאזט יא דאס קינד דארט, וואו איז די מינימאלע געפיל פון נישט טרינקען דאס בלוט פון די מענטשן וואס זענען זיך מוסר נפש
פירן א מוסד און טראגן די אחריות פון הונדערטער תלמידים איז א אומגעהויערע, שווערע לאסט וואס ווייניג קענען דורכטראגן. אנשטאט צו קומען מיט הכנעה און ארבעטן צוזאמען ווי א טיעם, קומט מען מחריב זיין און צעקלאפן.
דו האסט אפילו די האלבע נישט פארשטאנען. זיי מיר געזונט און שטארק
א 'טיעם פלעיער' און א שותפות פאדערט מינימאלע רעספעקט,
מיטן אוועקמאכן כאילו איך גיי טיילן פעטש, זע איך אז די דארפסט דא גיין כאפן א טשיל
ווען די מוסד זאגט פאר עלטערן אז פאר די טובת הילדים און דיין קינד דארפסטע טון א' ב' ד'
און דער חכם קומט זאגן איך פארשטיי בעסער און כ'גיי מיר מיין וועג
אזא איינער דארף ארויסנעמען זיינע קינדער און נישט חרוב לייגן די מוסד
(כ'האף ס'נישט געווען די דער מיטן הויכער ביבער היט)
האסט פריער נישט געשריבן אז יענער האט זיך גע'טענה'ט איבער פארלאנגען פונעם מוסד.
הויכע ביבער הוט? אה רעדסט פון עפעס ספעציפיש
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
איז די טענה'ריי געוועהן אויף א קלארע נושא וואס איז פון די פריציפן פון די מוסד, אדער א נייע זאך וואס מ'האט אנגעפאנגען פארלאנגען?גאלדבערג האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 08, 2026 10:12 am עס האט נישט קיין פשט וואס מענטשן טוען
כ'בין נעכטן געווען אין א מוסד צו טרעפן א מחנך אינמיטן הער איך ארויס קולות ווי עלטערן טענה'ן זיך ארום מיט די מנהל איבער זייער קינד
כ'האב געפילט ווי איך וויל אראפלאזן צוויי פעטש פאר דעי טאטע
ערעב איד דא שטייט א מוסד און צופליקט זיך פאר די חינוך הבנים וואס טענה'סטו זיך ארום מיט די מוסד וואס מאכסטע זיי ענג אז די ווילסט נישט האלטן דיין קינד נעם ארויס
וואס איז דעי רשעות צו דערגיין די יארן פינעם מוסד וואס דארף מחנך זיין די טייערע פקדונות
אויב דער מוסד טויג נישט און די הנהלה אדער תקנות זענען נישט לויט אייער געשמאק
נעמט ארויס דאס קינד און זוכט א פלאץ וואס פאסט יא פאר אייך. אבער אויב איר לאזט יא דאס קינד דארט, וואו איז די מינימאלע געפיל פון נישט טרינקען דאס בלוט פון די מענטשן וואס זענען זיך מוסר נפש
פירן א מוסד און טראגן די אחריות פון הונדערטער תלמידים איז א אומגעהויערע, שווערע לאסט וואס ווייניג קענען דורכטראגן. אנשטאט צו קומען מיט הכנעה און ארבעטן צוזאמען ווי א טיעם, קומט מען מחריב זיין און צעקלאפן.
אפשר איז גאר די טענה פון די עלטערן אויף דעם מנהל אז ער פארשוועכט די מוסד, ער פירט עס נישט ווי ס'דארף צו זיין, און ער זאל ארויסגיין צו א נייע מוסד און לאזן די מוסד ארגינעל...
און, נאר ביים קאמפיין זענען די עלטערן גלייכע שותפים? א גאנץ יאר זענען זיי די וואס האבן א שותפות אינעם מוסד.
.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס