נאך אלס נישט פארשטאנען וואס דו ווילסט, דו האסט ארויסגעשאסן 4-5 טאלקינג פוינטס מיט האלבע אמתן און גאנצע שקרים, ווען איך האב עס פארענטפערט ביזטו געלאפן צום טאלקינג פוינט וואס מען לויפט אייביג ווען מען האט שוין נישט וואס צו ענטפערן, קללות וחרמים.אמת’דיג האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 06, 2026 4:58 pmאמת כאטש וואס מיינע ווערטער באציט זיך און ענטפערט אויף די חלק פון פעלטשן די וואלן, איז מיין ציל מיט די תגובה טאקע נישט אויפצוווייזן וואס די תושבים האלטן, נאר ארויסצוברענגען ווער ס'איז שמוציג...בלומינגראווער איד האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 06, 2026 3:57 pmאוסגעגאסן א שמוציגע ווארט סאלאט און געענדיגט מיטן באקאנטן סעט פון קללות וחרמות אן זיך באציען צו קיין איינס פון די זאכן וואס ווערן געשריבן דא, דאס איז א גוטע סאמערי פונעם זינלאזן קאמפיין צו קאנווינסן די וועלט אז "עכט" איז בלומינג גראוו קרית יואל און די איינוואוינער לעכצן ווען זיי קענען אריינקומען אונטער די קאנטראל פון די קרית יואל באהערדע.אמת’דיג האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 06, 2026 3:43 pm
אויפן קושיא אז פון פעלטשן די וואלן וואס ווייזט די רצון התושבים, איז די תירוץ אז מהאט מורא געהאט פון א אויערן שמוציגע קאמפיין וואס וועט ברענגען אסאך עגמ"נ פאר ujc דבלאמינגראוו...
צו די עגמ"נ וואלט געווען אז די ujc אנגעשטעלטע וועלן דארפן צוריק גיין ארבעטן ביי מאטיס, און בלומינגראוו מיט ק"י ווילעדש וועלן נישט ווערן קיין מאנסי, דאס לאו דווקא... אבער מהאט מורא געהאט פון אויערן שמוציגע קאמפיין, איז מען געגאנגען און זיך אליין אנגעגאסן מיט גארביטש.
איז די ujc סאושעל מידיע'איסטן וואס טרויען זיך צו קעמפן מיט דריי דורות רועי ישראל און מיט טויזענטער משפחות וואס ווילן "נישט" וואוינען אין מאנסי", און זייער עזות שטעלט זיך נישט אפ צו טוען "אלעס" זיכער צו מאכן אז בלומינגראוו והגלילות זאל זיין 'קרית יואל ריין' זייער מטרה איז "שמיציג ריין", אבער דעת פון א רבן של ישראל שוין איבער פערציג יאר וואס די גרעסטע פוסקים פארלאזן זיך אויף איהם אלס פוסק אחרון, איז צושפרייטן דעת קדשו צו אפשוינען רביה"ק'ס לעצטע וואונטש, איז "אויערן שמוציג"....
איך האפ אז די צוויי ניקס וואס פרובירן פארטיידיגן טעגליך די "אין עוד מלבדו באוועגונג" באקומען א ברייטע סעלערי פאר די שווערע ארבעט ווייל די ujc מישען איז היבש מסוכן...
Thank you for your attention to this matter
און אויב איז טאקע דא א הקפדה פון רבותינו הק' ווערט עס נישט ציניש ווען א אינגערמאן לאכט אפ פון 'סעט קללות וחרמות'.
דאס האט מען שוין גענוצט קעגן אנדערע חסידותער און אפילו די אייגענע במשך די יארן צענדליגער מאל אן סוקסעס, איך און די תושבי בלומינג גראוו דערשרעקן זיך נישט ווען אזעלכע מענטשן ווי דיר סטראשען אראפצוברענגען "דריי דורות רביים" אלס א שטעקן לאכן מיר דערפון, די האסט נישט די עקסקלוסיווע שליסל אראפצוברענגען דעם רבין ז''ל ווען דיר שמעקט, איינמאל דאס איז עסטעבלישד, קען מען צוריקגיין צו די אקטועלע זאכן וואס מען האט זיך געטענהט אויף?