לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה - אלול תשפ"ו

נייעס און אנטוויקלונגען אין רבי'שע הויפן
קוקן פאזיטיוו
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3313
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 5:25 am
x 2724

Re: לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה - אלול תשפ"ו

פאוסט דורך קוקן פאזיטיוו »

ַ🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג נצבים וילך 3:45 נאכמיטאג=

אין די יעצטיגע מינוטן פארלאזט רבינו שליט''א די ווייסע הויז נאכ'ן היסטארישע פרעזידענטליכע אויפנאמע דורכ'ן פרעזידענט יר''ה אויפן וועג צום ראנאלד רעיגען אינטערנאציאנאלע לופטפעלד אינעם עיר הבירה וואשינגטאן די. סי. פון ווי דער רבי וועט אהיימפארן מיט די פריוואטע פליגער קיין סטוארט לופטפעלד.
~🌴~
הייסע קרעטשניפער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 128
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 15, 2026 10:02 pm
x 284

Re: לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה - אלול תשפ"ו

פאוסט דורך הייסע קרעטשניפער »

אוועטאר האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 3:48 pm איז אמת אז די סאטמארע אדמורי"ם האבן זיך געגעבן די הענט?
האסט שוין געהערט דערפון. אז דו פרעגסט צי ס'איז אמת?
♪♪♪..אוי... אזא גרויסע זכי'... צי עסן די קוגל פונעם הייליגן קרעטשניפער...פונעם הייליגן קרעטשניפער...♪♪♪
אוועיטער
לויטערע וואסער
פרישער באניצער
פאוסטס: 46
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 27, 2026 12:18 pm
x 157

Re: לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה - אלול תשפ"ו

פאוסט דורך לויטערע וואסער »

אוועטאר האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 3:48 pm איז אמת אז די סאטמארע אדמורי"ם האבן זיך געגעבן די הענט?
יא,
אסאך אסאך יארן צוריק....
לאז זיך נישט פאלן פון איינער וואס איז געפאלן ביי זיך!!!
זלמעלע
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 520
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 10:17 am
x 1406

Re: לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה - אלול תשפ"ו

פאוסט דורך זלמעלע »

יעצט די אלע קנאים, ביטע זעטזיך, טריקנ'ט א קאלטע גלעזל וואסער, און באהרוהיגט אייך.
אוועיטער
קלארע וואסער
פרישער באניצער
פאוסטס: 62
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 27, 2026 11:50 pm
Location: קרית יואל
x 124

Re: לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה - אלול תשפ"ו

פאוסט דורך קלארע וואסער »

כ״ק האדמורים מסאטמאר שליט״א האבן זיך באגריסט און אויסגעטוישט א קורצע שמועס.
לינדען תושב
פרישער באניצער
פאוסטס: 67
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 4:07 pm
Location: Linden
x 98

Re: לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה - אלול תשפ"ו

פאוסט דורך לינדען תושב »

אוועטאר האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 3:48 pm איז אמת אז די סאטמארע אדמורי"ם האבן זיך געגעבן די הענט?
יא
זלמעלע
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 520
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 10:17 am
x 1406

Re: לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה - אלול תשפ"ו

פאוסט דורך זלמעלע »

@יואלי לנדא @גורע זענען מבטל גזירת הגיוס
פיילס
4798346_optimized.jpg
4798346_optimized.jpg (112.85 KiB) געזען געווארן 802 מאל
הייסע קרעטשניפער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 128
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 15, 2026 10:02 pm
x 284

Re: לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה - אלול תשפ"ו

פאוסט דורך הייסע קרעטשניפער »

לינדען תושב האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 4:02 pm
אוועטאר האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 3:48 pm איז אמת אז די סאטמארע אדמורי"ם האבן זיך געגעבן די הענט?
יא
בילד????
♪♪♪..אוי... אזא גרויסע זכי'... צי עסן די קוגל פונעם הייליגן קרעטשניפער...פונעם הייליגן קרעטשניפער...♪♪♪
הלבלר בקולמסו
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 910
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 1553

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

חסיד נלהב האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 3:44 pm פון די גאנצע באזוך גייט מיך בעיקר אן די קורצע באזוך פון כ''ק מהר''א שליט''א. און פון דעם וועט ווארשיינליך זיין נישט קיין באריכטן און נישט קיין בילדער.. חבל
גדלי' סעגעדין איז דארט געווען
זלמעלע
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 520
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 10:17 am
x 1406

Re: לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה - אלול תשפ"ו

פאוסט דורך זלמעלע »

לינדען תושב האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 4:02 pm
אוועטאר האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 3:48 pm איז אמת אז די סאטמארע אדמורי"ם האבן זיך געגעבן די הענט?
יא
קיצער, טראמפ איז די עכטע שלום מאכער איבער די גאנצע וועלט, פון איזראעל ביז סאטמאר
הייסע קרעטשניפער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 128
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 15, 2026 10:02 pm
x 284

Re: לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה - אלול תשפ"ו

פאוסט דורך הייסע קרעטשניפער »

עכ''פ אזוי זאגן זיי...
פיילס
WhatsApp Image 2026-09-03 at 4.03.10 PM.jpg
WhatsApp Image 2026-09-03 at 4.03.10 PM.jpg (231.34 KiB) געזען געווארן 741 מאל
♪♪♪..אוי... אזא גרויסע זכי'... צי עסן די קוגל פונעם הייליגן קרעטשניפער...פונעם הייליגן קרעטשניפער...♪♪♪
זלמעלע
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 520
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 10:17 am
x 1406

Re: לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה - אלול תשפ"ו

פאוסט דורך זלמעלע »

קלארע וואסער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 4:02 pm כ״ק האדמורים מסאטמאר שליט״א האבן זיך באגריסט און אויסגעטוישט א קורצע שמועס.
מ'האט געאכאפט בילדער?
קיין נפקמ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 133
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 2:15 pm
x 240

Re: לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה - אלול תשפ"ו

פאוסט דורך קיין נפקמ »

הייסע קרעטשניפער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 4:08 pm עכ''פ אזוי זאגן זיי...
געשטעטנער זאגט אויך אזוי אויף זיין צווייטע אינטערוויו
אוועיטער
לויטערע וואסער
פרישער באניצער
פאוסטס: 46
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 27, 2026 12:18 pm
x 157

Re: לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה - אלול תשפ"ו

פאוסט דורך לויטערע וואסער »

זלמעלע האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 4:09 pm
קלארע וואסער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 4:02 pm כ״ק האדמורים מסאטמאר שליט״א האבן זיך באגריסט און אויסגעטוישט א קורצע שמועס.
מ'האט געאכאפט בילדער?
דעי וואס זענען באויפטראגט צי כאפן בילדער מיינען אז זיך טרעפן מיטן פרעזידענט איז מער היסטאריש.....
נו שוין, גיי לערן פאר א גוי.....
לאז זיך נישט פאלן פון איינער וואס איז געפאלן ביי זיך!!!
הייסע קרעטשניפער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 128
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 15, 2026 10:02 pm
x 284

Re: לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה - אלול תשפ"ו

פאוסט דורך הייסע קרעטשניפער »

באריכט אין קורצן - אידישער ווינקל: די דעלעגאציע איז געווארן אויפגענומען דורך מארטין מארקס אין די רוזוועלט צימער, וועלכע געפונט זיך נעבן די אוועל אפיס, דער עסקן יוסי געשטעטנער האט גערעדט עטליכע ווערטער, עס האט אויך אויפגעטרעטן העסקן ר' יואלי ראזענפעלד פון באבוב, פארליינענדיג די אגענדע אין אן עלעקוואנטער שפראך. צווישן אנדערע אנרירנדיג די טעמעס פון חינוך, אנטיסעמיטיזם, זיכערהייט, און בתי חיים אין אייראפע

דערנאך האט גערעדט הגה"צ ר' יעקב בער טייטלבוים שליט"א, אבד"ק סיגוט.

וויצע פרעזידענט דזשעי די ווענס איז אינמיטן אריינגעקומען און זיך באטייליגט.

די רבנים זענען דאן אריין אין די אוועל אפיס, קאנגרעסמאן לאולער האט פארגעשטעלט די רבנים זאגנדיג אז זיי זענען די גרעסטע פירער פון כלל ישראל, " ענק גייען זען אז מיר זאלן געווינען?" האט זיך פרעזידענט טראמפ געוויצלט.

דאן האט סאטמאר רבי פון קרית יואל געזאגט די ברכה, ווערנדיג איבערגעטייטשט אין ענגליש דורך ר' גדלי סעגעדין, דער סאטמאר רבי פון קרית יואל האט דאן גערעדט וועגן טורמעס און דער פרעזידענט האט זיך אויפגעטון וויפיל ער טוט פאר מדינת ישראל, אויף וואס סאטמאר רבי פון קרית יואל האט רעאגירט אז עס איז דא א גרויסע פראבלעם פון גיוס.

ווייטערדיגע באריכט פאלגט נאך אויף אידישער ווינקל.

אידישער ווינקל סטאטוס:https://wa.me/13473456278?text=Join

אידישער ווינקל גרופע:https://chat.whatsapp.com/BN4IyLfXAN92HpIy00tQ1Q
♪♪♪..אוי... אזא גרויסע זכי'... צי עסן די קוגל פונעם הייליגן קרעטשניפער...פונעם הייליגן קרעטשניפער...♪♪♪
הלבלר בקולמסו
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 910
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 1553

Re: לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה - אלול תשפ"ו

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

קלארע וואסער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 4:02 pm כ״ק האדמורים מסאטמאר שליט״א האבן זיך באגריסט און אויסגעטוישט א קורצע שמועס.
צום ערשטן מאל אין 20 יאר לכאורה

(פערזענליך נישט אויף טעלעפאן)
הייסע קרעטשניפער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 128
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 15, 2026 10:02 pm
x 284

Re: לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה - אלול תשפ"ו

פאוסט דורך הייסע קרעטשניפער »

ה' נצו"י פ״ו

יעצט איז געקומען צו אַן ענדע דער היסטאָרישער זיצונג אינעם אָוועל אָפיס פונעם ווייסן הויז צווישן פּרעזידענט טראָמפּ און די רביים ואדמורי"ם שליט"א מנהיגי עדות קדושות בישראל, וואָס האָבן אין דעם פאַרנומענעם זמן זיך מטריח געווען בטרחא דגברא רבא צו מאַכן דעם לאַנגען וועג ביז קיין וואַשינגטאָן הבירה לטובת אחינו בני ישראל. ווי די עסקנים אויפ'ן פּלאַץ געבן איבער, איז די אַטמאָספערע ביים זיצונג געווען גאָר פּאָזיטיוו, ביי וועלכן דער פּרעזידענט האָט העכסט-רעספעקטפול אויפגענומען די רביים שליט"א, און איז איבערגעגאַנגען די דערגרייכונגען פון זיין אַדמיניסטראַציע פאר די אידישע אינטערעסען, אויף וואָס די רביים שליט"א האָבן אַרויסגעברענגט דעם הכרת הטוב וואָס אידן שפּירן צום פּרעזידענט ביי וועמען אידן האָבן כסדר אן אוזן קשבת פאר די אידישע אינטערעסען.

דורכאויס די צייט האָבן די רביים שליט"א אויפגעברענגט א צאָל וויכטיגע איינגעלעגענהייטן מיט וואָס דער פּרעזידענט קען ווייטער בייהילפיג זיין פאַר'ן היימישן ציבור, און ס'איז געווען איינדרוקסקפול מיטצוהאַלטן די שטאַרקע אינטערעסע וואָס דער פּרעזידענט האָט אַרויסגעצייגט, מיט א וואַרעמע פאַרשפּרעכונג אַז ער וועט ווייטער שטיין אין פאַרבינדונג, זיכער צו מאַכן אַז אידן אין אַמעריקע און איבער די וועלט קענען לעבן בשלוה ומנוחה אָן קיין שטער. נאָכ'ן איבערגעבן פאַר'ן פּרעזידענט די וואַרעמסטע וואונטשן, איז דער זיצונג געשלאָסן געוואָרן, און כלל ישראל קוקט אַרויס אַז דער באַזוך זאל ברענגען די געוואונטשענע רעזולטאַטן לטובתן של ישראל, ובימיו ובימינו תוושע ציון וירושלים. די רביים שליט"א פאַרלאָזן יעצט דעם ווייסן הויז אויפ'ן וועג צום לופטפעלד, פון וואו די פליגערס וועלן זיך הייבן ביז געציילטע מינוטן, אויפ'ן וועג אַהיים קיין ניו יאָרק און ניו דזשורזי וואו מען וועט בשטומ"צ לאַנדן אין די שפּעטערע נאָכמיטאָג שעות. דער טאָג פון דאָנערשטאָג נצבים וילך וועט זיכער אַריינגיין אין די היסטאָריע פון כלל ישראל אַלס דער טאָג ווען די מנהיגים פון די קהלות קדושות בישראל האָבן פאַרברענגט תחת קורת גג אחד בבית המלכות, מיט ווייטגרייכענדע שתדלנות פון וואָס כלל ישראל וועט אי"ה שטאַרקן געניסן, ולה' הישועה.
1:46
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/166282
♪♪♪..אוי... אזא גרויסע זכי'... צי עסן די קוגל פונעם הייליגן קרעטשניפער...פונעם הייליגן קרעטשניפער...♪♪♪
שלמה פריעדמאן
פרישער באניצער
פאוסטס: 72
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 1:53 pm
x 160

Re: לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה - אלול תשפ"ו

פאוסט דורך שלמה פריעדמאן »

„והיו עיניך רואות את מוריך.“

ווייטערדיגע לעבעדיגע באריכטן און אינעווייניגע אינפארמאציע פונעם היסטארישן רבנישן זיצונג מיט פרעזידענט טראמפ אינעם ווייסן הויז.

וואס קען הרב יוסף געשטעטנער אונז באריכטן?

קודם כל, זענען די רבנים געזעסן אינאיינעם מיט עטליכע ווייסע־הויז באאמטע.

מארק זעלדין, דער אידישער אוטריטש־דירעקטאר אינעם ווייסן הויז, איז געזעסן נעבן דעם ראש הישיבה, ר׳ מלכיאל קאטלער. אויף דער אנדערער זייט איז געזעסן מייק לאולער.

מארק זעלדין האט געעפנט די אסיפה און באגריסט יעדן איינעם. ער האט גערעדט איבער דער היסטארישקייט פון דעם אוונט און פונעם צוזאמקום.

נאכדעם האט וויל שארף גערעדט. ער איז געזעסן אינמיטן און האט איבערגענומען דאס ווארט.

ער האט געזאגט אז ער דארף ארויסגיין פאר א געוויסער צייט. נאכדעם וואס ער איז ארויסגעגאנגען, האט יולי ראזענפעלד פון בארא פארק איבערגענומען און האט פארגעלייגט די רעדעס און די פארשידענע פאליסי־ענינים.

דערנאך זענען געקומען רעדעס פון פארשידענע רבנים און פארשטייער.

צום ביישפיל, ר׳ משה דוד נידערמאן האט גערעדט איבער ענינים וואס האבן אן השפעה אויפן היימישן ציבור.

א גרויסער טייל פונעם שמועס האט זיך געדרייט איבער יושר און גלייכבארעכטיגקייט אינעם יוסטיץ־סיסטעם, די וועג וויאזוי תפיסות ווערן געפירט, פראסעקיושנס און אנדערע ענליכע ענינים.

דאס איז געווען א שטארקער און צענטראלער טייל פונעם שמועס.

א גאר אינטערעסאנטע זאך איז געווען, אז דער וויזשניצער רבי איז אנגעקומען צו דער זיצונג בלויז א מינוט איידער דער ווייסער־הויז פאטאגראף איז ארויסגעגאנגען.

צוליב דעם וואס מען האט געוואלט מאכן די אפיציעלע בילדער, האט מען געווארט ביז דער רבי איז אנגעקומען. דאס איז געווען א באזונדערע סייעתא דשמיא, אז דער רבי איז אנגעקומען פונקט אין צייט.

די זאך האט פארשלעפט דעם סדר־היום מיט עטליכע מינוט, סיי ווייל דער פרעזידענט׳ס סקעדזשול איז געווען פארשפעטיגט, און סיי ווייל דער וויזשניצער רבי איז אנגעקומען שפעטער ווי מען האט ערווארטעט.

בערך צוואנציג מינוט פאר דריי איז וויצע־פרעזידענט דזשעי־די ווענס אריינגעקומען אינעם צימער.

וויצע־פרעזידענט ווענס איז אריינגעקומען, ארומגעגאנגען דעם טיש און באגריסט יעדן איינעם פערזענליך.

דערנאך האט ער זיך צוריקגעזעצט אויפן פלאץ וואו וויל שארף איז פריער געזעסן.

ער האט געזאגט אז עס איז זייער שטארק אויפפאלנד, אז די היימישע געמיינדע לייגט אזא גרויסן דגש אויף משפחה, קינדער און ערציאונג, און אז דאס זענען גאר וויכטיגע טעמעס.

איך בין ארומגעגאנגען אינעם צימער און גערעדט מיט אים.

איך האב אים געזאגט מיין נאמען, יוסף געשטעטנער. ער האט געזאגט: „יא, איך ווייס.“

ער האט געזאגט אז ער באקומט כסדר פארשידענע באריכטן, און אז ער פאלגט נאך די זאכן וואס איך שרייב.

איך האב אים אויך געפרעגט צי לאולער איז דארט געווען, און ער האט געזאגט אז יא.

נאכדעם האט מען ווידער אויפגעברענגט דעם ענין, אז אויסער דעם גרויסן דגש אויף משפחות און ערציאונג, איז גאר וויכטיג צו לייגן א שטארקן דגש אויף יושר אינעם יוסטיץ־סיסטעם, פראסעקיושנס און די טורמעס.

ער האט געפרעגט איבער די פארשידענע בעקיטשעס און רעקלעך וואס די רבנים האבן געטראגן.

מען האט אים מסביר געווען איבער די פארשידענע סארטן בעקיטשעס.

ער האט זיך געוויצלט און געפרעגט צי עס ווענדט זיך אין דער באלאנס אינעם באנק־קאנטע.

דאס האט ארויסגערופן א שטארקן געלעכטער ביי די פארזאמלטע.

נאכדעם האט איינער פון די רבנים איבערגענומען דאס ווארט.

עטליכע מינוט שפעטער, נאכדעם וואס וויצע־פרעזידענט ווענס איז ארויסגעגאנגען, האט מען באקומען א מעלדונג פונעם אוועל אפיס.

דער סאטמארער רבי פון קרית יואל און ר׳ גדלי׳ סעגעדין האבן געקענט אריינגיין אינעם אוועל אפיס.

זיי זענען דארט געווען בערך צען מינוט, פריוואט, אינאיינעם מיטן פרעזידענט. דזשערעד קושנער איז אויך דארט געווען.

בערך צען מינוט שפעטער האט מען אריינגערופן די אנדערע אדמורי״ם, אינאיינעם מיטן ראש הישיבה.

מיט זיי זענען אריינגעגאנגען ר׳ אהרן מענדל פון סקווירא, דער ניי־געקומענער רבי, וועלכער האט געדינט אלס שליח, און אויך ר׳ גדלי׳ סעגעדין, ר׳ משה שפיצער און ר׳ משה דוד נידערמאן.

ממש א מינוט איידער זיי זענען אריינגעגאנגען, האט דער שטאב געפרעגט ווער ראזענפעלד איז. מען האט אים געוויזן, און זיי האבן געזאגט אז ראזענפעלד קען אויך אריינגיין.

יולי ראזענפעלד איז דעריבער אויך אריינגעגאנגען.

אינמיטן דער מיטינג איז קאנגרעסמאן מייק לאולער אריינגעקומען.

„הנותן תשועה למלכים“ איז געזאגט געווארן דורך כ״ק אדמו״ר מסאטמאר מקרית יואל שליט״א.

נאכדעם האט ר׳ גדלי׳ סעגעדין איבערגעזאגט די ברכה אין ענגליש.

דערנאך האט מען פארמאכט די טירן, כדי די אנדערע זאלן נישט קענען מיטהאלטן.

טיפער אריין אין דער זיצונג איז קאנגרעסמאן לאולער צוריק אריינגעקומען אינעם צימער וואו די אנדערע פארזאמלטע זענען געווען.

ער האט געזאגט אז זיין דעפיוטי טשיף אף סטעף, ראפי זילבערבערג, אינאיינעם מיט יידל זארגער און יוסי געשטעטנער, זאלן אויך אריינקומען צו דער מיטינג.

עס זענען געווען נאך אסאך דעטאלן פון דעם צוזאמקום.

די רבנים האבן זיך פערזענליך באגריסט?

יא. עס איז געווען זייער שטארק און זייער היסטאריש וויאזוי די רבנים האבן זיך באגריסט.

צווישן די ברידער האט מען זיך געגעבן די האנט און געוואונטשן מזל טוב, ווייל עס איז געווען א שמחה אין איינע פון די הויפן.

עס איז געווען א זייער רירנדער מאמענט.

מען האט געדארפט האלטן דעם קאפ און נאכפאלגן וואס עס שפילט זיך אפ, ווייל עס איז געווען אזא היסטארישער צוזאמקום.

אין פילע יארן איז נישט געווען אזא צוזאמקום מיט אזויפיל גרויסע פערזענליכקייטן.

מען האט געהאט די רבנים און זייערע זין, דעם פרעזידענט, דעם וויצע־פרעזידענט, און די רבנים האבן אויך אסאך גערעדט צווישן זיך.

אלעס איז צוגעגאנגען בדרך כבוד, און עס איז געווען זייער שיין.

האט דער סאטמארער רבי פון וויליאמסבורג געזונגען אדער געזאגט די „שיר המעלות“?

ניין, ניין. איך רעד נישט נאר פון איין סאטמארער הויף, פארשטייסטו?

איך פרעג בלויז.

איך וואלט זיך פארגעשטעלט אז עס איז געווען א מדובר דערפון, אבער עס איז נישט געשען.

וויאזוי זענען די רבנים געזעסן אינעם אוועל אפיס?

אינעם אוועל אפיס איז געווען אן אפיציעלער פלאן וואו יעדער זאל זיצן.

למעשה האט מען גערוקט זיך אהין און אהער, און איך קען נישט פונקטליך זאגן ווי יעדער איז געזעסן.

איך האב נישט געוואוסט פון אנהייב אז איך וועל דארט זיין, און איך האב נישט געהאט די מעגליכקייט צו געדענקען יעדן איינעם׳ס פלאץ.

דער וויזשניצער רבי איז געזעסן ערשט. נאכדעם האט זיך געזעצט דער סאטמארער רבי פון וויליאמסבורג, און דערנאך דער סאטמארער רבי פון קרית יואל.

די פונקטליכע אויסשטעל פון די אנדערע קען איך נישט באשטעטיגן.

אינעם אוועל אפיס, אפילו מענטשן וואס זענען שוין לאנגע יארן אין פאליטיק, האבן קיינמאל נישט געהאט אזא ערפארונג.

א מענטש קומט אריין און עס נעמט א פאר מינוט זיך צו כאפן וואו מען איז.

דעריבער געדענק איך נישט גענוי די גאנצע זיצ־ארדענונג.

ווי האלט מען יעצט?

יעצט איז זעקס מינוט צו פיר.

אלע רבנים זענען שוין ארויסגעגאנגען און פארלאזן דעם פראפערטי, און זענען צוריקגעפארן.

איך וועל נאך פרובירן צו דערגיין מער פון די פרטים.

מען קען יעצט ענדיגן, כדי איך זאל קענען ארויפגיין און ווייטער נאכגיין די זאך.

יישר כוח, יוסי, און בשורות טובות.

אמן.
צבי וחמיד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 217
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 23, 2026 3:04 pm
x 490

Re: לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה - אלול תשפ"ו

פאוסט דורך צבי וחמיד »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 4:16 pm
קלארע וואסער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 4:02 pm כ״ק האדמורים מסאטמאר שליט״א האבן זיך באגריסט און אויסגעטוישט א קורצע שמועס.
צום ערשטן מאל אין 20 יאר לכאורה

(פערזענליך נישט אויף טעלעפאן)
פאר די מאמעס לווי' האבן די געשוויסטער גערעדט צווישן זיך,
ווייסעך נישט צי זיי האבן גערעדט דירעקט אבער גערעדט האט מען
נישט אלעס וואס מען טראכט דארף מען זאגן.
און נישט אלעס וואס מען זאגט קומט פון טראכטן!
פריילאך
פרישער באניצער
פאוסטס: 51
זיך איינגעשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 3:33 pm
x 49

Re: לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה - אלול תשפ"ו

פאוסט דורך פריילאך »

לינדען תושב האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 4:02 pm
אוועטאר האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 3:48 pm איז אמת אז די סאטמארע אדמורי"ם האבן זיך געגעבן די הענט?
יא
פאר די וואס ווייסן איז די ירושה געווען די אפהאלט אויף פארשידענע צוזאמטרעפן,ועוד אבער יעצט קען מען זיך משדך זיין אויך.
הייסע קרעטשניפער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 128
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 15, 2026 10:02 pm
x 284

Re: לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה - אלול תשפ"ו

פאוסט דורך הייסע קרעטשניפער »

א שטיקל באריכטעלע איבער די אופן פונעם באגריסונג.

כ״ק מהרי״י איז אריבער כ״ק מהר״א און געוואונטשן א כתיבה וחתימה טובה.

מהר״א: אה, שלום עליכם וואס מאכט מען.

מהרי״י: איך האלט אינמיטן שבע ברכות, חתונה געמאכט אן אייניקל. אזוי אויך א שידוך געטאן די נאכט.

און מהר״א האט געגעבן מזל טוב און געוואונטשן אסאך נחת.
♪♪♪..אוי... אזא גרויסע זכי'... צי עסן די קוגל פונעם הייליגן קרעטשניפער...פונעם הייליגן קרעטשניפער...♪♪♪
הייסע קרעטשניפער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 128
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 15, 2026 10:02 pm
x 284

Re: לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה - אלול תשפ"ו

פאוסט דורך הייסע קרעטשניפער »

פריילאך האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 4:22 pm
לינדען תושב האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 4:02 pm
אוועטאר האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 3:48 pm איז אמת אז די סאטמארע אדמורי"ם האבן זיך געגעבן די הענט?
יא
פאר די וואס ווייסן איז די ירושה געווען די אפהאלט אויף פארשידענע צוזאמטרעפן,ועוד אבער יעצט קען מען זיך משדך זיין אויך.
'פאר די וואס ווייסן'...מארגן קומט שוין א שידוך...וואסע שאלע??
זיי האבן סאך האקעל זיך באגריסט! ווילסט אז זיי זאלן נעקסטיים זיך איגנארן?? 'פאר די וואס ווייסן'...ארבעט מען שוין אויף דעם...
♪♪♪..אוי... אזא גרויסע זכי'... צי עסן די קוגל פונעם הייליגן קרעטשניפער...פונעם הייליגן קרעטשניפער...♪♪♪
זלמעלע
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 520
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 10:17 am
x 1406

Re: לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה - אלול תשפ"ו

פאוסט דורך זלמעלע »

הייסע קרעטשניפער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 4:26 pm
פריילאך האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 4:22 pm
לינדען תושב האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 4:02 pm

יא
פאר די וואס ווייסן איז די ירושה געווען די אפהאלט אויף פארשידענע צוזאמטרעפן,ועוד אבער יעצט קען מען זיך משדך זיין אויך.
'פאר די וואס ווייסן'...מארגן קומט שוין א שידוך...וואסע שאלע??
זיי האבן סאך האקעל זיך באגריסט! ווילסט אז זיי זאלן נעקסטיים זיך איגנארן?? 'פאר די וואס ווייסן'...ארבעט מען שוין אויף דעם...
וואס הארט דיר אז מענטשען זענען אפטימיסטיש
ריכטיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 126
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:54 pm
x 66

Re: לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה - אלול תשפ"ו

פאוסט דורך ריכטיג »

שלמה פריעדמאן האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2026 4:17 pm „והיו עיניך רואות את מוריך.“

ווייטערדיגע לעבעדיגע באריכטן און אינעווייניגע אינפארמאציע פונעם היסטארישן רבנישן זיצונג מיט פרעזידענט טראמפ אינעם ווייסן הויז.

וואס קען הרב יוסף געשטעטנער אונז באריכטן?

קודם כל, זענען די רבנים געזעסן אינאיינעם מיט עטליכע ווייסע־הויז באאמטע.

מארק זעלדין, דער אידישער אוטריטש־דירעקטאר אינעם ווייסן הויז, איז געזעסן נעבן דעם ראש הישיבה, ר׳ מלכיאל קאטלער. אויף דער אנדערער זייט איז געזעסן מייק לאולער.

מארק זעלדין האט געעפנט די אסיפה און באגריסט יעדן איינעם. ער האט גערעדט איבער דער היסטארישקייט פון דעם אוונט און פונעם צוזאמקום.

נאכדעם האט וויל שארף גערעדט. ער איז געזעסן אינמיטן און האט איבערגענומען דאס ווארט.

ער האט געזאגט אז ער דארף ארויסגיין פאר א געוויסער צייט. נאכדעם וואס ער איז ארויסגעגאנגען, האט יולי ראזענפעלד פון בארא פארק איבערגענומען און האט פארגעלייגט די רעדעס און די פארשידענע פאליסי־ענינים.

דערנאך זענען געקומען רעדעס פון פארשידענע רבנים און פארשטייער.

צום ביישפיל, ר׳ משה דוד נידערמאן האט גערעדט איבער ענינים וואס האבן אן השפעה אויפן היימישן ציבור.

א גרויסער טייל פונעם שמועס האט זיך געדרייט איבער יושר און גלייכבארעכטיגקייט אינעם יוסטיץ־סיסטעם, די וועג וויאזוי תפיסות ווערן געפירט, פראסעקיושנס און אנדערע ענליכע ענינים.

דאס איז געווען א שטארקער און צענטראלער טייל פונעם שמועס.

א גאר אינטערעסאנטע זאך איז געווען, אז דער וויזשניצער רבי איז אנגעקומען צו דער זיצונג בלויז א מינוט איידער דער ווייסער־הויז פאטאגראף איז ארויסגעגאנגען.

צוליב דעם וואס מען האט געוואלט מאכן די אפיציעלע בילדער, האט מען געווארט ביז דער רבי איז אנגעקומען. דאס איז געווען א באזונדערע סייעתא דשמיא, אז דער רבי איז אנגעקומען פונקט אין צייט.

די זאך האט פארשלעפט דעם סדר־היום מיט עטליכע מינוט, סיי ווייל דער פרעזידענט׳ס סקעדזשול איז געווען פארשפעטיגט, און סיי ווייל דער וויזשניצער רבי איז אנגעקומען שפעטער ווי מען האט ערווארטעט.

בערך צוואנציג מינוט פאר דריי איז וויצע־פרעזידענט דזשעי־די ווענס אריינגעקומען אינעם צימער.

וויצע־פרעזידענט ווענס איז אריינגעקומען, ארומגעגאנגען דעם טיש און באגריסט יעדן איינעם פערזענליך.

דערנאך האט ער זיך צוריקגעזעצט אויפן פלאץ וואו וויל שארף איז פריער געזעסן.

ער האט געזאגט אז עס איז זייער שטארק אויפפאלנד, אז די היימישע געמיינדע לייגט אזא גרויסן דגש אויף משפחה, קינדער און ערציאונג, און אז דאס זענען גאר וויכטיגע טעמעס.

איך בין ארומגעגאנגען אינעם צימער און גערעדט מיט אים.

איך האב אים געזאגט מיין נאמען, יוסף געשטעטנער. ער האט געזאגט: „יא, איך ווייס.“

ער האט געזאגט אז ער באקומט כסדר פארשידענע באריכטן, און אז ער פאלגט נאך די זאכן וואס איך שרייב.

איך האב אים אויך געפרעגט צי לאולער איז דארט געווען, און ער האט געזאגט אז יא.

נאכדעם האט מען ווידער אויפגעברענגט דעם ענין, אז אויסער דעם גרויסן דגש אויף משפחות און ערציאונג, איז גאר וויכטיג צו לייגן א שטארקן דגש אויף יושר אינעם יוסטיץ־סיסטעם, פראסעקיושנס און די טורמעס.

ער האט געפרעגט איבער די פארשידענע בעקיטשעס און רעקלעך וואס די רבנים האבן געטראגן.

מען האט אים מסביר געווען איבער די פארשידענע סארטן בעקיטשעס.

ער האט זיך געוויצלט און געפרעגט צי עס ווענדט זיך אין דער באלאנס אינעם באנק־קאנטע.

דאס האט ארויסגערופן א שטארקן געלעכטער ביי די פארזאמלטע.

נאכדעם האט איינער פון די רבנים איבערגענומען דאס ווארט.

עטליכע מינוט שפעטער, נאכדעם וואס וויצע־פרעזידענט ווענס איז ארויסגעגאנגען, האט מען באקומען א מעלדונג פונעם אוועל אפיס.

דער סאטמארער רבי פון קרית יואל און ר׳ גדלי׳ סעגעדין האבן געקענט אריינגיין אינעם אוועל אפיס.

זיי זענען דארט געווען בערך צען מינוט, פריוואט, אינאיינעם מיטן פרעזידענט. דזשערעד קושנער איז אויך דארט געווען.

בערך צען מינוט שפעטער האט מען אריינגערופן די אנדערע אדמורי״ם, אינאיינעם מיטן ראש הישיבה.

מיט זיי זענען אריינגעגאנגען ר׳ אהרן מענדל פון סקווירא, דער ניי־געקומענער רבי, וועלכער האט געדינט אלס שליח, און אויך ר׳ גדלי׳ סעגעדין, ר׳ משה שפיצער און ר׳ משה דוד נידערמאן.

ממש א מינוט איידער זיי זענען אריינגעגאנגען, האט דער שטאב געפרעגט ווער ראזענפעלד איז. מען האט אים געוויזן, און זיי האבן געזאגט אז ראזענפעלד קען אויך אריינגיין.

יולי ראזענפעלד איז דעריבער אויך אריינגעגאנגען.

אינמיטן דער מיטינג איז קאנגרעסמאן מייק לאולער אריינגעקומען.

„הנותן תשועה למלכים“ איז געזאגט געווארן דורך כ״ק אדמו״ר מסאטמאר מקרית יואל שליט״א.

נאכדעם האט ר׳ גדלי׳ סעגעדין איבערגעזאגט די ברכה אין ענגליש.

דערנאך האט מען פארמאכט די טירן, כדי די אנדערע זאלן נישט קענען מיטהאלטן.

טיפער אריין אין דער זיצונג איז קאנגרעסמאן לאולער צוריק אריינגעקומען אינעם צימער וואו די אנדערע פארזאמלטע זענען געווען.

ער האט געזאגט אז זיין דעפיוטי טשיף אף סטעף, ראפי זילבערבערג, אינאיינעם מיט יידל זארגער און יוסי געשטעטנער, זאלן אויך אריינקומען צו דער מיטינג.

עס זענען געווען נאך אסאך דעטאלן פון דעם צוזאמקום.

די רבנים האבן זיך פערזענליך באגריסט?

יא. עס איז געווען זייער שטארק און זייער היסטאריש וויאזוי די רבנים האבן זיך באגריסט.

צווישן די ברידער האט מען זיך געגעבן די האנט און געוואונטשן מזל טוב, ווייל עס איז געווען א שמחה אין איינע פון די הויפן.

עס איז געווען א זייער רירנדער מאמענט.

מען האט געדארפט האלטן דעם קאפ און נאכפאלגן וואס עס שפילט זיך אפ, ווייל עס איז געווען אזא היסטארישער צוזאמקום.

אין פילע יארן איז נישט געווען אזא צוזאמקום מיט אזויפיל גרויסע פערזענליכקייטן.

מען האט געהאט די רבנים און זייערע זין, דעם פרעזידענט, דעם וויצע־פרעזידענט, און די רבנים האבן אויך אסאך גערעדט צווישן זיך.

אלעס איז צוגעגאנגען בדרך כבוד, און עס איז געווען זייער שיין.

האט דער סאטמארער רבי פון וויליאמסבורג געזונגען אדער געזאגט די „שיר המעלות“?

ניין, ניין. איך רעד נישט נאר פון איין סאטמארער הויף, פארשטייסטו?

איך פרעג בלויז.

איך וואלט זיך פארגעשטעלט אז עס איז געווען א מדובר דערפון, אבער עס איז נישט געשען.

וויאזוי זענען די רבנים געזעסן אינעם אוועל אפיס?

אינעם אוועל אפיס איז געווען אן אפיציעלער פלאן וואו יעדער זאל זיצן.

למעשה האט מען גערוקט זיך אהין און אהער, און איך קען נישט פונקטליך זאגן ווי יעדער איז געזעסן.

איך האב נישט געוואוסט פון אנהייב אז איך וועל דארט זיין, און איך האב נישט געהאט די מעגליכקייט צו געדענקען יעדן איינעם׳ס פלאץ.

דער וויזשניצער רבי איז געזעסן ערשט. נאכדעם האט זיך געזעצט דער סאטמארער רבי פון וויליאמסבורג, און דערנאך דער סאטמארער רבי פון קרית יואל.

די פונקטליכע אויסשטעל פון די אנדערע קען איך נישט באשטעטיגן.

אינעם אוועל אפיס, אפילו מענטשן וואס זענען שוין לאנגע יארן אין פאליטיק, האבן קיינמאל נישט געהאט אזא ערפארונג.

א מענטש קומט אריין און עס נעמט א פאר מינוט זיך צו כאפן וואו מען איז.

דעריבער געדענק איך נישט גענוי די גאנצע זיצ־ארדענונג.

ווי האלט מען יעצט?

יעצט איז זעקס מינוט צו פיר.

אלע רבנים זענען שוין ארויסגעגאנגען און פארלאזן דעם פראפערטי, און זענען צוריקגעפארן.

איך וועל נאך פרובירן צו דערגיין מער פון די פרטים.

מען קען יעצט ענדיגן, כדי איך זאל קענען ארויפגיין און ווייטער נאכגיין די זאך.

יישר כוח, יוסי, און בשורות טובות.

אמן.
ווער טייפט דאס אויף???
ער מאכט אזא קוגל!

האט דער סאטמארער רבי פון וויליאמסבורג געזונגען אדער געזאגט די „שיר המעלות“?

ניין, ניין. איך רעד נישט נאר פון איין סאטמארער הויף, פארשטייסטו?

איך פרעג בלויז.

איך וואלט זיך פארגעשטעלט אז עס איז געווען א מדובר דערפון, אבער עס איז נישט געשען.
:lol: :lol: :lol:
רייכסטאג איז נישט ריכטיג!
הייסע קרעטשניפער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 128
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 15, 2026 10:02 pm
x 284

Re: לִקְרַאת מַלְכֵי אוּמּוֹת הָעוֹלָם: גדולי וצדיקי הדור ביים פרעזידענט יר"ה - אלול תשפ"ו

פאוסט דורך הייסע קרעטשניפער »

(א בליק)
=דאנערשטאג נצבים וילך 3:45 נאכמיטאג=

אין די יעצטיגע מינוטן פארלאזט כ''ק אדמו''ר מסאטמאר מהר''א שליט''א די ווייסע הויז נאכ'ן היסטארישע פרעזידענטליכע אויפנאמע דורכ'ן פרעזידענט יר''ה אויפן וועג צום ראנאלד רעיגען אינטערנאציאנאלע לופטפעלד אינעם עיר הבירה וואשינגטאן די. סי. פון ווי דער רבי וועט אהיימפארן מיט די פריוואטע פליגער קיין סטוארט לופטפעלד.

3:00

די זיצונג האט זיך געענדיגט.

כ"ק מרן האדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א האט פארברענגט בערך 10 מינוט אין א פריוואטע זיצונג אליין מיטן פרעזידענט.

דער פרעזידענט האט געזעסן מיט די רבנים פאר בערך א האלבע שעה.

צווישן אנדערע האט טראמפ געפרעגט די צוויי סאטמאר רבי'ס צו זיי זענען צווילינג זיי האבן גענטפערט אז זיי זענען ברועדער

אזוי אויך האבן זיך כ״ק האחים האדמורים מסאטמאר שליט״א זיך באגריסט און אויסגעטוישט א קורצע שמועס נאכן ארויסגיין פון די אסיפה.

3:00

פרישער באריכט: כ"ק מרן האדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א האט נארוואס געענדיגט א פריוואטע אסיפה פנים אל פנים מיטן פרעזידענט טראמפ ירום הודו, וואס האט זיך פארצויגן פאר קרוב צו 10 מינוט.

שרייב פאוסט