כי ירא מהביט, אדער הציץ ונפגע?

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
חשובע מענטש
פרישער באניצער
פאוסטס: 15
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 07, 2025 1:52 pm
Location: NY
x 51

כי ירא מהביט, אדער הציץ ונפגע?

פאוסט דורך חשובע מענטש »

"נישט פאר שוואכע הערצער"

די ווערטער זענען באקאנט? פאר רוב יא, יעדע האלב גראפישע פיקטשער האט אזא ווארענונג פארדעם, און? יעדער קוקט עס, "וואס בין איך עפעס א שוואכער הארץ? כבין עפעס א אינגעלע?"
די זאך איז, אז אויב איז עס א צונאמי אין פאקיסטאן, אדער א אויפרייס אין באליוויע, איז עס טאקע נישט געמאכט פאר שוואכע הערצער - וואס וועלן ציטערן די נעקסטע צוויי יאר פון עלעוועטארס אדער פליגערס,

אבער אויב איז עס א שוידערליכע בילד פון די צווייטע וועלט מלחמה ווי א נאצי שיסט א אומבאהאלפן קינד, אדער סתם בילדער פון די קדושים, צו בילדער פון שמ"ע אטאקע אין ארה"ק תשפ"ד, צו סתם עקסידענטס טראגעדיעס, איז דאס עפעס וואס האט צוטון מיט די שוואכע הארץ? זאגט נאר, דיין אמונה ובטחון קען ביישטיין א בילד ווי אומשילדיגע פשוטע אידן טף ונשים פון ווארשע וואס האבן נישט געהאט אין פלאן צו שטארבן בכלל - ווערן אויסגעשטעלט ביים וואנט און ווערן אויסגעשאסן ווי גארנישט בשעת קיינער קוקט ניטאמאל - סאיז שוין רוטין? דיין אמונה בה' בלייבט? להגיד כי ישר ה' איז דיר אזוי לייכט צו זאגן ווי פארדעם?

די קענסט אראפשלינגען צו זעהן מערדערליכע ווידעאס פון די טעראר וואס איז געווען שמ"ע?? די גלייבסט אין צדיק הוא ה'? אוודאי! אבער... אבער... אבער.... פארוואס?? פארוו - - -?! ווער האט דיך געהייסן קוקן?

ווען א איד גייט דורך א פרעזענליכע צרה, און סאיז אים שווער צו פארדייען, און ער האט שוועריגקייטן אויף די דין שמים, וועט מען אים נישט אפירנעמען דערפאר, אבער ווען איינער זיצט בשלוה, און פאר ליידיגיין קוקט ער א טראגישע עקסידענט ווידעא, און אינדזשויט גאר די געפוהלן, און נאכדעם קומט ער אהן ווי א גאנצער לויער אז ער פארשטייט נישט מעשה ה', האללא? מי ביקש זאת מידכם? ווער האט אייך אהער געריפן??

יעדער ווייסט אז די צדיקים וואס האבן איבערגעלעבט די קריג האבן אייביג גערעדט פון למען ידעו דור אחרון, איך בין נישט די מבין אין די נושא, אבער כהאב היינט אסאך געליינט אלטע שרייבווערק פון די מלחמה יארן און איבערלעבערס, כהאב געזעהן א חילוק, ווען איינעמס לעצטע ווערטער איז געווען "שמע ישראל" - איז דאס א למען ידעו דור אחרון מעשה, און סאיז א הייליגע מעשה, א מעשה וואס מען מיז געדענקן, אבער ווען איינעמס לעצטע ווערטער איז געווען "נקמה" איז עס אויכט א שטארקע מעשה, א גבורה'דיגע מעשה, אבער נישט דאס איז אינזער שטאלץ, און די למען ידעו דור אחרון דארף באשטיין פון ביידע סארט, אבער 75 פראצענט פון די רוחניותדיגע אויפשטאנד, און 25 פראצענט פון די פיזישער אויפשטאנד.

פארשטייט זיך אז מען דארף פיקנט אזוי געדענקן די זיידענע הענטשקעס וואס זענען געווען אויף די בלוטיגע הענט פון די נאצישע שדים וואס האבן אנגעכאפט די ריינע כלי משחית בשעת זיי האבן אויסגעשאסן מיליאנע אידן מיט א אכזריות "וואס די וועלט האט שוין געהערט מער ווי איין מאל און מער ווי טויזנט מאל", די וועלט האט אינז נישט ליב. פינטל. מען דארף געדענקען, מען מיז געדענקען.

אבער מען מיז אויכט האבן א אמונה צו פארדייען.
די אונגארישע אידן האבן גערעדט פון זייער מיטמאכענישן.
מיין זיידע האט זיין מויל נישט געעפנט.
איך פארשטיי נישט.
איך וויל נישט טראכטן.
איך וויל קיין קושיות נישט האבן אויף מיין בורא.
איך וויל גלייבן אז וואס ער טוט איז בארעכטיגט.
איך וויל שפירן אזוי אויכט!
פרוביר ווען די ווייסט יעדע טראגעדיע, יעדע טעראר אטאקע, יעדע דיאגנאז, יעדע עקסידענט, יעדע סועסיידל קעיס, יעדע גט, יעדע אפגעפארענע, יעדע נידריגע מעשה... פרוביר!! און באקענט אייך מיט א וועלט פון טויזנטע 'אונפארמירטע' אידן, וואס האבן א שווערע שווערע נסיון עכט צו גלייבן אז זייער גאט האט זיי נאך ליב.
ער זאגט עס נישט, אבער הער אים אויס אויכט דארט ווי ער זאגט נישט...
סאיז א פחד!

היזהרו חכמים!
היזהרו בעלי דרשנים!
היזהרו שרייבערס!
היזהרו רעדנערס!
היזהרו דזשורנאליסטן!
מענטשן האבן א גרויסע נייגער און א רייץ פאר אזאלכע אינפארמאציע,
זיי האבן ליב צו ווערן אמאציאנאל.
זיי האבן ליב צו וויסן אז נאך מענטשן מאכן מיט.
זיי זיכן נעבך אחים לצרה.
זיי זיכן ח"ו תירוצים אויף זייערע כל מיני התרשלות'ן אין רוחניות אדער גשמיות...
זייטס אבער נישט נאריש, און שפילט זיך מיט איכות האמונה פון אידן.
סאיז נישט קיין דזשאוק!
שרייב פאוסט