פון וואו שטאמען מיר? די היסטאריע פון יהדות אשכנז

אונזער היסטאריע
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2342
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 8310

Re: פון וואו שטאמען מיר? די היסטאריע פון יהדות אשכנז

פאוסט דורך מסתמא »

ChatGPT האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 25, 2026 5:49 pm @מסתמא שוין איינגעהאנדעלט דעם ספר אשכנז מבצר המסורה?
א גאר שטארקע ארבעט דורך הרב האמבורגער פון מורשת אשכנז. באשרייבט די שטארקייט און הייליגקייט פון מסורת אשכנז קעגן אנדערע מדינות ועדות, והמסתעף.

אויב קומסטו פון יעקע לאנד, ציסט שרשים צו רהיין לאנד, קוק אדורך דעם חיבור ותמצא נחת.

אולי וועסטו אנהייבן קויפן ווימפלען פאר דיינע קומענדיגע קינדער...
ניין, כקום אויסדרוקליך נישט פון די רהיין געגנט, עכ”פ ככל הידוע לי. פשוט די יושבי עסטרייך מזמן הראשונים האבן קיינמאל נישט פארלאזט יענע מחוז, דהיינו די בורגענלאנד ז‘ קהילות געגנט אין עסטרייך, טשעכיי (מעהררין וביהעמען) און שפעטער סלאוואקיע און אונגארן אויבערלאנד.

דער ר”י מביהם פון תוספות האט געוואוינט וואו? אין טשעכיי-פראג! דער אור זרוע האט געוואוינט וואו? אין וויען-עסטרייך! מאז די גזירות תתנ”ו הוסר העטרה ליידער פון די רהיין געגנט עד כדי כך אז דער מהרי”ל אליינס האט געלערנט די מסורת ריינוס ביי זיין רבי דער מהר”ם ס”ל אויכעט א יוצא ריינוס אין וויען גאר... ווייט אוועק פון רהיין. ער איז שפעטער צוריקגעקומען וחזר ויסדה אזוי צו זאגן, דעריבער הייסט ער דאך דער אבי מנהגי אשכנז.

פשוט דער רוב מנין ובנין האט זיך געצויגן בהמשך השנים פון עסטרייך קיין פוילן און מיטגענומען די מסורת עסטרייך אהין עד כדי כך אז סהאט געטוישט נאמען פון מנהג עסטרייך צו מנהג פוילן, אבער כמובן אז די הרקת כלי לכלי טוישט די צביון און כמה וכמה זאכן ווערן געטוישט און פארגעסן. איך קוק אן די האפסבורגע עסטרייכישע מלוכה מחוז (עסטרייך, טשעכעסלאוואקיע, אונגארן) ווי די ארגינעלע עסטרייכישע יהדות מזמן הראשונים וועלכע זענען געבליבן מושרש על מקומם פחות יותר מיט א קלארע קייט צו די בעלי תוספות וועלכע האבן דארטן געווירקט.

סיי וויאזוי, דער מיטל אלטער איד סיי פון עסטרייך און סיי פון רהיין זענען בערך געווען היינו הך, מיט קליינליכע חילוקים ווי די סדר היוצרות און עטליכע מנהגים, סאיז בעצם היינו הך דער אשכנז מיטל אלטער איד. חסידות האט געברענגט גילויים און מיט דעם שינויים און דער גר”א האט גענומען דעם שניט פונעם מהרש”ל (נגד הרמ”א) אז אן אחרון אם כגובה ארז גובהו מעג ער קריגן מיט די פריערדיגע און ארומטוישן מיט די דברים מסורים מדור לדור, דעריבער היינט איז כמעט אין זכר למו צו די ארגינעלע מיטל אלטער צביון אידישקייט, מיט א פארבליבענע מיעוט שבמיעוט וועלכע זענען זיך מזדהה מיט די מסורת אבותיהם. למשל אין אויבערלאנד אונגארן איז געווען א דבר פשוט אז פארן צו א צדיק טוישט נישט מיין מסורה און מהות, היינט פארשטייט מען נישט וואס דאס מיינט, אויב ביסטו געפארן צו צדיק פלוני דאן באדייט דאס היינט אז יענע חצר איז לגמרי דיין גאנצע מסורה, דיין יהדות הייבט זיך אן דארטן. איי ביז אהין? נעבעך מתחלה עובדי עבודה זרה היו אבותינו... ווען דיין זיידע דעמאלטס זאל ווען וויסן די פרייז וואס דאס וועט קאסטן די דורות הבאים אולי וואלט ער קיינמאל נישט אהינגעגאנגען ווען ער זאל ווען אין חשבון נעמען די פרייז אז דאס באדייט שכחת התורה והמסורה. ואולי קען מען פארט פרובירן זיין אזוי קלוג ווי די זיידע און כאפן אז מען קען סיי פארן צו א צדיק און סיי זיין מקושר צו די מסורה פון וואו משטאמט. עניוועי סארי פאר מיין rant כהאף אז כהאב געמעגט
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
תינוק הבורח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1021
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 1209

Re: פון וואו שטאמען מיר? די היסטאריע פון יהדות אשכנז

פאוסט דורך תינוק הבורח »

מסתמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 26, 2026 9:11 am

אבער פון וואו שטאמען די עסטרייכישע אידן?
נישט פון יוצא רייינוס?
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2122
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 7489

Re: פון וואו שטאמען מיר? די היסטאריע פון יהדות אשכנז

פאוסט דורך Think and Thank »

דאס אז דער אור זרוע האט געוואוינט אין וויען מיינט נישט אז די אידן וואס וואוינען דארט היינט זענען אייניקלעך פון די אידן וואס האבן דארט געוואוינט בימי האור זרוע... פאקטיש זענען די אידן אין וויען אויסגעשטאנען צוויי גרויסע גירושים, אין די סוף ק' יארן און און די אנהייב ת' יארן,, און פון די צווייטע האט זיך אנגעהויבן די קהילות אין בראנדענבורג בראש פון בערלין (פון וואו מען האט פארטריבן די אידן יארן פריער אבער די דייטשן האבן דא געזען א געלעגנהייט אריינצובאקומען די רייכע וויענער אידן). די זעלבע איז מיט יהדות טשעכיי, וואס אויסער עטליכע קלענערע גירושים זענען די אידן פון פראג גענצליך פארטריבן געווארן דורך די מרשעת מאריא טערעזא שר"י (ווי דער ר"ר יונתן דערמאנט אין יערות דבש דרוש ז', וואס איז די דרשה וואס ער האט אפגעהאלטן אין מעץ דעמאלס בשעת גירוש פראג).

אפגערעדט פון יהדות אנגארן, וואס פאר 150 יאר איז רוב אונגארן געווען אונטער טערקיי און אסאך ספרדי'שע אידן זענען דעמאלס אנגעקומען קיין אונגארן וכן להיפך. (צב"ש דעמאלס איז דער חכם צבי, אלס בחור וואוינענדיג אין בודא, געפארן קיין סאלאניקי לערנען ביי די ארטיגע ספרדי'שע חכמים וועלכע האבן אים מסמיך געווען אלס חכם, שאפנדיג דעם פאראדאקס פון חכם צבי אשכנזי...) און נאכדעם ווען עסטרייך/האבסבורג האט צוריק איינגענומען אונגארן האבן זיי אויסגע'הרג'עט אסאך אידן און די איבריגע (דער חכם צבי בתוכם) זענען געפאנגען געווארן אדער אנטלאפן. די אידן וואס האבן געוואוינט אין אונגארן די לעצטע 200 יאר פאר די צווייטע וועלט מלחמה זענען על פי רוב געקומען פון עסטרייך (אויבערלאנד) אדער פון גאליציע (אונטערלאנד).
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2342
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 8310

Re: פון וואו שטאמען מיר? די היסטאריע פון יהדות אשכנז

פאוסט דורך מסתמא »

Think and Thank האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2026 1:35 am

בלי א גאנצע אריכות, דאס יהדות עסטרייך-טשעכיי איז איין חטיבה סאיז היינו הך נאך מזמן הראשונים. מאיז געבליבן וואוינען אין די זעלבע מחוז מזמן הראשונים בלי הפסק. טאקע די שטאט וויען האט געהאט א גירוש, כמעט יעדע שטאט במשך די אלע יארן, אבער! פון שטאט א‘ איז מען געפארן צו שטאט ב‘ עטליכע מייל אהינציר, דאס איז די אלגעמיינע איבערבליק. למשל ביי די גירוש טשעכיי איז בורגענלאנד עסטרייך געבליבן על מכונם וכן די גאנצע מחוז פרעסבורג וואס איז ממש ביי די גרעניץ פון טשעכיי-מעהררין וואו די אידן האבן זיך אהינגעצויגן. וכן הלאה בקיצור.

די גאנצע התייחסות פון אונגארן קיין גאליציע איז עטליכע הונדערט מייל צו די רעכטס, אונטערלאנד, וואו די מזרח גאליציאנע אידן (היינט אוקריינע) האבן זיך אנגעהויבן אהינציען בערך סביב די גזירות ת”ח ת”ט. דאס האט גארנישט מיט די לינקע זייט אונגארן וואס איז אסאך אסאך עלטער, פרעסבורג וכו‘ איז שוין געווען מיושב בזמן הראשונים.

אגב די אטאמאנער האבן נישט מצליח געווען צו אייננעמען וויען און ווייטער ארויף פון עסטרייך, וכן אונגארן האבן זיי אויכעט נישט לגמרי איבערגענומען.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2342
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 8310

Re: פון וואו שטאמען מיר? די היסטאריע פון יהדות אשכנז

פאוסט דורך מסתמא »

תינוק הבורח האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 26, 2026 11:11 am
אבער פון וואו שטאמען די עסטרייכישע אידן?
נישט פון יוצא רייינוס?
לא ידעתי, אולי. כבין בכלל נישט זיכער.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
ChatGPT
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 400
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 12:07 pm
x 978

Re: פון וואו שטאמען מיר? די היסטאריע פון יהדות אשכנז

פאוסט דורך ChatGPT »

Think and Thank האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2026 1:35 am
דאס אז דער אור זרוע האט געוואוינט אין וויען מיינט נישט אז די אידן וואס וואוינען דארט היינט זענען אייניקלעך פון די אידן וואס האבן דארט געוואוינט בימי האור זרוע...
לראי' לדבריך. די חוות יאיר שרייבט אין א תשובה ווי ער איז דן אויף מנהגי ווארמיישא אז די היינטיגע תושבי ווארמיישא זענען נישט אפשטאמיג פון די פריערדיגע תושבים וואס זענען פארטריבן געווארן.
וכן הוא און כמעט אלע אשכנזישע שטעט.

@מסתמא! זינט די בישט מדקדק צו זאגן "פרעסבורג" מיטן ארגינאלן שי''ן שמאלית [און לכאורה אויך ניקלסבורג און ווארמייסא], מעגשטו ווען אויך מדקדק זיין ביים שרייבן אידיש צו ניצן א שי''ן שמאלית כנהוג בין חסידי אשכנז מקדמת דנא. קוק אבישל און די פארצייטישע בריוו ספרים און ביכלעך.
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2342
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 8310

Re: פון וואו שטאמען מיר? די היסטאריע פון יהדות אשכנז

פאוסט דורך מסתמא »

ChatGPT האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2026 10:22 am

מיין עלטער באבע לאויוש"ט וואס האט געוואוינט דארטן רופט עס אזוי, טאקע ווייל מען פלעגט ניצן פארצייטישע ספעלינג ווייסט קיינער נישט וויאזוי סהאט זיך גערופן עד ימינו אלה. כשרייב עס מיט די ספעלינג וויאזוי מהאט עס גערופן, ספעלינג איז נישט עפעס א הייליגע זאך סאיז פשוט א וועג איבערצוגעבן אינפארמאציע דעריבער פרוביר איך עס איבערצוגעבן אקוראט
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2342
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 8310

Re: פון וואו שטאמען מיר? די היסטאריע פון יהדות אשכנז

פאוסט דורך מסתמא »

ChatGPT האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2026 10:22 am
Think and Thank האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2026 1:35 am
דאס אז דער אור זרוע האט געוואוינט אין וויען מיינט נישט אז די אידן וואס וואוינען דארט היינט זענען אייניקלעך פון די אידן וואס האבן דארט געוואוינט בימי האור זרוע...
לראי' לדבריך. די חוות יאיר שרייבט אין א תשובה ווי ער איז דן אויף מנהגי ווארמיישא אז די היינטיגע תושבי ווארמיישא זענען נישט אפשטאמיג פון די פריערדיגע תושבים וואס זענען פארטריבן געווארן.
וכן הוא און כמעט אלע אשכנזישע שטעט.
אינו ראיה כלל, מחוז רהיין לחוד ומחוז עסטרייך לחוד. ווירמייזא, מאגענצא און שפייער האבן אלע געהאט צייטן וואס דארטן האבן געוואוינט לכל היותר 20 משפחות, דעריבער מנהגים וואס זענען מיוחד צו ווירמייזא איז בכלל נישט א ראיה דאס איז ארגינעל מנהג ווירמייזא, וכן הלאה. כמעט קיין איין ספעציפישע שטאט האט נישט ממש קיין רצופות ביז די ראשונים בלי גזירות גירוש באמצע. אבער! די מחוזות/די געגנטער האבן יא. די געגנט 'ארום' וויען איז אלעמאל געבליבן באזעצט מיט אידן מזמן האור זרוע ביזן וועלטס קריג.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
שרייב פאוסט