*דאנערשטאג יום ד' דחוה''מ*
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שלום אליעזר לעבאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו שחרית ארום 9:50. בעל תפילה: הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו. דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו הלל און אפגעראכטן זיין עבודת הקודש בעת די נענועים מיט גרויס ברען און התעוררות, און דערנאך פארגעזאגט די הושענות. מיט פתיחה איז מכובד געווארן הרה"ח ר' יואל יאקאב הי"ו (ירושלים).
עליות. כהן: הרה"ח ר' חיים אלעזר פריעדמאן הי"ו (לאנדאן). לוי: הרה"ח ר' ישעי' שטיינבערגער הי"ו (לאנדאן). שלישי: הב' הבר מצוה ב"ר דוד יחזקאל שמואל שרייבער הי"ו (לאנדאן). רביעי: רבינו שליט"א. הגבה: הר"ר דוד כהן שליט"א מו"ץ (בני ברק). גלילה: הרה"ח ר' דוד יחזקאל שמואל שרייבער הי"ו.
נאכן ליינען האבן גומל געבענטשט א לענגערע צייט קרוב צו הונדערט פופציג געסט אנ''ש מעבר לים וועלכע זענען געקומען צו פארן להסתופף בצל הקודש.
מוסף: הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:30. נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' שלום עמרם צוויבל הי"ו (וומסב''ג), ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' ברוך יוסף פריעדמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:00 בביתו נאוה קודש, און פארן דאווענען געצינדן 5 ליכט לרגל די יארצייט פון זקנתו הרבנית אשת חבר פון הגה"ק בעל ייטב לב זיע''א.
נאך מנחה זענען אריין לברך ולהתברך בקו''פ פאר אריבער צוויי שעה הונדערטער געסט אנ''ש מעבר ליום וועלכע זענען געקומען צו פארן להסתופף בצל הקודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:15.
*ליל הושענא רבה אושפיזא דדוד מלכא משיחא*
ארום 10:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו קריאת משנה תורה און געזאגט די תפילה פארן לייענען, בעל קורא: הר''ר שלום יוסף סאמעט שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 11:40.
נאך עטליכע מינוט איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום עריכת שלחן הטהור סעודת ליל הו"ר ואושפיזא דדוד מלכא משיחא, בסוכה הגדולה שע''י ביהמ"ד הגדול.
נאכן זאגן דעם סדר האושפיזין האט זיך רבינו שליט''א געוואשן צו די סעודת יו''ט. ביים לחיים נאך די זופ האט דער רבי געוואונטשן 'א גוט געבענטשט יאר'. במשך דעם געהויבענעם טיש האט מען געזונגען ניגוני ימים נוראים בהתעוררות רב בשעת רבינו שליט''א האט פארגאסן טייכן טרערען.
מיט די שיר המעלות האט רבינו שליט''א מכבד געווען:
הר''ר דוד כהן שליט''א (בני ברק).
הרה''ג ר' דוד פערל שליט''א מגי''ש בקהלתינו.
הרה''ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי''ו (וומסב''ג).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה בקול חינוק בדמעות, אויפן פסוק 'שיר המעלות ממעמקים קראתיך ה' און געטייטשט אז ממידת הדין וואלט נישט געניצט קיין תשובה נאר במידת הרחמים פונעם הייליגן באשעפער העלפט תשובה, ממילא קען מען האבן א כפרה אפילו מעומק הקליפות ווייל רחמיו יתברך האט נישט קיין גבול, און מטעם זה איז נישט דא די קשיא פון אי מלכא אנא עד השתא אמאי לא אתית לגבאי.
ברכהמ''ז: הרה''ח ר' דוד עקשטיין הי''ו. מען האט געענדיגט 1:00.
נאכן טיש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ברוב עם צו אמירת תהילים. בעל תפילה: הרה''ח ר' אשר יעקב עקשטיין הי''ו, ביי יעדן ספר האט מען געזאגט דעם יהי''ר להושענא רבה און קדיש. מען האט געענדיגט 2:55 און רבינו שליט"א איז אהיים לביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געבינדן די הושענות.
*יום הושענא רבה*
הו''ר אינדערפרי ארום 11:05 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף אינעם טלית, קאפל, קיטל פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע"א.
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' פנחס אלימלך גליק הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' ישראל מאיר יאזשעף הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט"א איז צוגעגאנגען צו ברכות, פסוקי דזמרה און שחרית און אויסגעלאזט בנוסח ימים נוראים, און הלל הגדול און די שירה געזאגט פסוק בפסוק.
ביי הלל האט רבינו שליט''א מאריך געווען עבודת קדשו ביי די נענועים בדביקות בהתרגשות ובהתעוררות רב ווען דער גאנצער ציבור פון אלופי אלפי ישראל זינגן מיט די ניגוני קודש בדמעות שליש.
נאך הלל האט משב''ק הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו אראפגענומען די רינגעלעך פונעם לולב.
אום 1:45 האט רבינו שליט''א אנגעהויבן די פייערדיגע 'דרשת הושענא רבה' מיטן משל הידוע מרגלא בפומי' פון רבותינו הקדושים זיע''א, און מאריך געווען מיט שטורעמישע בכיות ודמעות, וואס האט מיטגעשלעפט דעם גאנצן ביהמ''ד בבכיות נוראות.
דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען באריכות מיט געהויבענע בחינות און דברי התעוררות בבכיות לכבוד היום:
*
הושענא למענך אלוקינו:* עס איז מרומז די ענין פון די עקידה ווען אברהם אבינו האט נישט געפרעגט קיין קשיות אזוי פרעגט מען נישט אין הימל קיין קשיות אויף אידישע קינדער ביום הדין.
*למענך אלוקינו נאך א אופן:* דורך דעם וואס מען וועט זוכה זיין אז הקב''ה וועט קוקן אויף אונז וועט אריינקומען א התעוררות אין אונזער הארץ און הרהורי תשובה.
*הושענא למענך בוראנו:* הקב''ה איז בונה עולמות ומחריבן פון דעים נעמען מיר א מוסר מוסיף זיין אויף אונזער קיום התורה והמצוות צו טוהן שענער און בעסער ווי ביז היינט.
*
הושענא למענך גואלינו:* אין מצריים האט דער באשעפער נישט געשיקט קיין מלאך ווייל א מלאך פארשטייט נישט דעם נסיון פון א מענטש און וואלט נישט מבחין געווען בין בית לבית, וואס פארשטייט דען א מלאך צו טמאת אמעריקע, נאר דער איין איינציגער באשעפער ווייסט וואס עס מיינט גלות אמעריקע און פארשטייט אונזערע נסיונות.
*
הושענא למענך דורשינו:* מקוה ישראל ה' מושיעו בעת צרה, פונקט ווי א מקוה איז מטהר אפילו טויזענט מאל אזוי אויך איז הקב''ה מקבל די תשובה פון אידישע קינדער בלי קץ ובלי גבול.
*הושענא למען אמיתך:* דורך עוסק זיין בתורה, תורת אמת הלא כה דברי כאש, איז עס מליא גומרא אזוי האבן די אידישע קינדער א קיום.
*
הושענא למען בריתך:* דורך מצוות מילה ווערן אידישע קינדער נישט נדחה כי לא ידח ממנו נידח.
*
הושענא למען גדלך ותפארתך:* עוונות מאכן א מסך המבדיל צווישן אידן מיט'ן באשעפער, די סגולה פון די ד' מינים איז אריינצוברענגן אהבה צום אייבערשטען אזוי קען מען זוכה זיין צו תשובה מאהבה, דער רבי האט מסיים געווען די דרשה מיט ברכות לרוב, און איינגעריסן בבכיות מען זאל זוכה זיין צו ערליכע אידישע קינדער.
מען האט געענדיגט די דרשה בערך 2:45, און מ'האט אנגעהויבן מקיף צו זיין דעם ביהמ''ד, רבינו שליט"א האט פארגעזאגט די הושענות בהתעוררות רב, צווישן די הקפות האט געבלאזן שופר הגה''צ אבד"ק וומסב''ג שליט''א כנהוג, נאכן ארומגיין האט מען געזאגט די פיוטים, און נאך קדיש תתקבל האט דער רבי געקלאפט די הושענות 5 מאל און געזאגט דעם יהי''ר כנהוג.
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' שמואל לעוו שליט"א מו''ץ בלאנדאן, פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' אהרן מנחם עסטרייכער שליט"א מו"ץ בלאנדאן.
בעל קורא: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
עליות. כהן: הר"ר דוד כהן שליט"א מו"ץ (בני ברק). לוי: הגה''צ ר' מענדל ווערצבערגער שליט"א דומ"ץ קהלתינו הק' במאנטרעאל. שלישי: הרה"ג ר' מאיר וויינבערגער שליט"א דומ"ץ בקהלתינו אנטווערפן. רביעי: רבינו שליט"א. הגבה: נכד רבינו הרב אלעזר טייטלבוים שליט"א (לאנדאן), און האט געמאכט א ברכת הגומל און מוציא געווען די פרישע הונדערטער געסט אנ"ש מעבר לים. גלילה: הרה"ח ר' יואל ברי"י פרענקל הי"ו (לאנדאן).
מוסף: הרה"ג ר' יואל גוטמאן שליט"א מו"ץ. די כהנים האבן גע'דוכנ'ט, תיכף נאך מוסף האט מען געדאווענט מנחה, בעל תפילה: הרה"ג ר' אשר חיים ווייזער שליט"א מו"ץ בקהלתינו ב"פ. מען האט געענדיגט ארום 4:30.
עטליכע מינוט נאך מנחה איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום טיש לכבוד היום אין די סוכה הגדולה און געזאגט דעם סדר האושפיזין, מיט די זופ האט מען אויפגעגעבן קרעפלעך כנהוג, ביי די לחיים נאך די זופ האט דער רבי געוואונטשן א גוט געבענטשט יאר. מען האט געזונגען ניגוני יו''ט.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען: הרה''ג ר' שמואל לעוו שליט''א (לאנדאן). ברכהמ''ז: הרה''ג ר' מאיר וויינבערגער שליט''א דומ"ץ בקהלתינו אנטווערפן, מען האט געענדיגט 5:30.
פארן ארויסגיין האט דער רבי געזאגט 'געלויבט השי"ת אז מען האט געקענט א גאנץ סוכות זיצן אין די סוכה און עסן רואיג אלע סעודות און שלאפן אין די סוכה'.
תיכף נאכן טיש איז דער רבי געגאנגען אין מקוה לטהר עצמו ברגל לכבוד יו"ט.

סאטמאר'ע נייעס
*
ליל שמיני עצרת זמן שמחתינו*
ארום 8:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטלית שאולה, קבלת שבת ומערבית: הרה''ג ר' יעקב ווייס שליט"א מרבני קהלתינו במאנסי.
אום 9:20 האט רבינו שליט''א אנגעהויבן אתה הראת בהתלהבות אש קודש וואס האט נאכגעפאלגט מיט א הימלישע געשריי פון אלופי אלפי ישראל זקנים עם נערים, פתיחת הארון: הרה''ח ר' יצחק מיכאל ברד''א יאקאב הי''ו.
מען האט אריינגעברענגט די ספרי תורה, דער רבי איז ארויף אויף די בימה און געזאגט דעם לשם יחוד און די משוררים האבן אהנגעהויבן צו זינגן דעם למנצח, בערך 9:30 האט רבינו שליט"א אנגעהויבן צו טאנצן די געהויבענע הקפות.
*מגדל עוז שם ה' בו ירוץ צדיק ונשגב, שעות ע''ג שעות בעבודת הקודש ביי די הקפות, בראש קהל קדושים רוגשים, אשרי עין ראתה אהלינו בשמחת קהלינו*
ביי די הקדמות האט מען מכבד געווען די צענדליגער געסט מארצינו הקדושה מיט א ספר תורה.
ביי די זיבעטע הקפה נאכן ארומטאנצן דעם ביהמ''ד בעוז ותעצומות איז רבינו שליט''א כדרכו בקודש ארויף אויף די בימה און ממשיך געווען מיט די ריקודין ביתר שאת וביתר עוז.
נאך די הקפות האט רבינו שליט''א פארגעזאגט לדוד מזמור, און נאך עלינו געוואונטשן במאור פניו א גוט שבת גוט יו''ט, פארן גאנצן ציבור אין אלע זייטן פון ביהמ''ד. מען האט געענדיגט 12:20.
ארום 1:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום ערשה"ט אינעם שאטער הגדול בחצר הביהמ''ד, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה ביז מודה אני.
הגבהת הכוס לקידוש: הר''ר יואל בן הגה''צ ר' שמואל בנימין קרויס שליט''א (לאנדאן).
במשך דעם טיש האט מען געזינגען ניגוני שמחת תורה ברוב שמחה.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען. כל מקדש: הר"ר חיים ישראל קלאגסבאלד שליט"א (לאנדאן), מנוחה ושמחה: הר"ר יואל קרויס שליט"א.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ביום השמיני עצרת תהיה לכם' און געטייטשט אז שמיני עצרת איז א יו''ט על שם העתיד און איז בזכות יעקב אבינו וואס האט מבטל געווען די טרערן פון עשו.
קה אכסוף: ר' ישראל ישכר לעוו הי''ו (אנטווערפן), ברכהמ''ז: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט''א.
נאך די פירות איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ב''ר יואל ברי''ש פריעדמאן הי''ו, און ביי ב''ר שלמה מיכאל מארקאוויטש הי''ו.
מען האט ממשיך געווען בנגוני שמחה לרגל די שלום זכר ביי נכד רבינו הרב יחזקאל שרגא מייזליש בן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א.
אז ביום השביעי: הרה''ח ר' משה כהנא הי''ו (ב''פ). מען האט געענדיגט 3:15.
*
שב''ק יום שמיני עצרת*
שמיני עצרת אינדערפרי ארום 10:55 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד. פסוקי דזמרה: הגה''צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט''א ראה''כ וומסב''ג, וכרות האט דער רבי פארגעזאגט פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו שחרית והלל כרגיל, צו חזרת הש''ץ האט דער רבי צוגעשיקט הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א.
מען האט געזאגט קהלת כנהוג.
הוצאה והכנסה: הרב חיים צבי בן הר"ר סיני טייטלבוים שליט"א, און הרב חיים בן הרה"ג ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א, פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' שלום טייטלבוים שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד ויואל משה וומסב''ג.
עליות. כהן: הרה''ח ר' יצחק זאב פילאפף הי"ו (וומסב''ג). לוי: הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א. שלישי: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א. רביעי: הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו מראה''ק וומסב''ג. חמישי: החתן מרדכי ב"ר הערש מאיר גאטליעב הי"ו (וומסב''ג), שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יעקב ברי"א פריעדמאן הי"ו.
ר' שמעון אונגאר הי"ו (מאנסי).
ר' חיים ברב"א ווערצבערגער הי"ו (וומסב''ג).
ר' שלמה ברא"י ווערצבערגער הי"ו.
ר' ברוך יודא פרענקל הי"ו.
ר' יודא פרענקל הי"ו.
ר' שלמה רפאל דייטש הי"ו.
ר' יואל בר"א שפיטצער הי"ו (וומסב''ג).
שביעי: הרה"ח ר' יואל ברא"צ מיטטעלמאן הי"ו (וומסב''ג). הגבה די ערשטע ספר: הרב חיים נחום לייפער שליט"א (וומסב''ג). גלילה: הרה"ח ר' יצחק שווארץ הי"ו (וומסב''ג).
מפטיר: הרה"ח ר' פישל ריספלער הי"ו (וומסב''ג). הגבה די צווייטע ספר: הרה"ח ר' יואל יודא רובינפעלד הי"ו (וומסב''ג). גלילה: הרה"ח ר' יוסף מרדכי כהנא הי"ו (וומסב''ג).
צוליב די גרויסע געדרענג פון די שווערע טויזענטער אנ''ש ביים אריינקומען נאך יזכור איז דער רבי ארויסגעגאנגן אנצוטוהן דעם קיטל צו תפילת גשם נאך פאר יזכור.
אויך איז געווען נאך יזכור א הפסקה פון צען מינוט עס זאל נישט צוקומען צו קיין סכנת נפשות.
ארום 2:40 איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען צום עמוד און געזאגט די תפילה פאר גשם, און מזמור לדוד הבו לה', און קדיש, משמש הרה''ח ר' יואל קויפמאן הי''ו האט אויסגערופן משיב הרוח ומוריד הגשם.
רבינו שליט''א האט געבענטשט גשם מיט גרויס התעוררות.
פתיחה צו גשם: הרה''ח ר' אברהם בראך הי''ו מראה''ק וומסב''ג, צו קוה איז צו געגאנגען הרה''ח ר' יצחק ערענפעלד הי''ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה''ח ר' יוסף לייב יאקאב הי''ו (ירושלים).
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' שלום אליעזר בר''ח גאלדבערגער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' אלי' עזרא מיללער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק. מען האט געענדיגט ארום 3:50
בביתו נאוה קודש האט רבינו שליט''א קידוש געמאכט אין די סוכה כנהוג, האט טועם געווען פון די מאכלים 'קינדל' און 'נאנט'.
צוליב דער שווערן רעגן האט דער רבי זיך תיכף געזעגנט פון די סוכה און האט געזאגט ברגש די תפילה כשיוצאים מן הסוכה און די יהי''ר, דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן בשמחה של מצוה און פארגעזאגט לשנה הבאה בירושלים.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט דער רבי מכבד געווען מיט די זמירות נכדו הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט''א, ברכהמ''ז: הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א.
נאכמיטאג 6:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו מנחה ושל''ש, און איז באגלייט געווארן אויפן וועג בשירה ובזמרה.
מנחה: הרה"ח ר' יואל יאקאב הי"ו (ירושלים), הוצאה והכנסה: ר' שמואל בענעדיקט הי"ו (מאנטשעסטער), בעל קורא: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו, כהן: הרה"ח ר' משה לייב טרעגער הי"ו (וומסב''ג), לוי: הרה"ח ר' יושע מרדכי ווערצבערגער הי"ו, שלישי: הרה"ח ר' משה דוד גאלדשטיין הי"ו (וומסב''ג), הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הרה"ח ר' יושע שמואל וויינבערגער הי"ו (וומסב''ג).
ביי של''ש האט הרה"ח ר' יוסף ווייס הי"ו מראשי החברה קדישא אנגעגאסן די כוס, און דער רבי האט געוואונטשן לחיים פאר די חברה קדישא כנהוג, און פארן גאנצן ציבור.
זמירות ביי של''ש האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הר"ר נפתלי הורוויץ שליט"א (לאנדאן), שיר המעלות: הרה''ג ר' יוסף לייב קאהן שליט"א.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'חג הסוכות תעשה לך' און געטייטשט אז מצוות סוכה איז משפיע שפע פרנסה בפרט די יאר וואס מען האט געזעהן בפירוש א סימן ברכה משמים אז מען איז צופרידן פון די עבודה פון אידישע קינדער וועט השי''ת העלפן עס וועט זיין לברכה ולא לקללה לחיים ולא למות לשובע ולא לרזון.
קל מסתתר: הרה''ח ר' אביגדור פרענקל הי''ו (וומסב''ג). דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.
מע האט געזינגען הגלה נא און נגוני יו''ט, דער רבי האט פארגעזאגט 'לשנה הבאה בירושלים', און זיך אויפגעשטעלט טאנצן בריקודי קודש בשמחה של מצוה זיך צו געזעגענען פון יו''ט סוכות, און ארומגעטאנצן דעם ביהמ"ד עטליכע מאל, אנגעליינט אויף הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א און הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 8:05.

סאטמאר'ע נייעס
*ובכן צדיקים יראו וישמחו וישרים יעלוזו - ליל שמחת תורה*
ארום 12:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת מעריב, בעל תפילה: נכד רבינו הרב יואל אשכנזי שליט''א. נאך מעריב איז דער רבי געגאנגען אין מקוה.
אום 1:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען מעוטף בטלית שאולה צו אתה הראית, פתיחת הארון: הרה''ח ר' רפאל פערלמוטער הי''ו מראה''ק במאנסי.
רבינו שליט"א האט געזאגט דריי מאל תורה אינמיטן די הקדמה.
ערשטע תורה: אויפן חרוז *'
ידיד נפש אב הרחמן'*, עס איז דא א מלחמה צווישן די גוף אין די נשמה ווער עס זאל גובר זיין, דורך דינען דעם באשעפער מיט א ברען ווערט איינגעזאפט די קדושה אין די אברים, דורך טאנצן לכבוד התורה באש קודש ווערט מען דערנענטערט צום באשעפער.
צווייטע תורה: אויפן חרוז
*'הגלה נא'* די עכטע חשיבות פארן רבש''ע איז א איש גשמי וואס טוהט דעם רצון ה', עס איז שמחת תורה אויף די גאנצע וועלט הן בשמי מעל און הן דא אויפן עולם השפל, די צדיקים קומען אבער זיך משתתף זיין און אונזער הקפות דא ווייל יותר יתרבה כבוד שמים ווען א בשר ודם מיט א יצר הרע איז מקיים מצוות ה', דער אייבערשטער זאל העלפן אונז זאל מיר זיין ווערד, און אין הימל זאל מען זיך נישט שעמען מיט אונזער עבודה.
דריטע תורה: אויפן חרוז *'
בראשית תורתך הקדומה'* דער רבי האט דערמאנט דעם זוהר הק' וואס אונזערע רבי'ס פלעגן נאכזאגן אז די אבות הקדושים קומען אראפ זיך פרייען בשמחת בניהם אונז גלייב מיר דער פעטער ז''ל און דער טאטע ז''ל געפינען זיך דא אין ביהמ''ד, זיי קומען אראפ און מיט זייערע תפילות זענען זיי מעורר רחמים פאר אידישע קינדער, בפרט פאר דעי וואס האבן זיך מסתופף געווען בצלם.
מען האט געענדיגט די הקדמה 3:20.
ביי די הקדמה זענען מכובד געווארן צו האלטן א ספר תורה די מרביצי תורה במוסדותינו הק', און ביי די פופטע הקפה אלע אייניקלעך פון רביה''ק בעל ברך משה זיע''א.
נאך די הקפות האט רבינו שליט''א פארגעזאגט שמע ישראל און כתר, פסוקי שמע ישראל ובעל קורא: הרה''ח ר' יודל ווערצבערגער הי''ו.
עליות. כהן: הרה"ח ר' חיים אלעזר פריעדמאן הי"ו (לאנדאן). לוי: הרה"ח ר' אברהם דוב לעווי הי"ו (ב"פ). שלישי: רבינו שליט"א. הגבה הפוכה: הרה"ג ר' יואל פריעדמאן שליט"א מו"ץ בקהלתינו מאנסי. גלילה: הרה"ח ר' מרדכי גימפל וויינגארטן הי"ו (מאנטרעאל). מען האט געענדיגט 5:30, דער רבי האט געוואונטשן גוט יו''ט פארן גאנצן ציבור.
רבינו שליט''א איז אהיים לביתו נאוה קודש און תיכף קידוש געמאכט, מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען: נכדו הרב דוד טייטלבוים שליט''א, ברהמ''ז: נכדו הב' יחזקאל שרגא טייטלבוים, בני הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א.
*יום שמחת תורה*
שמחת תורה צופרי ארום 12:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד.
פסוקי דזמרה און שחרית האט מען געדאווענט במהירות כנהוג, בעל תפילה: הרה''ג ר' יעקב מארקאוויטש שליט''א, וכרות האט דער רבי געזאגט פסוק בפסוק, ביי נשמת האט מען געזאגט בנוסח יו''ט ימים נוראים ושבת כנהוג. די כהנים האבן געדוכענט, מען האט געענדיגט ארום 1:20.
נאכן שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יצחק רובין הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. און דער רבי איז ארויס אויף א קורצע הפסקה.
ארום 2:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו אתה הראית, מען האט געענדיגט די הקדמה 4:15.
רבינו שליט''א האט געזאגט 5 מאל תורה, דריי מאל ביי די הקדמה און פאר די פערטע און זעקסטע הקפה.
ערשטע תורה: אויפן חרוז *'
ידיד נפש'*, שכר מצוה בהאי עלמא ליכא, אבער אויף שמחה של מצוה צאלט מען יא שכר און מען ווערט ניצל מן החטא, דורך טאנצן בשמחת התורה איז מען זוכה צו זיין משומר מן החטא.
צווייטע תורה: אויפן חרוז פון *'
הגלה נא*', משכינו אחריך נרוצה איז די ר''ת בגי' סוכה דורך מצוות סוכה איז מען זוכה צו א קריאה של חובה אזוי איך ביום שמיני עצרת ושמחת תורה ווערט יעדע איד נתקרב צום אייבערשטען און מען ווערט ניצל פון יסורים חלילה.
דריטע תורה: אויפן חרוז *'
בראשית תורתך הקדומה'* עס איז דא ד' חילוקי כפרה אבער דורך מסירת נפש ווערט מען אויף אלעם נתכפר, א סוכה דורך דעם וואס מען גייט אריין מיט אלע רמ''ח איברים און שמחת תורה ווען מען טאנצט מיט די רמ''ח איברים איז עס א ענין פון מסירת נפש פארן הייליגען באשעפער און מיט דעם זכות גייט מען ארויס זכאי ביום הדין.
די תורה פאר די *
פערטע הקפה* - הקפה פון משה רבינו: ווילאנג מען איז אין גלות איז מען אין תפיסה ביים יצר הרע מען קען נישט שפירן די זיסקייט פון די תורה, אבער שמיני עצרת איז על שם העתיד, און אין עתיד וועט מען יא זוכה זיין צו פילן עריבות ומתיקות התורה, יעצט איז די צייט צו מתפלל זיין און מקבל זיין עוסק צו זיין בתורה חוק ולא יעבור.
די תורה פאר די *
זעקסטע הקפה* - הקפה פון יוסף הצדיק: וואס האט געזאגט וימאן מיט א שלשלת דריי מאל איך וויל נישט קעגן דעם טאנצט מען במשך דעם יו''ט דריי מאל די זעקסטע הקפה, יעדער זאל אויך זיך מקבל זיין א גדר וסייג א שמירה יתירה בעניני קדושה, וואס אין דעם איז תלוי די גאנצע יראת שמים ולימוד התורה, און מסיים געווען ברוב ברכות.
צווישן די הקפות האט מען געזונגען די פיוטים פונעם חרדים, בהתעוררות רב, כנהוג.
במשך די הקופות האט מען מכבד געווען די הונדערטער אנ''ש געסט, און ספעציעל פון אייראפע און מאנטרעאל.
ביי די זעקסטע הקפה האט רבינו שליט''א געמאכט די נענועים מיט די ספר תורה בהתרוממות ובדביקות כמנהג רבותינו הק', נאך די זיבעטע הקפה אויף די בימה בשעת'ן טאנצן דעם חרוז 'חזק מייחד כאחד' האט דער רבי איבערגענומען די אייגענע ספר תורה און ממשיך געווען די ריקודין ברוב חביבות והתרוממות בשמחה עילאה.
ביים ענדיגן ארום 6:30 האט דער רבי געזאגט די אלע תפילות און פארגעזאגט לדוד מזמור פסוק בפסוק.
ביים ליינען האבן עולה געווען די משמשים בקודש. כהן: הרה''ח ר' שמואל הכהן פר"מ הי''ו, לוי: הרה''ח ר' יודל ווצב"ג הי''ו, שלישי: הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו, רביעי: הרה''ח ר' חיים שלמה פישער הי''ו, חמישי: רבינו שליט"א.
דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי, און נאך א קורצע צייט אריינגעקומען בחדרי הפאליש צום ליינען, בעל קורא: הרה''ח ר' יודל ווצב"ג הי''ו.
מען האט געליינט און געדאווענט די תפילות מיט א אומגעהויערע שנעלקייט מפני קוצר הזמן.
משמש הרה''ח ר' יואל קויפמאן הי''ו האט פארגעזאגט די רשות חתן תורה, און רבינו שליט''א האט עולה געווען, הגבה אויפן ערשטן ספר: הרה''ח ר' משה אהרן שטיינבערג, גלילה: הב' המשב''ק חנני' יו''ט ליפא דייטש ני''ו.
חתן בראשית: הרה''ח ר' אליעזר לעוו הי''ו (לאנדאן), מען האט אויסגעשפרייט א טלית ווי א חופה, כנהוג.
הגבה אויפן צווייטן ספר: הרה''ח ר' יואל ווערטהיימער הי"ו, גלילה: הרה''ח ר' יואל ווידער הי''ו.
חתן מפטיר: הרה''ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי''ו.
הגבה אויפן דריטן ספר: הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו, גלילה: הרה''ח ר' שלמה זלמן שטיין הי''ו.
מוסף האט געדאווענט פארן עמוד הרה''ח ר' אברהם משה לעבאוויטש הי''ו, מען האט פרייליך געמאכט כנהוג. מנחה האט דער רבי געדאווענט בחדרו הפרטי מיט א ענגע מנין כי עוד מעט ופנה יום, בעל תפילה: הרה''ח ר' שלמה זלמן שטיין הי''ו. מען האט געענדיגט 7:30.
רבינו שליט''א האט תיכף קידוש געמאכט בחדרו הפרטי און זיך געוואשן צו די סעודת יו''ט און בוצע געווען אויף לענגלעכע חלה געבאקן מיט ראזינקעס כנהוג, און אהיים לביתו נאוה קודש.
*שלחן הטהור נעילת החג - מעמד ברכות הקודש*
ארום 9:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צום נעילת החג טיש, במעמד אלופי אלפי ישראל.
ביים אריינקומען איז דער רבי ארויס אין א פייערליכן טאנץ אויפן פלאץ א לענגערע צייט, און ממשיך געווען די סעודה, ביי די לחיים נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן א גוט געבענטשט יאר, מען האט אריינגעברענגט מאכלי יו''ט און קרויט.
מען האט געזונגען די ניגוני יו''ט, און ניגונים פונעם הייליגן קדושת לוי וואס די יומא דהילולא פאלט אויס א טאג נאך אסרו חג, פארגעזונגען דורך הרב ר' הערשל קאהן שליט''א, מען האט איבער געזינגען ההרוגה עליך, ונחשבת כצאן טבחה צוליב די שרעקליכע מצב בארה''ק.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען: הרב חיים מייזליש שליט''א בן הגה''צ אבד''ק מאנטרעאל שליט''א.
רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט ברוך המבדיל, און משמיע געווען דב"ק אויף א מייק.
די תורה האט דער רבי געזאגט אויפן פסוק 'ושמחת בכל הטוב' און געטייטשט אז די עבודה פון א איד איז צו שפירן די זיסקייט פון די תורה און דאס קען יעדער שפירן, און ארויסגעברענגט די הרגשים נאכן געהויבענער יו''ט וואס מען האט געפירט די הקפות עפ''י דרכו פון הגה''ק הייטב לב זיע''א וואס האט אונז אינזין ביי וחסידים ברנה יגילו, און געוואונטשן ברכות לרוב.
דערנאך האט דער רבי פארגעלערנט די גמרות בבלי וירושלמי אין מס' ברכות און געטייטשט שיינע רמזים וענינים משולב בסיפורי צדיקים.
נאכן טיש האט זיך רבינו שליט''א אויפגעשטעלט און געזאגט 3 מאל לשנה הבא בירושלים.
מעריב מוצאי יו''ט: ר' אהרן הערש וועבער הי''ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה און דערנאך ארויסגעקומען בחצר ביהמ"ד הגדול צום מעמד ברכות הקודש במעמד אלופי אלפי ישראל לכל העם הנאספים סיי פאר די עזרת ישראל און סיי פאר די עזרת נשים.
בפקודת הקודש איז נישט געווען קיין מוזיק לאור המצב הקשה בארה''ק.
מען האט געזינגען נגוני יו''ט, דער רבי האט געוואונטשן די ברכות הקודש און מחזק געווען אלע קבלות טובות וואס מען האט זיך מקבל געווען במשך יו''ט, און געזאגט הדרכה לכל העם הנאספים הגדול לפי גדלו והקטן לפי קטנו, און דערמאנט די אנגעצויגענע מצב אין ארה''ק, וירב בבת יהודה תעניה ועניה, און דערמאנט וואס ליגט אים נאך אין זכרון די אסיפה ביי רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א חוה"מ סוכות תשל"ד נאך די יום כיפור מלחמה בארה"ק, ווי דער רבי האט זיך באטייליגט צוזאמען מיט מר אביו רביה''ק הברך משה זצ"ל, און געוואונטשן ברכת קדשו 'שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו ובכל מקום', מען האט ממשיך געווען מיט עטליכע ניגונים, מען האט געענדיגט ארום 12:05, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
נאכן מעמד זענען אריין בקודש פנימה בביתו נאוה קודש אנ"ש תושבי בני ברק און ירושלים ווי דער רבי האט פארטיילט עפל שיריים פון די סוכה לשמירה ולהצלחה ולדרך צליחה
אויך האט דער רבי געזעגענט די הונדערטער געסט מעבר לים.
*יהי''ר מען זאל האבן געפועלט אלעס גוטס, און עס זאל מקיום ווערן ביי אונז וואס דער רבי האט געוואונטשן 'וחסידים ברנה יגולו' מען זאל זיך פרייען מיט שמחה א גאנץ יאר מיט אלע השפעות וישועות פאר יעדן איינעם, בביאת משיח צדקנו*
*אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלוקיו*

סאטמאר'ע נייעס
