דורך עטוואס » דינסטאג אוגוסט 18, 2026 2:25 pmגאלדבערג האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 18, 2026 12:36 am ווען מען עפנט א חתם סופר, א דברי מלכיאל, און מען קוקט די הלכה.
קען מען אביסל געבן צו פארשטיין די הבנה פון די רבני העיר פארוואס זיי באטראכטן עס אלץ א גענצליך באזונדערע שטאט
פארוואס בלומינגראוו קען און מעג זיין זעלבסטשטענדיג, און פארוואס דער אלטער צענטער קען נישט כופה זיין קיין בעלות.
אינעם חתם סופר שטייט קלאר אז ס'איז א שותפות פון יושר, נישט קיין כפיי' פון רוב
דער חתם סופר רעדט פון א מציאות פון "דארפישע אידן" וואס וואוינען ארום א שטאט
צו קענען מדמה זיין דעם חתם סופר צו אונזער פאל, און ארויסהאבן במה דברים אמורים דארף מען קודם פארשטיין דעם ריזיגן חילוק אין מציאות
בלומינגראוו הייסט היינט א "דארף"?
בלומינגראוו איז א שטאט פון הונדערטער משפחות, זיי קומען דען אריין קיין קרית יואל דריי טעג א יאר אויף ימים נוראים ווייל זיי האבן נישט קיין אייגענע שול?
פארקערט, בלומינגראוו איז פול מיט אייגענע בתי מדרשים, אייגענע מקוואות, אייגענע דיינים אייגענע חלוקה פאר יו''ט פאר עניי העיר
א "עיר ואם בישראל" פאר זיך אליין!
אבער אפילו אויב איינער וועט זיך עקשנ'ען אז בלומינגראוו האט א דין פון א "דארף",
קוק וואס דער הייליגער חתם סופר פסק'נט:
"די קהילה איז נישט קיין ביזנעס ואיש כל הישר בעיניו יעשה."
דער חתם סופר שרייט חי וקים, א שטאט קען נישט נוצן איר כח פון "מיר זענען דער רוב"
צו טשעפען די מינדערהייט פינעם דארף
דער חתם סופר מאכט א פונקטליכן חשבון, מ'רעכנט אראפ די קליינע שטייערן, מ'מעסט עס לויט יושר
דאס מיינט, אז די הנהגה אינעם גרויסן שטאט קען נישט פשוט באשליסן "עטס אלע באלאנגטס צו אונז און מיר וועלן אייך מאכן די פרייזן און די תקנות ווי אזוי מיר ווילן
ווייל אונז זעמיר די 'מאמע שטאט'
הלכה פאדערט יושר און פולע אנערקענונג מיט די איינוואוינער פון די נייע געגנט
מען טאר נישט טשעפן פרנסות:
די חתם סופר'ס שארפע ווערטער אז מ'טאר נישט ברענגען נייע מענטשן אדער פריווילעגיעס
וואס טשעפענען די פרנסה אדער וואוינונגען פון די לאקאלע
דאס איז א געוואלדיגער יסוד!
ווען בלומינגראוו בויט זיך אויף אלס אן אייגענער מוניציפאלער קערפערשאפט, מיט אייגענע געזעצן וואס שיצט די איינוואוינער און זייערע נכסים
קען נישט די שכנות'דיגע שטאט פרובירן ארויפצוצווינגען זאכן (ווי פאליטישע איינגעלעגנהייטן אדער טעקס רעגולאציעס)
וואס שטערט די וואוינונגען אדער די רעכטן פון די בלומינגראווער תושבים.
די דברי מלכיאל איז זייער קלאר צוברעכן א מוסד אדער בויען א נייעם כלי?
דער דברי מלכיאל ברענגט ארויס דעם יסוד פון "קלקול הרבים"
אז אויב א ציבור האט אינאיינעם אויפגענומען א שוחט אדער א רב, קען איין חלק נישט פלוצלינג זיך אפטיילן, ווייל דערמיט לאזן זיי איבער די אנדערע אין א מיינוס
דער שוחט וועט הונגערן, און די איבערגעבליבענע וועלן נישט קענען אליין דעקן די קאסטן.
יעצט לאמיר דאס צולייגן אויף אונזער שמועס,
איז דא א "קלקול הרבים" פאר קרית יואל?
קרית יואל איז א שטאט פון בלי עין הרע צענדליגע טויזנטער איינוואוינער
אויב די נייע שטאט בלומינגראוו שטעלט זיך אויף אירע אייגענע פיס מיט אן אייגענער קהילה,
רבנים און דיינים פאלט דען קרית יואל איין?
גייט דען עפעס א שוחט, אדער א מוסד אין קרית יואל צובראכן ווערן דערפון?
אבסאלוט נישט! די שטאט איז אדיר וחזק.
דער דברי מלכיאל'ס גאנצער איסור פון זיך אפטיילן איז געבויט אויף היזק פונעם ציבור דא איז נישטא קיין שום היזק; עס איז פשוט הרחבת גבולי הקדושה!
עס ווערט נאר א קאנקורענץ פון וואס טויזענטער אידן זענען נהנה
קיינער האט זיך נישט משעבד געווען: ווען אידן קויפן א דירה און מופן ארויס פון קרית יואל קיין בלומינגראוו,
איז עס דאך מיטן חשבון אז זיי בויען א נייע שטאט. זיי זענען א נייע ענטיטי
עס איז נישט א חלק פון די תושבי קרית יואל וואס מאכן פלוצלינג א מרידה אינמיטן שטאט
עס איז א גרופע מענטשן וואס זענען כדת וכדין ארויסגעגאנגען פונעם "גליל המשותף" כדי צו גרינדן א נייעם ישוב.
מען זעט מען איין קלארע זאך, די הלכה באשיצט דעם 'יושר' און היט אויס פון 'היזק'.
בלומינגראוו איז נישט קיין דארף וואס איז אנגעוויזן אויף די חסדים פון קרית יואל צו האבן ווי צו הערן שופר,
און דעריבער קען קרית יואל זיי נישט טעקסירן אדער קאנטראלירן אלס תלויים בהם
צווייטנס, בלומינגראוו'ס אויפבויען זיך ווי א זעלבסטשטענדיגע קהילה ברענגט נישט קיין שום פינאנציעלע חורבן פאר די מאמע-שטאט קרית יואל, וואס פארלאנגט אז מ'זאל עס אסר'ן.
אדרבה, דער חתם סופר ווארנט קלאר אז די שטארקע שטאט טאר נישט ניצן איר מאכט צו באעוולען און צונעמען די רעכטן פון די דארפישע
צו כופה זיין פאר די בלומינגראווער אז זיי זענען אייביג משועבד צו א פריערדיגן צענטער – אן פאקטישע סברות פון היזק –
דאס איז קעגן דעם הבנה פון יושר פונעם חתם סופר''
לכבוד אלע וואס האבן געוואלט און פרובירט און געפריידיגט אז דער שמועס זאל זיין לעגעטים תכלית און באדייטנד וויל איך דא קלארשטעלן!!
זינט נעכטן איז די לעצטע עטליכע בלעטער האט דער שמועס נישט געזען קיין פארשריט נאר:
1) סאיז געבליבן נעכטן קלאר אז צו צווישנשיידן פון א גליל צו בלומינגראוו דארף א מקור, און יעדער האט צו דעם מסכים געווען, און היינט איז נישט דערווייל געברענגט געווארן קיין מקור צו דעם (מהאט טאקע יא געברענגט עטליכע מקורות אין עפעס א נושא אבער נישט אין אונזער)!!
2)פיפציגער איז אריינגעקומען מיט א נייע און גאר שטארקע און מאכטפולע ארגומענט, בלומינגראוו איז ניטאמאל א יגליל נאר א הונדערט פראצענטיגע טייל פון קרית יואל זעלבסט! (ליתר ביאור עיין שם)
אלס אינצווישן איז נישט געווען רעלעוואנט צום פראגרעס פון דער שמועס, אלזא אויב איינער וויל עס פירן ווייטער זאל גיין ווייטער פון דא!!!
איך פארשטיי נישט פארוואס די לאזט דאס אויס
(איך פארשטיי יא)