נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

נייעס אין אונזער קווארטאל
אשר
פרישער באניצער
פאוסטס: 37
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2026 1:45 pm
Location: מאנרוי
x 21

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך אשר »

איך בין ניי דא, אבער נאכן דורכקוקן שנעל די טעמע דא וואונדער מיר פארוואס אין אלע צוויי הונדערט בלעטער דא זעה איך נישט בארירן די טעמע פארוואס טאקע דער רבי שליט"א האלט אז בלומינג גראוו איז זיין שטאט?
עס קען זיין אז אין הלכה איז דא אזא זאך אז גלילות פון א שטאט ווערט גערעכנט ווי די שטאט אליינס, אבער דא איז דאך באמת בלומינג גראוו א שטאט פאר זיך, סיי לעגאל און אפיציעל, סיי מצד די נאמען שבו, סיי מצד די גרויסקייט וואו עס שלינגט ממש איין קרית יואל, סיי מצד ווייל די מענטשן וואס האבן עס מייסד געווען האבן עס נישט מייסד געווען על מנת צו זיין א חלק פון קרית יואל, סיי מצד ווייל עס האט פירער וואס האבן בכלל נישט קיין שייכות מיט קרית יואל, סיי די וויליזש פירער סיי די רבני העיר, סיי מצד די תושבים וואס זענען נישט אויסען צו זיין אונטער די קרית יואל הנהגה, איז דא אזא זאך אז יעדע רב אדער הנהלת העיר קען אלינס באשליסן צו ארויפצווינגען אויף א מענצאפליטעט אז זיי זיי מוזן הייסן גלילות און זיי מוזן זיך אונטערווארפן בעל כרחם? ביטע מסביר זיין
יהושע עבד השם
פרישער באניצער
פאוסטס: 93
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 24, 2026 12:13 am
x 189

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך יהושע עבד השם »

אשר האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 16, 2026 9:25 am איך בין ניי דא, אבער נאכן דורכקוקן שנעל די טעמע דא וואונדער מיר פארוואס אין אלע צוויי הונדערט בלעטער דא זעה איך נישט בארירן די טעמע פארוואס טאקע דער רבי שליט"א האלט אז בלומינג גראוו איז זיין שטאט?
עס קען זיין אז אין הלכה איז דא אזא זאך אז גלילות פון א שטאט ווערט גערעכנט ווי די שטאט אליינס, אבער דא איז דאך באמת בלומינג גראוו א שטאט פאר זיך, סיי לעגאל און אפיציעל, סיי מצד די נאמען שבו, סיי מצד די גרויסקייט וואו עס שלינגט ממש איין קרית יואל, סיי מצד ווייל די מענטשן וואס האבן עס מייסד געווען האבן עס נישט מייסד געווען על מנת צו זיין א חלק פון קרית יואל, סיי מצד ווייל עס האט פירער וואס האבן בכלל נישט קיין שייכות מיט קרית יואל, סיי די וויליזש פירער סיי די רבני העיר, סיי מצד די תושבים וואס זענען נישט אויסען צו זיין אונטער די קרית יואל הנהגה, איז דא אזא זאך אז יעדע רב אדער הנהלת העיר קען אלינס באשליסן צו ארויפצווינגען אויף א מענצאפליטעט אז זיי זיי מוזן הייסן גלילות און זיי מוזן זיך אונטערווארפן בעל כרחם? ביטע מסביר זיין
מהר"א האלט אז וויבאלד עס איז געבויעט געווארן נאר וויבאלד מ'האט געהאט קרית יואל נעבן זיך, צו קענען נוצן די סערוויסעס גראסרי דאקטוירים וכו וכו, און נאך ביז היינט שיקן זיי אין די קרית יואל'ע חדרים איז עס א סניף פון קרית יואל
אשר
פרישער באניצער
פאוסטס: 37
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2026 1:45 pm
Location: מאנרוי
x 21

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך אשר »

איך זעה אז ער האלט אזוי, אזוי איז משמע פון אלע זיינע דרשות און פון די שמועסן וואס איך הער כסדר אויף קול סאטמאר פון ר' קארפיל שליט"א, אבער איך פארשטיי עס נישט, אזא הנחה דארף האבן ערנסטע דעקונג, למשל אויב גאנץ מאנסי נוצט רפואה העלט סענטער אדער אם בישראל אין סקווירא, קען סקווירא רבי שליט"א טענה'ן אז גאנץ מאנסי איז זיינע גלילות? אויב גאנץ מאנסי נוצט כתר וויליזש סערוויסעס קען וויזשניצער רבי שליט"א טענה'ן אז מאנסי איז זיינס? אדרבה עס דארף א מקור און א ביאור על פי תורה און די פוסקים וכו' אז א מענטש קען ארויפווארפן זיין שררה אויף א דערנעבענדיגע גרויסע שטאט וויבאלד זיי נוצן זיינע סערוויסעס.
די קושיא איז מיר נאך געווארן שטערקער ווען איך האב געזעהן די נייע עירוב מאפע וואס אונזער בית הוראה האט ארויסגעשיקט אויף די פאסט די וואך און איך זעה אז גאנץ וויליזש אוו קרית יואל איז ממש א ברעקל קעגן אלע געגנטער ארום ווי אידן וואוינען שוין דארט, איז פארוואס דארף מען טראכטן אז וויליזש אוו קרית יואל איז דער בעל הבית אויף דעם גאנצן אומגעגנט?
רעאליסטיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 393
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 20, 2025 10:35 am
x 676

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך רעאליסטיש »

אשר האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 16, 2026 9:25 am איך בין ניי דא, אבער נאכן דורכקוקן שנעל די טעמע דא וואונדער מיר פארוואס אין אלע צוויי הונדערט בלעטער דא זעה איך נישט בארירן די טעמע פארוואס טאקע דער רבי שליט"א האלט אז בלומינג גראוו איז זיין שטאט?
עס קען זיין אז אין הלכה איז דא אזא זאך אז גלילות פון א שטאט ווערט גערעכנט ווי די שטאט אליינס, אבער דא איז דאך באמת בלומינג גראוו א שטאט פאר זיך, סיי לעגאל און אפיציעל, סיי מצד די נאמען שבו, סיי מצד די גרויסקייט וואו עס שלינגט ממש איין קרית יואל, סיי מצד ווייל די מענטשן וואס האבן עס מייסד געווען האבן עס נישט מייסד געווען על מנת צו זיין א חלק פון קרית יואל, סיי מצד ווייל עס האט פירער וואס האבן בכלל נישט קיין שייכות מיט קרית יואל, סיי די וויליזש פירער סיי די רבני העיר, סיי מצד די תושבים וואס זענען נישט אויסען צו זיין אונטער די קרית יואל הנהגה, איז דא אזא זאך אז יעדע רב אדער הנהלת העיר קען אלינס באשליסן צו ארויפצווינגען אויף א מענצאפליטעט אז זיי זיי מוזן הייסן גלילות און זיי מוזן זיך אונטערווארפן בעל כרחם? ביטע מסביר זיין
@מנהלים ביטע פארמאכן דעם נייעם ניק, איינער וואס טוט דירעקט טשאלעדזשען א מנהיג ישראל פון די גרעסטע רבי'ס אינעם דור, עפענט א נייע ניק און הייבט אן מיט א פרישקייט אטאקירן, איז דאס לפי תקנות המקום?
אשר
פרישער באניצער
פאוסטס: 37
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2026 1:45 pm
Location: מאנרוי
x 21

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך אשר »

רעאליסטיש, ביטע מסביר זיין פארוואס די פילסט זיך אטאקירט ווען איך וויל פארשטיין דעם צוגאנג פון רבי'ן. יישר כח
בלומינגראווער איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 366
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 4:02 pm
x 434

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך בלומינגראווער איד »

גאלדבערג האט געשריבן: מוצש"ק אוגוסט 15, 2026 10:31 pm
גאלדבערג האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 14, 2026 3:53 pm ווער איז די rabbinical congress אין בלומינגראוו,
עס איז א היימישער קאנגרעס? וועלכע רבנים זיצן דארט?
זיי האבן ארויסגעלייגט א צעטל וועגן צעמענט טראקס וואס עסקני בלומינגראוו האבן פארשיקט
ווייל זיי האבן געארבעט ערש''ק נאך די ערלויבטע צייט
לכאורה די רבני העיר נאר מיט א לעגאלע לעדערהעד

רעאליסטיש האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 16, 2026 10:35 am
אשר האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 16, 2026 9:25 am איך בין ניי דא, אבער נאכן דורכקוקן שנעל די טעמע דא וואונדער מיר פארוואס אין אלע צוויי הונדערט בלעטער דא זעה איך נישט בארירן די טעמע פארוואס טאקע דער רבי שליט"א האלט אז בלומינג גראוו איז זיין שטאט?
עס קען זיין אז אין הלכה איז דא אזא זאך אז גלילות פון א שטאט ווערט גערעכנט ווי די שטאט אליינס, אבער דא איז דאך באמת בלומינג גראוו א שטאט פאר זיך, סיי לעגאל און אפיציעל, סיי מצד די נאמען שבו, סיי מצד די גרויסקייט וואו עס שלינגט ממש איין קרית יואל, סיי מצד ווייל די מענטשן וואס האבן עס מייסד געווען האבן עס נישט מייסד געווען על מנת צו זיין א חלק פון קרית יואל, סיי מצד ווייל עס האט פירער וואס האבן בכלל נישט קיין שייכות מיט קרית יואל, סיי די וויליזש פירער סיי די רבני העיר, סיי מצד די תושבים וואס זענען נישט אויסען צו זיין אונטער די קרית יואל הנהגה, איז דא אזא זאך אז יעדע רב אדער הנהלת העיר קען אלינס באשליסן צו ארויפצווינגען אויף א מענצאפליטעט אז זיי זיי מוזן הייסן גלילות און זיי מוזן זיך אונטערווארפן בעל כרחם? ביטע מסביר זיין
@מנהלים ביטע פארמאכן דעם נייעם ניק, איינער וואס טוט דירעקט טשאלעדזשען א מנהיג ישראל פון די גרעסטע רבי'ס אינעם דור, עפענט א נייע ניק און הייבט אן מיט א פרישקייט אטאקירן, איז דאס לפי תקנות המקום?
דאס איז דיין סעלושן? שגץ ארויס? ווען מען האט געטשעלנדזשד דא מהרי"י אויף אסאך זאכן האסטו אויך געהאט א פראבלעם דערמיט?

@אשר ליין דורך דעם גאנצן אשכול viewtopic.php?t=1492 און איך מיין אז דו וועסט קלארער ווערן אויף ביידע זייטן
אשר
פרישער באניצער
פאוסטס: 37
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2026 1:45 pm
Location: מאנרוי
x 21

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך אשר »

כ'האב שוין געבליקט, אבער זעהט אויס מען דארף גיין שטאטער.
איך גיי עס טון, אבער אויב איינער קען עס אראפלייגן אין געציילטע שורות וואס דער סך הכל איז וואלט איך הנאה געהאט. יישר כח
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 188
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 144

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך גאלדבערג »

בלומינגראווער איד האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 16, 2026 11:12 am
גאלדבערג האט געשריבן: מוצש"ק אוגוסט 15, 2026 10:31 pm
גאלדבערג האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 14, 2026 3:53 pm ווער איז די rabbinical congress אין בלומינגראוו,
עס איז א היימישער קאנגרעס? וועלכע רבנים זיצן דארט?
זיי האבן ארויסגעלייגט א צעטל וועגן צעמענט טראקס וואס עסקני בלומינגראוו האבן פארשיקט
ווייל זיי האבן געארבעט ערש''ק נאך די ערלויבטע צייט
לכאורה די רבני העיר נאר מיט א לעגאלע לעדערהעד
וואס טוט אויף א ליגעל לעדערהעד
עס געט א לעגאלע כח צו טוהן?
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 794
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1674

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך ווירקליך »

@אשר ליין ביטע דורך די אידטיש פרינציפן.

מיר טשעלענדזשן נישט קיין רבנים.
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
בלומינגראווער איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 366
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 4:02 pm
x 434

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך בלומינגראווער איד »

גאלדבערג האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 16, 2026 11:42 am
בלומינגראווער איד האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 16, 2026 11:12 am
גאלדבערג האט געשריבן: מוצש"ק אוגוסט 15, 2026 10:31 pm
זיי האבן ארויסגעלייגט א צעטל וועגן צעמענט טראקס וואס עסקני בלומינגראוו האבן פארשיקט
ווייל זיי האבן געארבעט ערש''ק נאך די ערלויבטע צייט
לכאורה די רבני העיר נאר מיט א לעגאלע לעדערהעד
וואס טוט אויף א ליגעל לעדערהעד
עס געט א לעגאלע כח צו טוהן?
שקיינאנונג
אשר
פרישער באניצער
פאוסטס: 37
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2026 1:45 pm
Location: מאנרוי
x 21

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך אשר »

יישר כח און אנטשולדיגט. סאו איך וויל איבערפרעגן מיין פראגע לויט די אראפגעשטעלטע פרינציפן, זשאסט צו פארשטיין, מיין שאלה איז א 'חפצא' שאלה און בכלל נישט קיין 'גברא' שאלה:
וויפיל מאל איך האב שוין גערעדט צו בלומינג גראוו איינוואוינער, יעצטיגע און פאנטענציאלע, כמעט אלע זענען ביי די מיינונג אז דער פרישער שטאט געהערט נישט צום שטאט קרית יואל, און קיינער גלויבט נישט אז די שווערע טויזענטער דירות וואס גייען דארט אויפגעבויט ווערן אין אלע ווינקלען האבן אזא פלאן צו זיין א חלק פון וויליזש אוו קרית יואל, יעצט אויב אין הלכה איז דא אזא זאך עס צו ארויפצווינגען פארשטיי איך, ווייל דעת תורה איז היפוך דעת בעל הבית און מען מוז זיך רעכענען מיט וואס די תורה זאגט, אבער דאס וויל איך טאקע פארשטיין, איז דא אזא רעכט צו באצווינגען על פ'י תורה אדער לעגאל די אלע אינוועסטארס/תושבים/ווילידזש פירער וכדומה אז זיי זענען מחוייב צו טוישן זייער פלאן?
למעשה וויפיל איך האב שוין שפאצירט אין דעם אשכול דנן מרישא לסיפא זעה איך אז עס איז יא דא אזא הנחה אז דער שטאט דארף ווען צו זיין א חלק פון די קרית יואל וויליזש, בעט איך ביטע מסביר זיין די דעת תורה, מיין טייערער ברודער פיל נישט אטאקירט, עס איז נישט מיר עס איז נישט דיר, עס איז א תורה'דיגע שאלה.
פערציג
ניי צום טיש
פאוסטס: 1
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 04, 2026 8:21 am

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך פערציג »

אשר האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 16, 2026 12:10 pm יישר כח און אנטשולדיגט. סאו איך וויל איבערפרעגן מיין פראגע לויט די אראפגעשטעלטע פרינציפן, זשאסט צו פארשטיין, מיין שאלה איז א 'חפצא' שאלה און בכלל נישט קיין 'גברא' שאלה:

ווי האסטו געהערט איין ווארט אז עס דארף ווערן א חלק פון קרית יואל ווילעדזש?
אשר
פרישער באניצער
פאוסטס: 37
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2026 1:45 pm
Location: מאנרוי
x 21

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך אשר »

אויב נישט קרית יואל וויליזש טא פארוואס טארן נישט אנדערע קהילות אהערקומען?
עטוואס
פרישער באניצער
פאוסטס: 20
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 07, 2026 9:18 pm
x 26

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך עטוואס »

אשר האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 16, 2026 12:10 pm יישר כח און אנטשולדיגט. סאו איך וויל איבערפרעגן מיין פראגע לויט די אראפגעשטעלטע פרינציפן, זשאסט צו פארשטיין, מיין שאלה איז א 'חפצא' שאלה און בכלל נישט קיין 'גברא' שאלה:
וויפיל מאל איך האב שוין גערעדט צו בלומינג גראוו איינוואוינער, יעצטיגע און פאנטענציאלע, כמעט אלע זענען ביי די מיינונג אז דער פרישער שטאט געהערט נישט צום שטאט קרית יואל, און קיינער גלויבט נישט אז די שווערע טויזענטער דירות וואס גייען דארט אויפגעבויט ווערן אין אלע ווינקלען האבן אזא פלאן צו זיין א חלק פון וויליזש אוו קרית יואל, יעצט אויב אין הלכה איז דא אזא זאך עס צו ארויפצווינגען פארשטיי איך, ווייל דעת תורה איז היפוך דעת בעל הבית און מען מוז זיך רעכענען מיט וואס די תורה זאגט, אבער דאס וויל איך טאקע פארשטיין, איז דא אזא רעכט צו באצווינגען על פ'י תורה אדער לעגאל די אלע אינוועסטארס/תושבים/ווילידזש פירער וכדומה אז זיי זענען מחוייב צו טוישן זייער פלאן?
למעשה וויפיל איך האב שוין שפאצירט אין דעם אשכול דנן מרישא לסיפא זעה איך אז עס איז יא דא אזא הנחה אז דער שטאט דארף ווען צו זיין א חלק פון די קרית יואל וויליזש, בעט איך ביטע מסביר זיין די דעת תורה, מיין טייערער ברודער פיל נישט אטאקירט, עס איז נישט מיר עס איז נישט דיר, עס איז א תורה'דיגע שאלה.
אביסעלע קלארקייט:
אין דיין שאלה ווערט נישט דערמאנט א סיבה מסביר צו זיין פארוואס זאל בלומינגראוו ווערן א עקסטערע שטאט פון קרית יואל אנדערש ווי שכונת עצי תמרים בשעתו אדער שכונת ויאול משה בזמנינו חוץ פון דעם אז דארט זענען פארהאן א גרעסער קאנצעטראציע פון איינוואוינער (נישט באשטעטיגט), וואס ווילן ליבערשט זיך נישט אינטערווארפן אינטערן מרא דאתרא, אלע אויבדעמאנטע זענען פרישע שכונות וואס דעוועלפן זיך ארום צענטעראלע קרית יואל און אלע זענען הונדערט פראצענטיג אפהענגיק אין צענטער קרית יואל, א פאקט וואס מקען נישט לייקענען!
אין הלכה איז נישטא קיין שום צד אז גלילות פון א שטאט איז א באזונדערע מינוצופאליטעיט, קוק אויף יעדע לעדערהעד פון עני רב אינדערהיים, וועט שטיין רב דמקום פלוני והגלילות אין ארשיווע און קראלי און סאטמאר און ווי נישט, סא האסטו געפונען ערגעץ אין הלכה אז אויב "פלאנט מען" צו אויפבויען אבאנטש דירות אויף איין זייט פון א שטאט קען מען זיך אפרייסן פון די שטאט?
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3914
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 13337

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

אשר האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 16, 2026 12:45 pm אויב נישט קרית יואל וויליזש טא פארוואס טארן נישט אנדערע קהילות אהערקומען?
דער רבי האט שוין עטליכע מאל ערקלערט, אז אלע געגנטער בגלילות קרית יואל זענען טייל פונעם שטאט קרית יואל, ווייל דער שטאט קרית יואל איז נישט געבינדן צו א ווילעדזש נאר צו א ישוב.

און מ'האט דאס שוין כמה פעמים אויסגעשמועסט אין דעם אשכול. ביטע, לאז.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 188
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 144

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך גאלדבערג »

עטוואס האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 16, 2026 4:46 pm
אשר האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 16, 2026 12:10 pm יישר כח און אנטשולדיגט. סאו איך וויל איבערפרעגן מיין פראגע לויט די אראפגעשטעלטע פרינציפן, זשאסט צו פארשטיין, מיין שאלה איז א 'חפצא' שאלה און בכלל נישט קיין 'גברא' שאלה:
וויפיל מאל איך האב שוין גערעדט צו בלומינג גראוו איינוואוינער, יעצטיגע און פאנטענציאלע, כמעט אלע זענען ביי די מיינונג אז דער פרישער שטאט געהערט נישט צום שטאט קרית יואל, און קיינער גלויבט נישט אז די שווערע טויזענטער דירות וואס גייען דארט אויפגעבויט ווערן אין אלע ווינקלען האבן אזא פלאן צו זיין א חלק פון וויליזש אוו קרית יואל, יעצט אויב אין הלכה איז דא אזא זאך עס צו ארויפצווינגען פארשטיי איך, ווייל דעת תורה איז היפוך דעת בעל הבית און מען מוז זיך רעכענען מיט וואס די תורה זאגט, אבער דאס וויל איך טאקע פארשטיין, איז דא אזא רעכט צו באצווינגען על פ'י תורה אדער לעגאל די אלע אינוועסטארס/תושבים/ווילידזש פירער וכדומה אז זיי זענען מחוייב צו טוישן זייער פלאן?
למעשה וויפיל איך האב שוין שפאצירט אין דעם אשכול דנן מרישא לסיפא זעה איך אז עס איז יא דא אזא הנחה אז דער שטאט דארף ווען צו זיין א חלק פון די קרית יואל וויליזש, בעט איך ביטע מסביר זיין די דעת תורה, מיין טייערער ברודער פיל נישט אטאקירט, עס איז נישט מיר עס איז נישט דיר, עס איז א תורה'דיגע שאלה.
אביסעלע קלארקייט:
אין דיין שאלה ווערט נישט דערמאנט א סיבה מסביר צו זיין פארוואס זאל בלומינגראוו ווערן א עקסטערע שטאט פון קרית יואל אנדערש ווי שכונת עצי תמרים בשעתו אדער שכונת ויאול משה בזמנינו חוץ פון דעם אז דארט זענען פארהאן א גרעסער קאנצעטראציע פון איינוואוינער (נישט באשטעטיגט), וואס ווילן ליבערשט זיך נישט אינטערווארפן אינטערן מרא דאתרא, אלע אויבדעמאנטע זענען פרישע שכונות וואס דעוועלפן זיך ארום צענטעראלע קרית יואל און אלע זענען הונדערט פראצענטיג אפהענגיק אין צענטער קרית יואל, א פאקט וואס מקען נישט לייקענען!
אין הלכה איז נישטא קיין שום צד אז גלילות פון א שטאט איז א באזונדערע מינוצופאליטעיט, קוק אויף יעדע לעדערהעד פון עני רב אינדערהיים, וועט שטיין רב דמקום פלוני והגלילות אין ארשיווע און קראלי און סאטמאר און ווי נישט, סא האסטו געפונען ערגעץ אין הלכה אז אויב "פלאנט מען" צו אויפבויען אבאנטש דירות אויף איין זייט פון א שטאט קען מען זיך אפרייסן פון די שטאט?
קודם איז גוט צו וויסן אז יעצט בשעת מ'טענהט זיך איבער די מציאות איז דא א אנגייענדע קאמפיין פון די קרית יואלע געגנטער און ארום
בלומינגראווע רבנים און פארטרעטער/עסקנים זענען דארט נישט מופיע
קוק: https://www.dryveup.com/vh/103

א. דער חילוק צווישן א "שכונה" און אן "עיר בפני עצמה"
דו גלייכסט צו בלומינגראוו צו די אמאליגע פראיעקטן ווי שכונת עצי תמרים אדער ויואל משה. אבער דא ליגט א טעות בהבנת המציאות
יענע געגנטער זענען לכתחילה געבויט געווארן אלס "הרחבת גבולי העיר" אין ממש דעם זעלבן יישוב די זעלבע שטאטס פירער משא"כ בלומינגראוו.
ווען מען פאלגט נאך די ריעל עסטעיט דינאמיקס און די מארקעטינג פראקטיקן פון בראקערס און מען קוקט וויאזוי די עצם קאמיוניטי וואוקס איז אויסגעשטעלט
זעט מען א בולט'דיגן פאקט, בלומינגראוו ווערט בכלל נישט פארקויפט אדער דעוועלאפט אלס נאך א 'געסל' אין קרית יואל
עס איז קלאר א "נייע דעסטינאציע", א פרישע און זעלבסטשטענדיגע שטאט מיט אן אנדערן מוניציפאלן אידענטיטעט און לעגאלע דינאמיק, עס איז נישט קיין סתם "פלאן צו בויען א באנטש דירות אויף איין זייט שטאט", נאר א ריזיגער, מאסיווער יישוב וואס פארמאגט דעם סטאטוס בפני עצמה.

ב. טענת "והגלילות" און היסטארישע פרעצעדענטן
דו ברענגסט א געוואלדיגע ראיה פון אלע אלטע בריוו און לעדערהעדס פון די אינדערהיים וואו עס שטייט ''ק"ק פלוני והגלילות". אבער דא ברויך מען מדייק זיין פונקטליך וואס דאס ווארט "גלילות" באדייט אין הלכה.
א גליל באצייכנט א קליין דארף, א פריפריע פון אפאר משפחות אדער קלענערע קהילות סמוך ונראה לעיר וואס זענען נישט בכח זיך אליין אויסצוהאלטן מוניציפאל אדער רוחני'דיג
(נישטא קיין לאקאלע דיינים, קיין אייגענער שוחט, א.א.וו.).
ווען א נייער מקום ווערט געבויט אויף א פארנעם פון טויזנטער דירות, און עס גרייט זיך צו האבן א באפעלקערונג וואס וועט מיט די יארן איבערשטייגן דעם עיר האם אליין
הערט עס אויף צו זיין א "גליל"
מ'טרעפט אז ווען א כפר נעבן א שטאט האט זיך צואוואקסן און באקומען צורת עיר, האבן זיי אויפגענומען אייגענע רבנים און זיך אפגעטיילט אלס א קהילה בפני עצמה.

ג. די אפהענגיקייט ביי אנהויב
דו טענה'סט אז זיי זענען הונדערט פראצענט אפהענגיג אין צענטער קרית יואל. אוודאי ביי די ערשטע פאזעס פון יעדע נייע שטאט דארף מען אנקומען צום עלטערן שכן. אבער הלכה'דיג פסק'נט מען נישט א 'שם עיר' לויט די זמנית'דיגע מציאות, נאר לויט די מהות און תכלית הפלאן.
די אינפראסטרוקטור וואס בויט זיך יעצט אין בלומינגראוו – אירע שולן, אירע מקוואות, און איר אפיציעלע אייגענע רעטונגס אפעראציעס צייגט עס אז דער "דעת קונים ובעלים" איז אויף אבסאלוטע זעלבסטשטענדיגקייט.

כללו של דבר: דאס וואס די בלומינגראווער תושבים זענען א עקסטערע שטאט, קומט נישט פון א רצון צו מאכן פאליטיק (א שאלת גברא),
נאר עס איז פשוט די ריאליטעט פון א שטאט וואס בויעט זיך יעצט פונדאסניי (א שאלת חפצא).
עטוואס
פרישער באניצער
פאוסטס: 20
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 07, 2026 9:18 pm
x 26

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך עטוואס »

איך מיין אז דיינע ארגומענטן שטעלן זיך אנגעבליך אהער אלס פאקטישע דינאמיקס אבער אין באשיינפערליכן זון זענען זיי בלויז ווערטער און מיינונגען וואס זענען אפן פאר דעבאטע.
דערפאר פעלט זיך אויס זאלסט נאכאמאל קלאר אהערשטעלן באזיץ צו דעם פאקט אז אינדערהיים האט א גליל זיך געקענט אפרייסן פון א מרא דאתרא דורכן פלאנען צו בויען טויזנטער הייזער,
א זאך וואס א דעת בעה"ב פארשטייט נישט, ווייל די געדאנק פון א מרא דאתרא איז מיטן ציל צו קענען הערשן אויף אלע רוחניותדיגע אנגעלעגנהייטן פון א שטאט עפעס וואס איז נישט מעגליך ווען נאך א גרויסע שטאט שטייט אים פארנט פון די אויגן ווייניגער פון א שיעור חימוץ, (איבערהויפט ווען די התייסדות פון די שטאט איז מיט דעם ציל פון ציברעכן די הנהגה פון די עקזעסטירנדע שטאט, אבער דאס איז שוין א צווייטע נקודה.)
ווידער דארפסטו קלאר מגדיר זיין וואס זענען די זאכן וואס אנטשיידן די חילוק פון א שכונה צו א זעלבסשטענדיגע שטאט?
אפשר א פייער דעפט.? פובליק סעיפטי?
אויב האסטו א מהלך, דארף עס קודם זיין פארשטענדליך און שטייציך דערנאך ברענגען הלכהדיגע מקורות צו דעם וואו דו האסט אנגעהויבן..
בלומינגראווער איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 366
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 4:02 pm
x 434

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך בלומינגראווער איד »

עטוואס האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 16, 2026 5:40 pm איך מיין אז דיינע ארגומענטן שטעלן זיך אנגעבליך אהער אלס פאקטישע דינאמיקס אבער אין באשיינפערליכן זון זענען זיי בלויז ווערטער און מיינונגען וואס זענען אפן פאר דעבאטע.

אויב דיין גאנצע ארגומענט אז עס איז איין שטאט איז לגבי צו מהר"א איז מרא דאתרא צו נישט האסטו דאך א גרויס פראצענט פון קרית יואל אליינס וואס האלט אז עס איז נישטא קיין מרא דאתרא היינט און לויט די שרייבער דא (נישט אז איך האלט אז עס איז אמת) האלטן אפילו חסידי מהרי"י און בנ"י אז בלומינג גראוו איז א חלק פון קרית יואל, ווערט שווער אלס וואס און למאי נפקא מיני?
קראכמאל
פרישער באניצער
פאוסטס: 70
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 28, 2025 10:54 pm
x 166

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך קראכמאל »

עטוואס האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 16, 2026 5:40 pm איך מיין אז דיינע ארגומענטן שטעלן זיך אנגעבליך אהער אלס פאקטישע דינאמיקס אבער אין באשיינפערליכן זון זענען זיי בלויז ווערטער און מיינונגען וואס זענען אפן פאר דעבאטע.
דערפאר פעלט זיך אויס זאלסט נאכאמאל קלאר אהערשטעלן באזיץ צו דעם פאקט אז אינדערהיים האט א גליל זיך געקענט אפרייסן פון א מרא דאתרא דורכן פלאנען צו בויען טויזנטער הייזער,
א זאך וואס א דעת בעה"ב פארשטייט נישט, ווייל די געדאנק פון א מרא דאתרא איז מיטן ציל צו קענען הערשן אויף אלע רוחניותדיגע אנגעלעגנהייטן פון א שטאט עפעס וואס איז נישט מעגליך ווען נאך א גרויסע שטאט שטייט אים פארנט פון די אויגן ווייניגער פון א שיעור חימוץ, (איבערהויפט ווען די התייסדות פון די שטאט איז מיט דעם ציל פון ציברעכן די הנהגה פון די עקזעסטירנדע שטאט, אבער דאס איז שוין א צווייטע נקודה.)
ווידער דארפסטו קלאר מגדיר זיין וואס זענען די זאכן וואס אנטשיידן די חילוק פון א שכונה צו א זעלבסשטענדיגע שטאט?
אפשר א פייער דעפט.? פובליק סעיפטי?
אויב האסטו א מהלך, דארף עס קודם זיין פארשטענדליך און שטייציך דערנאך ברענגען הלכהדיגע מקורות צו דעם וואו דו האסט אנגעהויבן..
אויב איז עס א באזונדערע שטאט, איז נישט קיין טענה אז עס איז צו נאנט "א שיעור חימוץ" צו אן אנדערע שטאט.

און וואס די ציל פון בויען די נייע שטאט, איז אויך נישט מעלה ומוריד. אויב דאס איז א באזונדערע שטאט, זענען זיי נישט משועבד בכלל צו די שכינות'דיגע שטאט.

די סוגיא פון "גלילות" איז אן אלטע, באופן כללי זענען די בני הגלילות נישט געווען פעאיג צו פירן אן אייגענע רוחניות'דיגע ווערטשאפט, האבן זיי געבעטן די גרויסע קהלה זאל זיי שיקן א שוחט איינמאל א וואך, א דיין זאל קומען מפעם לפעם פסק'נען שאלות, האבן די אויפזיכט אויף די מקוה (אויב האבן זיי געהאט אייגנס). אויטאמאטיש זענען זיי געווען נטפל צום גרויסן שטאט, און האבן געדארפט צאלן די קהלה שטייער וכדו' פאר די גרויסע שטאט. אבער ווי נאר עס איז געוואקסן גענוג צו קענען זיך אליינס אויסהאלטן, האבן זיי גענומען אן אייגענעם רב, און זיך געמאכט שבת פאר זיך.

בדרך כלל האט עס פאר די גרויסע שטאט נישט געשמעקט, די אינקאם פון די גלילות איז געווען באדייטענד, און עס האט געהאלפן די בוזשעט פון די גרויסע קהלה. קיין עקסטערע הוצאה איז עס נישט געווען. די שוחט וואס מ'האט געשיקט אין די גלילות איינמאל א וואך אדער צוויי, האט ממילא געלעבט אויף קהל'ס קאסע, ממילא האט די גרויסע קהלה נאר געהאט ריוח פון די גלילות, און האבן נישט געקוקט מיט א גוט אויג ווען די גלילות האבן זיך אפגעטיילט. אבער קיין הלכה'דיגע טענה האבן זיי נישט געקענט האבן.

בנידון דידן איז נאך ווייניגער די כח פון די גלילות ווי אמאל, ווייל אפילו די איינוואוינער אין די שטאט אליינס, איז נישט אזוי אנגעוואנדען אין די שטאטישע קהלה פאר די רוחניות'דיגע צרכים. אפילו דארטן וואו עס איז נאך דא אן עמטליכע קהלה מיט א מרא דאתרא, א שטייגער ווי לאנדאן, אנטווערפן, ירושלים, מאנטריאל, איז עס נאר א כח המאחד, צוזאמען צו האלטן די היימישע קהלות, אבער טראגט נישט דעם כאראקטער ווי אמאל. די מוסדות התורה זענען פריוואט, די שחיטה ווענדט זיך ווי א שטאט, סידור קידושין וכדו' איז נישט איבעראל נישט געבינדן צום שטאטס רב, ממילא איז די מציאות גאר אנדערש. א איד אין לאנדאן שפירט זיך נישט קיין סאך אנדערש ווי א איד אין וויליאמסבורג. די גאנצע כח הקהלה ומרא דאתרא איז גאנץ שוואך. אוודאי טראגט עס די תורה'דיגע רעספעקט אין דרך ארץ, אבער בכלל נישט ווי די אמאליגע קהלות אינדערהיים. דאס זעלבע אין קרית יואל, אן אריינגיין אין די אינערליכע רייבערייען, איז במציאות פארהאן עטליכע גרויסע מוסדות התורה, און לעצטנס עטליכע קליינע פריוואטע מוסדות, די שחיטה איז נישט בינדענד פאר אלע תושבי העיר ווי עס פלעגט זיין אין די אלטער היים, ועוד ועוד. ממילא אן אלגעמיינער תושב אין קרית יואל, איז נישט די זעלבע כאראקטער ווי א איד אמאל אין הוידא-נאנאש.

און די איבערגעפלאנצע קהלות אין אמעריקא, האבן די רבנים געארבעט אויסצושטעלן די קהלות אזויווי די שטאטישע קהלות אמאל, ד"ה אז א סאטמארע מעמבער זאל זיין אנגעוואנדען אין זיין קהלה מיט אלע רוחניות'דיגע צרכים, א פאפא מעמבער אין זיין קהלה, א צעהלימער מעמבער אין זיין קהלה, א וויענער איד אין זיין קהלה. עס האט מצליח געווען במקצת, אבער ווייט נישט ווי אמאל. אבער די שטאטישע קהלה פון אמאל, איז שוין כמעט א פארגאנגענהייט. [אפילו אין די אלטע היים, האט זיך עס אין די גאר גרויסע שטעט, ווי ווארשא וכדו', שוין זיך געוואקלט די גאנצע כח הקהלה והרבנות].

ויש עוד להאריך בזה, ואכ"מ
קיגעל
פרישער באניצער
פאוסטס: 36
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 15, 2026 9:58 pm
x 57

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך קיגעל »

סתם אינטערסאנט צי וויסען, ביים רבי ז"ל איז שוין אויף געווען דעי אלע הארבע דינים לגבי מרא דאתרא, למשל סידור קידושין וכדומה? און ווי אזוי איז געווען פין תש"מ ביז תשמ"ה?

אדער איז דאס נייע הלכות געבוירן געווארן סוף תש"מ יארן, און פארשטערקערט געווארן אנהייב תש"ס יארן?
בלומינגראווער איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 366
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 4:02 pm
x 434

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך בלומינגראווער איד »

קיגעל האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 16, 2026 8:43 pm סתם אינטערסאנט צי וויסען, ביים רבי ז"ל איז שוין אויף געווען דעי אלע הארבע דינים לגבי מרא דאתרא, למשל סידור קידושין וכדומה? און ווי אזוי איז געווען פין תש"מ ביז תשמ"ה?

אדער איז דאס נייע הלכות געבוירן געווארן סוף תש"מ יארן, און פארשטערקערט געווארן אנהייב תש"ס יארן?
איך גלויב נישט אז עס איז געווען אן עכטער נידון ביז די סידור קידושין מערכה, אוודאי איז געווען דער התנגדות צום ברך משה און מהר"א אבער איך בין נישט זיכער אזוי ווייט אלס "מרא דאתרא " ווי אלס "מנהיג הקהילה" און בנ"י זענען געווען מורדים
עטוואס
פרישער באניצער
פאוסטס: 20
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 07, 2026 9:18 pm
x 26

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך עטוואס »

קראכמאל האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 16, 2026 7:46 pm
עטוואס האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 16, 2026 5:40 pm איך מיין אז דיינע ארגומענטן שטעלן זיך אנגעבליך אהער אלס פאקטישע דינאמיקס אבער אין באשיינפערליכן זון זענען זיי בלויז ווערטער און מיינונגען וואס זענען אפן פאר דעבאטע.
דערפאר פעלט זיך אויס זאלסט נאכאמאל קלאר אהערשטעלן באזיץ צו דעם פאקט אז אינדערהיים האט א גליל זיך געקענט אפרייסן פון א מרא דאתרא דורכן פלאנען צו בויען טויזנטער הייזער,
א זאך וואס א דעת בעה"ב פארשטייט נישט, ווייל די געדאנק פון א מרא דאתרא איז מיטן ציל צו קענען הערשן אויף אלע רוחניותדיגע אנגעלעגנהייטן פון א שטאט עפעס וואס איז נישט מעגליך ווען נאך א גרויסע שטאט שטייט אים פארנט פון די אויגן ווייניגער פון א שיעור חימוץ, (איבערהויפט ווען די התייסדות פון די שטאט איז מיט דעם ציל פון ציברעכן די הנהגה פון די עקזעסטירנדע שטאט, אבער דאס איז שוין א צווייטע נקודה.)
ווידער דארפסטו קלאר מגדיר זיין וואס זענען די זאכן וואס אנטשיידן די חילוק פון א שכונה צו א זעלבסשטענדיגע שטאט?
אפשר א פייער דעפט.? פובליק סעיפטי?
אויב האסטו א מהלך, דארף עס קודם זיין פארשטענדליך און שטייציך דערנאך ברענגען הלכהדיגע מקורות צו דעם וואו דו האסט אנגעהויבן..
אויב איז עס א באזונדערע שטאט, איז נישט קיין טענה אז עס איז צו נאנט "א שיעור חימוץ" צו אן אנדערע שטאט.

און וואס די ציל פון בויען די נייע שטאט, איז אויך נישט מעלה ומוריד. אויב דאס איז א באזונדערע שטאט, זענען זיי נישט משועבד בכלל צו די שכינות'דיגע שטאט.

די סוגיא פון "גלילות" איז אן אלטע, באופן כללי זענען די בני הגלילות נישט געווען פעאיג צו פירן אן אייגענע רוחניות'דיגע ווערטשאפט, האבן זיי געבעטן די גרויסע קהלה זאל זיי שיקן א שוחט איינמאל א וואך, א דיין זאל קומען מפעם לפעם פסק'נען שאלות, האבן די אויפזיכט אויף די מקוה (אויב האבן זיי געהאט אייגנס). אויטאמאטיש זענען זיי געווען נטפל צום גרויסן שטאט, און האבן געדארפט צאלן די קהלה שטייער וכדו' פאר די גרויסע שטאט. אבער ווי נאר עס איז געוואקסן גענוג צו קענען זיך אליינס אויסהאלטן, האבן זיי גענומען אן אייגענעם רב, און זיך געמאכט שבת פאר זיך.

בדרך כלל האט עס פאר די גרויסע שטאט נישט געשמעקט, די אינקאם פון די גלילות איז געווען באדייטענד, און עס האט געהאלפן די בוזשעט פון די גרויסע קהלה. קיין עקסטערע הוצאה איז עס נישט געווען. די שוחט וואס מ'האט געשיקט אין די גלילות איינמאל א וואך אדער צוויי, האט ממילא געלעבט אויף קהל'ס קאסע, ממילא האט די גרויסע קהלה נאר געהאט ריוח פון די גלילות, און האבן נישט געקוקט מיט א גוט אויג ווען די גלילות האבן זיך אפגעטיילט. אבער קיין הלכה'דיגע טענה האבן זיי נישט געקענט האבן.

בנידון דידן איז נאך ווייניגער די כח פון די גלילות ווי אמאל, ווייל אפילו די איינוואוינער אין די שטאט אליינס, איז נישט אזוי אנגעוואנדען אין די שטאטישע קהלה פאר די רוחניות'דיגע צרכים. אפילו דארטן וואו עס איז נאך דא אן עמטליכע קהלה מיט א מרא דאתרא, א שטייגער ווי לאנדאן, אנטווערפן, ירושלים, מאנטריאל, איז עס נאר א כח המאחד, צוזאמען צו האלטן די היימישע קהלות, אבער טראגט נישט דעם כאראקטער ווי אמאל. די מוסדות התורה זענען פריוואט, די שחיטה ווענדט זיך ווי א שטאט, סידור קידושין וכדו' איז נישט איבעראל נישט געבינדן צום שטאטס רב, ממילא איז די מציאות גאר אנדערש. א איד אין לאנדאן שפירט זיך נישט קיין סאך אנדערש ווי א איד אין וויליאמסבורג. די גאנצע כח הקהלה ומרא דאתרא איז גאנץ שוואך. אוודאי טראגט עס די תורה'דיגע רעספעקט אין דרך ארץ, אבער בכלל נישט ווי די אמאליגע קהלות אינדערהיים. דאס זעלבע אין קרית יואל, אן אריינגיין אין די אינערליכע רייבערייען, איז במציאות פארהאן עטליכע גרויסע מוסדות התורה, און לעצטנס עטליכע קליינע פריוואטע מוסדות, די שחיטה איז נישט בינדענד פאר אלע תושבי העיר ווי עס פלעגט זיין אין די אלטער היים, ועוד ועוד. ממילא אן אלגעמיינער תושב אין קרית יואל, איז נישט די זעלבע כאראקטער ווי א איד אמאל אין הוידא-נאנאש.

און די איבערגעפלאנצע קהלות אין אמעריקא, האבן די רבנים געארבעט אויסצושטעלן די קהלות אזויווי די שטאטישע קהלות אמאל, ד"ה אז א סאטמארע מעמבער זאל זיין אנגעוואנדען אין זיין קהלה מיט אלע רוחניות'דיגע צרכים, א פאפא מעמבער אין זיין קהלה, א צעהלימער מעמבער אין זיין קהלה, א וויענער איד אין זיין קהלה. עס האט מצליח געווען במקצת, אבער ווייט נישט ווי אמאל. אבער די שטאטישע קהלה פון אמאל, איז שוין כמעט א פארגאנגענהייט. [אפילו אין די אלטע היים, האט זיך עס אין די גאר גרויסע שטעט, ווי ווארשא וכדו', שוין זיך געוואקלט די גאנצע כח הקהלה והרבנות].

ויש עוד להאריך בזה, ואכ"מ
וואו וואו וואו:
שטוינענד: אזא בהירות אין היסטאריע אזא קלארע לאגיק!
אזוי גרינג נעמען גאנץ שו"ע, סאמע יסודות הדת, זאכן וואס אין די גאונים און אין די פוסקים און אונזערע רביס באפאסן זיך מיט די מאקסימום סענסיטיווקייט און שארפסטע לשונות (ידוע דער בריוו פון רבין ז"ל אין די איגרות), די האקלסטע נושאים זענען ביי דיר קלאר כשמש בצהרים, אז דו געטרויעסט דיך מיט א זיכערקייט צו דערקלערן פסקים להלכה מיט אזא זיכערקייט :?: :!:
איך וויל נישט אנהייבן דא מיט קיין שארפע אויסטוישן אבער איך מיין דאס איז שוין אביסל אריבער די ליניע, דו פארציילסט דא פאקטן און ציפערן וואס נישט איך און איך גלייב נישט דו און אנדערע האבן אמאל געהערט פון א דעת תורה אדער סיי וולעכע מורה הוראה בישראל, דאס איז נישט קיין זאך וואס באלאנגט פאר היסטאריע און מעשה ביכער, דו רעדסט דא פון עיקרי הדת, איך הער אז דו האסט א שיינע סברא אבער פארוואס זאלסטו דאס ארויסברענגען אלס א קלארע און אנגענומענע און זעלבסט פארשטענדליכע מציאות?! חוץ פון דעם אז אונז גייען שוין נישט די זעלבע הוטן ווי אין הודו נאנאש האסטו דורכאויס דעם שמועס נאכנישט דערמאנט קיין שום מקור אדער רמז פון פריערדיגע אלס א מינדעסטע סמך צו דיינע ווערטער. ספאסט נישט און איז פשוט נישט עטיש.

און בנוגע דיין שיינע מהלך, קריג איך מיר עטוואס, איך זע נישט פארוואס זאל נישט כלל ישראל היינט אין אמעריקא געניסן פון א רבנישע אויטאריטעיט וואס איז פאראנטווארטליך אויף די רוחניתדיגע אנגעלענהייטן פונעם שטאט אזוי ווי אינדערהיים? פון וואו נעמסטו צו זאגן אזלעכע דברי דופי? לאנדאן, מאנטריאל, וויליאמסבורג, האט נישט קיין רבנישע אויטאריטעיט און קרית יואל איז נתייסד געווארן טאקע דערפאר צו זיין א אויטענטישע אידישע שטאט גענוי ווי אינדערהיים מיט א מרא דאתרא וואס שטייט בראש פון יעדע רוחניתדיגע הנהגה אין שטאט אנגעהויבן פון סידור קידושין און געעדיגט ביי יעדע גרויסע און קליינע פירצה, דאס האט דע רבי געוואלט נישט אזוי??? זאגסט פשוט אז כלל ישראל איז שוין אינטערגעגאנגען און ממעג שוין טון וואס מוויל, איך זע נישט פארוואס דו זאלסט בכלל אזוי זאגן? איך מיין זאלסט איבערליינען דיינע ווערטער עס וועט דיר פשוט נישט שטימען...
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 188
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 144

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך גאלדבערג »

ס'רירט נישט צו די עיקרי הדת דעי נושא,
און מ'איז נישט מזלזל אין א מרא דאתרא, אויף זיין פלאץ
כבוד התורה מיינט אז א רב איז א מלך אין זיין שטאט
ארויפצוצווינגען הנהגה אויף א נייע שטאט וואס איז עקסטער כדת וכדין, איז א בזיון התורה,
צו ניצן דעי שארפע לשונות אויף די סברא אז "כלל ישראל גייט אונטער", איז נישט הלכה'דיג און נישט ריכטיג
די טרוקענע מציאות איז :
בלומינגראוו איז א רשות בפני עצמה, און פונקט ווי יעדע נייע גרויסע שטאט בישראל, האט עס די רעכט ארויסצושטעלן אייגענע קהלישע סטרוקטורן אהן דארפן אוועקגעבן די שליסלעך פארן שכן
א דוגמא פינעם מציאות, ביים יעצטיגער קאמפיין ווי אידן געבן טויזענטערס צו אויפהאלטן די קרית יואל'ע עירוב https://www.dryveup.com/vh/103. איז נישט מופיע די ארטיגע עסקנים און רבנים פינעם שטאט בלומינגראוו
עטוואס
פרישער באניצער
פאוסטס: 20
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 07, 2026 9:18 pm
x 26

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך עטוואס »

גאלדבערג האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 17, 2026 12:04 am ס'רירט נישט צו די עיקרי הדת דעי נושא,
און מ'איז נישט מזלזל אין א מרא דאתרא, אויף זיין פלאץ
כבוד התורה מיינט אז א רב איז א מלך אין זיין שטאט
ארויפצוצווינגען הנהגה אויף א נייע שטאט וואס איז עקסטער כדת וכדין, איז א בזיון התורה,
צו ניצן דעי שארפע לשונות אויף די סברא אז "כלל ישראל גייט אונטער", איז נישט הלכה'דיג און נישט ריכטיג
די טרוקענע מציאות איז :
בלומינגראוו איז א רשות בפני עצמה, און פונקט ווי יעדע נייע גרויסע שטאט בישראל, האט עס די רעכט ארויסצושטעלן אייגענע קהלישע סטרוקטורן אהן דארפן אוועקגעבן די שליסלעך פארן שכן
א דוגמא פינעם מציאות, ביים יעצטיגער קאמפיין ווי אידן געבן טויזענטערס צו אויפהאלטן די קרית יואל'ע עירוב https://www.dryveup.com/vh/103. איז נישט מופיע די ארטיגע עסקנים און רבנים פינעם שטאט בלומינגראוו
די חורבן דא איז אז איך טעענע מיך מיט דריי אנדערע ניקס און יעדער פארטיידיגט זיך מיט יענעמס לאך, דערפאר לאמיר עס אויסקלארן!

אשר: האט געטעענט אז די אלע נייע דירות איז נישט אין פלאן צו ווערן א טייל פון די קרית יואל ווילעדזש טא דארף עס ווערן א עקסטערע שטאט, אויף דעם שטעלט זיך די שאלה וואס האט א ווילעדזש מיט א הלכהדיגע כח פון א מרא דאתרא!

דאן איז גאלדבערג געקומען מיט שטארקע חידושים אז אויב מפלאנט צו בויען טויזנטער נייע דירות בגלילות פון א צענטראלע שטאט און מוויל סזאל ווערן א עקסטערע שטאט דאן פארלירט עס די שם גליל און ווערט פארוואנדלט אין א באזונדערע שטאט, באהויפטנדיג אז פונקט אזוי איז געווען אינדערהיים! אויף דעם איז ווידער די שאלה צו ער האט א מקור און הלכה און אין היסטאריע אז אזוי פאסירט! און אויב יא וואס זענען די קלארע און גענויע תנאים און גדרים וואס אין דעם ווענדט זיך די אפהענגיקייט אין די צענטראלע שטאט? פייער דעפט.? פובליק סעפטי? א.א.וו.

דערנאך איז געקומען קראכמאל און ער האט שוין מבאר געווען מיט א אויסטערלישע בהירות די גענויע מציאות פון אמאליגע גלילות (מקור?), און אויף דעם ארויף דערקלערט זיין קלארע און אומצווייטדייטיגע פסק הלכה אז כהיום אין אמעריקא איז אינטערגעגאנגען די גאנצע הלכהדיגע כח פון א מרא דאתרא צוליב וואס מיר טראגן שוין נישט קיין הוטן ווי אין הודונאנאש, און מרא דאתרא איז בלויז געבליבן א פאליטישע באשטאנד פון דרך ארץ וכדו', אפ"ל!!! און דאס האט זיך באצויגן אפילו צו צענטער קרית יואל, און זאג נישט אז האסט עס נישט געזאגט ווייל קוק איבער דעם פריערדיגן מעסעדש וועסטו געפונען דארט די ווערטער קלאר און הויעך.

יעדער ווערט געבעטן צו פארטיידיגן זיינע אייגענע ווערטער און בראכטן מקורות צו זיינע הנחות אזוי ווי אשר האט אנגעהויבן דעם שמועס אז די גאנצע נושא איז קלאר א הלכהדיגע נושא און איך לייג צו אז סאיז א האקעלע און שארפע נושא!!!
שרייב פאוסט