גיוס בני ישיבות

נייעס אין אונזער קווארטאל
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 146
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 133

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך גאלדבערג »

זלמעלע האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 15, 2026 11:10 am שרול אייכלער (אגודיסטישע קאנדידאט פון בעלז) האט וידער גענומען אפאסטן אין די ממשלה, און "צובראכן" די "בוייקאט" פון די פרומע פארטייען אנטקעגן די ממשלה וועגן די גיוס. פארשטייט זיך אז גור און נאך לאכן פון עם, און אטקירט עם.

(יעצט ווער וואס קען נישט וויזוי איז געבויעט די רגירונג במדינת הציונים זאל ביטע נישט ליינען דעם פאוסט, ווייל ער וועט גאר נישט פארשטאנען).

און כ'פארשטעיי בכלל נישט די אטאקעס אנטקעגן אייכלער.

ממה נפשך:

די וואס האלטן יא פון די געפלאנטע חוק הגיוס - דארפן זיין צופרידן פון די ממשלה, ווייל אין די לעצטע חדשים מאכט די ראש ממשלה אלעס כדי זאל עס אריבער גיין: ער האט ארויס געווארפן די זיכערהייט מיניסטער (גאלאנט), ארויס געווארפן די הויפט פון זיכערהייט קאמיטעיי (עדעלשטיין), און בכלל ער שטופט שטארק די געזעץ, כאטש די העצע וואס ער כאפט פון אלע זייטן, פון די פרעסע, פון די לינקע, וכו' וכו'.

און די וואס האלטן נישט פון די געפלאנטע חק הגיוס - זיי זענען מודה אז די געזעץ איז בעסער ווי אום געזעץ, נאר זיי האלטן אז פרומע טאר'ן נישט מסכים זיין צו דעם וייל דאס הייסט הסכמה צו גיוס, אבער דאס אז די פרייע רעגירונג שטופט עס איז נישט קיין עוולה וייל דאך עס איז וויניג גיפערליך ווי די מצב איז יעצט כהיום הזה.

און בעסערע געזעץ קעמען דאך טאקע נישט אריבערפירן ווייל בג"ץ וועט עס פסל'נען אויף די מינוט.

במילא כ'פארשטיי נישט די טענה דא אנטקעגן די רעגירונג.

ביבי שר"י איז אגרויסע רשע - זיכער. אבער אזוי ווי די מעיאר פון תל אביב (חולדאי שר"י) און די מעיאר פון ניו יארק (מאמדאני יר"ה) זענען גרויסער רשעים, אבער אין גיוס בני הישיבות זיי זענען נישט שולדיג... אפילו ווען מ'ארעסטירט רח"ל בחורי ישיבות אין תל אביב אדער אין נתיבות - זענען די ארטיגע מעיאר'ס גאר נישט שולדיג... אינו ביכלתם כלל.. אזוי אויך ביבי, ווען בג"ץ פסל'ט די חוקי הגיוס און ער הייסט דיערקט פאר די מיליטער ארעסטירן בחורי הישיבות, איז ביבי האט נישט קיין וורט דערין.
אדרבא. בג"ץ מיט די מיס. מיארא שר"י האבן ממש יעצט געפרליך ברוגז אויף די ממשלה פארוואס זיי פאלגן עם נישט און לייגן נישט שטרופן אויף די בחורי הישיבות.
אז וואס וויל מען פון זיי?
חוץ - אויב ער קען אריבערפירן א נייע געזעץ פון דיחוי לבחורי הישיבות, און ער טו עס נישט, אבער לויט די וואס האלטן אז די נייע געזעץ איז נישט גוט - איז פארוואס קען נישט גאלדקנאפף צוריק צו די רעגירונג? כ'פארשטעיי טאקע נישט. זאל ער צוריק נעמען זיין פאזיצייע און העלפן וואס מ'קען צו די בחורי ישיבות און פרומע וועלט בכלל.

חוץ... אויב האט גור אאפמאך אונטערן טיש מיט די לינקע (ע"ע די "תרגיל המסריח" פון תשנ"ב וואס גור האט געשטופט...)... דעמאלט מאכט עס יא סענס...
בעלז שטיפט אפיציעל צו ווערן סופרים און אלע סארט מלאכות אינטערן מיליטערישן פליגל און נישט דארפן אנטון די קליידער פינעם מיליטער
עס איז נאך א טריק פינעם מדינה אריין צום חרדישן ציבור
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 146
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 133

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך גאלדבערג »

זלמעלע האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 03, 2026 2:30 pm באריכט פון די אלגמיינע פרעססע:

האדמו"ר מבעלזא והאדמו"ר מקרלין השתתפו בניסוח הכללים הדתיים שנכנסו לפקודות מטכ"ל כדי לשלב חרדים בצה"ל. שתי דמויות משמעותיות מאוד במיינסטרים החרדי שנטלו חלק בשיח מול צה"ל, שלחו נציגים מטעמם בפגישות ואישרו את סעיפי הפקודות. (יואלי ברים).
היינט איז עס שוין נישט שייך צו פארלייקענען דעם באריכט
ס'שוין ידוע לכל די בעלזע אפיציעלע מיטארבעט
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3871
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4801

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך אנדערער »

גאלדבערג האט געשריבן: דינסטאג יולי 28, 2026 10:12 am בעלז שטיפט אפיציעל צו ווערן סופרים און אלע סארט מלאכות אינטערן מיליטערישן פליגל
סופרים אונטער מיליטער?
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 146
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 133

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך גאלדבערג »

אנדערער האט געשריבן: דינסטאג יולי 28, 2026 4:07 pm
גאלדבערג האט געשריבן: דינסטאג יולי 28, 2026 10:12 am בעלז שטיפט אפיציעל צו ווערן סופרים און אלע סארט מלאכות אינטערן מיליטערישן פליגל
סופרים אונטער מיליטער?
יא
עס איז א מהלך פון אפיציעל העלפן די עולם מיט פרנסות און זיך לערנען א אומנות
סופרות איז אויכעט אינעם כלל עס ווערט גערעכנט פאר געדינט אין צה''ל אפילו מיט די ציווילע קליידונג
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3871
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4801

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך אנדערער »

גאלדבערג האט געשריבן: דינסטאג יולי 28, 2026 5:18 pm
אנדערער האט געשריבן: דינסטאג יולי 28, 2026 4:07 pm
גאלדבערג האט געשריבן: דינסטאג יולי 28, 2026 10:12 am בעלז שטיפט אפיציעל צו ווערן סופרים און אלע סארט מלאכות אינטערן מיליטערישן פליגל
סופרים אונטער מיליטער?
יא
עס איז א מהלך פון אפיציעל העלפן די עולם מיט פרנסות און זיך לערנען א אומנות
סופרות איז אויכעט אינעם כלל עס ווערט גערעכנט פאר געדינט אין צה''ל אפילו מיט די ציווילע קליידונג
פארוואס דארף די מיליטער סופרים?
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 146
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 133

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך גאלדבערג »

זיי דארפן יעדן
אז טויזענטער אידן וועלן גיין מיט תפילין און לייגן מזוזות פון זייערע סופרים איז עס א דערגרייכונג פאר זיי
אויב יעדער וואס זיכט א פאזיציע און א פאך זאל גיין דורך זיי האבן זיי אסאך דערגרייכט
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3871
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4801

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך אנדערער »

גאלדבערג האט געשריבן: דינסטאג יולי 28, 2026 10:38 pm זיי דארפן יעדן
אז טויזענטער אידן וועלן גיין מיט תפילין און לייגן מזוזות פון זייערע סופרים איז עס א דערגרייכונג פאר זיי
אויב יעדער וואס זיכט א פאזיציע און א פאך זאל גיין דורך זיי האבן זיי אסאך דערגרייכט
דאס אז זיי ווילן יעדן אריינכאפן אין שמעלץ טאפ זאגן זיי אליינס. אבער וואס שטעלן זיי צו פאר סופרים? צו שרייבן מזוזות צו לייגן אויף די כנסת אפיסעס?
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 146
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 133

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך גאלדבערג »

אנדערער האט געשריבן: דינסטאג יולי 28, 2026 10:42 pm
גאלדבערג האט געשריבן: דינסטאג יולי 28, 2026 10:38 pm זיי דארפן יעדן
אז טויזענטער אידן וועלן גיין מיט תפילין און לייגן מזוזות פון זייערע סופרים איז עס א דערגרייכונג פאר זיי
אויב יעדער וואס זיכט א פאזיציע און א פאך זאל גיין דורך זיי האבן זיי אסאך דערגרייכט
דאס אז זיי ווילן יעדן אריינכאפן אין שמעלץ טאפ זאגן זיי אליינס.

אבער וואס שטעלן זיי צו פאר סופרים? צו שרייבן מזוזות צו לייגן אויף די כנסת אפיסעס?
מען לערנט זיך די פאך
ביז דערווייַל האט די גרעסטע רעיט אין סוקסעס צווישן אלע אפטיילונגן וואס זענען געשטעלט צו קאנווינסען די מעינסטרים חרדישע אידן צו דינען אין מיליטער איז געווען די גרעסטע דורכברוך דורך דעי אפטיילונג זיי האבן שוין 500 חברה אריינגעריקט אינעם מיליטער אין א קורצע צייט
זיי ארבעטן מיט חכמה עס זאל ווערן א נארמאלע זאך צו דינען אין מיליטער
אוועיטער
יעקב דוד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 129
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 11:20 pm
x 449

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך יעקב דוד »

4000 חרדים האבן זיך מגייס געוועהן רח"ל, פאריאר איז עס געוועהן 2800.
עריק
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 311
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 3:28 pm
Location: ים ברעג
x 313

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך עריק »

יעקב דוד האט געשריבן: מיטוואך יולי 29, 2026 2:16 am 4000 חרדים האבן זיך מגייס געוועהן רח"ל, פאריאר איז עס געוועהן 2800.
טאקע א פראבלעים אבער דאס מעסט מען לויט % נישט לויט נומבערס לדעתי
בית יעקב
ניי צום טיש
פאוסטס: 14
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2025 3:43 pm
x 33

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך בית יעקב »

גאלדבערג האט געשריבן: דינסטאג יולי 28, 2026 10:19 am
זלמעלע האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 03, 2026 2:30 pm באריכט פון די אלגמיינע פרעססע:

האדמו"ר מבעלזא והאדמו"ר מקרלין השתתפו בניסוח הכללים הדתיים שנכנסו לפקודות מטכ"ל כדי לשלב חרדים בצה"ל. שתי דמויות משמעותיות מאוד במיינסטרים החרדי שנטלו חלק בשיח מול צה"ל, שלחו נציגים מטעמם בפגישות ואישרו את סעיפי הפקודות. (יואלי ברים).
היינט איז עס שוין נישט שייך צו פארלייקענען דעם באריכט
ס'שוין ידוע לכל די בעלזע אפיציעלע מיטארבעט
פארוואס איז היינט שוין נישט שייך?
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 146
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 133

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך גאלדבערג »

עס איז שוין מפורסם היינט
מילתא דגלויי לא משקרי
מ'קען נישט דעם שמש בצהרים מכחיש זיין
עומד על תלת
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 463
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 5:15 pm
Location: Ny
x 1076

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך עומד על תלת »

יעקב דוד האט געשריבן: מיטוואך יולי 29, 2026 2:16 am 4000 חרדים האבן זיך מגייס געוועהן רח"ל, פאריאר איז עס געוועהן 2800.
איך נעם נישט קיין צד,
אבער פאר נייגער די נומער‘ס קען מען רעכנען פאר יעדי גיוס?
תורה ויראה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 977
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 1878

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך תורה ויראה »

גאלדבערג האט געשריבן: פרייטאג יולי 24, 2026 6:20 pm קוקט אויס פינעם צייטונג די איד אז זיי מאכן היבש א גרויסער מצב מער ווי געווענליך פאר די גור'ע הפגנה
Screenshot 2026-08-02 150711.png
Screenshot 2026-08-02 150711.png (205.38 KiB) געזען געווארן 716 מאל
totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 483
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 1071

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך totty »

עומד על תלת האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 30, 2026 2:01 pm
יעקב דוד האט געשריבן: מיטוואך יולי 29, 2026 2:16 am 4000 חרדים האבן זיך מגייס געוועהן רח"ל, פאריאר איז עס געוועהן 2800.
איך נעם נישט קיין צד,
אבער פאר נייגער די נומער‘ס קען מען רעכנען פאר יעדי גיוס?
שטארק איבערגעטריבן אבער יעדע נפש איז א ווייטאג
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 146
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 133

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך גאלדבערג »

תורה ויראה האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 02, 2026 3:16 pm
גאלדבערג האט געשריבן: פרייטאג יולי 24, 2026 6:20 pm קוקט אויס פינעם צייטונג די איד אז זיי מאכן היבש א גרויסער מצב מער ווי געווענליך פאר די גור'ע הפגנה
Screenshot 2026-08-02 150711.png
אין אזא צייט ווען אנדערע אגודה אנהענגער גייען אזוי שארף לינקס איז א מוראדיגע חיזוק צו זעהן אזא גרויסע עדה ארויסקומען שרייען אין די גאסן
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 146
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 133

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך גאלדבערג »

גור הייבט אהן נעמען סטעפס


הנגיד ר' יואל לאנדא האט היינט ביי א באזוך ביי האדמו"ר מגור שליט"א פארגעשטעלט א פלאן אויפצושטעלן א ספעציעלן קרן, וואס זאל פירן דעם לעגאלן קאמף קעגן די סאנקציעס און ארעסטן פון ישיבה בחורים, און בכלל אנפירן דעם קאמף קעגן דעם גיוס פון בני ישיבות, אויך דורך אינטערנאציאנאלע מיטלען. לויטן פלאן, וועט יעדער ישיבה בחור קענען באקומען לעגאלע הילף פונעם קרן, ווען עס וועט זיך אויספעלן.

רבי יואל האט זיך אונטערגענומען צוזאמען מיט זיינע חברים, צו שטעלן א מיליאן דאלער לטובת דעם קרן.

גור.jpg
גור.jpg (75.1 KiB) געזען געווארן 568 מאל
בקי ביחוס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 148
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 6:29 pm
Location: אין באבל....
x 145

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך בקי ביחוס »

גאלדבערג האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 04, 2026 2:37 pm גור הייבט אהן נעמען סטעפס


הנגיד ר' יואל לאנדא האט היינט ביי א באזוך ביי האדמו"ר מגור שליט"א פארגעשטעלט א פלאן אויפצושטעלן א ספעציעלן קרן, וואס זאל פירן דעם לעגאלן קאמף קעגן די סאנקציעס און ארעסטן פון ישיבה בחורים, און בכלל אנפירן דעם קאמף קעגן דעם גיוס פון בני ישיבות, אויך דורך אינטערנאציאנאלע מיטלען. לויטן פלאן, וועט יעדער ישיבה בחור קענען באקומען לעגאלע הילף פונעם קרן, ווען עס וועט זיך אויספעלן.

רבי יואל האט זיך אונטערגענומען צוזאמען מיט זיינע חברים, צו שטעלן א מיליאן דאלער לטובת דעם קרן.


גור.jpg
אויב איינער קען ביטע מער מסביר'ן, וואס ס'איז שייך מער צו טון אויפן לעגאלן פראנט, וואס ווי עס שיינט קען מען נישט אנקומען צו ווייט מיט די יורידישע סיסטעם אין מדינת ישראל, ווי אויך וואס ער מיינט מיט "אינטערנאציאנאלע מיטלען".

אזוי צו אזוי, איז א מיליאן דאללער א געלעכטער אויב וויל מען מאכן די מערכה אויף די עקזיסטירנדע געזעצן, ווי איידער זיך שלאגן אויף יעדן אינדיווידעאל.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3166
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 10000

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

ברסלב
פיילס
Screenshot 2026-08-05 103839.png
Screenshot 2026-08-05 103839.png (128.82 KiB) געזען געווארן 493 מאל
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3166
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 10000

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

כ'האב נישט געהאט געהעריג אינטערנעט די לעצטערע טעג, לאמיר דא לייגן סחורה פון די לעצטערע טעג מהנעשה והנשמע אין די קארידארן פון מרכז עזרה ויעוץ.
צוביסלעך עמער ארויסלייגן בס"ד:

דערציילט א מציל:
כ'זיץ אגאנצן צייט אין מיין צימער מיט מענטשן אזוי אז איך האלט נישט אזוי מיט.
אבער היינט איז איז ארייגעקומען א אינגערמאן און האט נישט געקענט כאפן די אטעם פון התרגשות און האט געשיינט פאר גליק אויסרופנדיג "ער איז ארויס!!!"
איז מיר נתברר געווארן אז זיין זון וואס איז געזעצן אין 10 איז געווארן באפרייט נאכן בעטן א פארגיטיגונג אבער ס'קוקט אויס איז נישט געווארן אנגענומען זיין טאטע איז געווען היינט אין מירון און אינמיטן טאג אן קיין שום סיבה "ארויס פון דא" "וויבאלד דו ביזט נישט געווען קיין "טראבל מעיקער" און זיך שיין אויפגעפירט...
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3166
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 10000

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

דערציילט ר' נתן ראזענבלאט:
פיילס
נתן רוזנבלט.png
נתן רוזנבלט.png (447.29 KiB) געזען געווארן 371 מאל
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 146
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 133

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך גאלדבערג »

Wow
גאר שטארקע דיבורים פון האדמו''ר מ'סאטמאר
מ'וואלט שוין געדארפט אנהייבן מיט צוגרייטן ישיבות און אכסניות פאר די בחורים דעי פאר יאר וואס זיי גייען דורך די פראבלעמען
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3166
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 10000

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

דערציילט דער חשובער מציל אין עזרה ויעוץ אפיס אין צפת הרב אהרן פאפענהיים:

א חשובער אינגערמאן הרב ב. וואס איז געקומען צו מיר כמעט א יאר צוריק מיט א מעדיצינישן פראבלעם פאר וועלכער ער איז געווען זיכער אז ער וועט קענען באקומען א פטור, למעשה האט זיך עס נישט אויסגעארבעט, דעמאלס איז ער צוריקגעקומען צו אונז, ער האט געטון אלעס וואס אונז האבן אים אנגעוויזן, לדאבונינו האט ער נישט מצליח געווען דערמיט, אונז האבן אריינגעשיקט אלע זיינע דאקומענטן און פרובירט צו באשטעלן אן אפוינטמענט ביי א צווייטן דאקטאר, למעשה זענען כסדר אונטערגעקומען שוועריגקייטן און די זאך איז נישט מסודר.

היינט קומט ער אריין אין אפיס אינגאנצן מיואש פון זוכן פרישע דאקטוירים, זאג איך עם אז ער זאל זיך פארבינדן מיטן מיליטער און הערן וואס גייט פאר? וואס האט מען געטון מיט זיינע דאקומענטן? ביים אריינרופן האבן זיי גענטפערט אז ער האט שוין באקומען זיין פטור...

צער איז באשערט ווי לאנג עס זאל זיין...
============================================================\
היינט האבן מיר אויפגענומען א נציג פון קהילת מתמידים פון ירושלים כדאי זיך צו אויסצולערנען די מהלכים, דאס קומט נאך א דרשה וואס כ'האב געהאט די זכי' צו זאגן פאר אלע אברכי הקהילה אין טברי'.
==============================================
מען גרייט זיך מיט אנגסט צו די ימי הגיוס יז – יח, כו -כז-כח אלול און מען דארף גרויס רחמי שמים אז מען זאל עס אדורכשוויצן אן קיין פראבלעמען, מען קען נוצן אסאך תפילה אז מען זאל עס אריבערגיין דאס רואיגסטע וואס מעגליך.
פיילס
IMG-20260810-WA0064.jpg
IMG-20260810-WA0064.jpg (146.72 KiB) געזען געווארן 246 מאל
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3166
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 10000

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

אן 21 יעריגער בחור וועלכער איז גערופן געווארן פאר אויספארשונגען בשייכות א קעיס וועגן שפיאנאזש פאר איראן, ווען מען האט גענדיגט מיט אים, האט אים א פאליציי מאן געטראגן צו א פאליציי סטאנציע וואו עס האבן אים אפגעווארט די מיליטערישע פאליציי וועלכע האבן אים ארעסטירט אלס אן עריק פון מיליטער.

דער בחור איז פאר'משפט געווארן פאר 20 טאג תפיסה, און דער באקאנטער עזרה ויעוץ לויער הרב מנחם שטאובער איז שוין אריינגעמישט אין דעם קעיס.
שרייב פאוסט