דער רבי האט אינז אויסגעלערנט צו געבן און געבן, נישט קוקן ווער ס'בעט. סאטמארע תלמידים זייט אייך משתתף בעין יפהצי מיינע טייערע ברידער דא אלע
איך בין נישט קיין שרייבער,און נישט קיין פראפעשענאל פאדרעיזער איך בין סתם א איד ווי ענק אלע
איך האב קיינמאל געטראכט איך וועל דארפן ציקימען צי מענטשן דא אויף אייוועלט, אבער א מענטש טראכט און גאט לאכט.
שוין חתונה געהאט צים גוטן כך וכך יאר, מיין ווייב האט געהאט א אוועקגעשטעלטע פרנסה פון וואס אינז האבן זיך געקענט דעקן מיט א רוהיגקייט
אביסל מער פון א יאר צוריק איז זי באפאלן געווארן מיט געוויסע ווייטאגן מען האט גענומען אביסל טיילענאל
און געגאנגען ווייטער
נאך א 2 וואכן זעהנדיג אז עס גייט נישט אוועק איז מען געגאנגען צי א רעגולער דאקטאר ער האט פארשריבן עפעס און שוין,
עטליכע טעג שפעטער האבן זיך זאכן אנגעהויבן פאר ערגערן זי האט אנגעהויבן האבן שטארקע קאפ שמערצן
זי האט פראבירט צי אנהאלטן איר ארבעט כדי אינז זאלן זיך קענען דעקן מיט א רוהיגקייט, איך האב דעמאלטס געגאנגען זיכן א ארבעט וואס איז נישט געווען גרינג צי טרעפן,
אזויווי איך בין נישט קיין שרייבער,העמיר עס פראבירן מאכן קורצער
די ווייטאג אירע איז געווארן שטערקער און שטערקער זי האט געשלינגן עדוויל/טיילענאל יעדע 6 שעה
גאנצעטע באטלעך זענען שוין אויסגעגאנגען (עס איז אזוי נישט געזינט פאר די לעבער)
מען האט אנגעהויבן גיין צי איין דאקטאר נאכן צווייטן געריפן רפואה העלפליין, חיים מעדיקל, און אנדערע רפואה ארגענעזעשנס פאר הילף
זי האט מער נישט געקענט ארבעטן, און פארלאזט איר ארבעט
אינז האבן נאך געהאט אביסל אוועקגעלייגט געלט און אויך האט איך געארבעט אבער צוביסלעך איז עס געווארן שווערער און שווערער
איר נישט ארבעטן האט אנגעהויבן אפעקטן איר גייסט
און זי איז געווארן מער און מער ציקוועטשט און זיך,
זי האט פראבירט צי ארבעטן פון דערהיים
אבער עס איז שוין נישט אזוי געגאנגען
די געזינט חלק אירע איז געווארן גאר שווער, און עס האט אנגעהויבן אפעקטן וויכטיגע זאכן וואס א מענטש האט צי קענען אנגיין מיט א שמייכל
זי האט אויפגעהערט צי קענען גיין צי משפחות ציזאמקום'ס
גיין שפאצירן, מאכן עקסערסייז, פארברענגען אויפן טעלעפאון
עס אפעקטירט איר גאר גאר שווער איר גייסט !!!!
טראכטס אריין מיינע ליבע ברידער, שטעלט ענק פאר וויאזוי עס שפירט ווען פון איין וואך צים צווייטן ווערן ענק שוואכער און שוואכער
עטץ קענסט מער נישט גיין און שול לערנען מיט א חברותה, טרינקן א קאווע כאפן א גוטע שאוער
עטץ קענטס מער נישט שמועסן מיט חברים
גיין אין גראסערי
גיין צי דער ארבעט, האבן וואס צי טון, זיך שפירן פארפילט פון זיין א נארמאלע מענטש, וואס ארבעט און מאכט געלט, און טוט עפעס אויף מיט זיין לעבן, און מיט זיין טאג,
יעצט אוודאי מיין ווייב פלעגט נישט לערנען
אבער נאך 8 יאר ארבעטן יעדן טאג פול טיים,
איז זי אנגעקומען צי א פלאץ ווי זי קען עס מער נישט יעצט טון
און זי קען בכלל נישט געהעריג אנגיין ווי א יעדע נארמאלע אידישע פרוי.
פלאס עס איז ממש נישט דא קיין געלט פאר די וויכטיגסטע זאכן און לעבן , און עס לייגט אסאך דרוק אויף אינז ביידע
איך האב א ארבעט ברוך השם פאר דעם, וואס איך דארף טרעוולן מיט א קאר, באסעס פארן נישט און יענע פלאץ
יא איך מאך געלט אבער איך בין נאך א בעגינער און איך מאך נאכנישט די געלט וואס מען דארף האבן צי לעבן איך בין שוין שילדיג 2 חדשים מיין קאר, אויב זיי שלעפן עס אוועק בלייב איך אן א וועג צי קענען גיין צי די ארבעט
איך בין שוין שילדיג 5 חדשים רענט,
געלויבט דער אייבערשטער אז מיין לענדלארד איז א פארשטענדליכער, ער לייגט נישט קיין פרעשור
אבער למעשה דארף איך אים באצאלן איך וואוין און זיין הויז.
מיין ווייב דארף האבן נייע קליידער און איך האב פאר ריעל נישט קיין געלט איר צי געבן,
מיין הארץ גייט אויס פאר איר, איך וויין פאר איר
נישט געניג וואס זי האט אזויפיל יסורים פיזיש און גייסטיש, קען זי זיך נישט פארגונען א נייע פאר שיך
נייע קלייד, נייע זאכן, זי זאל שפירן זי איז כאטש א מענטש !!!
איך דארף כסדר פארן צי אפויטמענטס, און ניין איך קען כמעט קיינמאל נישט גיין מיט גמ"ח הצלה, יא זיי זענען זייער גוט
אבער אין אינזער סיטואציע איז עס גאר שווער פאר איר צי פארן, ממילא דארף זי איך זאל איר טראגן
עס קאסט אסאך געז און טאל, און פארקינג (נעבן שפיטאל)
עס קאסט אסאך מיט דעם וואס איך קען נישט געהעריג ארבעטן
זי קען נישט יעצט ארבעטן, הגם זי מיז בכלל נישט, א אידישע פרוי באלאנגט אינדערהיים אבער, זי קען נישט זיצן אינדערהיים און וויל ארבעטן, וועל איך איר גערן לאזן
איך ווייס עס איז געשריבן צימישט
ווען איך האב געעפענט מיין אשכול האב איך בכלל נישט געזיכט צי בעטן געלט איך האב נאר געוואלט ארויסגעברענגן מיינע געפילן
אבער א חשובע ניק האט אליינס פארשטאנען אז מסתמא בין איך ליידיג פון געלט און זיך אנגעטראגן מיט זיין גוט הארץ צי העלפן
איך בעט ענק מיינע ליבע ברידער העלפט מיך ארויס
רענט 5 חדשים
קאר 2 חדשים
O&r
טעלעפאון
און נאך זאכן וואס איך געדענק נישט יעצט אויף די מינוט
מיין טאטע און שווער און משפחה בכלל האבן נישט קיין געלט,
איך בין שוין געגאנגען נאך געלט ביי די הייזער עטליכע וואכן צוריק, כמעט גארנישט אריינגעקומען
איך בין שוין שילדיג אריבער 10 אלפים, און איך ווייס נישט ווי לאנג נאך עס וועט זיך ציען.
אויך נאך אזאך וואס איך דארף האבן עקסטער 12000
וואס אינזער אינשורענס קאווערט נישט
קען זיין מיט א צווייטע אינשורענס וואלט עס געווען גרינגער איך האב אבער נישט קיין כח צי קאלן און אריםטוישן , איך בין געניג ביזי יעצט איך ווייס אפילו נישט וועלכע איז יא גוט
און אידערוועי צאלן זיי קיינמאל נישט די גאנצע
ביזדערווייל דארף אבער האבן געלט פאר יענע זאך פאר מיין ווייב
יעדן טאג איך שטיפ עס אפ איז עס נאך מער ווייטאג
צי זיין אמת'דיג איך רעדט זיך נישט איין עס וועט אריינקומען אפילו נאנט צי די געלט וואס איך דארף האבן, נישט ווייל דער עולם וויל נישט געבן נאר ווייל ליידער איז דא נאך מענטשן וועם צי העלפן
אבער וויפיל עס וועט אריינקומען הכל ריווח
און די איבעריגע וועט דער אייבערשטער העלפן אויף אנדערע וועגן
האטס א חלק איך זאל האבן ציריק א פרייליכע געזינטע ווייב
ברוך השם אז פרייטאג זעמער געווען ביי א גרויסע דאקטאר ער האט קלארגעשטעלט אז עס איז נישט עפעס א שווערע מחלה וואס אינז האבן מורא געהאט עס איז
אבער נאכאלץ ווייסט מען נישט וואס עס איז יא און מען דארף ווייטער מאכן בלוט טעסטס און MRI
גלייבט מיר עס איז בכלל נישט געשמאק צי זיין פון די נעמערס און מיטן באשעפער'ס הילף וועל איך נאך זיין פון די וואס געבן, אבער יעצט איז זיין רצון צי זיין א נעמער
איז בעט איך ענק אלע ווער עס קען, העלפט מיך צי טון זיין רצון.
און איך וויל זאגן א גרויסע דאנק פאר אלע וואס האבן שוין געגעבן ביז יעצט און פאר אלע וואס ווילן נאך געבן
און איך ווינטש ענק אן מיט מיין גאנצע הארץ און נשמה עטס זאלסט קיינמאל דארפן ציקימען צי אנדערע
און קיינמאל דורכגיין די אלע פיזישע און גייסטישע ווייטאג,
https://abcharity.org/campaign.php?id=8150