נייעס און פעולות פון 'נטרונא'

נייעס אין אונזער קווארטאל
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 265
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 260

Re: נייעס און פעולות פון 'נטרונא'

פאוסט דורך גאלדבערג »

אוטובאס האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 02, 2026 4:24 pm unnamed (4).png



לאמיר קודם אנהייבן מיט די פאקטישע נייעס און וואס עס האט זיך אפגעשפילט אין די לעצטע טעג אין די "נטרונא" אפיסעס. עס זענען געווען שטורמישע טעג, און דערנאך וועלן מיר צוקומען צו א שטיקל אפהאנדלונג בעז"ה. די נייעס קאכט זיך שוין א קורצע צייט אין די הויפט העדליינס, אז מאמדאני האט זיך געלאזט הערן אז ער קוקט איבער מיט זיין ליגעל טיעם די מעגליכקייט צו ארעסטירן ביבי נתניהו פארן באגיין גענאציד און מאסן מארד אויף די פאלעסטינער באפעלקערונג, אזוי ווי עס איז אנגענומען געווארן אין דעם "העיג" אינטערנאציאנאלן געריכט.

פארשטענדליך אז אזא נייעס דארף גלייך אדרעסירט ווערן דורך "נטרונא", כדי דער כעס זאל נישט פאלן אויף די אמעריקאנער אידן. די מידיא עקספערטן פון נטרונא זענען אויפגעקומען מיט א געניאלע המצאה צו זיין אן "אפארטוניסט" און זיך ארויפכאפן טאקע אויף די נייעס, שרייבנדיג מיט א "סענס אוף הומאר" אז מען דארף ארעסטירן ביבי פאר אן אנדערן טעם: פארן פעלטשן דעם נאמען "ישראל" און רעדן אין זייער נאמען, וואס דאס גורם געפערליכע אנטיסעמיטיזם קעגן אידן. מיט דעם וועלן מיר פארדינען דאפעלט: איינס, אז דער כעס וועט נישט זיין קעגן אידן בכלליות נאר עס וועט בלייבן אויף ביבי; און צווייטנס, וויבאלד מען וועט שרייבן הומאריסטיש אז מען דארף ארעסטירן ביבי, וועט דער וויכטיגער מעסעדזש פון אפטיילן אידן פון דער מדינה ווערן גאר שטארק אויפגעכאפט. פארשטענדליך אז קיינער האט נישט געמיינט אז מען קען טאקע ארעסטירן ביבי פאר דעם, עס איז פשוט געווען א גוטע קנייטש פארן פירסום.

האבן מיר טאקע געשריבן ווי פאלגנד:

"אלס אידן דא אין ניו יארק, וואלטן מיר מיט פרייד באגריסט דעם ארעסט פון נתניהו, פאר'ן זיך פאלשערהייט אהערשטעלן אלס דער ווארטזאגער פונעם אידישן פאלק אן קיין שום רשות, פאר'ן גנב'ענען אונזער אידישע אידענטיטעט, און פאר'ן גורם זיין דערמיט א שרעקליכע באשמוצונג און שנאה קעגן אידן איבער די גאנצע וועלט."

דער טוויט האט געטוהן דאס זייניגע און זיך צושפרייט פייער-שנעל צו איבער 48 טויזנט וויאוס, וואס דאס האט שטארק בארואיגט די געמיטער, כדי דער כעס זאל זיך חלילה נישט אויסגיסן אויף די אמעריקאנער אידן.

ס'איז געווען אינטערעסאנט צו זען, אז דער כעס וואס "נטרונא" האט אריינגעכאפט איז בעיקר געקומען פון געוויסע "היימישע" לופטיגע אינגעלייט וואס זענען פשוט ארויס פון די כלים: "וויאזוי דערוואגט מען זיך צו שענדן זייער געטשקע און לעסטערן זייער עבודה זרה?!" דער עולם איז פארכישופט אין ביבי'ן און אין דעם רעכטן לאגער אויף אן אופן וואס גייט ארויס פון אלע גבולים; מען טראסט זיי, להבדיל, אזוי ווי די סנהדרין און די אורים ותומים, און מען שיקט אידן צו דער הריגה אויף זייער סמך. פארשטייט זיך אז מען לייגט צו א זייטיגן "לחש" אז לויט די תורה טויג ער נישט, אבער באמת האבן זיי געשוימט פאר כעס פארן מבזה זיין זייער העלד – בושה תכסה פנינו. דאס קומט ליידער צוליב דעם וואס מען רעדט נישט גענוג קעגן ציונות, וואס דאס ברענגט אז די התדרדרות זאל גיין אזוי שנעל, השם ירחם

אינטערסאנט צו זעהן וויאזוי נטרונא האט געהאנדעלט מיט אזעלכע דעליקאטע נושאים
זיי האבן לכאורה נאכנישט געהאט אזא קאמפליצירטע פאל ווי זיי זאלן דארפן לויפן צווישן אזעלכע סארט טראפן
די כעס און שוים פון די היימישע ציונים קעגן זיי איז געווען איבער אלע גרעניצן.
אוועיטער
אוטובאס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 189
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:15 pm
Location: גיב מיר א מינוט
x 869

Re: נייעס און פעולות פון 'נטרונא'

פאוסט דורך אוטובאס »

א טיפערע אפהאנדלונג

unnamed (6).png
unnamed (6).png (262.63 KiB) געזען געווארן 126 מאל

"דאגה בלב איש ישחנה" – די ארגאניזאציע "נטרונא" האט זיך די לעצטע פאר טעג אפגעגעבן מיט היימישע לופטיגע אינגעלייט, סיי בכתב און סיי בעל פה, און מען איז ערשטוינט פונעם מהלך המחשבה און וויאזוי דער עולם טראכט. עס איז באמת נישט קיין נפקא מינה צי מאמדאני איז אן אנטיסעמיט אדער צי ער איז שולדיג אין די שטעכערייען; די עצה פון די תורה בימי הגלות איז זיך צו לערנען פון יעקב אבינו, וואס האט געזאגט: "כה אמר עבדך יעקב". אונזערע חכמים האבן אונז געלערנט הכנעה בגלות, אז נאר דאס ארבעט; נישט מער און נישט ווייניגער נאר זיך מכניע זיין פארן עכטן עשיו.

די היימישע מיליטאנטן לערנען ארויס פונעם כלל "בידוע שעשיו שונא ליעקב" פונקט דאס פארקערטע: "ער האט מיך סיי ווי פיינט, טא לאמיך אים שוין דערלאנגען". מען נוצט דעם "עשיו שונא ליעקב" אלס א היתר אויף רציחה. דער סלאגאן און מעסעדזש פון ביבי פאר אידן אין אמעריקע "פייט, פייט, פייט" איז אנגעקומען צו אונזער ציבור אויך; מען שרייט "אנטיסעמיט" אויף יעדן פאליטיקאנט וואס גייט נישט אין שפאן מיט די מדינה. כאטש מען זעט מיט די אייגענע אויגן אז דאס ברענגט גארנישט נאר פארערגערט דעם מצב מן הקל אל החמור, גייט מען ווייטער מיט דעם קאפ אין וואנט. פארקערט, דאס הייפעלע קנאים וואס ארבעטן יומם ולילה להציל מה שאפשר להציל, ווערן פארשריגן און אראפגעקוקט.

יעצט לאמיר רעדן לויט זייער שפראך – איך רעד בלויז "פאליטיש", מיט א לאגישן בליק. קודם כל, דאס שטעכן דעם אזיאנער מאן שטימט נישט ממש מיט די לאגיק; עס ווייזט אז אפשר איז נישט געווען קיין אינגאנצן קלארע פאליטישע מאטיוו, אויב דער מענטש שרייט "אללה אקבאר" און שטעכט גאר אן אזיאנערן מאן. אבער לאמיר דאס לייגן אין א זייט און זיך קאנצענטרירן אויף די אטאקע קעגן דעם אידישן מאן. לאמיר אננעמען אז די מעשה איז געווען אז דער פארברעכער וואס האט דורכגעפירט די צוויי שרעקליכע מעשים, האט אויסגעלאזט זיין כעס אויף די מדינה דורך שטעכן דעם אידישן מאן.

וכאן הבן שואל: האט ער דען טאקע געדארפט אנקומען צו זוהראן מאמדאני כדי זיין כעס קעגן די מדינה זאל ווערן אנגעצינדן? מען זעט דאך מיט די אייגענע אויגן שרעקליכע בילדער פון שפיכת דמים וואס ווערן שוין געלייוו-סטרימט עטליכע יאר אויף די סאציאלע פלאטפארמעס פאר די גאנצע וועלט, טאג איין און טאג אויס. דאס איז דאך נישט קיין באהאלטענע אדער קליינע עפיזאד, דאס איז א וועלטס נושא — און דאס איז טאקע א טייל פונעם טעם פארוואס די גאנצע דעת הקהל אין אמעריקע האט זיך אזוי שטארק געטוישט אוועק פון מדינת ישראל.

עס איז אויך העכסט אינטערעסאנט צו זען וויאזוי דורכאויס די גאנצע צייט פון די ציוניסטישע מלחמות חזרט דער עולם כסדר איבער אז אנטיסעמיטיזם ווערט נישט העכער א דאנק די מלחמות פון די מדינה; עס איז בלויז "עשיו שונא ליעקב", ער האט סיי ווי פיינט דעם איד. אבער פונקט ווען זוהראן מאמדאני האט גערעדט קעגן ביבי, האט זיך געמאכט די קאנעקשען. הא, למה זה דומה? צו א הינקעדיגער וואס האט נישט געוואלט מוחל זיין פאר איינעם וואס האט אים נאכגעשריגן "הינקעדיגער", ווייל ער האט מגלה געווען פאר יעדעם איינעם אז ער הינקט. פארוואס זענען די שרעקליכע בילדער וואס קומען ארויס פון עזה נישט אזוי שטארק אנצוציען די מוסולמענער דא אינדערהיים ווי מאמדאני'ס ווערטער?
תם ולא נשלם!
שבח ושירה לאל בורא עולם!
אוועיטער
אוטובאס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 189
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:15 pm
Location: גיב מיר א מינוט
x 869

Re: נייעס און פעולות פון 'נטרונא'

פאוסט דורך אוטובאס »

סאַטמאַרער תלמידים מאַכן די ריכטיגע הכנה דרבה איידער אַרויפגיין פּוקד זיין דעם ציון הק' מיט דער "פּראָטעקציע ביים רבי'ן" קאַמפּיין


לקיים רצון צדיק - ווייל מיט א מעמבערשיפ אין "דעם רבי'נס ארגאַניזאציע" האט מען געוויס די ברכה און שמירה עליונה וואָס באגלייט שטענדיג אלע אנשי בריתו בזכותו הק'

יעצט איז די צייט: אידן שליסן זיך אָן צו קויפן "מעמבערשיפ" אין דעם "רבי'נס ארגאניזאציע" יעצט בעפאר דעם גרויסן טאָג כ"ו אב, צו קענען ארויפקומען צום ציון הק' און זאגן בפה מלא: "רבינו הק', מיר האבן געטון דיין שליחות!"

מפעל הק' נטרונא: ממשיך צו זיין דעם רבי'נס משאת נפש

לקראת די גרויסע יומא דהילולא פון דעם רעי' מהימנא קדישא רבינו הק' מסאטמאר זי"ע, זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו, האָט מפעל הק' נטרונא געלאָזט אין שוואונג דער גרויסער "פּראָטעקציע ביים רבי'ן" קאַמפּיין, ווען אידן שליסן זיך אָן מיט הארץ און געפיל לקיים רצון צדיק, דעם רבי'נס משאת נפשו בחיים חיותו, וואס אַלע זיינע הייליגע תורות, אַלע זיינע גרויסע פּעולות האָט זיך געדרייט אַרום די נקודה, און דאָס האָט ער זיך געבעטן און געפאָדערט פון אונז, זיינע תלמידים וחסידים, אַז מיר זאָלן דאָס מחזק זיין, מיר זאָלן דאָס ממשיך זיין!

היינט צוטאָגס, אַזויפיל יאָר נאָכ'ן רבי'נס פּטירה, איז געבליבן די איינציגסטע אָרגאַניזאַציע וואָס איז מכריז דער קול האמונה הטהורה קעגן דעם רעיון הציונות - דער הייליגער מפעל "נטרונא" וואס איז ממשיך דאס הייליג פייער וואס מיר האבן מקבל געווען בבית מדרשו פון רביה"ק זי"ע. נטרונא איז די לעצטע שטיינדעלעך וואס איז קעמפט קעגן דעם גרויסן "גלית הפלשתי", און ארבעט 365 טעג אין יאר לויט די גענויע הוראות פונעם רבי'ן זי"ע מיט אַ נעץ מיט פאַרצווייגטע פּעולות, סיי בין ישראל לעמים, און סיי ביני ובין בני ישראל.

דעם רבי'נס פעולות צדיק לחיים האָט אן המשכה!

אַנשטאָט וואָס ביז היינט זענען די ציונים געווען די פאַקטישע פאַרטרעטער פונעם כלל ישראל, אַלץ זענען זיי געזען געוואָרן אַלס די וואָרטזאָגער פון אידן אומעטום. האָט נטרונא - בכוחו ובזכותו של אותו זקן - באַוויזן צו ברענגן צום אויבערפלאַך דער פאַקט אַז דער ערליכער אריגינעלער כלל ישראל שטעלט זיך אַקעגן די מדינה און זייערע פּאָליטיק. דאָס איז צו פאַרדאַנקן דעם געניטן שטאַב פון מומחים, וועלכע קומען אַלץ אויף מיט די פּאַסיגע מיטלען צו רעאַגירן צו דעם פיפיגן ציונ'יסטישן פּראָפּעגאַנדע אַפּאַראַט.
תם ולא נשלם!
שבח ושירה לאל בורא עולם!
אוועיטער
אוטובאס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 189
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:15 pm
Location: גיב מיר א מינוט
x 869

Re: נייעס און פעולות פון 'נטרונא'

פאוסט דורך אוטובאס »

דאס הייליגע ענין פון די פעולות חובקות דורך "נטרונא" איז למעשה "דאס איינציגע מאל" וואס מיר געפינען "א בפירוש'ע הבטחה" אין די צענדליגער ספרי קודש פון רביה"ק זי"ע, אז ווען מען איז דאס מחזק, ווען מען העלפט דאס צו, דאן איז מען מובטח צו באקומען "שכר מצוה בהאי עלמא".

אזוי שרייבט רביה"ק זי"ע אפענע ווערטער אין חידושי תורה פרשת עקב:

"טראץ דעם וואס געווענליך איז דער כלל "שכר מצוה בהאי עלמא ליכא" אבער דער וואס העלפט לוחם זיין פאר'ן כבוד שמים, באקומט נאך אויף די וועלט אלע השפעות פון עולם הזה. דער באשעפער באצאלט אים מיט א גרויסן שכר מצוה בהאי עלמא."

דער הייליגער רבי איז מבטיח ישועות און השפעות פון עולם הזה פאר אלע וועלכע זענען עוסק אין דעם גרויסן ענין פון נטרונא! און דער רבי איז א "מבטיח ועושה" - גדולים צדיקים במיתתן יותר מבחייהם! ווייל די שטיצער פון "נטרונא" זענען באמת "דעם רבי'נס מקורבים", דעם רבי'נס מענטשן, וואס שטיצן די נקודה הפנימיות פון דעם רבי'נס ענין עלי אדמות. אשרי העומדים על סודיך!

אונזער שותפות און פארזיכערטע שמירה

"ממקומו הוא יפן ברחמים" - טייערע ברודער לאמיר דאָס האלטן פאר די אויגן:

אונזער שותפות מיט'ן רבינ'ס ארגאניזאציע - דאס איז אונזער פארזיכערטע שמירה. דאס איז אונזער פארזיכערטע גאראנטיע צו קענען ארויפקומען צום ציון הק' דעם קומענדיגן כ"ו אב הבעל"ט און זאגן בפה מלא:

"רבינו הק', מיר האבן געטון דיין שליחות!"

ווייל "כמעשהו בחול כך מעשהו בשבת" - די ענינים וואס א צדיק איז עוסק אויף די וועלט איז ער אויך עוסק אויף יענע וועלט, ביום שכולו שבת, און דער רבי וועט דארט נישט שולדיג בלייבן פאר זיינע מקורבים!


רופט יעצט די "פּראָטעקציע ביים רבי'ן" קאמפיין ליין

718.664.6802

דרוקט די לינק

https://donary.com/4B08E8C53C18/1001


035לייגט אריין א מינימום פון $360, וכל המוסיף מוסיפין לו, און ווערט געהאלפן מיט אלעס גוטס: פרנסה, שידוכים, געזונט און נחת. כתיבה וחתימה טובה ושנת גאולה וישועה.

פועלט אויס אלעס גוטס!



צו מנדב זיין פאר די הייליגע פעולות
אדער צו ווערן א נטרונא מעמבער
ביטע רופט 24 שעה אין טאג - אדער טעקסט דאס ווארט PAY
צו דעם נומער: 718.304.5328


Or Make Checks Payable:
True Torah Jews
183 Wilson St. PMB 162 Brooklyn, N.Y. 11211
תם ולא נשלם!
שבח ושירה לאל בורא עולם!
שרייב פאוסט