נייעס פון בארא פארק

נייעס אין אונזער קווארטאל
צדיק הדורות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 113
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 16, 2026 4:37 am
x 240

Re: נייעס פון בארא פארק

פאוסט דורך צדיק הדורות »

scan.jpg
scan.jpg (329.83 KiB) געזען געווארן 1042 מאל
צדיק הדורות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 113
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 16, 2026 4:37 am
x 240

Re: נייעס פון בארא פארק

פאוסט דורך צדיק הדורות »

ldhQGs.jpg
ldhQGs.jpg (265.5 KiB) געזען געווארן 1041 מאל
היימשע באפער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 410
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 12:16 am
Location: brooklyn
x 1861

Re: נייעס פון בארא פארק

פאוסט דורך היימשע באפער »

בארא פארק - אין ליכט פון די גאר שווערע היצן די לעצטע פאר טעג האט חברים איינגעהאנדלט 25 נייע עיר-קאנדישאנס צו בארגן פאר פאמיליעס אין פאל פון קורצשלוסן.

bmxiot.jpeg
bmxiot.jpeg (123.9 KiB) געזען געווארן 956 מאל
פרייליכע נאטור
פרישער באניצער
פאוסטס: 27
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 05, 2026 8:41 pm
x 83

Re: נייעס פון בארא פארק

פאוסט דורך פרייליכע נאטור »

איינער מיט מער אינפארמאציע וואס דא גייט פאר?

https://ahblicklive.com/post.php?u_id=j ... tegories=2
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1635
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 2717

Re: נייעס פון בארא פארק

פאוסט דורך יאנטשי »

היימשע באפער האט געשריבן: זונטאג יוני 14, 2026 12:52 pm בארא פארק - אין ליכט פון די גאר שווערע היצן די לעצטע פאר טעג האט חברים איינגעהאנדלט 25 נייע עיר-קאנדישאנס צו בארגן פאר פאמיליעס אין פאל פון קורצשלוסן.


bmxiot.jpeg
אין פאל פון א קורצשלוס ארבעט אויך נישט פארטעבל עיר קאנדישאן, אפשר מיינט איר צו שרייבן אין פאל פון א צובראכענע עיר קאנדישאן וכו'
ברלנד
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1752
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 2925

Re: נייעס פון בארא פארק

פאוסט דורך טיפע טאשן »

צדיק הדורות האט געשריבן: מיטוואך יוני 10, 2026 12:08 pm ldhQGs.jpg
מי זה?
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
אוועיטער
מהודר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 349
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 10:22 pm
x 851

Re: נייעס פון בארא פארק

פאוסט דורך מהודר »

טיפע טאשן האט געשריבן: מאנטאג יוני 15, 2026 9:45 am
צדיק הדורות האט געשריבן: מיטוואך יוני 10, 2026 12:08 pm ldhQGs.jpg
מי זה?
די נייע רבי פון לעלוב בר אילן אין ירושלים וואס האט געוויילט שבת אין ב"פ, זיין פאטער איז אוועק אפאר חדשים צוריק אין מקוה.
צדיק הדורות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 113
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 16, 2026 4:37 am
x 240

Re: נייעס פון בארא פארק

פאוסט דורך צדיק הדורות »

טיפע טאשן האט געשריבן: מאנטאג יוני 15, 2026 9:45 am
צדיק הדורות האט געשריבן: מיטוואך יוני 10, 2026 12:08 pm ldhQGs.jpg
מי זה?
כ''ק אדמו''ר הגה''צ ר' ראובן אלתר בן הרה''ק מהרי''ד מלעלוב זיע''א אין ב''פ
געווארן רבי דעם יאר שבט
היימשע באפער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 410
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 12:16 am
Location: brooklyn
x 1861

Re: נייעס פון בארא פארק

פאוסט דורך היימשע באפער »

בארא פארק - פרייטאג אינדערפרי האט די 'וועד משמרת כהונה' ארויסגעשטעלט א דרינגענדע רוף צו כהנים איבער א גרויסע מכשול וואס האט זיך געמאכט נאך א לעצטיגע בוי פראיעקט ביי די באן שינעס אויף מעקדאנעלד עוועניו, וואו ארבעטער האבן געבויט אן אייזערנע דעכל אונטער די שינעס וואס איז העכער די אידישע וואשינגטאן בית החיים, דאס האט פאראורזאכט אז די גאנצע באן שינעס לענגאויס די דאזיגע גאס וואס שניידט אדורך בארא פארק זאל ווערן איין גרויסע 'אוהל הטומאה'.

נאך וואס רבני און עסקני הוועד בראשות כ"ק גאב"ד פאלטישאן שליט"א זענען אנגעקומען אין די געגנט באבאכטן דעם מכשול, איז מען ארויס מיט א רוף ׳לאפרושי מאיסורא׳ צו ווארענען כהנים נישט צו גיין סיי צופיס אדער מיט א קאר אויף מעקדאנאלד פון קארטעליו ראוד ביזן ענדע פון די שינעס ביי קאוני איילענד.

עסקנים אין שפיץ פון אסעמבלימאן ר׳ שמחה אייכנשטיין האבן באלד איבערמידליך אנגעהויבן ארבעטן אינאיינעם מיט שטאטישע באאמטע און די עם-טי-עי אגענטור צו טרעפן א לעזונג, און עטליכע שעה דערויף געמאלדן אז מ׳האט באוויזן צו ערלעדיגן אז ארבעטער זאלן רוקן דעם דעכל מיט א פיס און א האלב פון די באן שינעס און אזוי געלעזט דעם מכשול.
תפארת שבתפארת
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 113
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אפריל 28, 2025 11:46 am
x 201

Re: נייעס פון בארא פארק

פאוסט דורך תפארת שבתפארת »

ברעד לענדער איז דערקלערט געווארן געוואונער אין די פריימערי פארמעסט אקעגן די דעמאקראטישע קאנגרעסמאן דען גאלדמאן

דער געוועזענער ניו יארק סיטי קאמפטראלער ברעד לענדער איז נארוואס דערקלערט געווארן געוואונער אין די פריימערי פארמעסט אקעגן די דעמאקראטישע קאנגרעסמאן דען גאלדמאן, וועמענס דיסטריקט נעמט אריין חלקים פון בארא פארק. לענדער האט געוואונען נאך א קאמפיין געשטיפט דורך די לינקע לאגער אין ניו יארק אין שפיץ פון מעיאר זאראן מאמדאני, און א קאמפיין וואס ער האט קאנצענטרירט אויף זיין קעגנערשאפט צו שיקן מיליטערישע הילף פאר מדינת ישראל און איבער אימיגראציע. די פארלוסט פון גאלדמאן איז א שטארקע טויש פון עטליכע יאר צוריק, ווען ער איז געווען ברייט פאפולער ביי די דעמאקראטן, נאכ'ן העלפן אנפירן די ערשטע אימפיטשמענט אקעגן פרעזידענט טראמפ צוריק אין יאר 2019 למס'.
היימשע באפער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 410
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 12:16 am
Location: brooklyn
x 1861

Re: נייעס פון בארא פארק

פאוסט דורך היימשע באפער »

א דרייסיג יעריגער ארבעטער אין די בלייטבארן פאסט אפיס אין בארא פארק, איז געווארן אנגעקלאגט אין געריכט פארן גנב'נען פאסט אינמיטן די ארבעט, דער ארבעטער וועלכער וואוינט אין קווינס האט גענומען פאר זיך רענט ענוועלאופס מיט מאני ארדערס וואס טענענטס האבן געשיקט צו זייער פראפערטי מענעדזשער, און ער האט דאס אויפגעטוישט פאר געלט וואס ער האט גענומען פאר זיך.

אונטער די קלאגע האט דער ארבעטער גערויבט איבער פינף און צוואנציג טויזענט דאללער אין רענט פעימענטס, אין לויף פון איין יאר צווישן אוגוסט 2024 און אוגוסט 2025. ווי פארשטענדליך איז דער ארבעטער געווארן אויפגעזאגט פון זיין פאזיציע, און נאך א העפטיגע אויספארשונג דורך די פאסט אינספעקשאן סערוויס און די ניו יארק סיטי פאליציי איז ער געווארן אנגעקלאגט אין געריכט.
unnamed.jpg
unnamed.jpg (86.39 KiB) געזען געווארן 230 מאל
היימשע באפער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 410
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 12:16 am
Location: brooklyn
x 1861

Re: נייעס פון בארא פארק

פאוסט דורך היימשע באפער »

unnamed (15).jpg
unnamed (15).jpg (126.5 KiB) געזען געווארן 49 מאל
היימשע באפער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 410
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 12:16 am
Location: brooklyn
x 1861

Re: נייעס פון בארא פארק

פאוסט דורך היימשע באפער »

jpeg-optimizer_1000009272.jpg
jpeg-optimizer_1000009272.jpg (328.15 KiB) געזען געווארן 49 מאל
jpeg-optimizer_1000009273.jpg
jpeg-optimizer_1000009273.jpg (353.71 KiB) געזען געווארן 49 מאל
Screenshot 2026-08-04 205834.jpg
Screenshot 2026-08-04 205834.jpg (285.45 KiB) געזען געווארן 49 מאל
היימשע באפער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 410
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 12:16 am
Location: brooklyn
x 1861

Re: נייעס פון בארא פארק

פאוסט דורך היימשע באפער »

נעם איין מינוט פון דיין צייט און שרייב יעצט אינטער!!
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3865
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4796

Re: נייעס פון בארא פארק

פאוסט דורך אנדערער »

היימשע באפער האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 05, 2026 9:07 pm
נעם איין מינוט פון דיין צייט און שרייב יעצט אינטער!!
באזונדערע טעמע
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
שרייב פאוסט