צווייטער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 06, 2026 5:39 pm
מרן הגה''ק מסאטמאר זי''ע איז געווען א אדם הגדול בענקים, מ'דארף אליינס זיין גרויס צו משיג זיין זיין גדלות.
איך וועל געבן א דוגמא, אלע ספרי גדולי האחרונים זענען שטענדיג פארנומען מיט סתירות הרמב''ם, אין הלכות פלוני פסק'נט דער רמב''ם אזוי און אין הלכות פלוני פסק'נט דער רמב''ם פארקערט, און ס'איז דא צענדליגער מהלכים לאמיתה של תורה צו מיישב זיין. וועט איינער פרעגן, פארוואס האט עס דער רמב''ם געמאכט אזוי קאמפליצירט? פארוואס האט ער זיך נישט קלאר ארויסגעברענגט וואס ער האלט? אבער באמת איז קושיא מעיקרא ליתא, דער רמב''ם בשכלו הזך האט פארשטאנען פשוט אז ס'איז נישט קיין סתירה, דו מיט דיין שכל קטן פאר דיינע השגות איז עס א סתירה. א בעל השגה מיט א ברייטע פארשטאנד טוט זאכן וואס בעיני אנשים פשוטים קענען זיי אויסקוקן ווי א סתירה, אבער נישט פאר איינעם מיט א גדול'שן שכל, א גדול'שן מח פארשטייט און פארנעמט סתירות, און זיין שכל איס עס מאוחד ומיושב.
ווען עס קומט אפצושאצן רביה''ק מסאטמאר זי''ע דארף מען זיין אליינס גרויס אים ריכטיג אפצושאצן און פארשטיין גדלותו ודרכו.
איך מיין אז ס'איז נישט דא נאך א קהילה בישראל וואס האט אזויפיל מיינונגס פארשידענהייטן ''וואס דער רבי זי''ע האט געהאלטן'', און ס'איז נישט דא נאך א רבי בישראל וואס כפי ראות ההמון איז דא אזויפיל קעגנזייטיגע הנהגות וואס זעען אויס סתירה'דיג.
און באמת האט זיך דאס נישט אנגעהויבן היינט, בחייו פונעם רבי'ן האט מען שוין דעם גרויסן איד גוט געדארפט אפלערנען. יעדער האט געזען אינעם רבי'ן עפעס אנדערש, ווי די גמרא זאגט אויף אסתר המלכה שכל אחד נדמה לו כאומתו.
די באלעבאטישער עולם וועט נאר וויסן צו דערציילן ווי שטארק באלעבאטיש דער רבי איז געווען און ווי ער האט נישט געדולדעט דעם פארפרומטען עולם, און די פרומער עולם וועט פארציילן ווי שטארק דער רבי האט ליב געהאט כאניאקישקייט און נישט געוואלט א באלעבאטישן ציבור.
דער וועט פארציילן ווי דער רבי איז געווען אזוי גראונדעד און פראקטיש מיט זיינע עצות, און דער צווייטער וועט פארציילן ווי הויך און רבי'ש דער רבי איז געווען מיט זיינע עצות.
דער וועט זיך שווערן אז דער רבי וואלט זיכער אזוי געהאלטן אויף די נושא און דער אנדערער וועט זיך שווערן אז דער רבי וואלט זיכער געהאלטן אנדערש.
דער ליטווישער ראש ישיבה האט געכאפט התפעלות פונעם רבי'נס געוואלדיגע גדלות בתורה, זיין היקף נפלא אין חז''ל ובכל מכמני התורה. און דער חסידי'שער רבי איז אויסגעגאנגן פאר'ן רבי'נס חסידי'שער עבודה, זיינע זיסע רבי'שע דאווענען'ס, זיינע ליכטיגע שבתים, זיינע הויכע ימים טובים, די מצוות החג מיט אזא דביקות וכו'. און ס'זענען געווען געוויסע גרויסע רבי'ס וואס זענען געקומען פון א אנדערען חדר פון רבי'ן (לדוגמא די רוזשינע אייניקלעך באיאן, קאפיטשניץ ועוד) וואס זענען ממש אויסגעגאנגן פאר'ן רבי'נס חסידי'שקייט און ליכטיגקייט, עד כדי כך אז זיי האבן זיך געוואונדערט אז דער רבי פירט מלחמות אקעגן די גאנצע וועלט, זיי האבן געהאלטן אז ס'איז א קטנות פאר'ן רבי'ן.
און אויך ביים רבי'ן זעלבסט איז געווען הנהגות מוזרות וואס בעיני אנשים בשכלם הפעוט קען עס אויסקוקן סתירה'דיג. דער רבי האט שטענדיג גע'חזר'ט זיינע יסודות אז קיינער איז נישט העכער די תורה, קיינער קען נישט רוקן א סעיף קטן פונעם שולחן ערוך, נישט קיין חילוק ווער, אפילו כגובה ארזים גבהו, אין לנו שיור רק התורה הזאת. און דער רבי פלעגט זאגן אז אויב הייבט ער אן צו זאגן אנדערש פון די תורה זאל מען אים אנכאפן ביים בענקל און ארויסטראגן.
דער רבי האט געפירט א מערכה כבידה אקעגן מעשיות פון צדיקים, אויב האט עס אנגערירט א משהו אקעגן די הלכה האט ער עס שארף אפגעלייקענט, ס'האט גארנישט געהאלפן פאר קיינעם, נישט קיין חילוק וועלכער רב האט עס פארציילט. ווען ער האט געזען ווי אידן דאווענען שפעט נאך סוף זמן תפילה האט זיך דער רבי געבייזערט, היתכן מ'דאווענט נאכ'ן זמן פונעם שולחן ערוך, אפילו פאיע רב ז''ל איז נישט פארשוינט געווארן.
אבער אינטערסאנט איז אז דער רבי אליינס פלעגט בקביעות דאווענען שפעט, און צומאל גאר שפעט שוין נאך חצות, דלא כדנפסק בשו''ע. ווען ער איז אנגעפרעגט געווארן דערויף האט ער געענטפערט בדרך כלל אז ער איז א חולי מעיים און ער איז פטור. אבער ווען דער ראדזינער רבי זצ''ל האט אים געפרעגט, האט ער תיכף געענטפערט, ווייסטו דען נישט וואס דיין זיידע שרייבט אין זיין ספר אין פ' בהעלותך?
(מי השילוח, וכן בכל דור ודור מי שהוא צדיק הדור רואה רצון השי"ת כמו שכתוב (משלי י', ל"ב) שפתי צדיק ידעון רצון, והיהודי הקדוש זללה"ה בדורו ראה רצון השי"ת באיחור זמן תפלה ונסמך על מאמר הכתוב (דברים י"ב, ד') לא תעשון כן לה' אלהיכם, כן רומז על קביעות בלי חיים, וכשראה רצון השי"ת בזה לכן התאחר בתפלתו, ונשמתו מאירה בגן עדן מזה כי כוון לאור רצון השי"ת, אף כי יכול זאת בשנוי זמנים להשתנות מ"מ נאמנה את אל רוחו עד עת קץ). דאס מיינט אינגאנצן עפעס אנדערש ווי חולי מעיים.
אזוי אויך לגבי די מלחמה אקעגן קליפת הציונות, דאס איז יעדער מודה אז דער רבי האט לוחם געווען אינגאנצן אקעגן ציונות ואביזרייהו ולית מאן דפליג. אבער אפילו דא זענען געווען אינטערסאנטע הנהגות וואס פאר איינעם בשכל קטן וועט עס אויסקוקן מוזר.
למשל א בעל תשובה וואס וועט דורכלערנען דעם ספר ויואל משה פון דעקל צו דעקל אן האבן געהערט פונעם רבי'ן זעלבסט, ער וועט זיכער מיינען אז דער רבי האט פיינט געהאט יעדן רב און רבי פון אגודת ישראל, ווער רעדט נאך פון די חברי הכנסת המינים וואלט ער פארשטאנען אז זיי זענען די גרעסטע שונאים פונעם רבין.
אבער גיי פארצייל אים אז דער רבי האט זיך געטראפן און באזוכט די אלע רבי'ס, סיי אין ארץ ישראל ווען דער רבי איז געפארן אהין באזוכן, און נאכמער דא אין אמעריקע ווען זיי זענען געקומען צום רבי'נס שטוב. יא, ס'איז געווען קולות וברקים ביי די וויכוחים, אבער דער רבי האט זיי זייער שיין אויפגענומען, אפילו חברי הכנסת זענען געקומען צום רבי'ן, און געווענליך פלעגט מען אפילו אריינברעגן א טאץ מיט פרוכט און קעיק אפילו ווען די מזרחי איז געקומען צום רבי'ן. ער האט זיי שיין אויפגענומען מיט א הדרת פנים, ווי ס'פאסט זיך פאר לאנג יעריגע פריינט און שטארק זיך ארומגעשלאגן אויך, און זיי אריינגעגעבן כיד ה' הטובה עליו.
ס'איז ידוע - רבי עזריאל פארציילט די מעשה - אז איינער פון די גרויסע חברה אין די פארטייען פון די מדינה איז געקומען נאך געלט אין אמעריקע, אבער ער האט זיך זייער געמוטשעט, ער האט נישט געמאכט קיין געלט. האט אים איינער גע'עצה'ט ער זאל אריינגיין צום סאטמאר רב בעטן געלט, יענער האט אים אנגעקוקט ווי פונעם לבנה אראפ. איך? צום סאטמאר רב? ער וועט מיר ארויסווארפן פון שטוב בבושת פנים... יענער האט אבער געמוטשעט אז דער סאטמאר רב וועט אים זיכער נישט ארויסווארפן און ער זאל גיין צו אים. בצר לו איז ער געגאנגען צום רבי'ן, דער רבי האט אים אויסגעהערט און פארשטייט זיך געגעבן א הערליכער סכום געלט ברוח נדיבה. שפעטער האט יענער מענטש געשפירט אז ער מוז צוריקקומען צום רבי'ן זאגן ווער ער איז, ווייל ער האט געהאלטן אז דער רבי וואלט אים זיכער נישט געגעבן קיין געלט אויב וואלט דער רבי געוויסט ווער ער איז, און וואספארא שטעלע ער האט. ער איז צוריקגעקומען צום רבי'ן און פארציילט פאר'ן רבי'ן זיין דילעמא. דער רבי איז ממש געווארן אויפגעציטערט, אזוי? אזוי שמועסט מען אין די גאס אויף מיר? אזוי ווייט שמועסט מען שוין אויף מיר? אידן, הערטס גוט, דער רבי האט זיך נישט פארענטפערט פאר אים, דער רבי האט פשוט נישט געכאפט וואס איז בכלל שלעכט.. אזוי ווייט שמועסט מען שוין אויף מיר? ער האט עס ממש נישט געקענט אפילו פארשטיין! און אזוי זענען דא צענדליגער אדער הונדערטער אזעלכע מעשיות.
דער רבי איז געווען זייער גרויס, און ווי געזאגט דארף מען אליינס זיין גרויס אביסל צו משיג זיין דעם רבי'ן. עס איז געווען סתירות נאר פאר אנשים פעוטים וואס פארשטייען נישט קיין גדלות. אבער ביים רבי'ן במוחו הגדול ובשכלו הזך איז אלעס געווען איין שטיק ישרות און איין שטיק תורה.
איך וועל זיך ערלויבן צו ממליץ זיין אויף מרן רביה''ק זי''ע דאס וואס דער הייליגער מהר''ל (גור אריה יתרו) איז מסביר וואס רש''י זאגט אויפ'ן פסוק 'וידבר אלקים את כל הדברים', מלמד שאמר הקב"ה כל עשרת הדברות בדבור אחד. וז''ל: ועוד יש בזה במה שאמר 'כל עשרת דברות בדבור אחד נאמרו', הוא מורה על המעלה הגדולה של תורה, שהדבר הזה נראה ונודע, שכל עוד שיתרחק הדבר מלמעלה ויבוא לעולם התחתון - יתפרד ויתחלק, כי העולם העליון נקרא עולם האחדות, וכל שקרוב אל השם יתברך, הוא האחד האמת, הוא יותר באחדות. שעולם הזה השפל, הרחוק מאתו יתברך, הוא עולם הנפרד. והתורה ניתנה מפיו יתעלה, ואין דבר קרוב אל האחד רק התורה. ולפיכך ניתנה התורה מפיו בדבור אחד לגמרי, לפי שראוי אל התורה האחדות לפי מדריגת מעלתה. ולכך נאמרו העשרת דברות בדבור אחד. וזהו הפירוש האמתי כאשר תבין, והוא אמת. ע''כ.
ער זאגט, ווי מער א זאך איז נאנט צום אויבערשטן איז עס מער באחדות, ווייל דער אויבערשטער איז דער ''אחד האמת'', און ממילא אלעס וואס איז נענטער צו אים איז מער באחדות. און ווי מער א זאך דערווייטערט זיך פונעם שורש און גייט אראפ צו די נידריגערע עולמות, אלץ מער ווערט די אחדות צעטיילט אין פארשידענע חלקים. דערפאר ווערט דער עולם העליון אנגערופן 'עולם האחדות', און עולם הזה, וואס איז דער ווייטסטער און נידריגסטער מדריגה, איז 'עולם הפירוד'.
און דאס איז דער עומק פון 'כל עשרת הדברות בדיבור אחד נאמרו'. די תורה קומט מפיו יתברך, און עס איז נישטא קיין זאך וואס איז נענטער צום אחד האמת ווי די תורה, ממילא איז די תורה בשרשה נישט קיין צוזאמשטעל פון פילע באזונדערע דיבורים און ענינים, נאר איין גאנצע אחדות. דערפאר, בשעת זי איז ארויסגעקומען מפיו יתברך, איז זי טאקע געזאגט געווארן 'בדיבור אחד' נאר ביים אראפקומען צו אונזער עולם ווערט דער איין דיבור נתפרט אין עשרת הדברות, און פון דארט ווייטער אין תרי"ג מצוות און אלע פרטי התורה. דאס זאגט עפעס איבער דעם עצם מהות פון תורה 'ביים שורש איז אלעס איינס, דער פירוד קומט ערשט ביים אראפקומען למטה'. און ווי העכער מ'גייט צום שורש התורה, אלץ מער אנטפלעקט זיך ווי אלע פרטים זענען באמת איין גאנצע אחדות.
דער רבי זי''ע איז געווען נתאחד מיט די תורה הקדושה, דער גרויסער מענטש, מיט זיין מוח רחב און שכל זך וואס איז אויסגעבויט געווארן על אדני התורה, האט נישט געזען צוויי סתירות וואס דארפן ווערן פארענטפערט, ער האט געזען לכתחילה איין בנין שלם. און דאס איז געווען איינע פון די געוואלדיגע נקודות אין גדלותו של רביה״ק זי״ע, נישט אז ער האט אמאל גענומען דעם צד און אמאל דעם אנדערן צד, נאר אז ער האט פארקערפערט אין זיך כוחות וואס קלענערע מענטשן קענען עס נישט צוזאמענשטעלן.
ביי אים זענען די זאכן לגמרי נישט געווען קיין סתירה, אבער אונז קליינע מענטשן וואס מיר זענען אינעם עולם הפירוד קוקט עס אויס פאר אונז צומאל פאר א סתירה. אבער דאס איז דער אמת'ער גדלות פונעם רבי'ן, ער האט אלעס פארקערפערט אין זיך מיט א געוואלדיגער שלימות, נאר ער האט געהאט דעם שביל הזהב ופז, ולא נטה ימין ושמאל. והאלקים עשה את האדם הגדול הזה ישר.