כת לב טהור אין גוואטעמאלע
תקנות פון דעם פארום
מודעה משמחת.
אויפ'ן פארלאנג פון מערערע אקטיווע מיטגלידער, האבן מיר געעפנט איין נייע פארום וואו יעדער וועט קענען שרייבן, אבער יעדע תגובה וועט ערשיינען נאר נאכ'ן באשטעטיגן ווערן דורך א מנהל אדער אחראי.
יעדע נארמאלע שאלה אדער אינפארמאציע, איז וועלקאם און וועט ווערן אפראווד בס"ד אין די ערשטע מעגליכקייט.

- על פי תורה
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1583
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
- Location: בירושלים בקרוב
- x 15983
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אפדעיט איבער ר' אלעזר רומפלער הי"ו
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור,
און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון גדולי הרבנים שליט''א וביניהם הגה''צ דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א ועוד.
בשם ה' נעשה ונצליח!
און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון גדולי הרבנים שליט''א וביניהם הגה''צ דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א ועוד.
בשם ה' נעשה ונצליח!
- על פי תורה
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1583
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
- Location: בירושלים בקרוב
- x 15983
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
הגה''צ רבי הערשל פיש שליט''א אדמו''ר מזידיטשוב פרעמיסלא איז נעכטן אנגעקומען אויף א באזוך בבית ראש העסקנים הרה''ח ר' אברהם גרינהוט הי''ו וואו דער רבי שליט''א האט אויפגענומען נדיבים בעם לטובת ישיבתו הקדושה דמשק אליעזר. נאכן מסיבה האט דער רבי שליט''א א לענגערע צייט זיך אינטערעסירט ביי ר' אברהם הי''ו איבער די אנגייענדיגע פעולות אוועקצושטעלן די הונדערטער חשובע יוצאי לב טהור אויף די פיס בס''ד.
- פיילס
-
- באזוך.jpeg (186.74 KiB) געזען געווארן 6936 מאל
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור,
און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון גדולי הרבנים שליט''א וביניהם הגה''צ דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א ועוד.
בשם ה' נעשה ונצליח!
און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון גדולי הרבנים שליט''א וביניהם הגה''צ דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א ועוד.
בשם ה' נעשה ונצליח!
-
בוכהאלטער
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 50
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 14, 2025 3:13 pm
- Location: Monroe
- x 89
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
איז ר' אליעזר למעשה ארויס פון תפיסה?על פי תורה האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 27, 2026 2:21 pm אפדעיט איבער ר' אלעזר רומפלער הי"ו
WhatsApp Audio 2026-07-27 at 2.18.46 PM.ogg
- על פי תורה
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1583
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
- Location: בירושלים בקרוב
- x 15983
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אפדעיט איבער ר' אלעזר רומפלער הי"ו - ג' פרשת עקב
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור,
און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון גדולי הרבנים שליט''א וביניהם הגה''צ דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א ועוד.
בשם ה' נעשה ונצליח!
און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון גדולי הרבנים שליט''א וביניהם הגה''צ דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א ועוד.
בשם ה' נעשה ונצליח!
-
יצחק טייכמאן
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 76
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 13, 2025 1:45 am
- Location: New York
- x 619
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
איך וויל אויסקלארן אז איך וויל ח''ו נישט אוועקמאכן די צער פון מענטשן וואס זענען וויי געטון געווארן, ווען מען זאגט אז ר' אלעזר רומפלער האט נישט געשטיצט די אלע זאכן מיינט מען נישט אז מענטשן זענען נישט געווארן שטארק וויי געטון פון אים, מען רעדט פון ספעציפיש ראדיקאלע שיטת פון לב טהור וואס ר' אלעזר האט געפילט 'עד כאן' און ער וויל נישט זיין קיין חלק דערפון. אזוי אויך רעדט מען בעיקר פונעם מציאות פון יעצט, אז ר' אלעזר האט זיך ב''ה אפגעשאקעלט פונעם חכם און די גאנצע הנהלה, און איז ב''ה כפוף צו אמת'ע דעת תורה.
-
אין כל חדש
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 135
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 12:12 am
- Location: blooming groove
- x 1365
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
וויכטיגע מעלדונג:
ווי שוין געמאלדן מערערע מאל, וועלן די עסקנים נישט רוען בס"ד ביז "קיין איין קינד וועט נישט בלייבן אונטער די סכנה פון לב טהור".
אפגעזעהן צו דאס וועט גיין מיט גוטן צו מיט שווערע וועגען.
קענען מיר יעצט מעלדן אז די וואך דינסטאג, נאך וואס איינע פון די הנהלה וואס האט נאך געארבעט בכל כחו נפשו אנצוהאלטן די טמא'נע טעראריסטישע מקום לב טהור, איז געוואר געווארן אז עס איז דא גאר שווערע קלאגעס אנטקעגן עם און מעקסיקא, נישט וועלענדיג נעמען קיין טשענסעס, זעהנדיג וויפיל זענען שוין ארעסטירט אדורך מעקסיקא, איז ער אנטלאפן קיין אמעריקע.
(ליידער האט ער געווארט צו לאנג, און נישט געהערט די התראות פון די עסקנים בעוד מועד).
"אזוי ווי זיין ארויס גיין איז דערווייַל נאך נישט צוליבן וועלן אפלויזן לב טהור, נאר צוליב די גאר שווערע קלאגעס, מיט א 'מינימום' תפיסה פון 20 יאר, זייענדיג פון די הנהלה, וואס אן א שיעור יוצאים ליידן נאך יעצט פערמינענטע שאדן'ס פיזיש און גייסטיש פון זיינע אומגעהוירע עינוים קשים ומרים וואס ער האט זיי אויסגעפייניגט".
ווילן מיר בעטן אז סיי ווער עס האט סיי וועלכע אינפאמעישן אויף עם אז ער שיקט געלט פאר לב טהור, אדער ער איז בקשר מיט זיי אויף סיי וועלכע אופן, זאל מען דאס תיכף מעלדן פאר די עסקנים.
די עסקנים האלטן א גאר נאנטע אויג אויף עם, די מעקסיקא געווארמענט איז שוין בקשר מיט די US גאווערמענט בנוגע זיין אנטלאפן, די US סטעיט דעפארטמענט איז אינפארמירט וועגען עם, און אויב וועט אויספעלן וועט מען וועט נעמען ווייטערדיגע שריט לויט די אנווייזונגען פון די רבנים שליט"א.
כלל ישראל קוקט ארויס אז ער זאל מאכן די ריכטיג באשלאס, און זיך גענצליך אפשאקלען פון די טמא'נע חבורה לב טהור, און אנהייבן א ערליכע אידישע לעבן.

ר' אלעזר רומפלער היינט אין בני ברק, באזוכט ביי בן כ''ק אדמו''ר מאכניווקא בעלזא שליט''א
- פיילס
-
- WhatsApp Image 2026-08-04 at 3.05.21 PM.jpeg (327.8 KiB) געזען געווארן 4605 מאל
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור,
און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון גדולי הרבנים שליט''א וביניהם הגה''צ דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א ועוד.
בשם ה' נעשה ונצליח!
און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון גדולי הרבנים שליט''א וביניהם הגה''צ דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א ועוד.
בשם ה' נעשה ונצליח!
-
ברוך כבוד
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 107
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 12:32 pm
- Location: קעטסקילס
- x 411
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
איז הרב אלעזר ממשיך און ממלא מקום אביו אבד"ק תהילות ישראל זצ"ל?על פי תורה האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 04, 2026 8:33 pm ר' אלעזר רומפלער היינט אין בני ברק, באזוכט ביי בן כ''ק אדמו''ר מאכניווקא בעלזא שליט''א
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
פארוואס פרייט זיך אזוי די לב טהור האטליין אז ער איז ארויס פון תפיסה - אויב ער איז ליידער אפגעפארן און געטוישט מלבושים, די יסוד היסודות?
תירוצים זענען איבריג...
איין זאך שטעלט זיך ארויס קלאר און דייטליך: די כלומר׳שטע רוצחים - די עסקנים - זענען למעשה עוסק אין א סוגיא וואס הייסט ״והשיב לב אבות על בנים״... 1) אלע נידחים אין דעם מקום זוהמא זאלן צוריקקומען צו זייערע עלטערן׳ס שורש, 2) דערנאך פאראייניגן משפחות אז קינדער זאלן קענען זיין ביי זייער ״עכטע״ טאטע מאמע (נישט קאנטראלירטע טאטע מאמע וואס זענען געצווינגען צו פייניגן קינדער - און זיי זענען בכלל נישט ״זיך״, און אויך נישט ביי צייטווייליגע משפחות ווי מען האט ליידער געדארפט פלאצירן די קינדער).
אין די צייט וואס לב טהור איז פארנומען מיום הווסדה מיט רציחה ממש צו צעשפליטערן משפחות. יעדעס מאל מיט אנדערע אופנים און אנדערע תירוצים. היינטצוטאגס דורכ׳ן העעסו בלייבן דארט מיט מסירת נפש, און אפלאזן די קינדער אליין אויף שטורמישע וואסערן אנשטאט מיטגיין מיט זייערע קינדערלעך.
תירוצים זענען איבריג...
איין זאך שטעלט זיך ארויס קלאר און דייטליך: די כלומר׳שטע רוצחים - די עסקנים - זענען למעשה עוסק אין א סוגיא וואס הייסט ״והשיב לב אבות על בנים״... 1) אלע נידחים אין דעם מקום זוהמא זאלן צוריקקומען צו זייערע עלטערן׳ס שורש, 2) דערנאך פאראייניגן משפחות אז קינדער זאלן קענען זיין ביי זייער ״עכטע״ טאטע מאמע (נישט קאנטראלירטע טאטע מאמע וואס זענען געצווינגען צו פייניגן קינדער - און זיי זענען בכלל נישט ״זיך״, און אויך נישט ביי צייטווייליגע משפחות ווי מען האט ליידער געדארפט פלאצירן די קינדער).
אין די צייט וואס לב טהור איז פארנומען מיום הווסדה מיט רציחה ממש צו צעשפליטערן משפחות. יעדעס מאל מיט אנדערע אופנים און אנדערע תירוצים. היינטצוטאגס דורכ׳ן העעסו בלייבן דארט מיט מסירת נפש, און אפלאזן די קינדער אליין אויף שטורמישע וואסערן אנשטאט מיטגיין מיט זייערע קינדערלעך.
- על פי תורה
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1583
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
- Location: בירושלים בקרוב
- x 15983
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
נישט אויפן מינוט. אפשר וועט דאס נאך געשען איין טאג. דאס איז למעשה געווען די צוואה פונעם טאטן ז''ל.ברוך כבוד האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 04, 2026 10:25 pmאיז הרב אלעזר ממשיך און ממלא מקום אביו אבד"ק תהילות ישראל זצ"ל?על פי תורה האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 04, 2026 8:33 pm ר' אלעזר רומפלער היינט אין בני ברק, באזוכט ביי בן כ''ק אדמו''ר מאכניווקא בעלזא שליט''א
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור,
און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון גדולי הרבנים שליט''א וביניהם הגה''צ דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א ועוד.
בשם ה' נעשה ונצליח!
און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון גדולי הרבנים שליט''א וביניהם הגה''צ דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א ועוד.
בשם ה' נעשה ונצליח!
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
משפחת רומפלער זענען ארגינעל פונדערהיים חסידי בעלזא.על פי תורה האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 04, 2026 8:33 pm ר' אלעזר רומפלער היינט אין בני ברק, באזוכט ביי בן כ''ק אדמו''ר מאכניווקא בעלזא שליט''א
-
קטן בקטנים
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 34
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2025 10:14 pm
- Location: monroe
- x 56
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
וואס האט די טאטע געשריבן?על פי תורה האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 05, 2026 2:50 pmנישט אויפן מינוט. אפשר וועט דאס נאך געשען איין טאג. דאס איז למעשה געווען די צוואה פונעם טאטן ז''ל.ברוך כבוד האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 04, 2026 10:25 pmאיז הרב אלעזר ממשיך און ממלא מקום אביו אבד"ק תהילות ישראל זצ"ל?על פי תורה האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 04, 2026 8:33 pm ר' אלעזר רומפלער היינט אין בני ברק, באזוכט ביי בן כ''ק אדמו''ר מאכניווקא בעלזא שליט''א
א פרייליכער מענטש איז נישט דער וואס 'פארמאגט' אלעס, נאר דער וואס 'דאנקט' אויף אלעס.
-
היימישע זייגער
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 444
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 2:43 am
- x 1369
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
מאכניווקא בעלזאקראכמאל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 06, 2026 12:20 amמשפחת רומפלער זענען ארגינעל פונדערהיים חסידי בעלזא.על פי תורה האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 04, 2026 8:33 pm ר' אלעזר רומפלער היינט אין בני ברק, באזוכט ביי בן כ''ק אדמו''ר מאכניווקא בעלזא שליט''א
-
לב שלם
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 94
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 10:38 am
- Location: בני ברק
- x 210
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
זיין געווזענער שווער איז א בעלזא מאכנובקא חסידקראכמאל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 06, 2026 12:20 amמשפחת רומפלער זענען ארגינעל פונדערהיים חסידי בעלזא.על פי תורה האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 04, 2026 8:33 pm ר' אלעזר רומפלער היינט אין בני ברק, באזוכט ביי בן כ''ק אדמו''ר מאכניווקא בעלזא שליט''א
- על פי תורה
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1583
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
- Location: בירושלים בקרוב
- x 15983
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אז ר' אלעזר זאל איבערנעמען די רבנות פון קהל תהילת ישראלקטן בקטנים האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 06, 2026 12:10 pmוואס האט די טאטע געשריבן?על פי תורה האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 05, 2026 2:50 pmנישט אויפן מינוט. אפשר וועט דאס נאך געשען איין טאג. דאס איז למעשה געווען די צוואה פונעם טאטן ז''ל.
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור,
און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון גדולי הרבנים שליט''א וביניהם הגה''צ דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א ועוד.
בשם ה' נעשה ונצליח!
און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון גדולי הרבנים שליט''א וביניהם הגה''צ דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א ועוד.
בשם ה' נעשה ונצליח!
-
שעה משחקת לו
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 43
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יאנואר 25, 2026 7:31 pm
- x 231
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
בס''ד
הנה מה טוב ומה נעים.
א גאר התרגשות'דיגער שבת איז פאריבער און מחנה תולדות רפאל קאשוי סוואן לעיק.
ווי עס איז פארגעקומען א שבת התוועדות פאר די קינדער יוצאי חלצי פונעם טאכטער פונעם רבי'ן שליט''א אשת משה יוסף ראזנער ר"מ.
עס האבן זיך באטייליגט:
חתנו כבנו הרב יואל העניך העלבראנץ.
בנו החביב הרב יחזקאל ראזנער.
בתו אשת הרב אליהו רומפלער.
און נאך צוויי אינגערע קינדער.
דאס איז אחוץ די איבער 20 אייניקלעך בליעה"ר וואס זענען אויך געווען אויף שבת.
עס געווען א גאר התרגשות'דיגער מעמד ווען די רבי שליט''א די זיידע האט זיך געטראפן מיט די קינדער, און אייניקלעך, ווי ער האט זיך גאר שטארק אינטערעסירט ביי זיי ווי אזוי זאכן זענען מסודר, און אפגעגעבן א שבח והודאה פארן באשעפער עד הנה עזורונו ולא עזבונו לנצח.
אינטערעסאנט אנצומערקן אז מן השמים האט מען אזוי געפירט, אז די פרייטאג וואס איז געווען די יארצייט פון די צדיקת די באבע רבקה חיה דרעזיל בת משה דוב ע"ה, וואס עס איז נישט אדורך א טאג און די לעצטע 30 יאר וואס זי האט נישט געוויינט פאר די דורות, און זי האט ביי א געלעגענהייט ערהאלטן אן הבטחה פונעם הייליגן גרויסן שווער די קאשוי רבי זצוק"ל, אז זיי וועלן זיך נאך צוריקקערן, אז און די יום היארצייט זענען אלע זיך צוזאם געקומען.
שבת בייטאג איז מען געגאנגען באזוכן ביי ש"ב הרבני הנגיד הטפסר המרומם הרב יואל גרינבוים שליט''א וואס געפינט זיך בשכינות פון די קאנטרי, און ער איז מפקיר נפשו ומאודו 24 שעה א טאג להציל שארנו משחת, און זיכער מאכן אז איעדער האט אלעס וואס מען דארף.
עס בלייבט נאר איבער מתפלל זיין אז פאר די איבעריגע זאל שוין אויך מקוים ווערען והשיב לב בנים כל אבותם אמן

- בערל דער פייפער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1410
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
- Location: אין דארף
- x 2318
-
קטן בקטנים
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 34
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2025 10:14 pm
- Location: monroe
- x 56
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ווער איז יעצט רב?על פי תורה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 06, 2026 9:11 pmאז ר' אלעזר זאל איבערנעמען די רבנות פון קהל תהילת ישראלקטן בקטנים האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 06, 2026 12:10 pmוואס האט די טאטע געשריבן?על פי תורה האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 05, 2026 2:50 pm
נישט אויפן מינוט. אפשר וועט דאס נאך געשען איין טאג. דאס איז למעשה געווען די צוואה פונעם טאטן ז''ל.
א פרייליכער מענטש איז נישט דער וואס 'פארמאגט' אלעס, נאר דער וואס 'דאנקט' אויף אלעס.
-
לב שלם
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 94
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 10:38 am
- Location: בני ברק
- x 210
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
"ביים לוויה פון הגה"צ ר' אהרן הערש רומפלער זצ"ל האט מען מכתיר געוון ע"פ צצואת אביו בנו בכורו ר' אלעזר שליט"אקטן בקטנים האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 11, 2026 1:44 pmווער איז יעצט רב?על פי תורה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 06, 2026 9:11 pmאז ר' אלעזר זאל איבערנעמען די רבנות פון קהל תהילת ישראל
-
לב שלם
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 94
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 10:38 am
- Location: בני ברק
- x 210
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
היות ר' אלעזר איז צוריק קיין גוואטעמאלע נאכן פטירה פון זין פאטער, איז נתמנה געווארן א יונגערע זון פון הגה"צ ר' אהרן הערש זצ"לקטן בקטנים האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 11, 2026 1:44 pmווער איז יעצט רב?על פי תורה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 06, 2026 9:11 pmאז ר' אלעזר זאל איבערנעמען די רבנות פון קהל תהילת ישראל
-
שטילער ניק
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 23
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 17, 2025 2:24 pm
- x 49
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געווען עפעס נייעס מיט'ן אוועקנעמען קינדער פון לב טהור עלטערן, איינער מיט פרטים?
-
אין כל חדש
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 135
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 12:12 am
- Location: blooming groove
- x 1365
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
בס"ד
בנוגע דאס וואס די גוטעמאלא טשיילד פראטעקשן האט אוועק גענומען א קינד פארגאנגענע וואך, וועלן מיר באשרייבן פרטי הדברים לרבות השואלים.
פאריאר אויגוסט 2025 איז געווען די געריכט פאר די משפחה און גוטעמאלא, ווי די עלטערן האבן גערופן א פעטער זייערע פון אמעריקא צו קומען נעמען קאסטעדי אויף זייערע קינדער, די זעלבע ווי אסאך אנדערע משפחות האבן געטון יענע תקופה.
פאר יאר נאך שבועות איז ביי די משפחה געבוירן געווארן א דריטע קינד למז"ט וואס איז פארהוילן געווארן פון די טשיילד פראטעקשן, צו פארמיידן אז דאס קינד זאל ח"ו נישט אנקומען און שעלטער.
ביי די לעצטע געריכט פון די משפחה, וואס די פעטער איז געקומען נעמען קאסטעדי אויף די צוויי קינדער, איז די בעבי אויך אויף געברענגט געווארן ביים געריכט דורך זייער לויער, אז היות זיי האבן נאך נישט קיין שריפטן פאר דאס קינד, קענען זיי נאך נישט באקומען קיין פאספארט צו נעמען דאס קינד קיין אמעריקא, האט די שופט געגעבען רשות אז די עלטערן קענען גיין קיין אמעריקא מיט די צוויי קינדער, און צו געלייגט א תנאי אויף די בעבי אז תיכף ווען עס ווערט מסודר די פאפירן מוז די בעבי אויך גיין קיין אמעריקא.
די מאמע איז בשעה טובה מיט די הילף פון די פעטער אנגעקומען קיין אמעריקא, "ווי קיינער האט נישט אוועק גענומען קיין קינדער פון פון די עלטערן", אפי' נאך וואס די אידישע שכנים האבן געהאלטן און איין מעורר זיין די עסקנים, אז אויב די משפחה גייען נישט נעמען קיין שריט גייען זיי רופן טשיילד פראטעקשן, (בכלל נישט בנוגע די נושא פון לב טהור, נאר פאר נושאים וואס ל"ע ול"ע מען מוז אמאל מסדר זיין קינדער ביי אנדערע משפחות און אמעריקא און סיי ווי אימער, ווען די עלטערן זענען נישט מסודר, און די קינדער זענען און א סכנה), האבן די עסקנים מחליט געווען אוועק צושטיין דערפון, (שטארק יתכן אז עס איז נישט געווען א ריכטיגע החלטה), אזוי איז די מאמע געווען מיט אירע קינדער על מי מנוחות ביז אוקטובער 12.
אוקטובער 12 האט די שוחט אנשים נשים וילדים יעקב נחום וויינגארטן פון פארט דיקס דשעיל FCI Fort Dix אויף "סעלפאון סערוויס" ארויס געגעבען א באפעיל אז היות אז עס איז דא א דעדליין ביז זאת חנוכה, וואס אלע קינדער מוזן זיין מסודר און מוסדות, (די דעדליין איז געווען אויף אסרו חג סוכות ווען די חדר יאר הייבט זיך אן, אבער נאך וואס די משפחות האבן געבעטן דעם זיידן אז זיי פארשטייען אז די קינדער דארפן גיין און מוסדות לערנען, אבער זיי דארפן פשוט מער צייט ביז חנוכה דאס מסדר צו זיין...., האט די זיידע אפגעשטיפט די זמן אויף חנוכה), און ער האט זייער שנעל איינגעזעהן אז קיין שום מוסד גייט נישט אנעמען די קינדער ביי זיי און די מוסד, ווילאנג זיי גייען נישט אפלאזן די מקום טומאה לב טהור, האט יעקב נחום ארויס געגעבען א באפעיל אז איעדער אנטלויפט קיין קאלאמביא, און א חלק קיין עקוואדאר, אונז וועלן נישט אריין גיין און די פרטי פרטים פון די אנטלויפן.
יעצט אזוי ווי אונזער קאפ ארבעט נישט אזוי געלונגען און שנעל ווי א לב טהור קאפ, האבן מיר דא אפאר שאלות וואס מיר פארשטייען נישט געהעריג:
1) ווען די עלטערן האבן איבער געלאזט א ניי געבוירן בעבי, א זייגעדיגע בעבי, און די הענט פון א פרעמדע לאנד ביי א פרעמדע משפחה, "אפי' נאך וואס זיי האבן שוין געקענט ברענגן די קינד קיין אמעריקא "די פאספארט איז שוין געווען גרייט SEP/5/2025" איבער א חודש פארן אנטלויפן קיין קאלאמביא, צו קענען זיין צוזאמען מיט די מאמע בשעת די מאמע האט נאך געהאט אירע קינדער און אמעריקא אן דעם וואס איינער זאל סיי וועם אוועק נעמען פארוואס איז זי נישט געלאפן נעמען איר קינד צו זיין מיט איר?????
2) וויפיל מאל און די לעצטע 12 חדשים איז דאס קינד געווען מיט די מאמע?????
3) יעצט ווען טשיילד פראטעקשן האט אוועק גענומען דאס קינד "פון די פרעמדע משפחה וואס האט געהאדעוועט די בעבי ביז יעצט" ווי האבן זיי געלייגט דאס בעבי??? ביי א צווייטע ערליכע משפחה און גוטעמאלא!!! נא נאך 12 חדשים ווען די בעבי איז קאלטבליטיגערהייט געווען ביי א צווייטע משפחה אן די מאמע אויף די באפעיל פון לב טהור איז אלעס גוט געווען, און יעצט ווען מען האט ס"ה געטוישט משפחה וואס איז געשען????.
4) בכלל מעיקרא פראביר מיר צו פארשטיין די מאמע האט חתונה געהאט ביי איר 12 יאר מיט איר מאן וואס איז געווען 19 יאר אלט, די מאמע האט געהאט איר ערשטע קינד ביי איר 14 יאר אלט, און די דריטע ביי איר 18 יאר אלט, און יעצט ביי איר 19 יאר איז זי אין אנדערע אומשטענדן, וואס ביי איעדעס קינד איז זי אדורך גאר שווערע צייטן, הישמע כזאת בישראל אז מען זאל אזא זאך צולאזן????.
5) לויט די פלאן וועט דאס קינד האבן א געריכט ביז א וואך צוויי ווי דאס קינד וועט דארפן ארויס גיין קיין אמעריקא, האט איינער פראבירט מברר צו זיין ביי די משפחה וואס איז די פלאן איז און אמעריקא מיט דאס קינד????, ווייסט דען נישט די מאמע אז איר שוועגערן וואס האט געבוירן א בעבי גראד "שוין נאכן אנטלויפן מיט א קינד קיין קאלאמביא", וואס איר עלטערע קינד האט מען אוועק גענומען, אבער דאס נייע געבוירן זייגעדיג קינד האט מען פארשטאנען אז דאס קינד דארף זיין מיט די עלטערן????.
6) די תירוץ אויף אלע 5 קשיות איז: טומאה, עקשנות, נצחון, וכו' וכו' די ראש המשפחה משה יוסף ראזנער לויט נישט זיינע קינדער זיך טוישן צו קענען צוריק באקומען זייערע קינדער אן קיין שום אויסרייד, שוין נאך וואס נחמן העלבראנס האט געשיקט א לענגערע בריוו פארן זיידן שליט"א און געבעטן פאר שלום, און עס איז דא א באשטעטיגטע שלום אפמאך וואס נחמן האט באשטעטיגט, און משה יוסף איז דער וואס האלט דאס אפ, אן זיך רעכענען מיט זיינע אייגענע קינדערס געוויין אז זיי ווילן צוריק באקומען זייערע קינדער.
ס"ה אזוי לב טהור האט אלע יארן פראבירט צו שרייען וואלף, וואלף, און שפילען נרדף אלץ אומשילדיגע און אלעס וואס מען באשילדיקט זיי, ווי אויך אז זיי ווערען געפייניגט סתם פון שנאה, "און פארשטייט זיך אז דאס איז די לעצטע נסיון פאר ביאת המשיח...", ליידער ליידער האט כלל ישראל זיך שוין איבערצייגט די אמת אז די משפחות וואס האבן איבער געלויזט דאס מקום רשע, זענען דאנקבאר דערפאר, און זיי קענען זיך נישט מוחל זיין אויף די שקר וואס מען האט זיי פארקויפט די אלע יארן, און מען האט זיי אלע ארויס געהאלפן מיט וויפיל מען האט נאר געקענט, צו מיט רענט, פלאצירן די קינדער און מוסדות, שכ"ל, טרעפן א גוטע פרנסה, און נאך אסאך אסאך הילף, און די וואס פראבירן נאך אלץ די אלטע לב טהור סיסטעם און זענען איינגערעדט אז דאס וועט זיי נאך העלפן, ווילן מיר זאגן אשאד די ארבעט, עורו ישינים משינתכם, ענק קענען זייער גרינג צוריק באקומען ענקערע קינדער, ענק קענען זייער גרינג לעבן על מי מנוחות, ענק דארפן נאר מסכים זיין אז ענקערע קינדער זאלן ארויס גיין פון א סכנה ברוחניות ובגשמיות.

- נויז מאשין
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 253
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 3:09 pm
- x 527
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
זענען דא לב טהור קינדער וואס לערנען אין סאטמאר מהר''א?
-
אין כל חדש
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 135
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 12:12 am
- Location: blooming groove
- x 1365
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
יא זיכער מערערע ב"הנויז מאשין האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 16, 2026 2:18 pm זענען דא לב טהור קינדער וואס לערנען אין סאטמאר מהר''א?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ווער זענען די אידן מיט די לב טהור קליידער וואס מ'זעט אויף די בילד ביים ציון הק' אין קרית יואל?