אן נעמען קיין שטעלונג, אפאר קארעקשענס.לא ימושו מפיך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 30, 2026 7:44 pm1. אבני צדק איז נישט קיין קאמיונטי רום עס איז נתנדב געווארן בימים ההם דורך ר' מאיר הירש, די קאמיונטי רום איז ביהמ"ד דברי חיים, א ערך'דיגע 50 טויזנט נדבה פאר עטליכע הונדערט דירות..
2. ביהמ"ד ברך משה, שטח האט מען באקומען פון די דעוועלאפער, א נישטיגע וועליו בימים ההם, די ארגינעלע בנין איז נתנדב געווארן דורך ר' עקיבא הערש קליין און דערנאך עטליכע מאל צוגעבויט און ר' גדלי סעגעדין האט געשאפט פאר דעם עטליכע מיליאן דאלאר
3. קול אליהו, די ארגינעלע קאמיונטי רום האט פארלאנגט א רויע בעיסמענט, ר' אהרן וויינבערגער האט זיך מתנב געווען עס שיין אויפצובויען מיט א מקוה.
4. אמרי נועם, שוין גערעדט.
אבני צדק עקסטענשן איז די קמויונעטי רום פון יוקל הירש‘ס דירות.
דברי חיים איז די קומינעטי רום נאר פון משה לעיזער ניימאן‘ס דירות,
חיים נחום ווצ”ב קומיונעטי רום איז אין ביהמ”ד ברך משה. איינע פון די וועגן וויאזוי גדלי‘ס געלט איז געשאפן געווארן.
אגב בניני קליין אינגלעך אין מיידלעך זענען פון די קומינעטי רומס פאר שכונת ויואל משה.