די מעשה הייסט! פעטער אייער שטריימל איז שוויציג!!

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
פארענטשע שטופער
פרישער באניצער
פאוסטס: 41
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 02, 2025 3:33 pm
Location: מירון
x 95

די מעשה הייסט! פעטער אייער שטריימל איז שוויציג!!

פאוסט דורך פארענטשע שטופער »

די מעשה הייסט! פעטער אייער שטריימל איז שוויציג!


א גיט יאר איך בין א אינגערמאן וואס האט חתונה געהאט א שטיק צייט צוריק , אבער מיט דעם אלעם האלט איך שוין לאחר חמשה ועשרים (קע''ה) , און איך האב זוכה געווען צום טיטל "אלטע בחור" (ד.מ. א טיטל אן א מיטל) , איך האב אלץ געהאט א וויזיע אז ווען איך גיי האלטן נאכן הרי את, גיי איך פרובירן צו ברענגען א שטיקל אויפוואכונג ארום די נושא ,


איז די מעשה אזוי , איך בין געווען מער ווייניגער א געסעטעלטע בחור (אקעי לכורה עפעס א באם!... למעשה נישט גראדע!!), ד.ה. איך האב געהאט א 'נארמאלע' ארבעט , איך בין קיינמאל נישט ארויס אן א רעקל …. , געהאט א כשר'ע טעלעפאון, געהאט אפאר שיעורי תורה א טאג , איך בין אן געגאנגען מיטן טאג טעגליכן לעבן ווי א ערליכע אינגערמאן נאר מיט א קלענערע סייז תפילין בייטל (א גאלדענע) , אפילו געדאווענט און א געהעריגע ביהמ''ד שבת…, אלעס איז געווען פיין און וואויל, געווען געשעצט ביי די חבירים פון מיין עידש ( איך רעד נישט פון די וואס גייען אריין און די פעטער קאטערגאריע) און ביי די ארבעט , מען האט ב''ה קיינמאל נישט אנגעזען אויף מיר קיין צייכענעס פון דעפרעשאן אדער דעספערעשאן….,


אלעס איז געווען פיין ביז עס איז געקומען צו קרובים, אדער, נאנטע-פרעמדע, דאס מיינט אזעלכע וואס קענען מיין נאמען אבער נישט מיין סייז…(פארשטייסט וואס איך מיין?...), פשוט ווייל זיי קענען עס נישט הענדלען! זייער הארץ גייייט אויס פאר מיר , גלייב מיר.! אסאך מאל האב איך געוואלט עס זאל אינגאנצן אויסגיין… ,זיי האבען אייביג געווארפן אזעלכע רחמנות'דיגע בליקן ווי איך האב נאר געוואקט, זיי האבען פארשטאנען וויאזוי צו טוישן א טאפיק ביי א שמיעס אן דעם וואס איך זאל כאפן וואס מען האט דא גערעדט א רגע צוריק… אא''וו ,


דאס אלעס קען מען נאך אראפ שלינגען (אזוי ווי שליים…) , ביז עס קומט צו געוויסע צייטן ווי שמחות אדער אנדערע צוזאמקומען , דארט ווערט עס אביסעלע קאמפלוצירט , ד.מ. אויב קום איך נישט אן מיינט עס שוין אז… שוין, נעבעך א עלטערע בחור ...., און ווען ער גייט מיר טרעפן קימעדיגע מאל גייט קומען אזא ,ווי ביסטו געוועזן ביי מיין שמחה? שוין ס'גוט כ'פארשטיי...., ( אויב אזוי וואס פרעגסטו? גראדע, די פארשטייסט נישט!!) יעצט קומט אזא קלאפ און פלייצע, אי''ה ביי דיר אויף שמחות בקרוב…! צדיק וואס קלאפסטו? כבין עפעס דיין עידש?! קלאפן זאלסטו דיין שוויגער....!!
אבער יעצט קומט עס! אויייב (דריי מיטן פינגער) קומט מען יא צו די שמחה גייט עס אזוי…!
די ערשטע זאך איז ווען די קומסט אן מאכט יעדער אזא לאנגע געניץ מיט א קול, אהההה..., דאס קומט פשוט פון גרויס איבערגענימענקייט אז דער גע'עלטערטן איז אראפ געקומען ספעציעל צום היינט נאכטיגן שמחה. טאקע א גדולה, ניין?!,
און נאכדעם הייבט זיך אן די ''בקרוב'' ווינטשן . יעדער און א רייע מען דארף זיך נישט שטיפן! און דאס קומט שטייצעך מיט אזא קוועטש און די הענט, ווי מער געשמאק מען איז אלס א שטערקערע דריק…! אזוי האט די אייבישטער אויסגעשטעלט די בריאה....!
נאך דעם הייבט זיך אן די זיכן א פלאץ,
סא איז אזוי ,
ביי די טאטעס?! נע ביסטעך א בחור!
ביי די בחורים?! כ'בין_ נישט_ קיין_ בחור!! קלאר???
ביי די איגעלייט?! כבין נישט זייער עידש! נישט זייער סייז! און נישט זייער גראָך! ....,


סא באין ברירה שפאן איך צוריק ארויס פון זאל און דאן צוריק אריין אא''ו ביז עס ניצט זיך אויס , וואס? אדער די טרערן! אדער די נערוון! אדער די צייט!...
פיין, יעצט קומט שוין חתן דינן אריין, 'מזל טוב' 'מזל טוב' עוד ישמע, די חתן קוקט אויס ווי א בר מצווה בחור וואס ווייסט נישט וואס פליעט אים.... 6 יאר אינגער מיר, וואס א חילוק, סאַכאַסאך נחת!


מהייבט יעצט אן צו שפאצירן ארום די זאל בשעת די חתן טאנצט מיט די מחותנים,
אוי מודה אני. אני לפניך און איך צו מיט די נאז, קראץ די אויגן, און בייס די ליפן האפענדיג אז קיינער זעיט נישט....
ביז עס קומט די געהויבענע מינוט וואס מיין זיידע שליט''א גייט שוין טאנצן מיטן באליבטן אייניקל, און די גאנצע משפחה לויפט ספאנטאן אריין טאנצן אזוי ווי בעסטע חברים…! ,
נאך פאר איך האב צייט צו טראכטן ווי אזוי מען פיצט אפ פון שטח. קומט שוין מיין פאר'ריקט געשמאקע פעטער און ער ווייזט מיר אזא פארקערטע שלום עליכם. ווי צו זאגן בחור'ל שעימט אייך נישט...קום אריין האפקען אביסל. שמחות חתן וכלה איז בכלל נישט קיין קלייניקייט!,
ער גיבט מיר אזא נעם ארום די קארג ווי כאילו מיין 5 אינטשיגע קנאבל עקזערסטירט בכלל נישט ... ,אויב דאס איז נישט גענוג, גוט ער מיר נאך אזא זאג אריין און אויער. בשעת א הייסע פארע רייסט זיך ארויס פון זיין זאטע מויל , '' מיט שמחה קען מען ענדערש פויעלן''...!!,
סא לאמיר עס צולייגן איך בין געשטאנען אין די זייט און געהאלטן פינקט אונמיטן פויעלן ס'איז פשוט נישט געווען בשמחה, יעצט ווען ער לייגט ארויף זיין נאסע ארעם אויף מיין פלייצע און ער שאקלט עס שטארק ''יעצט'' פויעלט מען! כפארשטיי כמיין כאבעס ארויס…,
יעצט קומט די הויך פונקט פונעם שמחה...., איך טאנץ אזוי פארטראכט און מיינע געדאנקען ,אונמיטן האט מיר מיין זיידע געדארפט באמערקן, ער קוקט מיר אן מיט אזא בליק פון רחמנות געמישט מיט שמחה און רגש ... , און מיט א שמייכל פון פאה צו פאה איז ער מיר ''מכבד'' צו כאפן א ריקוד מיט'ן חתן, לכאורה האט ער געשפירט אז איך קען יעצט פשוט ניצן די חוזיק.... , שוין וועל איך אפקומען אביסל!
אבער יעצט קומט צו טאקע דער יעיניגער פעטער, און מיט זיין גרויס פרישקייט וויל ער אראפ נעמען מיין היט!!, איך פרוביר צו קיקן שטרענג ווי אום צו ווינקען טי דאס נישט צו מיר!! אבער ער פארשטייט בעסער ( האסט פארגעסן אז ער איז געשמאק?).... ער גיבט א כאפ אראפ מיין שיינע ביבער היט נארוואס ארויס פון באקס און גוט א זעץ ארויף זיין שיינע מצה שטריימל אויף מיין קאפ !!…, .איינער שרייט נאך אריין, עס שטייט דיר גיט!.... שכח ברידער! אפשר כאפסטו אז דא שטייט א גע'עדשטע בחור און מיטן א פולע זאל און מאכט איין פאר בושה!!!!
און אזוי טאנץ (לייען וואק) איך הין און צוריק בשעת עס איז ויניעו אמות הסיפים די גאנצע זאל ווערט נאר מער און מער פרייליך, הייבט אייך אידעלעך! סהייסט, די אלטע בחור קיקט שוין עכט אויס ווי א טאטע! אוי ווי קיוט,! סוי זיס,!...


און איך ווער הייסער און הייסער . און פליצלינג הייבט אן צו טראפן!... איך טריי צו כאפן אויב עס קומט פון די שטערן אדער פון די אויגן, אבער ניין עס קומט גאר פונעם שיינעם קאץ וואס איך האב אויפן קאפ!!! פעך!!!! איך וויל שרייען, פעטער דיין שטריימל שטינקט, עס שוויצט! פוי!!! טראג אים אראפ פון מיין קאפ ביטע!
אבער שטא צו וועם צו רעדן ער קלאטשט יעצט פון גרויס דערהויבנקייט!
לעבעדיג!! דער אלטער מיטן גראבן קנאבל פויעלט יעצט א ישועה , איך טראכט אזוי באשעפער איינציגער וועלכע גראבע עבירה האב איך שוין געטון אז עס קומט זיך מיר אזא פריקען עונש....,
ענדליך נאך אפאר פיינפולע מינוטען איז די קאשמאר געקומען צו א ענדע ב''ה , און איך גיי ארויס פון זאל צושפליטערט ביז'ן טיפעניש פון מיין נשמה מיט א פעסטע קבלה אז מער טרעט איך נישט אריין צו א אינגערע קאזין'ס חתונה…!










דאס איז איינס פון צענליגע אזעלכע מעשיות וואס קומען ליידער פאר במחנינו אויף א טעגליכע פארנעם !


רבותי די אביוז מיז זיך אפשטעלן!!
טאקע נישט אינטער א יעדע אלטע ביבער היט ליגט א צובראכענע נפש !
אבער איר קענט זיין דער וואס צוברעכט עס אויף פיץ פיצלעך מיט א קלייניקייט !!!
לא תעמוד על דם רעך !!


דאס גייט אן סיי ביי עלטערע בחורים, און סיי ביי עלטערע מיידלעך, און אזוי אויך ביי די עלטערן וואס האבן עלטערע קינדער און שטוב, די אלע האבן א הארץ און א נשמה וואס טראפט בלוט טאג איין טאג אויס אויף זייער מצב,
נישט אז איר דארפט יעצט אנהייבן צו אבאכט גיבן ווי איר גייט נישט אנצוטרעפן אזא איינעם ,
נאר האב שכל און גיב א שמייכל …..


נ.ב. אויב פילסטו אז די האסט א איבריגע דאזע געשמאקייט און די פיעלסט אז עס גייט ארויס רינען לויף צו א קארנער זיך אויף דיין פיצי נעפיו און גיב אים א גראבן קניפ און באק!



א באנטש נחת!!!
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3341
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 13832

Re: די מעשה הייסט! פעטער אייער שטריימל איז שוויציג!!

פאוסט דורך בודקע »

זייער ווייטאגליך אז וויפיל מ'שרייבט דערוועגן, קומט עס נאכאלץ נישט אן צו די וואס דארפן עס באמת הערן.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.

קרעדיט: פיני גליק
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3934
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 13440

Re: די מעשה הייסט! פעטער אייער שטריימל איז שוויציג!!

פאוסט דורך פופציגער »

ריכטיג ריכטיג
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
ראובן
פרישער באניצער
פאוסטס: 69
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 07, 2025 2:27 am
x 148

Re: די מעשה הייסט! פעטער אייער שטריימל איז שוויציג!!

פאוסט דורך ראובן »

בודקע האט געשריבן: פרייטאג יולי 17, 2026 1:27 am זייער ווייטאגליך אז וויפיל מ'שרייבט דערוועגן, קומט עס נאכאלץ נישט אן צו די וואס דארפן עס באמת הערן.
די וואס דארפן עס באמת הערן וועלן עס בדרך הטבע קיינמאל נישט "דערהערן" ווייל פארדעם זענען זיי דאך אזוי לכתחילה. אזויפיל קען עס יא העלפן אז אנדערע זאלן עס הערן און ווען עס קומט דער געשמאקער פעטער אדער אזא מצב בכלליות זאל א צווייטער קומען בדעת ובדרך כבוד און פארמינערען די אומאנגענעמליכקייט
פארענטשע שטופער
פרישער באניצער
פאוסטס: 41
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 02, 2025 3:33 pm
Location: מירון
x 95

Re: די מעשה הייסט! פעטער אייער שטריימל איז שוויציג!!

פאוסט דורך פארענטשע שטופער »

איין קליינע דיטעיל נאך , זייער אסאך מאל , ווי און מיין פאל איז די געשמאקע פעטער נישט דוקא א פעטער נאר עס קען אויך זיין די זיידע אדער גאר א קאזן!! א עלטערע, אדער א 'אינגערע'! וואס ווייסט נאך אפילו נישט וואס לעבן מיינט! א ראצער!! למשל ער איז ביי מיין חתונה אגאנצן טאנצן געווען אינמיטן די רינג און זיין שטריימל אויפן פלאר און געמאכט מיט זיין הענט ווי א פען .... פשוט צו הייבן דעם ציבור , ער האט קלאר געזען אז עס ארבעט ... , דאס איז ביי חתונות,
אבער ביי אנדערע צוזאמקומען און די משפחה אדער חבירים איז גארנישט אנדערש, מען קומט אריין פריידט זיך דרעולם אויסטערליש ... אבער ווען מען קומט אן צום קיפקע ווערט יעדער שטיל פליצלינג ... , חברה אפשר קען ווייטער שמועסן ווי נארמאלע מענטשן?? עס פלעגט גיין בערך אזוי ,אההה שטויס וואסער ווא טיט זעך וויאזוי גייען זאכן? ביי דע וועי וואס איז די רעקל היינט?? (הערסט א חוצפה?!! ער גייט שוין מיט א נאקעדיגע העמד אנע ציצית פאר צוויי יאר ווייל עראיז שוין א אינגערמאן! א טאטע! ער איז שוין א קאסטראקשן בענעדשער! און איך קליינע בחור ברויך זעך ארום דרייען מיט א כאלאט צו צו אפשטעמפלען מיין אידענטעט...) האסט א שמחה ? סהייסט איך טאר נישט פילן ווי א מענטש צווישן מענטשן אדער כאטשיג ווי א פליג צווישן מענטשן !! נאכדעם ווערט די שמיעסט טרענספארעמט צו א סענזאציע וואס א יעדער און די קיפקע זאגט נאר צווישן איינס און צוויי ווערטער... , יאפ, וואס נאך?, למעשה?, ביז דער אורח מיטן קנאבל פארשטייט שוין צו טראגן שטח.... , דעמאלטס הייבט זיך עס אן! יויש נעבעך, וואס גייט זיין מיט אים?, מיין הארץ גייט אויס פאר אים (זאגסט מיר?!...) , גראדע ווייס איך אז איינער האט אים אנגעטראגן א גרישה מיט צוויי קינדער און ער האט אפגעזאגט..... וואס מיינט ער ביז ווען העט ער זיך אזוי וועילן?... ער מיינט אז און די עידש וועט ער טרעפן די ראש הקהל'ס טאכטער?... (גראדע האב איך ב''ה געטראפן א גאר א פיינע זאך, א מיידל! פינעף יאר אינגער מיר אן קיים שום פעלער ב''ה !! פלאצן זאלטעץ אלע!!) איך ווייס נאך יעצט נישט פארוואס ער האט געטראכט אז ווען ער שרייט אן א קול גיי איך נישט הערן... אפשר האט ער געטראכט אז 'אלטע' בחור גזרה שוה 'אלטע' זיידע ?! מאכט סענס פאראזא פערד ווי אים...
בקיצור צוריק צום פוינט '' האב שכל גיב א שמייכל '' און שוין!!!

און א ווארט צו די זיידע'ס פון עלטערע אייניקלעך , כפארשטיי אז עס טיט וויי צו זעין ווי די אייניקלעך יערן זיך צום גיטן , 'אבער ביטע פארשטיי אויך אז פאר זייערע עלטערן איז עס אויך נישט גרינג און כ''ש וכ''ש פאר די אייניקלעך קומט עס נישט אן ספעציעל גרינג', איך בעט אייך, פייניגט נישט! די טאג וועט אי''ה אנקומען!
ווען איר פרעיגט צופיל מאכט עס איין זאך! אז מען זאל נישט פילן קאמפטעבל צו קומען צו ענק אהיים! מיין זיידע פלעיגט א יעדען טאג פרעיגן מיין מאמע אפאר מאל , היינט? נו סדא עפעס אויפן טיש? עפעס ריקט זיך? מיין מאמע פלעיגט עס נישט אויס האלטן!! וואס מיינט ער אז איך פיר די וועלט??
זיידי סטאפ צו פייניגען!! עס מאכט נאר ערגער!!
אפגערעדט ווען איך פלעיג אריינקומען ... פארוואס ביסטו נאך נישט קיין חתן??? די ווייסט אז די האלטסט סטאם אויף דיינע געשוויסטער?? (אזוי??? פון ווי נעמסטו דאס?)
איין מאל ביי א צשפחה צוזאמקום האט מיין זיידע געשריגן ווען איך בין אריינגעקומען , קום נישט אריין דא נאכאמאל אן א ווייב!!!!
יויש דעי בישות! איך האב גלייך געזיכט א בית הכיסא... עס ציפט נאך ביז יעצט....
און עטץ מיינט אז איינער האט זיך אפילו געקומערט אז איינער ווערט דא פארברענט? א נעכטיגן טאג די עולם האט נאר געלאכט פון זיידי'ס גיטס... חוץ פון מיין מאמע וואס האט עס געהערט פון די זייט און איינגעשרינקן פאר צער!!
נאכאיינמאל 'האב שכל גיב א שמייכל
מלך עליון
ניי צום טיש
פאוסטס: 2
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 6:13 pm
Location: Brooklyn
x 3

Re: די מעשה הייסט! פעטער אייער שטריימל איז שוויציג!!

פאוסט דורך מלך עליון »

זעהר גוט געשריבן,
אויך דארף מען ארויסברענגן אנדערע טפשות'דיגע עַולות װאס דער עולם באגײט זיך קעגן מענטשן װאס האבן נאך נישט מקײם געװען האיש מקדש.
א קלײנער טײל: גלילה, יעמוד הבחור (װאס?! ער איז אבװיעסלי לכה״פ 30 יאהר!), מען רעדט זיי אײן אז ער דארף/זאל נישט טראגן קײן טלית גדול (וואס?! דער קלײנער ..ינקער װאס האט נאך אפילו נישט קײ האר צום בארד, איז שמאהל באמת װי א טינעידזשער, אן אמת'ער בחור (נאר מיט אן עזר כנגדו אין שטוב, העי, אפשר זאל זי אנטוהן דעם טלית!), האט נאך נישט געארבעט א טאג אין לעבן, פירט זיך נאך אויף קינדיש בכמה ענינים און איז סך הכל 19 יאהר, ער מעג/דארף טראגן א טלית װי א מאכער. נאר דער 27 יעהריגער מאן, מיט א בארד װי דעם אמשינאווער רבי'ן שליט"א, א געזעצטער מענטש מיט א דזשאב אדער פול טײם לערנען, אדער האלב און האלב, וכו' וכו', ער איז נישט קײן מאן, נאר א מין דזשאמבא קינד, און ס'איז פאנני אז ער טראגט א טלית.

דער גאנצער יסוד פון'ם עולם איז בטעות, און מען דארף איבערמאכן זייער געדאנקענגאנג, אפשר דורך דעם װעט מען דאס מתקן זײן.
דהײנו, דאס אז מען רופט אן ערװאקסענעם מענטש א בחור, איז א רשעות שאין כמוהו, און איז בדומה צו װאס די נאציס האבן געמאכט דעם איד פאר אן אונטער-מענטש, דא אויך טוט מען מיט דעם מאכן אן ערװאקסענעם מאן פאר אן אונטער-מענטש.
א בחור ביסודו הנוגע צו אונזער קאנטעקסט איז א טינעידזשער. ע״ד המושאל איז נשתרבב געװארן אז דאס דײט אן אויף א מענטש װאס האט נאך קײנמאל געהאט א װײב.
אבער צו באטיטלען א מענטש א בחור, ווען נישט אין קאנטעקסט פון שידוכים, איז א גפערליכער עולה. פונקט װי מען רופט נישט אויף יעמוד הגרוש, אדער יעמוד האלמון, װײל װי קומט אריין זיין מעריטעל סעטוטס דא אהער, אויפ'ן װעג צום עליה לתורה??!! אזוי אויך דארף מען נישט זאגן יעמוד הבחור, װײל א) ער איז נישט קיין בחור, ער איז 25 30 אדער 40.
און ב) עס איז אזוי װי מען װאלט געזאגט ״יעמוד מי-שלא-נשא-אשה-מעולם ראובן בן שמעון״, װאס דאס איז א געפערליכער איבריגער בזיון כמובן.
וכהנה וכהנה איז דא צו רעדן אין דעם ענין, איך מוז זאגן אז ליידער בזה יפה כח הגוים מכחנו, בײ זײ דוכט זיך איז נישטא דער משוגעת, מען רופט נישט א מענטש א ״בוי״ ביי די דרייסיג, בלויז פאר׳ן שלימזל פון זײן א סינגעל, און מיר מעגן זיך לערנען פון זײ, חכמה בגוים תאמין.

רבותי, היט אייך װיאזוי איר רעדט, אדרעסירט נישט סינגעל מענטשן העכער די 20 אדער לכה״פ 22, מיט דעם השפלה'דיגן טיטל: בחור. דאס איז הלבנת פנים און אונאת דברים, און אװדאי גבאים, גיבט אכט, זאגט קײנמאל נישט יעמוד הבחור אויף אן ערװאקסענעם איד, איר מיינט נישט קײן שלעכטס, אבער מיט דעם קענט איר הארגענען אידישע נפשות און זיי צוברעכען מער װי זיי זענען שוין צובראכן.

און צו אײך רבנים, אז איר קענט אונטערברענגן דעם שלעכטן געפירעכטס אז סינגעל מענטשן זענען געצוואונגען צו שטיין אין שוהל אן א טלית, זאלט איר דאס טוהן. װײל אויב נישט, איז ידיכם דמים מלאו.
לאידך גיסא, אפשר קען מען טענה'ן אז װאס האט עס מיט די רבנים; אלע סינגעל מענטשן זאלן מאכן א יוניאן, להקהל ולעמוד על נפשם (מיט'ן נגון פון די מגלה) און מען װעט מאכן א באשטימטן טאג, למשל ר״ח אלול אדער ר״ה, װעלן אלע סינגעל מענטשן אנטוהן טליתים בכל מקום שהם, אזוי אז דאס װעט װערן דער נארם, אזוי װי עס איז גראדע הלכה'דיג אויך, אז טלית גדול איז נוגע פאר אלע זכרי ישראל, װי מפורש אין גמ' און כן מנהג רוב רובן של ישראל בכל הדורות ואכמ״ל, אבער דער עיקר איז אז מצד כבוד הבריות איז עס אֹװדאי העכסט צײט דאס אײנצופירן.

ועוד יש להאריך בענין השטריימעל, װאס הונדערטער סינגעלס במשך ב״פ, װמ״סב, מאנסי, מאנרא, וכו' וכו' װערן פארשעהמט יעדן שבת און דארפן טראכטן דרײ מאל צי מען זאל גײן אין די גאס, און װאו צו דאװענען מיט די װײניגסטע בושות, כהנה וכהנה, יותר ממה שקריתי לפניכם כתוב כאן, נאר כ'האב שוין נישט קײן כח.
אוועיטער
Super mario
פרישער באניצער
פאוסטס: 41
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 22, 2026 11:54 am
x 32

Re: די מעשה הייסט! פעטער אייער שטריימל איז שוויציג!!

פאוסט דורך Super mario »

געהאט איין פעטער וואס האט מיר אנגעטון זיין שטריימל געווען איז עס א טייערע שמחה שטריימל וואס ער האט נאר פאר שמחות אבער געטראפן האט ער עס מיטן שפיצן אראפּ מיט טוט ער עס נישט
לערן דיך פון מעריא

געפאלן איין מאל און נאכאמאל אבער געבט נישט אויף נאר אזוי קימט מען אן


שרייב פאוסט