א יתום מיט עלטערן

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
אוועיטער
יצחק לעווי
פרישער באניצער
פאוסטס: 28
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 24, 2026 10:47 am
Location: אין מיין הויזן
x 138

א יתום מיט עלטערן

פאוסט דורך יצחק לעווי »

שלומי איז א געווען א ווילדער יונגל, א וואוילער, אבער האט נישט געקענט איינזיצן. אויף די היינטיגע שפראך ווערט עס אנגערופן "עי-די-עידזש-די". יעדע יאר האט די מלמד וואס האט "זוכה" געווען אים צו האבן אין קלאס זיך נישט געקענט א עצה גיבן מיט אים. א פראבלעמאטיש קינד.

יאר נאך יאר האבן די מלמדים זיך אפגעמוטשעט מיט אים און נישט מצליח געווען מיט אים. איין יאר, כסלו-טבת צייט, האט די מנהל באמערקט א שטארקע ענדערונג אויף שלומי'ן, און ס'איז פאר אים געווען א גרויסע וואונדער. איז ער געגאנגען צום מלמד און אים געפרעגט וואס ער האט געטון מיט דעם קינד, קיינער האט נישט מצליח געווען מיט אים ביז היינט.

די מלמד זאגט פאר'ן מנהל. "וואס איז די שאלה, שלומי איז דאך א יתום, מיט א יתום דארף מען זיך אסאך מער אפגעבן". די מנהל קוקט אן די מלמד צומישט. "וואס יתום? שלומי איז בכלל נישט קיין יתום".

ביידע קוקן זיך אן צומישט, נישט וואוסנדיג צו זיי רעדן פונעם זעלבן קינד. די מנהל גיבט א פרעג די מלמד, "פארוואס מיינסטו אז ער איז א יתום?". די מלמד ענטפערט אז אויפ'ן ליסטע פון אלע קינדער וואס ער האט באקומען אנהייב יאר, איז ביי שלומי געווען אויסגעלאזט זיין טאטנס נאמען, "האב איך פארשטאנען אז ער האט נישט קיין טאטע, און דערפאר האב איך זיך באזונדער אפגעגעבן מיט אים".

דער שלומי האט זיך אויפגעפירט די זעלבע ווי אלע יארן, איבערגעדריידט אזויווי אייביג, די חילוק איז נאר געווען אז דאסמאל האט זיך די מלמד אפגעגעבן מיט אים מיט מער הארץ און געפיל מיינענדיג אז ער איז א יתום. נאר אזוי איז דאס קינד געווארן כאחד האדם.

וואס דארף מען ווארטן א קינד זאל חלילה זיין א יתום און זיך אפגעבן מיט אים? אוודאי א מלמד קען זיך נישט אפגעבן מיט יעדעם די זעלבע, אבער ווען א קינד דריידט אביסל איבער מיינט נישט אז ער איז א שלעכט קינד, גיב זיך אפ מיט אים ווי צו א יתום, נאר אזוי וועט ער מצליח זיין.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3827
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4776

Re: א יתום מיט עלטערן

פאוסט דורך אנדערער »

מעשה אמת?
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
אוועיטער
יצחק לעווי
פרישער באניצער
פאוסטס: 28
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 24, 2026 10:47 am
Location: אין מיין הויזן
x 138

Re: א יתום מיט עלטערן

פאוסט דורך יצחק לעווי »

אנדערער האט געשריבן: מאנטאג יולי 20, 2026 12:30 am מעשה אמת?
איני יודע, געהערט פון א בעל דרשן (כ'געדענק ניטאמאל וועם)
טאגבוך
ניי צום טיש
פאוסטס: 14
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 25, 2025 2:35 pm
x 39

Re: א יתום מיט עלטערן

פאוסט דורך טאגבוך »

פון אליעזר קרויס האב איך געהערט אמאל אז ער האט געטראפן איינעם זיצן אין א רעסטוראנט מיט זיין זון, אבער אזא איינער וואס זיצט נישט סתם אזוי אין רעסטוראנט, און יענער האט אים מסביר, אז די זון פעלט אויס מער ליבשאפט, האט אליעזר קרויס געזאגט (אויף קול מבשר) אז וואס דארפסטו ווארטן צו זעהן אז דיין קינד דארף עס, געב עס סתם אזוי וועסטו קיינמאל נישט אנקומען צו זעהן אז ער דארף עס.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3827
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4776

Re: א יתום מיט עלטערן

פאוסט דורך אנדערער »

טאגבוך האט געשריבן: פרייטאג יולי 24, 2026 1:33 am פון אליעזר קרויס האב איך געהערט אמאל אז ער האט געטראפן איינעם זיצן אין א רעסטוראנט מיט זיין זון, אבער אזא איינער וואס זיצט נישט סתם אזוי אין רעסטוראנט, און יענער האט אים מסביר, אז די זון פעלט אויס מער ליבשאפט, האט אליעזר קרויס געזאגט (אויף קול מבשר) אז וואס דארפסטו ווארטן צו זעהן אז דיין קינד דארף עס, געב עס סתם אזוי וועסטו קיינמאל נישט אנקומען צו זעהן אז ער דארף עס.
ער פארשטייט יא וואס ער זאגט?
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1621
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 2673

Re: א יתום מיט עלטערן

פאוסט דורך יאנטשי »

אנדערער האט געשריבן: פרייטאג יולי 24, 2026 1:42 am
טאגבוך האט געשריבן: פרייטאג יולי 24, 2026 1:33 am פון אליעזר קרויס האב איך געהערט אמאל אז ער האט געטראפן איינעם זיצן אין א רעסטוראנט מיט זיין זון, אבער אזא איינער וואס זיצט נישט סתם אזוי אין רעסטוראנט, און יענער האט אים מסביר, אז די זון פעלט אויס מער ליבשאפט, האט אליעזר קרויס געזאגט (אויף קול מבשר) אז וואס דארפסטו ווארטן צו זעהן אז דיין קינד דארף עס, געב עס סתם אזוי וועסטו קיינמאל נישט אנקומען צו זעהן אז ער דארף עס.
ער פארשטייט יא וואס ער זאגט?
כמדומה רעדט ער נישט פון א קינד וואס דארף סתם אזוי מער ליבשאפט, נאר פון א קינד וואס איז אביסל שוואכער פונעם טאטן, און ער זאגט אז ווען דו ווילסט אים געגעבן די ליבשאפט פריער וואלט ער נישט אנגעקוקט צו די מצב.
ברלנד
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3827
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4776

Re: א יתום מיט עלטערן

פאוסט דורך אנדערער »

יאנטשי האט געשריבן: פרייטאג יולי 24, 2026 1:59 am
אנדערער האט געשריבן: פרייטאג יולי 24, 2026 1:42 am
טאגבוך האט געשריבן: פרייטאג יולי 24, 2026 1:33 am פון אליעזר קרויס האב איך געהערט אמאל אז ער האט געטראפן איינעם זיצן אין א רעסטוראנט מיט זיין זון, אבער אזא איינער וואס זיצט נישט סתם אזוי אין רעסטוראנט, און יענער האט אים מסביר, אז די זון פעלט אויס מער ליבשאפט, האט אליעזר קרויס געזאגט (אויף קול מבשר) אז וואס דארפסטו ווארטן צו זעהן אז דיין קינד דארף עס, געב עס סתם אזוי וועסטו קיינמאל נישט אנקומען צו זעהן אז ער דארף עס.
ער פארשטייט יא וואס ער זאגט?
כמדומה רעדט ער נישט פון א קינד וואס דארף סתם אזוי מער ליבשאפט, נאר פון א קינד וואס איז אביסל שוואכער פונעם טאטן, און ער זאגט אז ווען דו ווילסט אים געגעבן די ליבשאפט פריער וואלט ער נישט אנגעקוקט צו די מצב.
אהא. ער ווייסט פאר א פאקט אז דער טאטע האט נישט געגעבן גענוג ליבשאפט פאר דעם?

שרייב פאוסט