סתם זכרונות וואס כ'האב זיך דערמאנט... מסתם נישט אינטערסאנט פאר רוב ליינער, נאר פאר אזעלכע וואס זענען געווען אין קאוטשערס די זעלבע צייט ווי איך, אבער קודם לאמיר שרייבן, און אפשר וועלן אנדערע מוסיף זיין מיט נאך זכרונות פון יענע צייט...
סא תשעה באב אין קעמפ איז קעווען דראמא. פשוט דראמא.
פאר די ניין טעג האט מען אנגעטון אלע וועש וואס זענען געווען בנמצא, אין קעיס די ניין טעג גייט ווערן עקסטענדעט... יעדע יאר זענען פארגעקומען די זעלבע היציגע אויסטוישן, דער פרומסטער פרומער אין באָנק האט געטענה'ט אז מ'שפילט נישט אויס דעם רבונו של עולם, און יא, מ'גייט מיט די זעלבע וועש פאר ניין טעג... בבחינת ווי די זיידעס זאגן, דער רבי זכרונו לברכה איז נאך געווען אזא מפונק ווי דיר, און ס'אים נישט בייגעפאלן אפילו אין בעל הארבער וכו'... די מיטל-גארטיגע פרומע האבן גענומען א לייכטערע ליניע, און אנגענומען אז אויב טוט מען אן דוקא יעדע בגד עקסטער, פאר גענוג לאנג, און אין צוגאב שליידערט מען עס אויף די פאדלאגע, קען עס פעסן, די באמישע האבן סתם אנגעטון פופצן העמעדער אויפאמאל און אויסגעקוקט ווי גייענדע סאוער פיקלס.
די גאנצע קעמפ איז נשתנה צורה געווארן, מ'גייט נישט שווימען, און די אקטיוויטיס נידערן אראפ אביסל פון די עקסטאז - וואס אין די יארן וואס מ'האט יעדן טאג געשפילט פריזבי-קאונס האט עס געמיינט בעיסיקלי אז ישעי' שלום גייט דערציילן א מעשה אויף די צעבראכענע מייק און מ'גייט אין בעט אריין.
די פאר קינדער וואס פלעגן יא גיין געהעריג אין שויער אין פרידנסצייטן, זענען יעצט אויך געווען פארטיג דערמיט, און געווענליך האבן זיי שוין נישט צוריק אנגעהויבן נאך די ניין טעג, נאר אפיציעל געדזשוינט די טיעם פון שוויציגע קינדער, מיט זאמד אין די נעגל, און פון נאכ'ן שווימען ביז'ן גיין שלאפן אויפגעזשלאוועטע קלאוני פאות.
פון אנהייב די ניין טעג איז מען געווען ביזי טראכטן וואס מ'גייט טון ערב תשעה באב, אמער, מ'קען דאך נישט לערנען... געוואלד און געשריגן... געדענקיך מיין כתה ו' מלמד ר' ליפא פריעדמאן האט אונז פארשפראכן פארצוליינען נאך אפאר קאפיטלען פון דעם בוך וואס ער האט ארויסגעגעבן "פון מיהאלאוויץ קיין ארץ ישראל", אין וועלכע ער באשרייבט די איבערלעבענישן פון זיין זיידן בשנות הזעם.
דער ביכל, אז מ'רעדט שוין, האט אונז מערערע מאל ארויסגעבעילט אין אזעלכע מצבים... כ'געדענק ביי בדיקת חמץ חדר האט מען געמאכט סליידס פון דעם ביכל... בעיסיקלי אראפגעסקראולט דעם פי די עף און אריינגעזומט אין אלע בילדער... און אויך ווען אין קעמפ האט שטארק גערעגנט און מ'האט נישט געקענט לערנען אינעם טענט-חדר, האט ער אונז אריינגענומען אין באָנק און פארגעליינט דעם בוק.
די חדרים אין וואלד זענען א באזונדערע טשעפטער אין די זכרונות פון קוטשערס... ספיידערס, שרייערייען און פראסקערייען פון אנדערע רבי'ס, שוויצן, וועך... אונזער באָנק האט גראדע געבויט איין זומער א הערליכע וועג, מ'האט אויסגעלייגט שטיינער און העלצער ביי די זייטן פון די אויסגעטרעטענע וועג צו די חדרים. מיר האבן דעם פראיעקט גערופן "דרך המלך" און אני הקטן האב געשריבן די סיינס פאר'ן דרך המלך... יעדע כתה האט געהאט א עקזיט סיין מיט די נאמען פונעם מלמד...
עכ"פ, ערב תשעה באב איז אויך געווען דער בוק וואס איז אונז געקומען צו א רעטונג, און ביי חצות זעמיר ארויס פון חדר, געגאנגען צום לעזאזל בארג אין וואלד (געדענקסט עס?...) און דארט אונטן, אויף אן אראפגעפאלענע דיקע בוים, האבן מיר זיך אויסגעזעצט, און דער רבי האט דערציילט ווייטער פון דעם געשיכטע.
איך געדענק נישט דעם מעשה, איך געדענק אבער די שפאנונג מיט וואס מיר זענען געזעסן, און איך געדענק אויך אז זינט כתה ו' בין איך געווארן אינטערסירט אין היסטאריע אדאנק ר' ליפא'ס אבסעסיע דערמיט. כמיין ער איז דער מלמד פון וועמען כהאב דאס מערסטע קונה געווען ארויס פון די לערנען קוריקולעם.
נאך חדר איז דער דראמא געגאנגען צו נייע לעוולס... יעדער אין קעמפ איז געווען אנגעצויגן, די מלמדים און משגיחים האבן קנאפ נערוון געהאט צו אונז, און מיר האבן זיך געגרייט צו דעם תשעה באב ווי מיר זאלן זיך ווען גרייטן צו דאס ארגסטע.
די סעודת המפסקת אין לאנטש רום האט אויסגעקוקט ווי א חתונה פון מוריטשקעס. אינגלעך האבן געזשומעט ארויף און אראפ, מ'האט געהאקט אש מיט אביסל אייער, און יעדער איז געווען פארנומען צי מ'איז יוצא, צי מ'דארף עסן א כזית אש, אדער ס'דארף בלייבן דער טעם, וכו'.
ערב תשעה באב איז דאך פון די טעג וואס יעדע יאר רעגנט. מיט נאסע זאקן אין די קראקס האמיר זיך געשלעפט צו איכה. די מלמדים האבן אויסגעקוקט ווי זיי גרייטן זיך צו א העפטיגער קאמף מיט טיטוס'ן, און מיר האבן געוואוסט אז שטיין ווייט איז די בעסטע אפציע פאר יעצט.
ר' יודא בער טעללער האט געלאזט פאלן שארפע ווערטער וואס ער גייט טון אויב כאפט מען א אינגל פאסטן, און די כתה ח' בחורים פון אונזער ברענטש זענען געווען פארנומען זיך גרויסן אז זיי גייען פאסטן, און ס'גייט זיי בכלל נישט אנרייצן ווען מ'גייט זיי ווייזן עסן מארגן. נו נו, רעד צו מיר נאך מארגן...
איך געדענק אין כתה ז' ביי קינות האב איך זיך ארויסגעשלייכט פון בית מדרש, און געטראפן א פוסטע קעמפ. אלעס איז געווען ליידיג, פארלאזט, און איך, ווי א פארברעכערל האב זיך געדרייט צווישן די אויבערשטע באָנקס, האפנדיג אז איך וועק זיך באלד אויף און ס'שוין שבת נחמו. מיטאמאל האב איך געטראפן א "רעיק" ליגן לויז! און דאס איז פארוואס איך געדענק דעם שפאציר, ווייל א רעיק איז געווען א מציאה וואס נאר די בוליס און רייסערס האבן געהאט און צוגעשטעלט פאר זייערע באנקס, און דא בין איך שוואכלינג מיטאמאל געווארן א העלד! כהאב א רעיק!
שנעל בינעך געלאפן דערציילן פאר מיין חבר פישי איבער דעם געפונס, און מ'האמיר עס באהאלטן אונטער איינער פון די בעטן. כ'מיין אז ביז היינט ווייס איך נישט פארוואס מ'האט אזוי שטארק געדארפט רעיקס, אבער ווילסט הערן א מעשה אדער פרעגן קשיות?
תשעה באב נאכמיטאג איז געווען פלעכטער צייט! ישעי' שלומ'ס מיוחסים (אגב, לשבחו יאמר, אסאך קינדער האט ער ממש מחי' מתים געווען מיט'ן מצרף זיין צום מיוחסים טיעם...) זענען געשטאנען ביי די קאונטער אין לאבי, און אויסגעצויגן פלעכטער בענדלעך. יעדער האט באקומען בענדלען אין די לענג פון די ברייט פונעם קאונטער, און די גאר נאנטע פרענד פון די מיוחסים, אדער ר' אבהרם גליק'ס נעפיוס, אדער אנדערע פראטעקציע חברה, האבן באקומען דאפלט.
און אזוי האט מען איינגערעדט א גאנצע קעמפ מיט קינדער אז פלעכטן איז אייגנטליך פאן.
איך מיין אז ער תשעה באב איז א גוטע חינוך לעקציע... די מלמדים און משגיחים האבן אודאי נישט געמיינט קיין שלעכטס, זיי האבן געפאסט, און זיך געדארפט ספראווען מיט די קינדער... אזוי אויך דאס זיין פארנומען צוויי וואכן מטכס עצה זיין וואס מגייט טון אין די ניין טעג און אין תשעה באב, איז מסתם אויך געקומען פון א גוטע פלאץ, מ'האט געהאלטן די קינדער פארנומען מיט דעם... אבער כ'האב פונקט געפרעגט עטליכע אינגעלייט וואס זענען געווען אין קעמפ אין די זעלבע פאר יאר, און אלע זאגן, אז סאם האו, דער תשעה באב איז ביי זיי אין קאפ רעגיסטרירט ווי א גאנצע טראסק... משא"כ מיינע קרית יואל'ע חברים זעען עס נישט פאר א ביג דיעל. א טאג וואס מ'טרויערט, מ'פאסט, פיין און וואויל, אבער ס'נישט ממש אזא איבערקערעניש.
וואס לערנט מען זיך ארויס? גארנישט. א גרינגן תענית.
פופציגער'ס זכרונות: דער תשעה באב דראמא אין קעמפ
פופציגער'ס זכרונות: דער תשעה באב דראמא אין קעמפ
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
Re: פופציגער'ס זכרונות: דער תשעה באב דראמא אין קעמפ
איי דערמאנסט מיר זכרונות.
די קולות פונעם ראש ווען ער האט געטראפן א אינגל פאסטן, איז ארגער געוועהן מיינעך ווי פרייטיג צונאכטס אויב איז געוועהן א בער..
אגב ביז היינט וואונדער איך מיר פארוואס ר ישעי שלום האט אים גערופן ר אלטר, און ער האט צוריקגערופן סגן..
די קולות פונעם ראש ווען ער האט געטראפן א אינגל פאסטן, איז ארגער געוועהן מיינעך ווי פרייטיג צונאכטס אויב איז געוועהן א בער..
אגב ביז היינט וואונדער איך מיר פארוואס ר ישעי שלום האט אים גערופן ר אלטר, און ער האט צוריקגערופן סגן..
Re: פופציגער'ס זכרונות: דער תשעה באב דראמא אין קעמפ
ר' יודא בער מיט'ן שבת בער איז געווען עפעס ספעציעל. ער איז געשטאנען מיט'ן פאסיק און אבאכט געגעבן, כזאג דיר דער בער איז אנטלאפן פון שטח זעענדיג ר' יודא בער...ווילסאן האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 23, 2026 7:36 pm איי דערמאנסט מיר זכרונות.
די קולות פונעם ראש ווען ער האט געטראפן א אינגל פאסטן, איז ארגער געוועהן מיינעך ווי פרייטיג צונאכטס אויב איז געוועהן א בער..
אגב ביז היינט וואונדער איך מיר פארוואס ר ישעי שלום האט אים גערופן ר אלטר, און ער האט צוריקגערופן סגן..
יעצט ווען איך טראכט צוריק פארשטיי איך פארוואס ער איז געווען אזוי נערוועז...
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
Re: פופציגער'ס זכרונות: דער תשעה באב דראמא אין קעמפ
האהא צוויי בערן... האט מען געשריגןפופציגער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 23, 2026 10:24 pmר' יודא בער מיט'ן שבת בער איז געווען עפעס ספעציעל. ער איז געשטאנען מיט'ן פאסיק און אבאכט געגעבן, כזאג דיר דער בער איז אנטלאפן פון שטח זעענדיג ר' יודא בער...ווילסאן האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 23, 2026 7:36 pm איי דערמאנסט מיר זכרונות.
די קולות פונעם ראש ווען ער האט געטראפן א אינגל פאסטן, איז ארגער געוועהן מיינעך ווי פרייטיג צונאכטס אויב איז געוועהן א בער..
אגב ביז היינט וואונדער איך מיר פארוואס ר ישעי שלום האט אים גערופן ר אלטר, און ער האט צוריקגערופן סגן..
יעצט ווען איך טראכט צוריק פארשטיי איך פארוואס ער איז געווען אזוי נערוועז...
Re: פופציגער'ס זכרונות: דער תשעה באב דראמא אין קעמפ
@פופציגער מילא די ארטיקל דאס קענען נאך מענטשן אבער די זייטיגע זאכן און מליצות זענען ספעציעל יעדעס מאל
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"יאסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.
והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!