חאצי לויפט מיט צוויי אטעמס אריין צום גלח און ברעכט אויס מיט א הומער'ליכע היס אלעס וואס ער האט נארוואס געגעסן, דער גלח זיצט דארט אן אנגעזעצטער, מיט א דריק אויפן קנעפל אויף זיין טיש זענען אריינגעקומען זיינע שניידערס דאס צו פארנייען, אבער דערזענדיג זיין גרים צארן וואס זייט די גרים האט זיך מגייר געווען און זיך געגרינדערט, האט נאך אזא געגרימאכטץ נישט געגרימט געווארן, זענען זיי שנעל אנטרינען פון טראן.
חאצי, דערזענדיג וואס ער האט אלס אנגעווערשאפט דארט, האט געכאפט הענט און פיס פונעם גלח אויף זיין אויסגעמאגערטן מאגן, און אט אויפן פלאץ אפגעמאכט אז דא האט זיך עס געענדיגט, ער ווערט צוריק א אינגל.
פון דארט איז ער גלייך אריין אין קליידער געשעפט, נאכן באטראכטן דעם גאנצן ארום און זיך באקליידן מיט אלע קליידונגען וואס האב אים באקליידעט, האט ער זיך צוגעפאסט און אנגעפאסט צום מצב, ארויסגענומען זיין טייסטער איינגעוויקלט דעם אינהאלט און זיך ארויסגעלאזט צום באן סטאנציע.
-------------
ס'צענע נאכמיטאג, די לבנה טאקט צום קול פון די שיך זויל וואס דער ארימער ר' תנחום בער האט פיינעלי איבערגעלאזט פאר די קעץ צו שלאפן דעראין, ווען פונדערצייט שפראצט ארויס א קליינע שיין, עס ווערט ליכטיגער און שטערקער, און א קליינעם קול הערט זיך ארויס פון די שטום בענדער, ווען פליצלינג... ברררררראאאא.... עס אנטפלעקט זיך א געשטאלט, א שלאנקער שלאנג שלענגלט זיך דורך און פארטרייבט די שטילקייט פונעם שטורעם...
זאל איך ארויסקומען? דארף מיך דען נאך איינער האבן? איך בין דאך שוין אזוי ווייט פון זיי געווען אלע יארן?
אבער פון די אנדערע זייט, בלייבן דא איז דען אן עסק? צווישן די קעץ און מייז... חאצי שפאנט א געשפאנטער ארויס פון זיינע איבערלעבענישן און כאפ זיך אויף פון שלאף...
און יאפ! ס'איז געווען א חלום, אבער נישט סתם א חולם, א חולם ג', ער זעט זיך צוריק ליגן ביים באן סטאנציע, און ער איז שנעל געלאפן כאפן דעם אכט אזייגער באן, ווייל די זיבענע האט ער פארפאסט.
שענישמא וניסבאסער בעסערע חובות...
---------
פארשטייסטע?! ניין? איך אויך נישט... אבער דאס איז מאדערן ארט... ליין עס איבער און דעוועלעפ דיין טעיסט...
---------
אבער איין רגע ערנסט גערעדט, איז נישט אונזער לעבן און געפילן אויך 'מאדערן ארט'?!
מ'קען אמאל טראכטן 'וואס בין איך עכט?'
איי וואס הייסט ווער בין איך עכט? מיין נאמען?! הייסט אז א נאמען ברענגט ארויס ווער א מענטש איז עכט??? וויפיל מענטשן אויף די וועלט האבן פארווע נעמען, אבער אונטערן נאמען איז פארהאן א איד פיל מיט ווארעמקייט און גוטס... גענוג האבן א שטייפן נאמען, און למעשה איז ער לויז. דו קענסט הייסן שווארץ און זיין ווייס, און ווי אויך פארקערט.
אפשר מיינט עכט, די אויסזען פונעם מענטש?
נע, מ'קען אמאל אריינגיין אין בעסמעדריש, און מ'זעט איינעם די ערשטע מאל און גלייך טראכט מען: איך וויל מיט דעם מענטש נישט האבן קיין שייכות.. כ'ווייס נישט פארוואס, אבער באשעפער פליז זאל דער מענטש נישט גענענען צו מיר, אבער למעשה שטעלט זיך ארויס אז פון אינטער דער איד'ס ארבל וואלגערט זיך ארויס גמילות חסדים נאן-סטאפ. וויפיל אידן קוקן אויס ערגער פון א סמעש-קעיק נאכן געפילעוועט ווערן, אבער פון אינעווענדיג האדעוועט זיך אויף א ווארעם הארץ וואס צענדליגע אידן פארדאנקן זיך פאר זייער עגזיסטענץ... וכו' [קענסט מסתמה אליין דיינע מענטשן און משלים אויף זיי..]
איך קען האבן א לאנגע נאז, און זיך נישט קומערן וואס עס גייט פאר ביי דיר.. מען קען זיין א רבישער און טון מער טובות ווי דער באלבאטישער אין זיין לעבן.. דאנט דשאדש עי בוק אן קיין דעקל...
און אנדערע ווערטער, די קענסט האבן אויף דיין אוועטער א זיס בילד, און זיין ביטער, מ'קען הייסן ...., און זיין ....., [ארויסגענומען צוליב גילו..]
סאו ווער בין איך עכט???
איך קען אויסקוקן ווי א קאלטער און זיין א שטיק פייער!
אינדרויסן קען איך אויסקוקן פשוט און פלעין...
אבער טיף ס'זיד און צאנקט...
מיינע רצונות שרייען און נאגן...
מיין האנט ווי געבינדן...
איך זוך און בענק...
א קנויל אין האלז...
צוזאמגענומען אינדרויסן, אבער אינעווענדיג שפריצן פארבן...
געל געמישט מיט רויט, אבער שטארק גרין און שטריכן פון בלוי...
יא, כ'בין שטארק געפיליש, אבער מיין מח וויל דאס זעלביגע...
טאטי געמעך פליגלען, כ'זאג צו איך וועל מיך הייבן...
און איך ווייס אויך אז ווי דו לייגטס מיך און סיי וועלכע אומשטענדן, איז דאס וואס דו ווילסט...
אבער געב מיך מיט א פלעש לייט, איך וויל שיינען...
איך האב נישט קיין אנונג וואס דו ווילסט איך זאל טון - כי אם ליראה, זאגט מיין קליינטשיק מח, איבער איך וויל טון מער און מער, איבערדרייען א וועלט...
באשעפער איך וויל זיין דיין געטרייסטע סאלדאט, זיצן און לערנען אן קיין אפשטעל, ארויסהעלפן אידן 24/7, און דאווענען א גאנצן טאג, איך וויל מיט דעם עולם השפל האבן קיין שייכות,
אבער איך ווייס אז דו ווילסט נישט פון מיר איך זאל איך זאל איינשפאנען די פערד, און פארן צו א דערפל אין בויבעריק ווי קיינער קען מיך נישט, און דארט אפזיצן פארדבקות'ט כל ימי חיי'...
-----
יעצט אבער גיי צוריק מיט קנאפע פאר מינוט, אדער ווארט צו א שעה, און וועסט הערן כלפי ליה:
איך האב נישט קיין נערווען צו גארנישט, פשוט, לאמעכאפ...
סוף זמן תפילה איז אין א דריי פערטל שטונדע, אבער די מקוה גלאנצט [פון 'נאטירליכע' אויל..]
איי אין מקוה אליין צו גיין ברויך א ייצר פאר זיך, ס'איז דאך בליטשיג און זאפאסן מיט איינצעלע האר וואס געווינען ווי יעקב'ס שטיינער... און חוץ פון דעם בין איך טויט ביזי, כ'דארף זיין ביים ארבעט און א האלבע שעה, און מיין באלעבאס גייט מאכן מיטן פינגער נא נא...
וכו' וכו' [דא לייג אריין דיינע סטאריס...]
פארנומען געווען - יעצט אליין - כ'קען גארנישט זען - קארלערפול וואסערן נעמט מיר איבער - טעם עולם הבא זיך איך - אביסעלע טועמיה- איך דארף אגאנצען צייט וויסן אז עפעס גייט קומען, אליין בין איך אליין, קעלט דריזלט געלט דאגה'ט איך שרייב מיך אויס און שיס ווערטער קען זיין ס'העלפט, אה, תפילה עושה מחצה...
וואס דארף איך טון... אה, יענץ... כ'ווייס נישט כ'האב נישט קיין כח, סלעש, נערוון סלעש כ'ווייסנישטוואס... עפעס, וואס קען זיין די 'עפעס'?! אבער עפעס ציט, 'עפעס' וויל 'עפעס', סאו איך שיס קאלירן, כ'קען פארפירן, אבער כ'קען מיך נישט רירן, עס גייט אויפן געהירן...
איז ווער איז מאדערן ארט..:
"מאדערן ארט, איי מיין נאמען רעדט פאר זיך, כ'מיין פאר מיך... עקטשעלי, יעדער איז!
ס'טוטצעך קאלירן שטריכן און אומבאקאנטע קריצערייען, זאפאסן מיט מענטשליכע געפילן רוישן איבער דער גאנצער וועלט פונעם קליינעם מח'ל. אין יעדע זאך ליגט מאדערן ארט, אינמיטן א שטומע שמונה עשרה צופלאמט זיך די מחשבה אזש ס'פליען אומקאנטראלירבארע ציאונגען, א שטרעבעניש צושטרעבט זיך ממש ביזן צעשטורעמט ווערן, אבער אינדרויסן קוקט אלעס אויס ווי פשוט'ע קאלירן.
מיין לעבן, אדער בעסער געזאגט, יעדעמ'ס לעבן פארעמט זיך ווי מאדערן ארט, איין טאג רויט, און דער צווייטער געל, א שארפער גרין צווישן העל-בלויע שטרייפן, אבער אלעס איז געפיל, און דער באשעפער באצאלט דערפאר גאר א טייערער, ווייל נאר ווער ס'פארשטייט דערצו באגרייפט די ווערט דערפון!"
--------------------------
זאל איך שיקן דעם מאדערן/מאדענע געשרייבאכטץ? איי פארוואס נישט, אפשר גיי איך זיין באלד אין אן אנדערע מאד און חרטה האבן, וואס אפשר, זיכער... און אפי' אויב נישט, ווייס איך דען נישט אז איך גיי כאפן גלייך נאכן שיקן אז כ'קען ווען אריינלייגן נאך עפעס א גוטע שורה, געדאנק, [קוקט נישט אויב מען האט עפעס צוגעלייגט נאכן ארויסשיקן... העי וואס קוקסטע?] יואוי, זעסטע, פריער האב איך געטראכט עפעס א פיינע ליין און כ'קען מיר עס נישט דערמאנען... אקעי, ביי, דעליט און פערטיג! נע, ענדערש זאל איך נאר שרייבן די מעשה פון חאצי און א גוטן פורים, פארוואס האב איך געדארפט שרייבן זאכן וואס איך טראכט באמת?! האלסט אז מענטשן גייען עס אפי' פארשטיין?! ס'איז דאך מאדערן ארט... און אויך מיין איך אז ס'נישט אזוי פראפעשענעל [יואי אזוי ספעלט מען עס? כ'מיין אז נישט.. אפשר זאל איך ענדערש שרייבן פראפעצנאל? נע, דעיס זיכער נישט! אקעי כ'לאז עס ביים ערשטן, זאלן מענטשן זאגן וואס זיי ווילן סגייטמעך-נישטאן..] נע, הא קעירס, לייג שוין און פערטיג, ווייל אויב נישט קענסטע דא זיצן און שרייבן א גאנצע נאכט, און דעמאלטס וועט עס שוין טאקע זיין צו לאנג...
מאדערן ארט האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 28, 2023 9:21 am'מאדערן ארט' שפיגלט אפ 'געפיל'...
נישט אייביג דארף דאס זיין און פארום פון באשפריצן א מייסטער ארטיסטיש געמויזשאכטץ וואס פארקערפערט אין זיך שטריכן פון געפיל.
עס קען אויך אריינרעכענען, יא... 'שרייבן'...
שרייבן און פענטן זענען טאקע פון צווי אנדערע סארטן, אבער אין געפיל, זענען זיי איינס!!!