גיוס בני ישיבות
Re: גיוס בני ישיבות
שאק ביי חסידי בעלזא:
אן אינגערמאן האט גערופן פאליציי אין ליכט פון א געפעכט מיט שכנים און אריינגעגעבן אן אנקלאגע ביים סטאנציע, אבער ביים אנקומען האט מען ארויפגעלייגט קייטלען אויפן האנט און אריינגעזעצט אין טורמע אויף קלאגעס פון מיליטערישע דעזערטירונג, מיט געציילטע שעה'ן פארן זמן שב"ק בלייבט א פאמיליע איבער אן א טאטע פארן זונד פון זיין א חרדישע אינגערמאן.
- די איראניע, די אינגערמאן האט שוין אריינגעגעבן פאפירן צו זיך אנשליסן אינעם מיליטער און זיין ברודער איז א פאליציאנט קאמאנדיר אין דרום לאנד.
צענדליגע פאליציי וואלענטירן, הצלה וואלענטירן און רעגירונג באאמטע מחסידי בעלזא האבן נארוואס איינגעמאלדן פארן מפכ"ל (פאליציי הויפט) אז אויב הערט זיך נישט אויף די רדיפה ארעסטן און די אינגערמאן ווערט נישט באפרייט ביז זונטאג פארלאזן זיי אומעטום זייערע פאזיציעס.
געציילטע שעה בעפארן זמן:
הונדערטער פראטעסטירן פאראנט פונעם פאליציי סטאנציע אין קרית גת.

נאך שעה'ן אנגסט - פאליציי ווארטזאגער מעלדונג:
די מפכ"ל (פאליציי הויפט) האט פארארדענט א דריגענדע אויספארשונג איבער'ן אינצידענט.
מיט דעם טוהן מיר קלארשטעלן אז אויפן פארארדענונג פונעם מפכ"ל וועט נישט זיין טוישונגן אינעם פראצעדור, און מיר טוהן ווידער ערווענען אז ווער קומט אריינגעבן א ציווילע אנקלאגע אדער אלאמירט פאליציי פאר סיי וועלכע הילף, וועט נישט אויסשטיין ארעסט פארן דעזערטירן מיליטערישע דינסט.
- אין רעאליטעט איז קיינמאל נישט געווען אזא פארארדענונג און מיליטערישע פאליציי דרייען זיך פרייוויליג ביי פאליציי סטאנציעס און פארמאגן אויסשליסליכע מאכט דורכ'ן סופרים געריכט בג"ץ צו דורכפירן ארעסטן סיי ווי אימער.

ווייטערדיגע באריכטן- נאך שווערע דרוק:
פאליציי האט נארוואס באפרייט די אינגערמאן וועלכע געפונט זיך אויפן וועג היים

- נויז מאשין
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 215
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 3:09 pm
- x 451
Re: גיוס בני ישיבות
וואס איז נייעס....
Here we go again
Here we go again
- פיילס
-
- Screenshot_20260531_162317_X.jpg (145.4 KiB) געזען געווארן 1220 מאל
Re: גיוס בני ישיבות
מחאות העלפט.. אפילו נאר סטראשענען העלפט.
די תלמיד סוראצקין איז באפרייט געווארן.
די תלמיד סוראצקין איז באפרייט געווארן.
Re: גיוס בני ישיבות
שמעתי דער אינגערמאן האט גערופן די פאלייציי קעגן מוחים קעגן די גזירות הגיוס...טאטעניו האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 29, 2026 10:34 am שאק ביי חסידי בעלזא:
אן אינגערמאן האט גערופן פאליציי אין ליכט פון א געפעכט מיט שכנים און אריינגעגעבן אן אנקלאגע ביים סטאנציע, אבער ביים אנקומען האט מען ארויפגעלייגט קייטלען אויפן האנט און אריינגעזעצט אין טורמע אויף קלאגעס פון מיליטערישע דעזערטירונג, מיט געציילטע שעה'ן פארן זמן שב"ק בלייבט א פאמיליע איבער אן א טאטע פארן זונד פון זיין א חרדישע אינגערמאן.
- די איראניע, די אינגערמאן האט שוין אריינגעגעבן פאפירן צו זיך אנשליסן אינעם מיליטער און זיין ברודער איז א פאליציאנט קאמאנדיר אין דרום לאנד.
צענדליגע פאליציי וואלענטירן, הצלה וואלענטירן און רעגירונג באאמטע מחסידי בעלזא האבן נארוואס איינגעמאלדן פארן מפכ"ל (פאליציי הויפט) אז אויב הערט זיך נישט אויף די רדיפה ארעסטן און די אינגערמאן ווערט נישט באפרייט ביז זונטאג פארלאזן זיי אומעטום זייערע פאזיציעס.
געציילטע שעה בעפארן זמן:
הונדערטער פראטעסטירן פאראנט פונעם פאליציי סטאנציע אין קרית גת.
-
תורה ויראה
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 916
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
- x 1754
- שלא לשמה
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 122
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 05, 2026 3:14 pm
- Location: חיפה
- x 433
Re: גיוס בני ישיבות
מאך מיר נישט קיין צד השוה פון סרוצקין'ס הפגנות צו אלע אנדערע הפגנות
מתוך שלא לשמה בא לשמה, אבער דא מיינט שלא לשמה אן קיין נאמען
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2451
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 8088
Re: גיוס בני ישיבות
קרוב צו הונדערט אידן פון בית שמש זענען איינגעזעצט געווארן נאכן באפאלן די הייזער פון די צוויי בג"ץ ריכטער וועלכע האבן געאורטיילט די יעצטיגע שווערע גיוס געזעצן.
Re: גיוס בני ישיבות
גערעכט. סוראצקינ'ס איז עצרת תפלה. אפילו פון דעם האבן זיי מורא.
- נויז מאשין
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 215
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 3:09 pm
- x 451
Re: גיוס בני ישיבות
-
פרייליכע נאטור
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 27
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 05, 2026 8:41 pm
- x 83
Re: גיוס בני ישיבות
ריש גולת אריאל רבן ושומר גחלתן של ישראל כ"ק מרן אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א ערלעדיגט א ענדגילטיגע "פטור" פאר א בחור אין ארץ ישראל נאכן ווערן פארפלאנטערט צווישן די צווישן די ציוני'סטישע נעגל מיט די ביטערע גזירת הגיוס
גאר העפטיגע פארפלאנטערטע קעיס אויסגעארבעט געווארן דורך די שלוחי והצלת בית ישראל "הצלת מגיוס אפיסעס" שע"י קרן ויואל משה
אין א פרעצענדלאזע שריט האט דער ריש גולת אריאל רבן ושומר גחלתן של ישראל של ישראל רעיא מהימנא קדישא כ"ק מרן אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א ערלעדיגט א פטור פאר א בחור אין ארץ ישראל, נאכן ווערן פארפלאנטערט צווישן די ציוני'סטישע נעגל מיט די ביטערע גזירת הגיוס.
אט דער 'פטור' קומט נאך חדשים לאנגע ארבעט מיט איבערמידליכע כוחות וואס דער רבי שליט"א האט זיכער געמאכט אז דער חשובער בחור קומט אן צו ריכטיגע הילף, און נאכן דורכמאכן דעם ענדגילטיגן לאנגן שווערן וועג, ביז ער האט ב"ה ערהאלטן זיין פטור פאריגע וואך, און קען אצינד שפאנען אויפצושטעלן ערליכע אידישע דורות על דרך ישראל סבא, בכוחו ובזכותו פונעם סאטמאר'ע רבי שליט"א
די השתלשלות הדברים האט זיך אנגעהויבן, ווען דעם פארגאנגענעם ווינטער בעת ווען דער סאטמארער רבי שליט"א האט געוויילט אויף אפרוה אין מיאמי פלארידע, האט דער רבי אנגעטראפן א בחור פון ארץ ישראל, מיטן נאמען "אוריאל שי" פון שטאט בני ברק, און בצר לו האט ער זיך אויסגערעדט פארן רבי'ן שליט"א איבער זיין שווערע לאגע נאכדעם וואס ער איז שוין געווען טיף פארפלאנטערט מיט די מיליטער, נאכדעם וואס ער האט שוין געהאט אויפגעגעבן אין זיין ביטער שיקזאל, נישט האבענדיג קיין כוחות צו די שווערע רדיפות און די עינויים קשים, און ער האט באשלאסן זיך איינצושרייבן אין איינע פון די אפטיילונגען אינעם טמא'נעם ציוניסטישן מיליטער.
דער בחור האט געפרעגט פונעם רבי'ן שליט"א די הימל שרייענדע פראגע:
"פארוואס האט סאטמאר פארגעסן פון די טויזענטער בחורי ישראל וועלכע זייער רוחניות'דיגער עתיד הענגט אויף א דינע שטריק?"
דער בחור האט אויסגעפירט, אז ער האט מורא צוריקצופארן קיין ארץ ישראל, ווייל ער ווייסט נישט מה יולד יום.
דער רבי שליט"א האט גלייך מודיע געווען פארן בחור איבער די הצלה מגיוס אפיסעס וועלכע פונקציאנירן אונטער קרן ויואל משה", וועלכע סאטמארער חסידים האבן די זכי' צו פינאנצירן, די רבי האט זיך נישט באגנוגנט מיט דעם נאר ער האט באויפטראגט בנו הגה"צ אב"ד קרית יטב לב שליט"א זיכער צו מאכן אז ער קומט טאקע אן צום ריכטיגן אדרעס.
זיין קעיס וועלכע איז געווען גאר א שווערע פארפלאנטערטע קעיס, האט זיך פארצויגן מיט גאר אסאך דעטאלן, און דער רבי שליט"א איז געווען עומד על משמרתו, און איז געשטאנען בקשר מיט די עסקנים אין די אפיסעס במשך אלע חדשים ביז אהער זיכער צו מאכן אז די פעולות הצלה גייען אין אירע ריכטיגע רעלסן.
פאריגע וואך איז אנגעקומען די ריכטיגע מינוט ווען דער בחור האט ב"ה באקומען די ענדגילטיגע 'פטור' בשעה טובה ומוצלחת.
אין א היסטארישע בריוו מעומק הלב שרייבט דער בחור א פערזענליכע דאנק בריוו געוואנדן צו כ"ק מרן אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א, ווי צווישן די שורות באדאנקט ער זיך פארן רבי'ן שליט"א אז ער האט אים געשיקט צו די בארימטע אפיסעס "קרן ויואל משה – הצלה מאחים" ווי זיי האבן נישט גערועט טאג און נאכט ביז ער האט ב"ה זוכה געווען צום ענדגילטיגן פטור.
דער בחור ברענגט ארויס אז ווען נישט דער סאטמארער רבי שליט"א וואלט איך קיינמאל נישט אנגעקומען ווי איך האלט יעצט, ווי ער דרוקט זיך אויס בלשונו: "אין מילים בפי לבטא את את גודל ההכרת הטוב שאני חש כלפי כבוד מרן שליט"א אשר בלעדי דאגתו והנחייתו לא הייתי מגיע לישועה זו, בזכות כבוד מרן שליט"א יוכל לפתוח כעת דף חדש בחייו, לבנות בית בישראל ולילך בדרך התורה".
און ער פירט אויס מיט א ברכה לעומק הלב אל מול פני הקודש: "יהי רצון שהקדוש ברוך הוא יגמול לכבוד מרן שליט"א כפל כפלים על כל חסדיו, ויזכה לאריכת ימים ושנים טובות, ולראות נחת מכל יוצאי חלציו עד ביאת הגואל צדק במהרה".
טאקע א טאג דערויף נאכן ערהאלטן די פטור האט דער עסקן נמרץ שר ההצלה הר"ר בנימין טעפ שליט"א יו"ר הצלה לאחים שע"י קרן ויואל משה אפגעראכטן די שמחת התנאים באירוסי בתו למזל טוב, און דער חשובער בחור המציל איז געקומען אנטייל נעמען אינעם שמחה, און דערביי אויסגעדריקט רגשי הכרת הטוב פאר ר' בנימין שליט"א און פאר אלע אנדערע עסקני הצלה מגיוס.
סאטמאר שטייט אויפן פראנט מיט א מלחמת אש קודש אקעגן די ביטערע גזירת הגיוס אשר אין לך יום שאין קללתו מרובה מחברתה, און מען העלפט ארויס פינאנצירן די אפיסעס "קרן ויואל משה" וועלכע זענען עוסק בלי ליאות להצלת בחורי ישראל משמד הגיוס הציוני, מיט א תפלה לקל חי' לביטול את רוע הגזירה בקרוב ממש!
ואת יהודה שלח לפניו להציל נפשות מישראל!
-
תורה ויראה
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 916
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
- x 1754
- פארק שול
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 93
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 6:14 pm
- Location: Montreal
- x 262
Re: גיוס בני ישיבות
א נייע חוק יסוד התורה איז היינט אריבער אין כנסת המינים
איינער וואס לערנט 40 שעה א וואך ברויך נישט דינען אין מיליטער.
דאס שטימען פאר די נייע חוק איז אדורך 3 מאל
אויב איינער קען אריין קומען מיט מער דעטאלן.......

איך שרייב סך הכל מיין מיינונג, לאו דווקא געבויט אויף קלארע פאקטן.
אבער עס איז דא 1% טשענס אז איך בין גערעכט
אבער עס איז דא 1% טשענס אז איך בין גערעכט
Re: גיוס בני ישיבות
סאיז נאר נישט צי קענען ארעסטירן ווער עס לערנט אבער די סאנקציעס בלייבן
אויך איז עס מפקיר די וואס לערנען נישט 45 שעה א וואך ווייל מגייט שטעלן שומרים דערויף
-
זייער קלאר
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 59
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 11:51 pm
- Location: ברוקלין
- x 17
Re: גיוס בני ישיבות
די ציונים זאגן אז זיי שטעלן נאר אפ די ארעסטן, צוליב דעם וואס די ארעסטן האט נישט געברענגט אפילו אז נאר אז נאך איינער זאל צוליב די ארעסטן אריין גיין דינען אין מיליטער, נאר אדרבא, עס האט גאר פארמינערט אפילו פון די סארט בחורים וועלכע וואלטן זיך יא [ליידער] ווען געשטעלט צום מיליטער.
און וויבאלד זייער גאנצער ציל איז דאך איצט, נאר צו פארמערן ווי מער חרדים זאלן אריינגיין אין מיליטער, ברויך מען אפשטעלן די ארעסטן, ווייל נאר אזוי וועלן זיך פארמערן די מתגייסים צום מיליטער רח"ל.
די פירער פון די פרומע אפטיילונגען ווי נצח יהודא און נאך, האבן עדות געזאגט דערויף אז זייט די ארעסטן, זעהן זיי א שטארקע רעדוקציע אין מיליטער מאבאליזאציע,
און די גאנצע פרישע געזעץ איז בלויז נאר נאך א רינגעלע אין די קייט פון 'פארמערן' פאקטיש מער פרומע אידן זאלן אריינגיין דינען אינעם צה"ל רח"ל.
עס גארנישט קיין ישועה
נאר פארקערט
אגב, די ספרד'ישע רבנים זענען ארויסגעקומען מיט א גאר שארפע קול קורא קעגן דעם נייעם געזעץ.
-
זייער קלאר
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 59
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 11:51 pm
- Location: ברוקלין
- x 17
Re: גיוס בני ישיבות
ווי ערווארטערט, האבן די העכסטע ציוניסטישע ריכטער, היינט געלייגט אויף 'האלד' דעם גאנצן נייעם געזעץ.
די פרומע חברי הכנסת האבן מן הסתם געוואוסט אז דאס גייט געשעהן.
אבער איצט קענען זיי שוין כאטש 'עפעס' פארקויפן פאר זייערע קאלעגן, אז מען מוז גיין שטימען פאר זיי אין די קומענדיגע בחירות...
ווייל באמת האבן זיי שוין אלעס דעליווערט...
נאר די בג"ץ האט דאס אפגעשטעלט...
אי משום הא, וואס האט מען פון אריינוועהלן פאר חברי הכנסת המינים?
און וואס איז היינט די היתר צו גיין צו בחירות, אפילו לשיטתם?
מען טוט דאך גארנישט אויף ווייל די בג"ץ פסל'ט ממילא אלעס...!
אפשר וועט מען נאך איין טאג הייסן אויפהערן וועהלן פאר חברי הכנסת,
און אנשטאט דעם וועט מען אריינשטעלן ריכטער אינעם אפיקורסישען בג"ץ...!
די פרומע חברי הכנסת האבן מן הסתם געוואוסט אז דאס גייט געשעהן.
אבער איצט קענען זיי שוין כאטש 'עפעס' פארקויפן פאר זייערע קאלעגן, אז מען מוז גיין שטימען פאר זיי אין די קומענדיגע בחירות...
ווייל באמת האבן זיי שוין אלעס דעליווערט...
נאר די בג"ץ האט דאס אפגעשטעלט...
אי משום הא, וואס האט מען פון אריינוועהלן פאר חברי הכנסת המינים?
און וואס איז היינט די היתר צו גיין צו בחירות, אפילו לשיטתם?
מען טוט דאך גארנישט אויף ווייל די בג"ץ פסל'ט ממילא אלעס...!
אפשר וועט מען נאך איין טאג הייסן אויפהערן וועהלן פאר חברי הכנסת,
און אנשטאט דעם וועט מען אריינשטעלן ריכטער אינעם אפיקורסישען בג"ץ...!
-
זייער קלאר
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 59
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 11:51 pm
- Location: ברוקלין
- x 17
Re: גיוס בני ישיבות
וועד הישיבות די פארמיטלער צווישן די מיליטער אין די ישיבות אנבאלאנגט גיוס
האט היינט געשריבען א בריוו צום ציוניסטישען פרעזידענט הערצאג אז ער זאל פראבירן אפצושטעלן די ארעסטן.
צוליב דעם וואס די ארעסטן טוען בלויז אויף דאס פארקערטע וואס די מיליטער וויל,
עד כדי כך אז מאנכע באטראכטן שוין זיך צו אנשליסן אפילו מיט די גאר רעכטע עקסטרעמע גרופעס... [אפשר גאר די פלג הירושלמי...]

תינוק הבורח
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1016
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
- x 1200
Re: גיוס בני ישיבות
מי זה?זייער קלאר האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 15, 2026 3:26 pm וועד הישיבות די פארמיטלער צווישן די מיליטער אין די ישיבות אנבאלאנגט גיוס
האט היינט געשריבען א בריוו צום ציוניסטישען פרעזידענט כ"ץ אז ער זאל פראבירן אפצושטעלן די ארעסטן.
צוליב דעם וואס די ארעסטן טוען בלויז אויף דאס פארקערטע וואס די מיליטער וויל,
עד כדי כך אז מאנכע באטראכטן שוין זיך צו אנשליסן אפילו מיט די גאר רעכטע עקסטרעמע גרופעס... [אפשר גאר די פלג הירושלמי...]
-
זייער קלאר
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 59
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 11:51 pm
- Location: ברוקלין
- x 17
Re: גיוס בני ישיבות
צ"ל הערצאגתינוק הבורח האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 15, 2026 4:30 pmמי זה?זייער קלאר האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 15, 2026 3:26 pm וועד הישיבות די פארמיטלער צווישן די מיליטער אין די ישיבות אנבאלאנגט גיוס
האט היינט געשריבען א בריוו צום ציוניסטישען פרעזידענט הערצאג אז ער זאל פראבירן אפצושטעלן די ארעסטן.
צוליב דעם וואס די ארעסטן טוען בלויז אויף דאס פארקערטע וואס די מיליטער וויל,
עד כדי כך אז מאנכע באטראכטן שוין זיך צו אנשליסן אפילו מיט די גאר רעכטע עקסטרעמע גרופעס... [אפשר גאר די פלג הירושלמי...]
-
עריק
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 298
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 3:28 pm
- Location: ים ברעג
- x 297
Re: גיוס בני ישיבות
נישט אלעס איז גיוס , סדא חינוך עצמאי , שבת , כשרות , גיור , קידושין , כותל און חמץ אין פסח וואס ב"ה אדערווייל האט מען עס פחות או יותר געקענט אפהאלטען פון אריינגיין צו די רעפארמערזייער קלאר האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 15, 2026 3:11 pm ווי ערווארטערט, האבן די העכסטע ציוניסטישע ריכטער, היינט געלייגט אויף 'האלד' דעם גאנצן נייעם געזעץ.
די פרומע חברי הכנסת האבן מן הסתם געוואוסט אז דאס גייט געשעהן.
אבער איצט קענען זיי שוין כאטש 'עפעס' פארקויפן פאר זייערע קאלעגן, אז מען מוז גיין שטימען פאר זיי אין די קומענדיגע בחירות...
ווייל באמת האבן זיי שוין אלעס דעליווערט...
נאר די בג"ץ האט דאס אפגעשטעלט...
אי משום הא, וואס האט מען פון אריינוועהלן פאר חברי הכנסת המינים?
און וואס איז היינט די היתר צו גיין צו בחירות, אפילו לשיטתם?
מען טוט דאך גארנישט אויף ווייל די בג"ץ פסל'ט ממילא אלעס...!
אפשר וועט מען נאך איין טאג הייסן אויפהערן וועהלן פאר חברי הכנסת,
און אנשטאט דעם וועט מען אריינשטעלן ריכטער אינעם אפיקורסישען בג"ץ...!
-
זייער קלאר
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 59
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 11:51 pm
- Location: ברוקלין
- x 17
Re: גיוס בני ישיבות
איר מיינט צו זאגן אז די איבערקערענישן נעכטן ראש חודש ביים כותל איז געווען אדאנק די ארבייט פון די חברי הכנסת המינים?עריק האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 16, 2026 1:17 pmנישט אלעס איז גיוס , סדא חינוך עצמאי , שבת , כשרות , גיור , קידושין , כותל און חמץ אין פסח וואס ב"ה אדערווייל האט מען עס פחות או יותר געקענט אפהאלטען פון אריינגיין צו די רעפארמערזייער קלאר האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 15, 2026 3:11 pm ווי ערווארטערט, האבן די העכסטע ציוניסטישע ריכטער, היינט געלייגט אויף 'האלד' דעם גאנצן נייעם געזעץ.
די פרומע חברי הכנסת האבן מן הסתם געוואוסט אז דאס גייט געשעהן.
אבער איצט קענען זיי שוין כאטש 'עפעס' פארקויפן פאר זייערע קאלעגן, אז מען מוז גיין שטימען פאר זיי אין די קומענדיגע בחירות...
ווייל באמת האבן זיי שוין אלעס דעליווערט...
נאר די בג"ץ האט דאס אפגעשטעלט...
אי משום הא, וואס האט מען פון אריינוועהלן פאר חברי הכנסת המינים?
און וואס איז היינט די היתר צו גיין צו בחירות, אפילו לשיטתם?
מען טוט דאך גארנישט אויף ווייל די בג"ץ פסל'ט ממילא אלעס...!
אפשר וועט מען נאך איין טאג הייסן אויפהערן וועהלן פאר חברי הכנסת,
און אנשטאט דעם וועט מען אריינשטעלן ריכטער אינעם אפיקורסישען בג"ץ...!
-
עריק
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 298
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 3:28 pm
- Location: ים ברעג
- x 297
Re: גיוס בני ישיבות
דעיס אז די איינציגסטע וועג זיי קענען (פרובירן) אנקומען צום כותל איז נאר אויב זיי ברעכען זיך איין איז צו פארדאנקען די חברי הכנסת פון די פרומע פארטייעןזייער קלאר האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 16, 2026 2:53 pmאיר מיינט צו זאגן אז די איבערקערענישן נעכטן ראש חודש ביים כותל איז געווען אדאנק די ארבייט פון די חברי הכנסת המינים?עריק האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 16, 2026 1:17 pmנישט אלעס איז גיוס , סדא חינוך עצמאי , שבת , כשרות , גיור , קידושין , כותל און חמץ אין פסח וואס ב"ה אדערווייל האט מען עס פחות או יותר געקענט אפהאלטען פון אריינגיין צו די רעפארמערזייער קלאר האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 15, 2026 3:11 pm ווי ערווארטערט, האבן די העכסטע ציוניסטישע ריכטער, היינט געלייגט אויף 'האלד' דעם גאנצן נייעם געזעץ.
די פרומע חברי הכנסת האבן מן הסתם געוואוסט אז דאס גייט געשעהן.
אבער איצט קענען זיי שוין כאטש 'עפעס' פארקויפן פאר זייערע קאלעגן, אז מען מוז גיין שטימען פאר זיי אין די קומענדיגע בחירות...
ווייל באמת האבן זיי שוין אלעס דעליווערט...
נאר די בג"ץ האט דאס אפגעשטעלט...
אי משום הא, וואס האט מען פון אריינוועהלן פאר חברי הכנסת המינים?
און וואס איז היינט די היתר צו גיין צו בחירות, אפילו לשיטתם?
מען טוט דאך גארנישט אויף ווייל די בג"ץ פסל'ט ממילא אלעס...!
אפשר וועט מען נאך איין טאג הייסן אויפהערן וועהלן פאר חברי הכנסת,
און אנשטאט דעם וועט מען אריינשטעלן ריכטער אינעם אפיקורסישען בג"ץ...!
-
זייער קלאר
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 59
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 11:51 pm
- Location: ברוקלין
- x 17
Re: גיוס בני ישיבות
דאס איז וואס איך האב געשריבעןעריק האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 16, 2026 2:57 pmדעיס אז די איינציגסטע וועג זיי קענען (פרובירן) אנקומען צום כותל איז נאר אויב זיי ברעכען זיך איין איז צו פארדאנקען די חברי הכנסת פון די פרומע פארטייעןזייער קלאר האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 16, 2026 2:53 pmאיר מיינט צו זאגן אז די איבערקערענישן נעכטן ראש חודש ביים כותל איז געווען אדאנק די ארבייט פון די חברי הכנסת המינים?
אז היינט צו טאג, קענען נישט די חברי הכנסת גארנישט אויפטוען אויף למעשה
ד.ה. זיין קענען נישט אפהאלטן 'למעשה' אז רעפארמער נשים זאלן איבערקערן ביים כותל
זיי קענען נישט אפהאלטן אז מען זאל נישט 'למעשה' ארעסטירן בחורים וואס ווילן בלייבן אידן
וכו' וכו' וכו'
איין זאך וואס איך האב יא געזעהן וואס זיי קענען נאך יא טוען,
איז שיקן א בריוו צום אמעריקאנעם פרעזידענט טראמפ, אז 'ער' זאל פראבירן משכנע זיין די ציונים אז זיי זאלן נישט ארעסטירן בחורים...
אבער צו שרייבן א בריוו ברויך מען נישט זיין קיין חבר הכנסת, א קול קורא פון רבנים וואלט פונקט אדער גאר מער אויפגעטועהן ...
והדרא קושיא לדוכתי'...
-
זייער קלאר
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 59
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 11:51 pm
- Location: ברוקלין
- x 17
Re: גיוס בני ישיבות
אין אנדערע נייעס היינטיגן טאג איבער דעם ווי די שופטי בגץ בינדן די הענד פון די חברי כנסת
היינט האט די מדינה הציונית -נאך א אנקאלאגע אין בגץ - זיך געבראכן אין האבן איינגעמאלדן פאר די ציוניסטישע העכסטע געריכט, אז אלע אינסטיטוציעס וואס ווילן זיין טעקס עקזעמט, ד.ה. אז נדבנים זאלן קענען אראפרעכענען זייערע נדבות פאר דעם מוסד פון זייערע שטייער ביל, וועלן מוזן באשטעטיגן אז זיי האבן נישט קיין עריקים וואס לערנען אין זייערע מוסדות.
און צוליב דעם וואס די מדינה האט זיך געבראכן, האט די בגץ געשלאסן די אנקלאגע פון די קלעגער, ווייל עס איז שוין נישט נוגע.
א פרישע רינגעלע אינעם קייט פון די בגץ הציוני צו צווינגען חרדים צו גיין אין מיליטער, צוליב וואס דער נייער באשלוס וועט גורם זיין ריזיגע געלט שאדן פאר ישיבות.
ווי געזאגט קענען די חברי כנסת המינים גארנישט טוען אויף 'למעשה'.
אבער מען וועט נאך אלעס הייסן גיין שטימען ביי די קומענדיגע בחירות אלס א חוב קדוש.