פופציגער'ס ברילן: דער איחוד קאנטרי שוהל הויף

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3771
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 12862

פופציגער'ס ברילן: דער איחוד קאנטרי שוהל הויף

פאוסט דורך פופציגער »

דעם פארלאפענעם פרייטאג האב איך געמאכט דעם וועג קיין "איחוד קאנטרי" צו דאווענען א תפלת שחרית אינעם ארטיגן מנינים פאבריק, און נאכ'ן זוכן פארקינג, טרעפן פארקינג, נישט פיטן אינעם פארקינג ספאט, זוכן א צווייטע, זיך רעגן אויפ'ן דרייווער וואס האט מיר אויסגעכאפט, זוכן א דריטע, און פארקן דעם קאר, האב איך געריכטעט מיינע טריט צום לעגענדארן שוהל-הויף פארנט פונעם גרויסן שוהל.

איחוד קאנטרי, לאזט זיך שפעקולירן, האט בכלל געברענגט א שטיקל נייער גייסט אין די קעטסקילס בערג.

איך געדענק אלס קינד ווען מיר פלעגן גיין אין קאנטרי, האט ביי אונז קאנטרי געמיינט עפעס אן אומ'מסודר'דיגע איבערלעבעניש. חדר איז געווען אזוי מייכעטייסעדיג, נאר פאר די קליינע קינדער און די גרעסערע קינדער זענען איין יאר געפארן קיין לעפקאוויטש קאנטרי (וואטעווער דעט מיענס), איין יאר קיין איחוד קאנטרי, און אזוי ווייטער. דעי-קעמפ אפגערעדט, די חברת תהלים האב איך, כתה ה' אינגל, געפירט מיט שטאלץ, און תשעה באב ווען די עלטערן האבן געפאסט האב איך מיט מיין חבר מיילעך, די צוויי גרויסע קינדער אין קאנטרי, געפירט א תשעה באב חדר, וואס איז באשטאנען פון גיין גרופעסווייז אין וואלד אריין פאנגען סאלאמענדערס, און אויסלייגן הונדערטער עפל-קענדיס איבער'ן פעלד, און אויסרופן אז ווער ס'קען קאלעקטן דאס מערסטע באקומט א פרייז - חוץ פון דעם באלוין אז ער האט געהאט צו האקן קענדיס אנלימיטעט, ביז ווען זיין מאמע האט געכאפט דעם בראך.

איי, איך דערמאן זיך די זכרונות פון די פאר יאר אין קאנטרי. וואלט געקענט נוצן אן ארטיקל פאר זיך... ווען קאנטרי איז נאך געווען א בחינה פון המלך בשדה, נישט האיש שדה במלוכה... וואס וועלן די היינטיגע קינדער פארשטיין צו מיינע קאנטרי זכרונות.... ווען די טאטעס האבן פרובירט אראפברענגען א ריזן בוים צו מאכן אן עירוב און זילבערשטיינ'ס טאטע איז געפלויגן ווי א סלינג-שאט און זיך צופליקט די הענט... ווען דער מענעדזשער האט אנגעהויבן כאפן אז יעדע מאל ער קומט אנפולן די ווענדינג מאשין איז עס דער זעלבער אינגל וואס טענה'ט אז ער האט געקויפט א דעניש אדער א שאכטל פלעש-קענדיס און ס'נישט ארויסגעקומען... די בערן, קאיאטיס, און דראמאטישע געלויף פונעם מענעדזשער ווען א קליין בערעלע האט דעשראקן דעם גרויסער בראווער מאן... ווען דער זעלבער זילבערשטיין הנ"ל האט געמאכט א גריל די לעצטע וואך און זיך פארברענט א האלבן בארד... בקיצור, טיפיקל קאנטרי מעמוארן.

אנדערש איז אבער געווען אין איחוד קאנטרי, וואו איך פלעג פארן יעדן טאג לערנען אין חדר. דארט האסטו גראד געטראפן ערוואקסענע טאטעס מיט אלטע כאלאטן, דער קאנטרי האט געהאט א מנהל, א קעכער, א טוץ מיט מענעדזשערס למיניהם, און פילע עסקנים און אנדרייער.

דער חדר האט זיך געפירט ווי א געהעריגע חדר, דער לאנטש רום האט אויסגעקוקט נאך שענער ווי אין שטאט - וואו מיר תלמידי מוסודת סאטמאר מהר"א האבן נאך געוואנדערט צווישן פריוואזארישע בנינים. קנסות, פעטש, גורלות, מיוחסים, זענען אלע געווען טייל פונעם רוטין. געדענק איך טאקע דער היינטיגער באניע רבי, איז דאן געווען א אינגערמאן און זיך געדרייט דארט אין לאנטש רום. יאריך ימים על ממלכתו.

די מוסדות איז געפירט געווארן בעיסיקלי דורך די ליכטענשטיין פאמיליע, דער זיידע איז געווען מנהל, ר' נתן מאיר איז געווען דער אנפירער פון די אקטיוויטיס, און ר' אנשיל האט געדרייווט די גאלף קאר - אלס אינגל בינעך נישט געווען אינגאנצן זיכער וואס זיין אויפגאבע איז. כ'מיין ס'געווען נאך א ליכטענשטיין אינוואלווד, נישט זיכער.

עפעס געדענק איך פלעגן די מיטטעלמאן סטייל קינדער רעדן וועגן די "עיטש סעקשאן", אדער עפעס אן ענליכער נאמען - היבש יארן אריבער זינט דאן און כ'האב די זאכן קיינמאל נישט איינגע'חזר'ט. חזקי שטיין געדענק איך נישט זאל שוין האבן געווען אקטיוו, רבי טויב האט געראקט אויף נומבערס, און הגם מ'האט נישט עכט געטארט גיין נעמען קאצקע צוקער פון די קאווע צימער אין שוהל, זאל קיינער נישט דערציילן מיין מלמד ר' מנחם חיים, אבער מיר האבן - שוין, נו, לאמיר נישט רעדן.

בקיצור, ס'איז געווען א פולער קאמערציאלער קאנטרי. תקנות, מודעות נחוצות, און אויך מודעות משמחות. נאר אויטאריזירטע לייט האבן געמעגט דרייוון גאלף-קארס, און השמר והזכר ווער ס'נישט געגאנגען אנגעטון לויט די פארשריפטן. איך מיין אז אפילו פאר די משפחות איז עס געווען נאך מער סיסטעמאטיזירט ווי אין שטאט, און איך קלער אז זיי האבן געשפירט ליבערש ווי אין דארמיטארי, ווי איידער אין א קאנטרי.

פונקט ווי דאן, שפירט זיך היינט אין דער איחוד-קאנטרי, בעיקר דער שוהל, ובפרט דער שוהל הויף, אן אייגנארטיגער כאראקטער.

עס איז דער פלאץ וואו כלל ישראל'ס גוטזאגערס טרעפן זיך מיט די וולאגערס, דער פלאץ וואו שעמעדיגע אידן האבן מער נישט קיין פראבלעם צו זיין ביי חיימאו אויף סטאטוס, דער פלאץ וואו נארמאלע מענטשן שעמען זיך נישט צו ערשיינען צום חצות מנין מיט א ברייטע שמייכל.

דער מערהייט פון די אנוועזנדע געסט זענען אזעלכע וואס גלייכן דוקא צו טרייבן שטיפערישע ליצנות פון די קאנטרי אידן. מענטשן וואס האבן אין די לעצטע פאר וואכן פארנוצט אסאך ענערגיע צו זאמלען וויצן, פאוסטן און ריפאוסטן, אויפ'ן חשבון פון אונזערע קאנטרי ברידער, אבער אז דער אויבערשטער פירט צו מזאל זיין אין די קאנטרי, קומט מען כאפן א שחרית דא אין איחוד.

איך שטיי דארט אינעם פארטש און איך באגריס גוטע פריינד איינער נאכ'ן צווייטן, יעדער גריסט מיט אזא ברייטע שמייכל ווי צו זאגן "דו ביסט אויך דא?! פשיהא... א חידוש..." כאילו כ'שטיי דא אינעם ווארט-צימער פון א פאנגעס דאקטאר אין גרוזיע און ס'פשוט פאני אז פונקט טרעפן מיר זיך אין דעם אומגעווענליכן פלאץ.

דא-דארט דערקענט זיך א היזיגער תושב זיך דורכשלייכן דעם פארטש. ער שפירט נישט אינגאנצן באקוועם מיט זיין גארטל-לאזע כאלאט צווישן אזא מאסע פריש געשטימטע מענטשן. די ר' שמעון שפיצער סארט אינגעלייט שפירן נישט אזוי היימיש פאר אים, און ס'שמעקט אים נישט אינגאנצן דער קופקע וואס חזקי שטיין פירט דא. און בכלל, ווער איז דער דארט מיט די פאון וואס הערט נישט אויף בליצן בילדער? נו שוין, ס'קאנטרי, ער גייט נישט מוחה זיין.

ווייניג ווייסט ער אז באלד פארט ארום א בילד פון אים מיט א וואסערצייכן, און מעגליך אפילו מיט מערערע סטיקערס פון סטאטוסירער למיניהם.

שטייען דא צענדליגער אינגעלייט מיט די ערמלעך אראפגעצויגן. טייל פון זיי האלטן פאר'ן דאווענען, טייל שוין נאכדעם, און א גרויסע טייל געדענקט אליינס נישט. מיילעך שמן דרייט זיך ארום מאכן סעילס פאר זיינע גוט שבת מעסעדזשעס, יואליש פעלזן פרובירט שיקן עמיצן א וואויס נאוט אבער יעדע מאל ער הייבט אן האקט ער איבער אינמיטן צו באגריסן איינעם און הייבט אן פון פריש, מרדכי יצחק וויל נישט כ'זאל רעדן פון אים מיינעך, אבער קענסט זיין זיכער דא קוקט אויס ווי די קאמענד צענטער פון כלל ישראל.

א נחת.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
אוועיטער
דריידל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 424
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 1:43 pm
x 947

Re: פופציגער'ס ברילן: דער איחוד קאנטרי שוהל הויף

פאוסט דורך דריידל »

זאפטיג צעלייגט

שוין לאנג צוריק געהערט פון אן א"י איד וואס גייט אסאך נאך געלט, אז טרעפענדיג מענטשן אין די קאנטרי וועם ער קען פון שטאט איז ממש נישט די זעלבער מענטש.
שטותים איז נישט דער אלטערנאטיוו פון שכל (קרעדיט: @הדסים)
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3295
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 13715

Re: פופציגער'ס ברילן: דער איחוד קאנטרי שוהל הויף

פאוסט דורך בודקע »

האב איך שוין אנגעהויבן טראכטן אז דו האסט געטוישט צו לענסעס, איי געס נישט..

טענקס.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.

קרעדיט: פיני גליק
פאר נייעס דרוקט נאמבער 6
מכבי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 208
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 11:45 am
x 391

Re: פופציגער'ס ברילן: דער איחוד קאנטרי שוהל הויף

פאוסט דורך מכבי »

פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 09, 2026 12:23 am
די מוסדות איז געפירט געווארן בעיסיקלי דורך די ליכטענשטיין פאמיליע, דער זיידע איז געווען מנהל, ר' נתן מאיר איז געווען דער אנפירער פון די אקטיוויטיס, און ר' אנשיל האט געדרייווט די גאלף קאר - אלס אינגל בינעך נישט געווען אינגאנצן זיכער וואס זיין אויפגאבע איז. כ'מיין ס'געווען נאך א ליכטענשטיין אינוואלווד, נישט זיכער.

ר' יוסף שאול
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3799
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4730

Re: פופציגער'ס ברילן: דער איחוד קאנטרי שוהל הויף

פאוסט דורך אנדערער »

ספיטשלעס
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
אוועיטער
לויטערע וואסער
פרישער באניצער
פאוסטס: 35
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 27, 2026 12:18 pm
x 101

Re: פופציגער'ס ברילן: דער איחוד קאנטרי שוהל הויף

פאוסט דורך לויטערע וואסער »

אוי זכרונות....
וואס דו ווארפסט צאם דא....
גוט איז גוט, זייענדיג דארט עטליכע יאר אלס קינד געדענק איך דעטאלן.....
לאז זיך נישט פאלן פון איינער וואס איז געפאלן ביי זיך!!!
אוועיטער
Brand Name Lighting
פרישער באניצער
פאוסטס: 17
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 05, 2026 10:42 pm
Location: Lighting NY
x 67
פארבינד זיך:

Re: פופציגער'ס ברילן: דער איחוד קאנטרי שוהל הויף

פאוסט דורך Brand Name Lighting »

וואס מיינט וולאגערס?
Full line of LED Light Bulbs and Electrical Supplies
https://brandnamelighting.com/

Large Selection on Wallplates, Electric Outlet Covers and Switch Plates
https://wallplate.store/
אוועיטער
באשיינפערליך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 204
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:55 pm
x 306

Re: פופציגער'ס ברילן: דער איחוד קאנטרי שוהל הויף

פאוסט דורך באשיינפערליך »

#
פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 09, 2026 12:23 am געדענק איך טאקע דער היינטיגער באניע רבי, איז דאן געווען א אינגערמאן און זיך געדרייט דארט אין לאנטש רום. יאריך ימים על ממלכתו.
אמן.
כל מעשיך יהיו לשם שמים - אויך דער לשם שמים זאל זיין לשם שמים.
למעלה מן הזמן
ניי צום טיש
פאוסטס: 4
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 03, 2026 1:19 pm
x 2

Re: פופציגער'ס ברילן: דער איחוד קאנטרי שוהל הויף

פאוסט דורך למעלה מן הזמן »

פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 09, 2026 12:23 am דעם פארלאפענעם פרייטאג האב איך געמאכט דעם וועג קיין "איחוד קאנטרי" צו דאווענען א תפלת שחרית אינעם ארטיגן מנינים פאבריק, און נאכ'ן זוכן פארקינג, טרעפן פארקינג, נישט פיטן אינעם פארקינג ספאט, זוכן א צווייטע, זיך רעגן אויפ'ן דרייווער וואס האט מיר אויסגעכאפט, זוכן א דריטע, און פארקן דעם קאר, האב איך געריכטעט מיינע טריט צום לעגענדארן שוהל-הויף פארנט פונעם גרויסן שוהל.

איחוד קאנטרי, לאזט זיך שפעקולירן, האט בכלל געברענגט א שטיקל נייער גייסט אין די קעטסקילס בערג.

עפעס געדענק איך פלעגן די מיטטעלמאן סטייל קינדער רעדן וועגן די "עיטש סעקשאן", אדער עפעס אן ענליכער נאמען - היבש יארן אריבער זינט דאן און כ'האב די זאכן קיינמאל נישט איינגע'חזר'ט. חזקי שטיין געדענק איך נישט זאל שוין האבן געווען אקטיוו, רבי טויב האט געראקט אויף נומבערס, און הגם מ'האט נישט עכט געטארט גיין נעמען קאצקע צוקער פון די קאווע צימער אין שוהל, זאל קיינער נישט דערציילן מיין מלמד ר' מנחם חיים, אבער מיר האבן - שוין, בקיצור, לאמיר נישט רעדן.

א נחת.
thanks!!

נישט סעקשן עיט [8] ?...
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3771
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 12862

Re: פופציגער'ס ברילן: דער איחוד קאנטרי שוהל הויף

פאוסט דורך פופציגער »

למעלה מן הזמן האט געשריבן: פרייטאג יולי 10, 2026 1:23 pm

סעקשאן עיט נישט, אפשר עיט סעקשאן. עכ"פ אין מיין עידזש איז דאס געווען דער ווארט.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
אוועיטער
לאקאלער רב
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 514
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 4:47 pm
x 1082

Re: פופציגער'ס ברילן: דער איחוד קאנטרי שוהל הויף

פאוסט דורך לאקאלער רב »

פופציגער האט געשריבן: פרייטאג יולי 10, 2026 1:41 pm

H Section

ווי קען מען בכלל א טעות האבן
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3771
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 12862

Re: פופציגער'ס ברילן: דער איחוד קאנטרי שוהל הויף

פאוסט דורך פופציגער »

לאקאלער רב האט געשריבן: פרייטאג יולי 10, 2026 1:55 pm

האבעך יא גוט געדענקט.

אפשר ביסטו מיר מגלה איין מאל פאר אלעמאל וואס אזאנס דארט האט זיך אפגעשפילט? ס'האט געסאונדט ווי עפעס א גענג הויפטקווארטיר וואו פרעמדע האבן זיך געפארכט אריינצופארן

פופציגער האט געשריבן: פרייטאג יולי 10, 2026 2:04 pm
לאקאלער רב האט געשריבן: פרייטאג יולי 10, 2026 1:55 pm
פופציגער האט געשריבן: פרייטאג יולי 10, 2026 1:41 pm
סעקשאן עיט נישט, אפשר עיט סעקשאן. עכ"פ אין מיין עידזש איז דאס געווען דער ווארט.
H Section

ווי קען מען בכלל א טעות האבן
האבעך יא גוט געדענקט.

אפשר ביסטו מיר מגלה איין מאל פאר אלעמאל וואס אזאנס דארט האט זיך אפגעשפילט? ס'האט געסאונדט ווי עפעס א גענג הויפטקווארטיר וואו פרעמדע האבן זיך געפארכט אריינצופארן
איי העוו נאו איידיע. איך בין אינגאנצן געווען איינס צוויי מאל אויף א שבת דארט, אבער דער נאמען קלינגט הויעך און קלאר אין די אויערן..

ווי כ'האב מיר לעצטענס נאכגעפרעגט, געפונען זיך דארט די פרומערע "האללאוס".., מער פון דעם ווייסעכנישט.
אוועיטער
צמח
פרישער באניצער
פאוסטס: 93
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:11 pm
x 125

Re: פופציגער'ס ברילן: דער איחוד קאנטרי שוהל הויף

פאוסט דורך צמח »

פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 09, 2026 12:23 am
► Show Spoiler
כאגעמיינט אז דו ביסט א ק"י געבוירענער.

דיין טאטע וואוינט נישט אין ק"י? אהינגעמופט די לעצטע פאר יאר?
איך גיי גרין
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3771
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 12862

Re: פופציגער'ס ברילן: דער איחוד קאנטרי שוהל הויף

פאוסט דורך פופציגער »

צמח האט געשריבן: זונטאג יולי 12, 2026 6:14 pm
כאגעמיינט אז דו ביסט א ק"י געבוירענער.

דיין טאטע וואוינט נישט אין ק"י? אהינגעמופט די לעצטע פאר יאר?
כ'קוק אויס ווי א קרית יואל געבוירענער?

ניין, כ'בין נישט. מיינע קינדער יארן זענען געווען אין עיר הנדחת וויליאמסבורג.

מ'האמיר געמופט שפעטער

(כ'דארף ווען אמאל פאדקעסטן איבער מיין טראמאטישער דורכגאנג... מיינע וויליאמסבורגע חברים האבן מיר נישט עקסטער ארויפגעקוקט פאר'ן מופן קיין מאנדראו... מילד גערעדט.)
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
אוועיטער
צמח
פרישער באניצער
פאוסטס: 93
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:11 pm
x 125

Re: פופציגער'ס ברילן: דער איחוד קאנטרי שוהל הויף

פאוסט דורך צמח »

פופציגער האט געשריבן: זונטאג יולי 12, 2026 6:20 pm עיר הנדחת וויליאמסבורג
צו וועלכע חסידות געהערסטו?...
איך גיי גרין
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3771
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 12862

Re: פופציגער'ס ברילן: דער איחוד קאנטרי שוהל הויף

פאוסט דורך פופציגער »

צמח האט געשריבן: זונטאג יולי 12, 2026 6:23 pm
פופציגער האט געשריבן: זונטאג יולי 12, 2026 6:20 pm עיר הנדחת וויליאמסבורג
צו וועלכע חסידות געהערסטו?...
סאטמאר מהרא
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
אוועיטער
לאקאלער רב
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 514
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 4:47 pm
x 1082

Re: פופציגער'ס ברילן: דער איחוד קאנטרי שוהל הויף

פאוסט דורך לאקאלער רב »

פופציגער האט געשריבן: זונטאג יולי 12, 2026 6:20 pm
צמח האט געשריבן: זונטאג יולי 12, 2026 6:14 pm

כאגעמיינט אז דו ביסט א ק"י געבוירענער.

דיין טאטע וואוינט נישט אין ק"י? אהינגעמופט די לעצטע פאר יאר?
כ'קוק אויס ווי א קרית יואל געבוירענער?

ניין, כ'בין נישט. מיינע קינדער יארן זענען געווען אין עיר הנדחת וויליאמסבורג.

מ'האמיר געמופט שפעטער

(כ'דארף ווען אמאל פאדקעסטן איבער מיין טראמאטישער דורכגאנג... מיינע וויליאמסבורגע חברים האבן מיר נישט עקסטער ארויפגעקוקט פאר'ן מופן קיין מאנדראו... מילד גערעדט.)
יא יא, געדענק מיר גוט ווען דער נייער אינגל פופציגער'ל האט זיך אנגערוקט קיין ק"י. ווייניג האבן מיר געוויסט וואס ער וועט מאכן פון אונז...
אגד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 355
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2025 9:08 am
x 652

Re: פופציגער'ס ברילן: דער איחוד קאנטרי שוהל הויף

פאוסט דורך אגד »

פופציגער האט געשריבן: זונטאג יולי 12, 2026 6:33 pm
צמח האט געשריבן: זונטאג יולי 12, 2026 6:23 pm
פופציגער האט געשריבן: זונטאג יולי 12, 2026 6:20 pm עיר הנדחת וויליאמסבורג
צו וועלכע חסידות געהערסטו?...
סאטמאר מהרא
איך וואלט נישט געזאגט אז דו געהערסט פאר איינעם.

דארט ביסטו א חסיד/מעמבער, אדער עפעס ענליך..
אוועיטער
דעת קדשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1786
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 4388

Re: פופציגער'ס ברילן: דער איחוד קאנטרי שוהל הויף

פאוסט דורך דעת קדשי »

@פופציגער דו געדענקסט די צייטן פון(ילדי חן)אלטע חריין....???
וועלעכע טיעמס זיענען געלאפן ווען דו ביזט דארט געווען?
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3771
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 12862

Re: פופציגער'ס ברילן: דער איחוד קאנטרי שוהל הויף

פאוסט דורך פופציגער »

דעת קדשי האט געשריבן: מאנטאג יולי 13, 2026 2:21 pm @פופציגער דו געדענקסט די צייטן פון(ילדי חן)אלטע חריין....???
וועלעכע טיעמס זיענען געלאפן ווען דו ביזט דארט געווען?
ילדי חן געדענק איך נישט.

ווען איך בין געווען אין איחוד קאנטרי איז געווען טיעם אמאל און היינט, איך האב נאך דעם ביכל וואס מ'האט געטיילט סוף זומער...

ר' נתן מאיר ליכטענשטיין האט מיר באאויפטראגט איין טאג צו ברענגען גראמען דעם נעקסטן טאג, "מארגן קום נישט צוריק אן קיין גראמען. דיין טאטע איז א גוטע גראמער, ער זאל דיר עס מאכן" האט ער מיר געזאגט, מיט'ן ציל מיר צו שטופן דערצו, אבער איך האב עס גענומען סיריעס און געזאגט מיין טאט'ן אז מארגן קען איך נישט גיין אין חדר אן גראמען...

מיין טאטע האט שנעל אפגעשריבן גראמען, איך האב עס צוגעפאסט צו א ניגון, (אוי באשעפער... איך כאפ יעצט אז איך קען נאך די גראמען אויסענווייניג, כמעט די גאנצע... יויש...), און צומארגנס האב איך עס געזינגען מיט א שטראלענדער געזיכט, נישט קענענדיג גענוג דאנקען ר' נתן מאיר פאר'ן מיר געבן די קאנפידענס דערצו.

זינגען האב איך נישט געקענט, האט מען גענומען דעם בערגער - ווי הייסט ער דארט, געווען פון די ילדי הפלא פון חדר - זאל מיטזינגען מיט מיר.

כ'געדענק ווי היינט נתן מאיר'ס שמייכל ווען כ'האב גענומען דעם מייק. כ'מוז אים עס געבן, ער האט מיר געמאכט ארויסגיין פון מיין קאמפארט זאון אויף נומבערס.

אקעי, ווער נעמט מיר פאר א פאדקעסט?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
אוועיטער
מאדערן ארט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 210
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 27, 2023 10:00 pm
Location: אין סטאדיאו
x 463

Re: פופציגער'ס ברילן: דער איחוד קאנטרי שוהל הויף

פאוסט דורך מאדערן ארט »

כ’א מזל כ’האב אריינגעפלאטשקעט יעצט...

איך קוועל פון אינערליכע הנאה ביים ליינע פון דיין שריפט... מיין בויך קיצעלט עכט... איך שמייכל צו מיך אליין... וואף... אן אמת’ן פלעזער..
🔔אויפוואכונג: ולאחיו יאמר חזק! - לאמיר לייקן איינעם דעם צווייטן!
אוועיטער
צמח
פרישער באניצער
פאוסטס: 93
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:11 pm
x 125

Re: פופציגער'ס ברילן: דער איחוד קאנטרי שוהל הויף

פאוסט דורך צמח »

פופציגער האט געשריבן: זונטאג יולי 12, 2026 6:33 pm
צמח האט געשריבן: זונטאג יולי 12, 2026 6:23 pm
פופציגער האט געשריבן: זונטאג יולי 12, 2026 6:20 pm עיר הנדחת וויליאמסבורג
צו וועלכע חסידות געהערסטו?...
סאטמאר מהרא
שוין... נישט געכאפט איז נישט געכאפט...
איך גיי גרין
שרייב פאוסט