הער אויס ביידע צדדים

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
Super mario
פרישער באניצער
פאוסטס: 20
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 22, 2026 11:54 am
x 13

הער אויס ביידע צדדים

פאוסט דורך Super mario »

געהערט א מעשה וואס איז געווען ביי אדמ״ר מטאהש זצוללה״ה

געווען צוויי שותפים וואס האבן זיך געוואלט אויסגלייכן איבער א געוויסע סיכסוך וואס זיי האבן געהאט ביים טאשער רבין זצ״ל

קודם איז דער ערשטע שותף אריין נאכדעם וואס דער רבי הערט אים אויס און ער איז ארויס געגאנגען הייסט דע רבי פארן גאבין אריינצוריפן דעם צווייטן שותף איפור זיך דער גבי אן ״איך מיין אז עס פעלט נישט אויס עס איז שוין אלעס קלאר...״

אבער דער רבי האט זיך נישט געלאזט און גהייסן אריינריפן דעם צוויטן שותף נאכן אין אויסהערן האט די רבי (מיט די גאבי) געגבן גערעכט פארן צווייטן שותף

וויל איך זאגן פאר די נעמסט דיך אן פאר איין צד הער אויס די צווייטע צד אויך ווייל דאס קען טוישן דיין מיינאנג אינגאנצן

וד״ל
לערן דיך פון מעריא

געפאלן איין מאל און נאכאמאל אבער געבט נישט אויף נאר אזוי קימט מען אן


מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 734
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 1169

Re: הער אויס ביידע צדדים

פאוסט דורך מאטאווירט »

גוט, איך וועל פרובירן.

מיט'ן פולסטן רעספעקט, פרעג איך לתועלת, פארוואס פעלט אויס א באזונדערע טעמע פאר דעם?
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
שרייב פאוסט