די נושא וואס חז"ל זאגן אונז וֶהֱוֵי דָן אֶת כָל הָאָדָם לְכַף זְכוּת איז א גרויסע.
מען זאגט נאך א מעשה פון סקולענע רבי (איך געדענקט נישט וועלכע, ווי אויך געדענק איך נישט די פונקטליכע מעשה, און אדרבא, זאלן קומען די וואס ווייסן און פארבעסערן), אז ער איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד און געטראפן איינעם און פרעגט אים וואס ביסטו אזוי פאטראכט, זאגט ער, איך האב געזען א איד דאווענען שפעט און פראביר זייער שטאק אים דן זיין לכף זכות. האט אים די רבי געזאגט: ווער ביסטו בכלל אים צו דן זיין?
וויל איך דא אויפמאכן א נייע שמועס ווי מען קען שרייבן שיינע מעשיות פון דן זיין א צווייטען לכף זכות.
פארשטייט זיך אז דא איז נישט די פלאץ צו מלמד זכות זיין אויף רשעים. אויב איינער האט א שכן וואס איז א מחלל שבת, און ער זעט אים זיך אריינזעצן אין זיין קאר שבת מיטאג, ברויך ער נישט טראכטן ער פארט אין שפיטאל. מען רעדט דא פשוטע מעשיות, וואס איינעם דאכט זיך עפעס זאל מען דן זיין לכף זכות. מען דארף אויך וויסן אז ווען איינער טוט עפעס וואס קען זיין גוט אדער שלעכט, נישט דארט איז די חיוב פון דן זיין לכף זכות. מען דארף אייביג טראכטן נאר גוט און אז יענער טוט גוט. די חיוב איז ווען עס זעט עכט אויס שלעכט! דאן דארף מען אלעס טוהן צו אויסטרעפן וועגן און טראכטן אז לכף זכות.
הֱוֵי דָן אֶת כָל הָאָדָם לְכַף זְכוּת
-
Brand Name Lighting
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 9
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 05, 2026 10:42 pm
- Location: Lighting NY
- x 41
- פארבינד זיך:
הֱוֵי דָן אֶת כָל הָאָדָם לְכַף זְכוּת
Full line of LED Light Bulbs and Electrical Supplies
https://brandnamelighting.com/
Large Selection on Wallplates, Electric Outlet Covers and Switch Plates
https://wallplate.store/
https://brandnamelighting.com/
Large Selection on Wallplates, Electric Outlet Covers and Switch Plates
https://wallplate.store/
-
Brand Name Lighting
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 9
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 05, 2026 10:42 pm
- Location: Lighting NY
- x 41
- פארבינד זיך:
Re: הֱוֵי דָן אֶת כָל הָאָדָם לְכַף זְכוּת
די ערשטע מעשה... מיר האבן א באקאנטער, א מלמד, ארבייט שווער אויף זיין דאלער, א עכטע "מסתפק במועט", קויפט אויף סעילס, וכו'. איין משוגעת, ווען ער מאכט חתונה איז ביים שבת שבע ברכות דא גאר גיטע וויין אויפן טיש...
נו... קומט מען זאגן א מזל טוב און איינער הייבט אן קרומען מיט די נאז... פארוואס אזא אויפרייס... איך קוק מיך ארום, באמת שיין, איידל, אידישלעך, אבער גאר בפשטות!
פרעג איך... וואס זאגסטו דא? ווי האט מען זיך אויפגעריסן? גאר ווייניג קאפעלס, גערופן ממש נאר א חלק פון די געשוויסטער, פשוטע עסן, נישט גענומען extras, נישט גענומען קיין פארטי פלענערס... זאגט ער וואס איז שוין ווייטער מיט די וויין... זאג איך אים, ווער פרעגט אייך? האסט באצאלט דערפאר? וואס גייט דיך אן... דער לאזט אבער נישט נאך... נאר ווייל ער האט ליעב גיטע וויין מוז ער זיך אויפרייסן און ווייזן??? איך פרעג אים נאכאמאל, וואס גייט אייך אן... האסט געצאלט עפעס פארן חתונה אדער פארן שבת? איך נישט, אבער מסתמא אנדערע... (מסתמא נישט). איך דריי אים אן back and forth דערנאך זאג איך אים, אונזער חבר האט מיטאמאל ליעב וויין, ער טרינקט עס קיינמאל נישט! אבער! ער איז א מלמד ווי אויך טוט ער אין די זייט פארשידענע חינוך related ארבייט. און ער באקומט אסאך טייערע משלוח מנות (אפשר מאנכע מיינען אז דאס איז במקום די פורים טיפ...). אריינגערעכט פון כאטש 3 עלטערן וואס זענען in the industry!!! און ער לייגט עס אוועק אז ווען ער מאכט א שמחה זאל ער נישט דארפן קויפן וויין!!!
פון ווי ווייס איך עס? ווייל איך האב יא ליעב גיטע וויין! און דער מלמד פלעגט מיך שענקן זיינע וויינען נאך פורים! נאר די לעצטע פאר יאר האלט ער עס פאר זיינע שמחות!!! איך האב אים אפילו געפרעגט ביי די לעצטע שבת שבע ברכות (נאכן זיך אנהערן פונעם אנדערע חבר מיט די טענות...), וויפיהל האסטו געצאלט פאר די באטעל? זאגט ער פון ווי זאל איך וויסן? איך האב עס באקומען!

Photo & Credit: Copyright © 2026 Herzog Wine Cellars
Full line of LED Light Bulbs and Electrical Supplies
https://brandnamelighting.com/
Large Selection on Wallplates, Electric Outlet Covers and Switch Plates
https://wallplate.store/
https://brandnamelighting.com/
Large Selection on Wallplates, Electric Outlet Covers and Switch Plates
https://wallplate.store/
-
להגדיל הטראסק
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 3120
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 9822
Re: הֱוֵי דָן אֶת כָל הָאָדָם לְכַף זְכוּת
כ'האב געגעבן פאר מיין דרייווער א רוט, ער קאלט מיר זאגן אז כ'האב דיר דן געווען לכף חובה, כ'האב געמיינט אז האסט מיר אנגעשטאפט מיין וויקל, ווען כ'האב מיך געכאפט אז כ'האב אויסגעלאזט א סטאפ וואו אפצולאדענען...
-
להגדיל הטראסק
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 3120
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 9822
Re: הֱוֵי דָן אֶת כָל הָאָדָם לְכַף זְכוּת
א חשובער אדמו"ר האט נאך א געוויסע מעמד געדאוונט מעריב ביי די 60
עס איז ארויסגערינען אז מען האט אים באיזה אופן איינגערעדט אז עס איז שוין דער 72 און ער האט זיך שטארק געבייזערט דערויף.
דאס זעלבע איז געווען ווען ער האט אמאל פארפאסט חצות, זיך בארואיגט אז מען האט דעם טורי זהב אבער עס האט אים שטארק געשטערט אז מען האט אים נישט אויפגעמערקט וואו דער זייגער האלט.
(יא, נישט נאר א איד מיט א קליינע קאפעלע מעג מען דן זיין לכף זכות...)
עס איז ארויסגערינען אז מען האט אים באיזה אופן איינגערעדט אז עס איז שוין דער 72 און ער האט זיך שטארק געבייזערט דערויף.
דאס זעלבע איז געווען ווען ער האט אמאל פארפאסט חצות, זיך בארואיגט אז מען האט דעם טורי זהב אבער עס האט אים שטארק געשטערט אז מען האט אים נישט אויפגעמערקט וואו דער זייגער האלט.
(יא, נישט נאר א איד מיט א קליינע קאפעלע מעג מען דן זיין לכף זכות...)
-
להגדיל הטראסק
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 3120
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 9822
Re: הֱוֵי דָן אֶת כָל הָאָדָם לְכַף זְכוּת
ראובן האט אנגעקאלט זיין חבר שמעון, און שמעון מאכט זיך ווי ער קען אים נישט, ראובן טראכט "האסט מיר געהעריג פארמעקט פון מיינע קאנטאקטס? ווילסט מיר נישט קענען מער? שמעון זאגט אים: כ'האב פשוט געקויפט א נייע פאון און נאכנישט איבערגעלייגט די קאנטאקטס.
-
Brand Name Lighting
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 9
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 05, 2026 10:42 pm
- Location: Lighting NY
- x 41
- פארבינד זיך:
Re: הֱוֵי דָן אֶת כָל הָאָדָם לְכַף זְכוּת
יארן לאנג זונג איך כמעט נישט זמירות. יא, די עיקר זונגט מען. שלום עליכם, אשת חיל... חי' השם, מזמור לדוד.
איך בין קיינמאל נישט געווען קיין גרויסע זינגער...
איך האב לעצטענס אריינגעטראכט אז עס האט זיך אנגעהויבן ווען איך בין געווען א קליינע אינגעל, בערך 7 אדער 8 יאר, אינמיטן זמירות, האב איך געהערט ווי מיין מאמע זאגט פאר מיין טאטע, "אברמי (נישט מיין עכטע נאמען...) זינגט ווי די עגלה ערופה... און איך דערמאן זיך איצט, אז עס האט מיט אזוי וויי געטהון, אז איך האב אויפגעהערט זינגען זמירות. עס איז שוין יארן שפעטער... איך בין שוין ב"ה א זיידע. און איין זאך געדענט איך קלאר... אז עס האט מיר נישט וויי געטוהן די עגלה ערופה קאמענט, אפשר טאקע קען איך נישט... נאר... אז... מיין מאמע האט עס מיר געזאגט. ווייל... מיין מאמע...
- האט אייביג גערעדט ווייעך
- ארויסגעוויזן עכטע ליעבשאפט צו די קינדער
- איז א איידעלע אידענע, א אישה כשירה וואס האט געטוהן חסד ווי זי האט געקענט
- כמעט נישט געווען שטרענג
אין די אלע זאכן איז געווען איר טבע! נישט ווייל זי האט אויסגעהערט חינוך האטליינס (נאך נישט געווען אזא זאך דאן) און ווי קען זיין אז מיין מאמע זאל דאס זאגן??? איך האב דאס נישט געקענט פארשטיין!!!
עס האט מיר גענומען מער ווי 40 יאר צו כאפן...
מיין מאמע איז געגאנגען צו א פלעי. מען רעדט דא ווען א פלעי איז נאך געווען ארגינאל. איינער געדענקט "די לעצטע געדאנק"? איז דאן געווען "די יוסף שפיעל". מיין מאמע איז נישט געווען פון די מענטשען וואס עס האט זיי אינטערסירט די מיני זאכן... זי איז געווען העכער דערפון. אבער איינער האט געקויפט טיעקטס פאר איר... און, ווי א פשוטע אידענע איז זי אהיים געקומען מלא התפעלות און געזינגען פאר אונז די אלע ניגונים... איך בין דאן געווען א "וואוילע אינגעל" האט זי מיך געקויפט די פלעי אויף קאסטעס, עס איז געווען 3 טעיפס מיט די ביכל. און זי, די פארנומענע מאמע איז געזעצן מיט מיר און אויסגעהערט די גאנצע פלעי מיט מיר מיט די ביכל אינאיינעם. איך געדענק נאך די געדולט... די ליעבשאפט... און ווען דער אלטער פאטער יעקב האט געלערנט מיט יוסף הצדיק, האט ער אזוי הערליך געזונגען "עגלה ערופה" אז מיר האבן ביידע געוויינט. מיין מאמע האט נישט קיין השגה געהאט וואס דאס איז געווען דאס עגלה ערופה... אבער האט יא געוויסט אז דאס האט געזונגען יעקב (דער זינגער איז געווען א נאנטער קרוב אונזערס). און ווי איז געווען מיין שכל??? מיין מאמע האט געזאגט פאר מיין טאטע אז איך זונג אזוי ווי די עגלה ערופה!!! אזוי הערליך און הארציג ווי יעקב אבינו (אונזער קרוב)!!!
פארוואס פארצייל איך די מעשה? האב איך טענות אויף מיין מאמע? ח"ו! זי האט זיך גרויס געהאלטן מיט מיר! האב איך טענות אויף מיר??? ניין! איך בין געווען א קליין קינד!!!
איך פארצייל עס פשוט אז מען זאל וויסן אז אמאל רעדט מען זיך איין אז איינער האט עפעס געזאגט און יענער האט גארנישט געמיינט! נישט נאר דאס, יענער האט געמיינט גוטס!!!
רבותי, לאמיר זיך קיינמאל נישט נעמען צום הארצן ווייל איינער האט עפעס געזאגט!
איך בין קיינמאל נישט געווען קיין גרויסע זינגער...
איך האב לעצטענס אריינגעטראכט אז עס האט זיך אנגעהויבן ווען איך בין געווען א קליינע אינגעל, בערך 7 אדער 8 יאר, אינמיטן זמירות, האב איך געהערט ווי מיין מאמע זאגט פאר מיין טאטע, "אברמי (נישט מיין עכטע נאמען...) זינגט ווי די עגלה ערופה... און איך דערמאן זיך איצט, אז עס האט מיט אזוי וויי געטהון, אז איך האב אויפגעהערט זינגען זמירות. עס איז שוין יארן שפעטער... איך בין שוין ב"ה א זיידע. און איין זאך געדענט איך קלאר... אז עס האט מיר נישט וויי געטוהן די עגלה ערופה קאמענט, אפשר טאקע קען איך נישט... נאר... אז... מיין מאמע האט עס מיר געזאגט. ווייל... מיין מאמע...
- האט אייביג גערעדט ווייעך
- ארויסגעוויזן עכטע ליעבשאפט צו די קינדער
- איז א איידעלע אידענע, א אישה כשירה וואס האט געטוהן חסד ווי זי האט געקענט
- כמעט נישט געווען שטרענג
אין די אלע זאכן איז געווען איר טבע! נישט ווייל זי האט אויסגעהערט חינוך האטליינס (נאך נישט געווען אזא זאך דאן) און ווי קען זיין אז מיין מאמע זאל דאס זאגן??? איך האב דאס נישט געקענט פארשטיין!!!
עס האט מיר גענומען מער ווי 40 יאר צו כאפן...
מיין מאמע איז געגאנגען צו א פלעי. מען רעדט דא ווען א פלעי איז נאך געווען ארגינאל. איינער געדענקט "די לעצטע געדאנק"? איז דאן געווען "די יוסף שפיעל". מיין מאמע איז נישט געווען פון די מענטשען וואס עס האט זיי אינטערסירט די מיני זאכן... זי איז געווען העכער דערפון. אבער איינער האט געקויפט טיעקטס פאר איר... און, ווי א פשוטע אידענע איז זי אהיים געקומען מלא התפעלות און געזינגען פאר אונז די אלע ניגונים... איך בין דאן געווען א "וואוילע אינגעל" האט זי מיך געקויפט די פלעי אויף קאסטעס, עס איז געווען 3 טעיפס מיט די ביכל. און זי, די פארנומענע מאמע איז געזעצן מיט מיר און אויסגעהערט די גאנצע פלעי מיט מיר מיט די ביכל אינאיינעם. איך געדענק נאך די געדולט... די ליעבשאפט... און ווען דער אלטער פאטער יעקב האט געלערנט מיט יוסף הצדיק, האט ער אזוי הערליך געזונגען "עגלה ערופה" אז מיר האבן ביידע געוויינט. מיין מאמע האט נישט קיין השגה געהאט וואס דאס איז געווען דאס עגלה ערופה... אבער האט יא געוויסט אז דאס האט געזונגען יעקב (דער זינגער איז געווען א נאנטער קרוב אונזערס). און ווי איז געווען מיין שכל??? מיין מאמע האט געזאגט פאר מיין טאטע אז איך זונג אזוי ווי די עגלה ערופה!!! אזוי הערליך און הארציג ווי יעקב אבינו (אונזער קרוב)!!!
פארוואס פארצייל איך די מעשה? האב איך טענות אויף מיין מאמע? ח"ו! זי האט זיך גרויס געהאלטן מיט מיר! האב איך טענות אויף מיר??? ניין! איך בין געווען א קליין קינד!!!
איך פארצייל עס פשוט אז מען זאל וויסן אז אמאל רעדט מען זיך איין אז איינער האט עפעס געזאגט און יענער האט גארנישט געמיינט! נישט נאר דאס, יענער האט געמיינט גוטס!!!
רבותי, לאמיר זיך קיינמאל נישט נעמען צום הארצן ווייל איינער האט עפעס געזאגט!
Full line of LED Light Bulbs and Electrical Supplies
https://brandnamelighting.com/
Large Selection on Wallplates, Electric Outlet Covers and Switch Plates
https://wallplate.store/
https://brandnamelighting.com/
Large Selection on Wallplates, Electric Outlet Covers and Switch Plates
https://wallplate.store/
-
להגדיל הטראסק
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 3120
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 9822
Re: הֱוֵי דָן אֶת כָל הָאָדָם לְכַף זְכוּת
איך האב א זאפטיגע מעשה ווען איינער האט מיר באשולדיגט מיט א זאך וואס איז לא עלה על דעתי, יענער האט מיר באשמוצט איבער פערטל שטאט אדער מער, און וואס זאל איך אייך זאגן? עס איז מיר גאר געשמאק און איינגענעהם - עכ"פ יענע ספעציפישע מעשה...
קענסט די מעשה פון גימפל?
עס שטייט א געפאקטע בית המדרש מען ווארט די פאר מינוט צו קענען דאווענען מעריב, קומט אריין א איד ווילד ווי א נאזהארן ער שרייעט וועמענס קאר איז די רויטע אדיסי וואס האט געפארקט אין פראנט פון מיין קאר?? רופט זיך איינער אן "עס איז מיין קאר"! יענער קומט צו ווילד און נעמט זיך פראסקענען מכות רצח שמייסט אוועק זיין היט, פליקט ארויס האר פון זיין בארד, און דער געשלאגענער שטייט מיט א צינישע שמייכעלע, ווען די אטאקע קומט צו א פייער אפשטעל פרעגט ער יענעם "פארוואס שמייכלסטו???" ענטפערט ער, גראדע איז די קאר איז נישט מיינס... איך האב ניטאמאל קיין לייסענס..."
בערך אזוי האב איך געשפירט דעמאלס...
כ'קען נישט שרייבן קיין פרטים ברבים צוליב יענעמ'ס כבוד, און נאך, אבער עס איז זייער זיס געווען...
נאכן יענעם אויפמערקן זיין טעות האב איך געהערט א תקופה נאכדעם אז יענער זעצט פאר מיט די באשולדיגונג ווייטער כאילו לא היה... עס איז געשמאק!!!