שפראך איז פון די וויכטיגסטע און שטערקסטע זאכן וואס איז דא אויף דער וועלט, ס'איז צוזאמגעשטעלט פון קלאנגען מיט די מויל און באוועגונגען מיט די גוף, דורך דעם קאמוניקירט מען. שפראך איז עפעס וואס פארבינדן מענטשן איינע דעם אנדערן, שפראך דערציילט אונז צו וואו א מענטש באלאנגט, צו וועלכע פאלק און צו וועלכע נאציאנאליטעט, און עס איז עפעס וואס מענטשן שטאלצירן זיך מיט.
צווישן די איבער זיבן טויזענט שפראכן וואס ווערן היינט צוטאגס גערעדט אין דער וועלט איז 'כינעזיש' דאס מערסט באניצטע שפראך, ווערנדיג באניצט דורך 1.4 ביליאן מענטשן (17% פון די וועלטס פאפולאציע) אלס זייער מאמע לשון. כינעזיש איז אויך איינע פון די שווערסטע שפראכן זיך צו לערנען צוליב אירע אינטערעסאנטע גראמאטישע כללים, סיי וויאזוי ס'ווערט גערעדט אז יעדע קליינע קנייטש אינעם ניגון קען טוישן די גאנצע זאץ, און סיי וויאזוי מ'שרייבט עס מיט אירע מאדנע סימבאלן. איינע פון די זאכן וואס מאכט די כינעזע שפראך אייגנארטיג איז דאס אז מ'שרייבט פון אויבן אראפ אנשטאט פון לינקס אויף רעכטס (אדער רעכטס אויף לינקס). כינעזיש איז אבער נישט ממש דאס איינציגסטע שפראך וואס ווערט געשריבן פון אויבן אראפ. יאפאנעזיש, קארעאיש און וויעטנאמיש ווערן אויך אזוי געשריבן.
כינעזיש איז דאס עלטסטע באניצטע שפראך מיט א היסטאריע פון איבער דריי טויזענט יאר און ס'איז נישט געווען איינער ספעציפיש וואס האט עס ערפינדן נאר ס'האט זיך ווי נאטורליך צוביסלעך אנטוויקלט צווישן די פרי-כינעזישע ציוויליזאציעס נעבן דעם געלן טייך אין צפון-מזרח כינע.
די שריפט סיסטעם האט יא עטוואס מער א קלארערע היסטאריע. די עלטסטע כינעזע שריפטן וואס מ'האט געטראפן איז דער 'אראקל ביין שריפט' וואס קומט פון די צייטן פון די שיאנג דינאסטיע, בערך אין יאר 1200 BCE. אראקל זענען שטיקלעך ביין פון א אקס אדער פון א טשורעפאכע, אין יענע צייט פלעגט מען אין כינע אריינקריצן אויף דעם. פארשער האבן דורכאויס די יארן געטראפן אזויפיל ווי 13,000 אזעלכע ביינער מיט איבער 130,000 איינקריצונגען. (כ'וועל נאך אפשר צוריקומען אמאל שרייבן באריכות איבער די אראקל ביינער).

כינעזישע איינקריצונגען אויף א אראקל ביין
דער קומענדיגע שריפט וואס מ'האט געטראפן קומט פון יאר 1046 BCE אין די צייטן פון די מערב זשו רעגירונגען. די כינעזע שפראך איז דורכגעגאנגען אסאך גלגולים און רענאוואציעס, יעדע קעניגרייך און דינאסטיע אין יעדע ראיאן האבן געטוישט געוויסע כללים אינעם שפראך, אזוי האט זיך אנטוויקלט עטליכע ווערסיעס.

שריפטן פון די צייטן פון די מערב דזשו רעגירונגען
כינעזיש איז ווי א טערמין פאר אלע סינישע שפראכן וואס ווערן באניצט אין מזרח אזיע, און ווי רוב שפראכן פארמאגט עס עטליכע ווערסיעס און ס'איז נישט איין שפראך נאר א גאנצע משפחה פון שפראכן. די מערסט באניצטע דיאלעקט איז די 'מאנדארין' ווערסיע, וועלכע ווערט באניצט דורך אומגעפער 800 מיליאן מענטשן (63% פון כינעזע רעדנער), און ס'איז די אפיציעלע שפראך אין כינע (מער ספעציפיש, בעיזשינג) און אין טייוואן. די אנדערע פאפולערע דיאלעקטן זענען קאנטאנעזיש (וואס ווערט באניצט אין האנג קאנג), וואא, מין, שיאנג, האקא און גאן. טראץ וואס רוב פון די זענען ווי גענצליך אנדערע שפראכן אין וויאזוי מ'רעדט איז אבער די שריפט דערפון מיינסטנס די זעלבע שריפט (汉字) וואס יעדע סימבאל רעפרעזענטירט א ווארט און עלעמענטן פון קלאנג, אנדערש ווי רוב אנדערע שפראכן וועלכע ווערן געשריבן מיט אותיות.

מאפע וואס צייגט וואו מ'רעדט וואס
א שפראך איז צוזאמגעשטעלט פון צוויי פאקטארן, וויאזוי מ'רעדט און וויאזוי מ'שרייבט. וויאזוי מ'רעדט איז אין יעדע שפראך מער ווייניגער די זעלבע, מ'זאגט ווערטער און זאצן מיט א ניגון. די שריפט אבער איז אין רוב שפראכן אנדערש איינע פונעם צווייטן, אפילו די שריפט איז אנדערש איז עס אבער אייביג צוזאמגעשטעלט פון די זעלבע זאך, פון ווערטער און יעדע ווארט איז צוזאמגעשטעלט פון אותיות.
אבער די כינעזישע שפראך פארמאגט נישט קיין אותיות און נישט קיין ווערטער, עס פארמאגט קלאנגען. כינעזיש איז מער געבויעט אויף קלאנגען ווי אויף ווערטער, און ווי געשריבן קען יעדע קליינע טויש אינעם ניגון ענדערן די גאנצע באדייט פון די ווארט. דערפאר איז די שריפט אזעלכע סימבאלן, וואס יעדע סימבאל באדייט א ווארט. אבער ס'איז נישט צוזאמגעשטעלט פון אותיות, נאר פון קלאנגען, יעדע שטריך רעפרעזענטירט א אנדערע קלאנג, בערך אזויווי מוזיקאלישע נאטן. אבער אנדערש ווי נאטן וואס רעפרעזענטירן סתם ליידיגע קלאנגען, רעפרעזענטירן די שטריכן קלאנגען מיט טראַפן (Syllables).

דיאגראם וויאזוי די שטריכן ארבעטן
די וועג וויאזוי די שריפט ארבעט איז די זעלבע ביי אלע דיאלעקטן, צוזאמגעשטעלטע קלאנגען. נישט אלע דיאלעקטן האבן אבער די זעלבע צאל קלאנגען, עטליכע דיאלעקטן פון צפון כינע קענען האבן אזוי ווייניג ווי דריי טענער, בשעת עטליכע דיאלעקטן אין דרום כינע האבן ביז 6 אדער 12 טענער.
עס זענען פארהאן היינט צוויי סיסטעמען פאר די כינעזע שריפט, ס'איז דא די טראדיציאנאלע שריפט וואס ווערט באניצט אין האנג קאנג, מאַקאַו און טייוואן, און ווי אויך מערסטנס אויסלענדישע כינעזיש-רעדנדע גרופעס באניצן זיך מיט די טראדיציאנאלע שריפט וואס גייט שוין צוריק יארן.
דערנאך איז דא די סימפּליפייד שריפט וועלכע ווערט באניצט אין מערסטנס טייל פון כינע, סימפּליפייד איז איינגעפירט געווארן דורך די היינטיגע כינעזע רעגירונג אין 1954 וועלכע האט געצילט צו העכערן די מאס ליטעראטור דורכ'ן קלענער מאכן די צאל שטריכן און זיין גרינגער צו שרייבן. סינגאפור וואס פארמאגט א גרויסע כינעזע באפעלקערונג איז געווען די צווייטע צו אפיציעל אננעמען די סימפּליפייד שריפט.

די ווארט Guóyǔ (traditional language) געשריבן אין די טראדיציאנאלע און סימפּליפייד שריפט
א גוט-געבילדעטער כינעזישער ליינער היינט צוטאגס קען בערך 4,000 ביז 6,000 אותיות (סימבאלן), געווענליכע שולע קינדער לערנען בערך 2,000 אותיות. א כינעזע ווערטערבוך אנטהאלט געווענליך איבער 40,000 אותיות, אריינגערעכנט אומקלארע און זעלטענע אותיות, ווייניגער ווי א פערטל פון די אותיות ווערן היינט באניצט.