איך בין זיכער אז יעדער קען די מעשה וואס איז פארשפרייט געווארן נישט לאנג צוריק פון א איד וואס איז אריינגעקומען אין א שטוב ווען ס'מבול'ט וואסער פון אים, ער טראגט א מעיל און ער האלט א שירעם, און איינער פרעגט אים, "האלא, ס'רעגנט אינדרויסן?"... און דער איד איז געוועזן לייק "ניין, איינער האט געשפיגן אויף מיר." (ווער ס'ווייסט ווייסט). אבער איך וויל עס היינט אביסל מער צונעמען...
קומט אריין דער בדחן צום חתונה, מ'האט יעצט געענדיגט בענטשן, ער שפאצירט אריין מיט א זוטשקע, ער נעמט ארויס א מייק, צעטלעך, און שלעפט צו א בענקל, און.. איינער קומט צו צו אים, "אנטשולדיגט, איר זענט די בדחן דא היינט?" וואס זאל ער ענטפערן? "ניין, איך האב א פלעט דא אינדרויסן, איך דארף א בוסט." ?!
שפאציר איך מיר היינט ארום אין גרויסן ביהמ"ד אין קרית יואל, און איך עפן אויף איינע פון די טירן פון די שטיבלעך, שטייען דארט צען-פופצן אידן מיט צוזאמגעלייגטע פיס און קלאפן סלח לנו, מ'שאקלט זיך, און איינער - דער זעלבער איינער - וואקט אדורך אונטער מיר און פרעגט, "וואו האלט מען דא, ביי שמו"ע?" וואס זאל איך ענטפערן? "ניין, די עולם קלאפט דא הושענות.. 'הושענא'." ?!
דער זעלבער איינער קומט אריין צו א ווארט, זיצט דער חתן אויפ'ן אויבן-אן, מיט א נייעם שיינעם שטאפן הוט, שיינע נייע גלעזער, א אויסגעקראצטן בערדל, שיינע רעקל, און ער טיילט ציגארעטלעך, גייט ער צו צו איינעם און פרעגט, "האלא, דער דארט, דעיס איז די חתן?" וואס זאל ער ענטפערן? "ניין, דעיס איז א מומע וואס איז געקומען צופארן פון אנטווערפן זיך משתתף זיין לכבוד די שמחה." ?!
דער זעלבער איינער שטייט אין די גאס ביי א קופקע, און ס'פליט אדורך א אמבולאנס, און ער פרעגט פון זיינע שכנים, "וואס איז דאס? מ'פירט איינעם אריין?" וואס זאל מען ענטפערן? "ניין, איינער מאכט א שמחה, און ער ברענגט א ריזיגע קעיק, און ער האט עס נישט וואו צו לייגן, ברענגט ער עס אין די אמבולאנס." ?!
דער זעלבער איינער וואקט אדורך א גראסערי, און ס'וואקן מענטשן אריין און ארויס, געהעריג א רשות הרבים, מיט בעגס, וועגעלעך, גייט ער צו צו איינעם און פרעגט, "די גראסערי איז אפן יעצט?" וואס זאל ער ענטפערן? "ניין, די עולם גנב'עט זיך אריין אינמיטן די נאכט, מ'נעמט ארויס אן רשות." ?!
דער זעלבער איינער שטייט ביי א קופקע אין ביהמ"ד, "האסט געהערט, משה האט געכאפט א הארץ אטאקע אינמיטן שחרית." און דער איינער פרעגט, "אזוי? מ'האט אים אריינגעפירט?" וואס זאל מען ענטפערן? "ניין, מ'האט אים געלאזט אויספייגערן אינמיטן בעסמעדרעש, ווער פירט אריין מענטשן פאר א הארץ אטאקע." ?!
איך מיין ס'גענוג מעשיות, ניין? (אדרבה, אויב איינער האט נאך מעשיות זאל ער אריינשיקן צו די רעדאקציע פון 'פאלשע בארד'), אבער פארוואס פארצייל איך עס אייך? פלעגט די רבי ז"ל זאגן "ווייל איך וויל איר זאלט עס וויסן." נו פארוואס? אה, וועגן מיין אייגענע עקספיריענס...
אין מיינע אינגע יארן פלעג איך - ווי אסאך בחורים - ארבעטן ביי די שמות טרעקל אין קרית יואל, שוין, זיץ איך איין יאר דארט אין בעק אויפ'ן טרעקל, און הונטער מיר אויפ'ן דאך פונעם יוהאל טראק איז אראפ געהאנגען א ריזיגע ווייסע סיין מיט רויטע אותיות און גרינע נקודות (אדער פארקערט, געדענק איך שוין נישט) און ס'איז געשטאנען אין ריזיג "שמות".
קומט צו איינער - יא, דער זעלבער איינער - און פרעגט מיך מיט פלאטשיגע תמימות, "דא געבט מען שמות?" נו, זאגט'ס מיר טייערע ליינער, וואס זאל איך אים ענטפערן???
אז דו וועסט נישט פרעגן וועסטו קיינמאל נישט וויסן...
- פאלשע בארד
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 18
- זיך איינגעשריבן: מוצש"ק מאי 16, 2026 10:16 pm
- Location: new york
- x 86
Re: אז דו וועסט נישט פרעגן וועסטו קיינמאל נישט וויסן...
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
Re: אז דו וועסט נישט פרעגן וועסטו קיינמאל נישט וויסן...
אויסדריקליך נישט! ביטע ברענג נאך, כ'האב מיך עטליכע מאל צעלאכט
שטותים איז נישט דער אלטערנאטיוו פון שכל (קרעדיט: @הדסים)
Re: אז דו וועסט נישט פרעגן וועסטו קיינמאל נישט וויסן...
זייער גוט געשריבן.
צו דיין אויספיר, ס'קוקט אויס ווי דו שטייסט נאך און דו ווארטסט אויף עדווייס וואס אים צו ענטפערן, איז ערשטנס, זיי אים מכבד מיט א גלאז וואסער. ס'איז ביטערליך הייס.
צו דיין אויספיר, ס'קוקט אויס ווי דו שטייסט נאך און דו ווארטסט אויף עדווייס וואס אים צו ענטפערן, איז ערשטנס, זיי אים מכבד מיט א גלאז וואסער. ס'איז ביטערליך הייס.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
- פאלשע בארד
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 18
- זיך איינגעשריבן: מוצש"ק מאי 16, 2026 10:16 pm
- Location: new york
- x 86
Re: אז דו וועסט נישט פרעגן וועסטו קיינמאל נישט וויסן...
נו, רצון 'דריידל' יעשה, הע'מיר ברענגען נאך אביסל, אבער איך וויל עס אביסל אריבעררוקן צו אן אנדערע סובדזשעקט.
איך האב באמערקט לעצטנס אז ס'זענען דא מענטשן וואס האבן ליב צו רעדן נישט ווייל זיי ווילן אז דו זאלסט ענטפערן, נאר - איך האב נישט קיין אנונג פארוואס, אבער וואס דו דארפסט טון סך הכל איז - מ'קען די זאך אז אסאך מאל ווען מ'פארט אין א גוי'אישע טעקסי, איז דא דארטן אזא דאלי וואס שאקלט מיט די קאפ אזוי "
", דאס דארפסטו טון, זיין די דאלי, שטיין און שאקלען מיט די קאפ.
נו, פון וואס רעד איך?
['על איך אנהייבן נאכאמאל מיט די בדחן] קומט אריין דער בדחן צום מצוה טאנץ, מאכט זיך גרייט, קומט צו "דער זעלבער איינער" און זאגט, "בדחן, יא? מאך א גוטע דזשאב."
נאך א מזל דו זאגסט מיר, ווען דו זאגסט מיר ווען נישט וואלט איך אריינגעקומען, גענומען די מייק, געמאכט "בלא בלא בלא" און ארויסגעוואקט...
דער בדחן איז אין טרעפיק, און די מחותן קאלט אים אריין, "העלא, וואו ביסטו?" "איך בין דא ביי די קארנער פון וויליאמסבורג, ביי די טשורטש, ס'דא טרעפיק." "אבער ס'שפעט, די חתן כלה זענען רעדי, די מחותן ווערט נערוועז." "וואס זאל איך טון? איך קען נישט פאנטשן קארס?" זאגט ער מיר "ווייסטו וואס, מאך עס די שנעלסטע וואס דו קענסט."
נאך א מזל דו זאגסט מיר, ווען דו זאגסט מיר ווען נישט וואלט איך יעצט צוריקגעבעקט ביז מיין הויז, געמאכט א קומזיץ, זיך געשטעלט דאווענען מנחה מעריב מיט א מתינות מנין, און ערשט נאכדעם וואלט איך ארויסגעפארן...
גרייט זיך מושי די חתן אריינצוגיין צו א בעשוי, און דער טאטע זאגט אים, "אקעי מושי, פיר דיך אויף נארמאל."
נאך א מזל דו זאגסט מיר, ווען דו זאגסט מיר ווען נישט וואלט איך אריינגעקומען מיט ווילדקייט צו די כלה, געעפנט א סעלצער באטל, "זאג מיר יעצט וויאזוי הייסט דיין פעטער און וויפיל געלט מאכט דיין מומע, יעצט!" יעצט אז דו האסט מיר געזאגט...
פארט א אינגערמאן אויפ'ן ראוד, מיטאמאל זעט ער ווי אין די זייט שטייט א איד פון א קאמפאני, און ער בויעט איינעמ'ס פארטש (טאראסע-גאניק), שטעלט ער זיך אפ, עפנט אויף די פענסטער, און זאגט פאר יענעם, "האלא, מאך עס שטארק!"
נאך א מזל דו זאגסט מיר, איך בוי שוין פארטש'עס די לעצטע צוועלף יאר, ביז יעצט פלעג איך אריינלייגן איין שרויף, און די קינדער פלעגן ארויפקומען, בום.. די פארטש פלעגט קאלעפסן מיט די קינדער... יעצט אז דו האסט מיר געזאגט וועל איך לייגן צוויי שרויפן...
איינער האט געהערט אז איך גרייט מיך צו מאכן א דזשאב אינטערוויו ביי א נייע דזשאב וואס איך וויל באקומען, זאגט ער מיר, "האלא, ער געבט גוטע וועידזשעס, ווילסט באקומען שיין באצאלט? מאך א גוטע רושם."
נאך א מזל דו זאגסט מיר, ווען דו זאגסט מיר ווען נישט וואק איך אריין מיט פידזשאמעס און א עלעקטריק זעג, "דדזזזששש... געמיר דריי טויזנט דאלער א מינוט, יעצט!" יעצט אז דו האסט מיר געזאגט...
שוין, ברוך השם אז די מעשה איז נאך נישט געשען מיט מיר, אבער וואס'א'חילוק, ס'א גוטע פוינט סייווי...

עניוועי...
- פאלשע בארד
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 18
- זיך איינגעשריבן: מוצש"ק מאי 16, 2026 10:16 pm
- Location: new york
- x 86
Re: אז דו וועסט נישט פרעגן וועסטו קיינמאל נישט וויסן...
אקעי, אז 'פופציגער' זאגט אז ס'איז גוט שטיי'מיר גוט... איים סאו אימאושענעל...
עניוועי...
Re: אז דו וועסט נישט פרעגן וועסטו קיינמאל נישט וויסן...
און יעצט נאך פליז
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"יאסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.
והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
- פאלשע בארד
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 18
- זיך איינגעשריבן: מוצש"ק מאי 16, 2026 10:16 pm
- Location: new york
- x 86
Re: אז דו וועסט נישט פרעגן וועסטו קיינמאל נישט וויסן...
יעצט שרייב דו... פופציגער, קלאפ דיך נישט אזוי אראפ...
עניוועי...
Re: אז דו וועסט נישט פרעגן וועסטו קיינמאל נישט וויסן...
ער דארף קודם גוט אויסהערן וועלווי פעלדמאן...פאלשע בארד האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 30, 2026 4:00 pm יעצט שרייב דו... פופציגער, קלאפ דיך נישט אזוי אראפ...
נישט אלעס וואס מען טראכט דארף מען זאגן.
און נישט אלעס וואס מען זאגט קומט פון טראכטן!
און נישט אלעס וואס מען זאגט קומט פון טראכטן!