צוזאמען מיט נאך הודערטע טויזענטע אידן איבער דער גארער וועלט וואס פראווענען דעם הילולא פון דערווייטענס, און בפרט די צענדליגע טויזענטע וואס זענען געקומען פון אלע עקן וועלט זיך פיזיש משתטח זיין און מתקשר זיין מיט דער בעל ההילולא - זיץ איך מיר אינעם גרויסן שאטער סמוך ונראה צום אוהל הקדוש, צווישן הונדערטע חסידים ואנשי מעשה און מען פראוועט דעם הילולא.
צוזאמען מיט א קבוצה אינגעלייט חסידים ואנשי השגה הקשורים לאילנא דחיי נצח, אידן וואס טונקען דעם מוח אין מי הדעת - גט'ליכקייט און חסידות. מען האט שוין געלערנט א מאמר פונעם בעל הילולא אויף גה תמוז, מען האט שוין דערציילט ענינים פונעם בעל ההילולא און גע'חזר'ט ענינים פון משנתו הברורה והזכה.
יעצט איז געקומען דער צייט צו פארברעגען 'בפועל ממש'. פון אלע זייטן שפירט זיך דעם ריח פון מלפפון חמוץ און שמירנאףף... אבער מיר - פעילישע חסידים - האבן דאך גרעסערע השגות... אחד מבני החבורה, וואס קריגט 'די באקסעס' פון פעטער שמואליק. דער האט זיך געעפנט זעקלעך און גענומען אויספאקן סחורה... כסעודת משיח... הערינג, גאלדענע לאקס, חומוס עם חריף, לעבער, א מיעט באורד און א שלל פון אלע'ערליי קרקרים און פרצלים.
בליץ שנעל זענען די פושקעס געעפנט געווארן, די מיילער פול געווארן און צו דעם האבן זיך נאך צוגעזעצט א שיינעם צאהל אומגעלאדענטע געסט... אז ס'איז דא עסן, נאך דערצו נישט חומוס - נאר גוטע סחורה, פארוואס נישט?!
צווישן די געסט וואס מיר האבן ווארים מקרב געווען, זענען געווען ביבער הוטן, שטאפענע הוטן און אויך קנייטש הוטן... איינער האט זאגאר מיטגעברענגט א האלבן פלאש שמירנאף... א פארברענגען לכל השיטות.
נאכן א ברכה מאכן און עטוואס רעדן, האט זיך אויסגעשטעלט אז איינע פון די אידן איז א אפיציעלער חסידישער משפיע אין תומכי תמימים אין עיר הקודש צפת"ו... נו, וואס קען זיין בעסער?! אויטאמאטיש איז דער מייק געפאלן אין זיין ארבטייל.
צום ערשט האט ער גערעדט מענין ההילולא, וויאזוי מען זיין א הולך בדרכיו. די רבי זצ"ל האט טראץ זיין פולער סקעדואל אויסגערעכנט אויפן רגע, מיט שעורי תורה, עניני הכלל והפרט וכו' וכו' דאך האט ער אוועקגעגעבן טייערע שעות מזמנו צו שטיין און טיילען דולרים פאר כלל ישראל, מיט זיין מאור פנים און אראפגעלאזטקייט... אזוי אויך מיר, זאלן זען צו אוועקגעבן מזמננו פאר אנדערע אידן, און מיט א מאור פנים וכו' וכו'.
דערנאך האט מען אנגעהויבן רעדן פון צפת, דען - א צפת'ער איד איז קיין קלייניגקייט... ער האט דערציילט אז ער וואוינט אין איין שכונה, אין זיין ישיבה געפינט זיך די אנדערער עק שטאט. א ווייטער מהלך. און יעדן טאג פארט ער אין ישיבה מיט זיין קאר...
מיט א קאר?! איר פארמאגט א אייגענעם קאר? אין ארץ ישראל?! ס'דאך ביטער טייער די מיסים! פרעגט אחד מהיושבים היפש פארוואונדערט.
אהה... די קאר איז א ירושה, א ירושה פון מיין זוהן.
א ירושה פון דיין זוהן?! פרעגט ער צוריק מיט געהויבענע ברעמען.
יא, איך האב געהאט א נישט געזונט קינד, און כדאי צו קענען קומען און גיין אין שפיטאל האט זיך אויסגעפעלט א קאר. נו, וואו קען איך, מיט די מאגערע משכורת פון ישיבה זיך ערלויבן א קאר?! מה עשה הקב"ה, מיין באבע האט מיר דאן געגיבן די געלט פאר א קאר.
מיין זוהן איז שוין נישטא, יהא זכרו ברוך, אבער "איך האב גע'ירש'נט זיין קאר"... פירט ער אויס מיט א לאך, ווען מיר בייסן זיך די ליפן פון בושה און אומאנגענעקייט. ביז איינער האט אנגעהויבן א פרייליך זמר, און די פארברענג האט זיך ווייטער געצויגען.
ביים ענדע, ווען עס איז געקומען צום זיך געזעגענען. האב איך ווארעם באגריסט מיין נייעם צפת'ער חבר און געהיטן זיין אינפאו. מי יודע, אפשר וועט ער מיר נאך שאפן צםת'ע הדסים...
צום ענדע פרעג איך אים: במחילת כבוד תורתו, וויאזוי קען מען זיין אזוי נאטורליך און ווי גלייכגילטיג צו אזא שווערן און ביטערן טראגעדיע?! נאך דערצו לאכן און מאכן וויצן דערפון...
אט איז זיין קורצע און שארפע תירוץ: אז מען לערנט חסידות, מען לעבט מיט אלקות - איז אלץ מיט אן אנדערן פראפארציע... מיט א אנדערן בליק...
פון דא איז ער שוין אריבער זיכער צו מאכן אז אני הקטן האב א שיעור יומי אין חסידות.
טעמו וראו כי טוב הוי"ה.
דער רבי לעבט, אין די נשמה פון זיינע צענדליגע סאלדאטן וואס לעבן מיט זיינע לימודים - מיט יחודו ועצמותו יתברך שמו.
אה, דאס?! עס איז א ירושה פון מיין זוהן…
-
יחזקאל סגל לנדא
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 7
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 22, 2025 5:56 pm
- Location: USA
- x 205
- יענץ מבין
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 278
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 11:00 pm
- Location: brooklyn
- x 1358
Re: אה, דאס?! עס איז א ירושה פון מיין זוהן…
@יחזקאל סגל לנדא, זענט איר די אפיציעלע שליח חב"ד אויף אידטיש?
ווילט איר עפענען א LLC אדער CORPORATION?
קומט אין אישי, אדער שיקט אן אימעיל צו: info@keystonefilings.com
www.keystonefilings.com
שנעל און פארלעסליכע סערוויס!
קומט אין אישי, אדער שיקט אן אימעיל צו: info@keystonefilings.com
www.keystonefilings.com
שנעל און פארלעסליכע סערוויס!