איך ווייס נישט פארוואס זיי האבן עס ליב צו טון מיט יעדםגראדער מעכל האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 2:42 pmדי מעשה איז אז
כאַמאַס פירער איסמאאיל האניא האט געמאלדן אין א דרשה,
דאס איז אפאר פונקטן וואס איך געדענק:
1. טעמע פון אַרעסטאַנטן און משכונות אויסטויש וועט ערשט ווערן באַהאַנדלט נאָכדעם וואָס די פייער וועט זיך ענדיגן
2. אלע פאלעסטינער פראקציעס וועלן שטעלן די כללים פונעם אויסטויש.
3. די אמעריקאנער משכונות וועלן נאר ווערן באפרייט נאכדעם וואס אמעריקע וועט באפרייען אלע ארעסטאנטען וואס זענען ארעסטירט געווארן זייענדיג כאמאס פינאנציעלער שטיצער
האט אביסל מער ארום גערעדט פון די אמעריקאנער משכונות
כ'גלייב אז די לעצטע פראזע וועט אריינציען אמעריקע שטערקער אינעם קאנפליקט
Off Topicנ.ב. מיינע נייעס אויסציגן ווערן געמעקעט אין אייוועלט על לא דבר, כ'וועל בלנ"ד מער נישט שרייבן דארט, לכתחילה אהער ברענגען!
מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
איינער פון די חאמאס פירער, מוסא אבו מורזאוק, האט היינט געזאגט אז חאמאס זיי האבן ערפולט זייערע צילן אין ארץ ישראל, און זיי זענען שוין גרייט פאר דיאלאג.
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
די אייראפעאישע פאראיין האט געפרוירן €700 מיליאן פינאציעלע הילף פעקל קיין עזה, צוליב די טעראר אטאקעס.
אויך דייטשלאנד, שוועדן, האלאנד און אנדערע לענדער האבן אפגעשטעלט זייער פינאנציעלע שטיצע פאר די פאלעסטינער אין עזה.
אויך דייטשלאנד, שוועדן, האלאנד און אנדערע לענדער האבן אפגעשטעלט זייער פינאנציעלע שטיצע פאר די פאלעסטינער אין עזה.
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
לויט באריכטן, האבן עגיפטישע זעלנער באקומען ערלויבעניש צו נוצן וואפנס קעגן איינוואוינער אין עזה וועלכע פרובירן זיך אריינשמוגלען אין מצרים אומלעגאל.
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
מערערע קלענערע אינצידענטן ווערן דורכגעפירט אין לאנד מיט טעראריסטן וועלכע פרובירן רייטן אויף די אנגייענדע צושטאנד, זיי אלע ווערן עלימינירט און שטייען אויס ליקווידירונג דורך מדינת ישראל זיכערהייט קרעפטן וועלכע זענען אויף די העכסטע מאס וואכזאמקייט.
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
איראנער פרעזידענט איבראהים ראסי, האט געזאגט אז איראן שטיצט די טעראריסטן און ער וואלט זיי געקישט די הענט.
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
אוקראינע'ס פרעזידענט זאלענסקי באשולדיגט רוסלאנד אין ארויסהעלפן די חאמאס אטאקע קעגן מדינת ישראל, זאגנדיג אז רוסלאנד העלפט שוין לאנג די מיליטאנטן מיט וואפן און פובליק סטעיטמענטס.
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1326
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3596
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
ליידער האט דער אפיציעלער ציפער פון טויטע דערגרייכט 1,200 ה"י.
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
איראנ'ס גאווערמענט צייטונג האט ארויסגעשיקט א קאנגראטולאציעס צו אירע ליינער, מיט א בילד פון א יוגנטליכער וואס האלט א באלון אין די פארעם פון די ציפער טויזנט, צו פייערן זיג אויף די אומגעקומענע בירגער אין מדינת ישראל הי"ד.
- א געזונטער
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 69
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:47 pm
- x 43
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
אין איך וואלט אים געגעבן א פראסק און פנים!!!!!!!!!!!!!!!!!
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
טערקיש לופטליניע האט סוספענדירט אלע אירע רייזעס, זייענדיג פון די איינציגסטע פארבליבענע פירמעס צו אפערירן, טוט עס פארשווערן עוואקואציע רייזעס. מערערע לענדער פירן דורך אייגענע רייזעס צו אוועקפירן די בירגער וועלכע זענען דארט געשטראנדעט, אריינגערעכנט דייטשלאנד.
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
At least 20 Americans unaccounted for in Israel, White House says
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
א ריזיגע ראלי אין טאראנטא קאנאדע, אין שטיצע פון מדינת ישראל.
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
קאנאדע מעלדט זי וועט דורכפירן עוואקואציע מיסיעס פאר אירע בירגער, מיט'ן שיקן מיליטערישע פליגערס קיין מדינת ישראל.
איבער טויזנט קאנאדישע בירגער ווארטן צו ווערן עוואקואירט פון לאנד, אין די שווערע צושטאנד.
איבער טויזנט קאנאדישע בירגער ווארטן צו ווערן עוואקואירט פון לאנד, אין די שווערע צושטאנד.
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
לפיד באדאנקט ביידען
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
פאלעסטינער אויף סאושעל מידיע קאנאלן רופן פאר פאלעסטינער זיך צוזאמענצוקומען אפצושלאגן די מדנ"י קרעפטן אין די מערב ברעג שטעט ווי דזשענין און שכם
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
מדינת ישראל פרעזידענט יצחק הערצאג באדאנקט ביידען
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
צה"ל האט אטאקירט בענק וואס די חאמאס טעראריסטן ניצן פאר זייערע פאנדינג, און צענטער פון די עזה סטריפ.
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
שוועדן האט געמאלדן אז די רעגירונג טוט אויף צייטווייליג אפשטעלן דעוועלאפמענט הילף וואס פלעגט געשיקט ווערן פאר די פאלעסטינער טעריטאריעס.
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
בין סאלמאן דער סאוידישער קרוין פרינץ און א טעלעפאן ריף צו דעם פאלעסטינער פרעזידענט זאגט אז ער טוט וואס מעגליך אפצושטעלן דעם קאנפליקט
זיין רוף איז געקומען אין צייט וואס סאודי אראביע האט פאררופן א זיצונג דורך די או-איי-סי איסלאמישע ארגאנאזאציע, וואס נעמט אריין 57 לענדער, צו דיסקוסירן די צושטאנד אין עזה.
די אראבישע ליגע האט פאררפן א פאראלעל זיצונג אויף מארגן מיטוואך אין עגיפטן'ס הויפטשטאט קאירא.
זיין רוף איז געקומען אין צייט וואס סאודי אראביע האט פאררופן א זיצונג דורך די או-איי-סי איסלאמישע ארגאנאזאציע, וואס נעמט אריין 57 לענדער, צו דיסקוסירן די צושטאנד אין עזה.
די אראבישע ליגע האט פאררפן א פאראלעל זיצונג אויף מארגן מיטוואך אין עגיפטן'ס הויפטשטאט קאירא.
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
כאמאס אויף זייער אפיציעלער קאנאל װעבזייט באצייכענט ביידענס דרשה היינט אלס ״זייער רייצעריש״.
זיי שרייבן, אז די רעטאריק װערטער גענוצט דורך ביידען, איז נישט מער װי א ״קאװער אָפּ״ צו פארװישן די פארברעכנס און טעראר אפגעטון דורך מדינת ישראל.
זיי שרייבן, אז די רעטאריק װערטער גענוצט דורך ביידען, איז נישט מער װי א ״קאװער אָפּ״ צו פארװישן די פארברעכנס און טעראר אפגעטון דורך מדינת ישראל.
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
די פענטאגאן זאגט אז די יונייטעד סטעיטס וועט שיקן פרישע וואפן קיין מדינת ישראל
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
פאליסטינער האלטן אפ א מארש אין חאווראה אין שטיצע פון עזה
עס איז דא הונדרעטער קארן שוין און די שלאגן זיך שוין מיט די מיליטער
עס איז דא הונדרעטער קארן שוין און די שלאגן זיך שוין מיט די מיליטער
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
וואס מען האט אלץ געטראפן ביי די טעראריסטן