טראמפּ האט זיך באנערישט

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל

האט זיך טראמפּ באנערישט דא מיט איראן?

יא
12
50%
בכלל נישט
0
No votes
מען דארף ווארטן אויף שפעטער ווען די רעזאלטאטן פון די דיעל וועט ארויסקימען
12
50%
 
Total votes: 24

אוועיטער
Super mario
פרישער באניצער
פאוסטס: 20
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 22, 2026 11:54 am
x 13

טראמפּ האט זיך באנערישט

פאוסט דורך Super mario »

איך ליג נישט אזוי אין פאליטיק אבער איך וויל וויסן וואס מען האלט וועגן די איראני דיעל מיט טראמפּ?

ווי עס קוקט אויס האט ער באמערקט אז USA 🇺🇸 דארף נישט באשיצן ארץ ישראל יעדעס מאל וואס זיי האבן א מלחמה...

אויב איינער האלט אנדערש לאז וויסן
לערן דיך פון מעריא

געפאלן איין מאל און נאכאמאל אבער געבט נישט אויף נאר אזוי קימט מען אן


אוועיטער
שמח בחלקו
פרישער באניצער
פאוסטס: 63
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 6:34 pm
x 143

Re: טראמפּ האט זיך באנערישט

פאוסט דורך שמח בחלקו »

דער דיל איז לפי עניית דעתי אזוי שלעכט. עס לייגט זיך ממש נישט אויפן שכל.

מיינע געפילן שטיפן מיר צו טראכטן אז טראמפ וויל פשוט דורכשטיפן די מידטורם עלעקשאנס אן קיין מלחמה, און תיכף דערנאך וועט ער שוין זיכער מאכן אז איראן זאל פארלעצן דעם דיעל, און דאן וועט ער נוקם זיין אין זיי מנה אחת אפים. ער וועט אריינשיקן טרופן און זיי צומאלן....
אוועיטער
פרויזן פיצא
פרישער באניצער
פאוסטס: 45
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 22, 2026 5:38 pm
Location: און וויין שטיבל
x 114

Re: טראמפּ האט זיך באנערישט

פאוסט דורך פרויזן פיצא »

עס איז צוויי אנדערע זאכן פארן באמבעדירן איראן בין איך מיט אים אבער לגבי די דיעל בין איך אנטיקעגן אים, ס׳איז נישט דא קיין איין זאך וואס איז אנדערש מיט איראן נאך די דיעל ווי פאר די מלחמה. (חיץ די פאר מיסל׳ס)
קיין נפקמ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 129
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 2:15 pm
x 229

Re: טראמפּ האט זיך באנערישט

פאוסט דורך קיין נפקמ »

ווי איינער האט שוין געזאגט. עס קומט צו ווייזן אז לב מלכים ושרים ביד ה’ אינגאנצן!!

קיין סענס מאכט עס נישט, ווילאנג די טעקסט פון די מעמאורענדום איז נישט געווען אינדרויסן און איראן האט געשריגן אז זיי גייען נישט נאכגעבן און באקומען די אלע זאכן, האב איך געהאלטן אז זיי זענען ליגנערס כדרכם, עס האט זיך פשוט נישט געלייגט אויפן שכל, אבער נאכדעם וואס יעדער זעהט די טעקסט זעהט מען זיי זענען מער ווייניגער געווען גערעכט מיט וואס זיי האבן געזאגט אז עס שטייט דארט, און אמעריקא איז א גרויסע חוזק.

און וואס טראמפ זאגט אגאנצן צייט אז אויב זיי וועלן זיך נישט האלטן און קומען מיט א נארמאלע דיעל וועט ער זיי ווייזן, איז סתם לופטיג, זיי האבן יעצט גאנץ קנאפ מורא פון אים ווייל זיי ווייסן און יעדער זעהט עס קלאר אז טראמפ וויל נישט ממשיך זיין מלחמה, ממילא צוקראצן זיי זיך גאנץ קנאפ.

יעצט ווי עס האלט האט איראן מער ווי פאר די קריג, סיי אז די הארמוז וואסער איז עמטליך אין דיסקוסיע, אזאך וואס פאר די קריג איז עס בכלל נישט עולה על הדעת געווען פאר קיינעם. סאנקציעס זענען אראפ, און זיי זענען גאר די וואס הערן נישט אויף סטראשענען אמעריקא און זאגן טראציגע סטעיטמענטס אין דער צייט וואס אמעריקא שטייט לעקיש מיט די צינג אינדרויסן און פרובירט זיי אקעגן צו קומען, לויפט זיי נאך פאר א דיעל, און זיי ווייסן און שפירן עס און יעדער שפירט עס

ממילא אין סה"כ, אמעריקא האט זיי באמבעדירט און שאדן געמאכט אסאך געלט און גאר וויכטיגע פיגורן ? יא
אמעריקא האט זיי געוואונען ? אבסאלוטעלי נישט
ווי מ'שטייט יעצט ווער האט ווייניגער מוט אז די מלחמה זאל זיך נאכאמאל אנהייבן, אמעריקא אדער איראן ? אבסאלוטעלי אמעריקא

אגב איז סתם אינטערסאנט, מ'זעהט עס דא און די זעלבע איז מיט אוקריינא.רוסלאנד, עס איז גאר שווער צו פייטן א לאנד ווען יענער פייט פאר זיין זעלבסטשטענדיגקייט, קענסט יענעם באמבאדירן און שאדן מאכן, אבער געווינען איז גאר שווער אפילו דו ביסו פיל פאכיג שטערקער פון זיי אין אלע הינזיכטן, דאס איז סתם אזוי און זיכער ווען מ'רעדט פון אראבישע לענדער וואס זייער איגאו איז פאר סיי וואס און קומט צו אן טאפ פון דעם וואס זיי דארפן זיך דעפענדן

און צו די עצם שאלה צו ער האט זיך באמערישט, אויב איז ער נישט גרייט געווען צו גיין עד הסוף האט ער זיך באנערישט.

זאל דער בורא עולם העלפן אלע אידן זאלן ווערן אפגעהיטן מכל מרעין בישין און מ'זאל שוין זוכה זיין צו ועלו מושיעים וכו' וואס דאן וועט יעדער אנערקענען אז ה' אחד ושמו אחד בביאת גואל הצדק בב"א
קיין נפקמ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 129
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 2:15 pm
x 229

Re: טראמפּ האט זיך באנערישט

פאוסט דורך קיין נפקמ »

איך מיין אז בדרך הטבע וועט טראמפ נאר צוריקגיין אין מלחמה אויב איראן וועט אים ממש צווינגען מיט זייערע אייצונגען, זיי טוהן עס גראדע א גאנצע צייט און דאס איז לכאורה די איינציגסטע זאך וואס קען זיי בייסן ווייל טארמפ וועט אין א געוויסע פונקט פלאצן און נישט דערהייבן מער זייערע רייצערייען
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3317
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 13760

Re: טראמפּ האט זיך באנערישט

פאוסט דורך בודקע »

צ"ק

זיכער יא.
שוין נישט נוגע אויב ער האט באמת יא א טיפערע פלאן, ער האט שוין געוויזן פאר די וועלט ובעיקר פאר איראן אז ער האלט זיך נישט צו זיין ווארט, און דערשרעקט זיך פון די מארקעטס און מידיע, אין קורצן, ער האט אראפ געברענגט די שטאלץ פון אמעריקע מיט'ן ווייזן אז ער ציטערט פון איראן, א בחינה ווי מ'איז געוואר געווארן ווער רוסלאנד איז באמת נאך די אוקריינא אינוואזיע.

@Super mario, דאס וואס דו זאגסט וועגן מדנ''י, אויב דו געדענקסט וואס טראמפ האט געזאגט גלייך אנהייב מלחמה, ברויכסטו ווען וויסן אז מדנ''י קומט בכלל נישט דא אריין.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.

קרעדיט: פיני גליק
פאר נייעס דרוקט נאמבער 6
אוועיטער
Super mario
פרישער באניצער
פאוסטס: 20
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 22, 2026 11:54 am
x 13

Re: טראמפּ האט זיך באנערישט

פאוסט דורך Super mario »

בודקע האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 25, 2026 12:48 am
@Super mario, דאס וואס דו זאגסט וועגן מדנ''י, אויב דו געדענקסט וואס טראמפ האט געזאגט גלייך אנהייב מלחמה, ברויכסטו ווען וויסן אז מדנ''י קומט בכלל נישט דא אריין.
געדענק נישט
וואס האט ער געזאגט?
לערן דיך פון מעריא

געפאלן איין מאל און נאכאמאל אבער געבט נישט אויף נאר אזוי קימט מען אן


שרייב פאוסט