העלאו בעלאו האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 23, 2026 8:55 am
צדיק נסתר האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 22, 2026 8:21 pm
גוטע געשעפטן האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 22, 2026 5:16 pm
האט נאך איינער באקומען דעיס? (פארמעקט די טעלעפאן נאמבער און אימעיל אדרעס ח"ו נישט מכשיל זיין מיט מסירה)
@העלאו בעלאו א גוטן מועד...
viewtopic.php?p=268175#p268175
נניח ס'איז אמת (וואס איך בין שטארק מסופק) איז דאס ווייטער א פריצייטיגע שמחה און דערמאנט מיר פון די שמחה וואס איז געווען דא ווען סקופיס האט עס אינוועסטיגעטעד.
מען זעט די ווארט FBI מיינט נאך גארנישט, עס מיינט נישט א קרימינאלע אינוועסטיגעשן (וואס אפי' דעמאָלטס איז אויך נאכנישט זיכער און נאר א אויספארשונג אבער דא האלט מען פארדעם נאך) נאר עס מיינט פשוט אז זיי פארשן אויס באזירט אויף א קאמפלעין א ד ג און עס מיינט זיכער נישט אפענע פראוד וואס מען האט באריכטעט דא בשעתם אז מען גייט אווערטונען איבערנאכט מיט אזאנע קלארע באווייזן,און די פאקט אז מען שטייט דא 8 חדשים שפעטער ווייזט וואספארא שטיתום מען האט דעמאלטס פארקויפט.
און עגעין די עלעקשען איז געווען 100 פראצענט לעגאל און ווער עס האט א זדשעלי אין מוח פארשטייט אז די וואס האבן עס אנגעדרייט האבן זיך געגרייט אז מען וועט דאס אויספארשן און געזיצן מיט לויערס זיכער מאכן ס'איז 100 פראצענט לעגאל.
די ווייסט פאר א פאקט אז די וואלן איז נישט געווען אדער איז נאך אינטער אינוועסטיגעישען פון די AG , סקופיס,FBI ועוד ?
א אינוועסטיגעישען נעמט נישט איין טאג, זיי האבן גענוג צייט עס קען נעמען אפאר יאר אויך,
די פאקט איז אז סאיז יא דא א אינוועסטיגעישען , ווי די AG האט געשריבן ,
די AG שפילט נישט קיין געימס ווי באקאנט ,
ווען יוזפא לאנדא איז געלאפן צו די AG אז מען דיסקרימינירט קעגן אים אין טשעסטער ,האט עס די AG געשריבן אויף א טוויט אזוי ווי די וואלן דא אז סאיז אינטער אינוועסטיגעישען, און זי האט געמאכט א אינוועסטיגעישען,עס האט גענומען א יאר צוויי אדער מער , ווילאנג עס איז אנגעקומען אין קאורט און צום סוף האט די טאון געמאכט א דיעל.
זאל די באשעפער העלפן אז עס זאל נישט שאדן קיין שום איד אין תפיסה חס וחלילה