קלארשטעלונג: דער פאלגנדער מאמר איז איבערגעזעצט פונעם גליון 'אז נדברו' ארויסגעגעבן דורך הרב שמואל פאללאק. עס איז נישט קיין גענויע איבערטייטשונג פון יעדעס ווארט, נאר מער ווייניגער וואס שטייט דארט געשריבן. און געוויס, נישט אריינגענומען אלע זיינע געשמאקע פינטלעך... וואס צו ליינען פונעם כלי ראשון אליינס קענט איר אפירזוכן דעם גליון זעלבסט.
איך ברענג עס דא לתועלת הציבור, דערנאך וואס איך האב הנאה געהאט דערפון דעם שבת. און נישט ווייל איך האלט אז ער איז הונדערט פראצענט גערעכט מיט דעם שיטה, און אדרבה, אויב האלט איר אז זיינע געדאנקען זענען אומגערעכט, זענט איר פריי צו דעבאטירן און עס דורכטון, און מקיים זיין דעם 'אז נדברו' יראי ה' איש אל רעהו.
מיר לעבן היינט אין אן עפאכע פון מעשיות, ווי עס זעט אויס האט זיך דאס אנגעהויבן פון דעם וואס אונזער דור ציטערט פון ספרי מוסר ווייל עס איז צו שווער און אנגעצויגן... אבער דאך, מיר זענען דאך יראי שמים און מיר ווילן זיך שטארקן אין יראת ה'... האבן מיר געטראפן אן אלטערנאטיוון ערזאץ פאר מוסר, און דאס איז... מעשיות!!!
היינט זענען דא אומצאליגע געשיכטעס וואס אינספירירן און זענען מעורר אין יעדע נושא... און אויב וועסטו צולייגן קאפ וועסטו זען אז דאס איז די נארמע פון חיזוק היינט צוטאג!!! אויב אמאל ווען מען האט געבעטן א בעל דרשן צו האלטן א דרשה פון חיזוק איבער בין אדם לחבירו האט ער געעפנט ספרי מוסר און מלקט געווען אסאך מימרות פון חז"ל איבער דעם נושא און עס צונומען... דאן היינט ווען מען בעט למשל פון מיר צו רעדן, איז מען מיר באלד מודיע, "ברענג מעשיות" דער עולם דארף מעשיות, און עס איז טאקע דא מעשיות לרחצה... אלעס וואס בלייבט איבער איז בלויז צו צוזאמקלייבן זעכצן מעשיות אויף בין אדם לחבירו, און פון דעם אויסוועלן די דריי עקסטרעמסטע מעשיות... וואס האבן די מערסטע בלוט... און נאכמער ראטזאם איז אז עס זאל האבן דראמא מיט א סורפרייז-אפעקט, און דו ביסט מסודר...
----
און איך האלט אז דאס איז א טראגעדיע!!! די שטארקע געוויכט וואס מעשיות באקומען היינט ביי יעדן חיזוק און התעוררות, דאס איז פאראנטווארטליך אויף דעם שיינעם שטיק פון קרומע פערספעקטיוון אין פארשידענע תחומים אין עבודת ה'. ווייל אין יעדע מעשה דארף דאך זיין אביסל איבערגעטריבנקייט, ווייל אן דעם איז דאך עס נישט קיין מעשה! און ווען די הויפט נערונג פון רוחניות איז באזירט אויף מעשיות מאכט עס אונז צוטומלט און ברענגט אריין אין איבריגע פאניק.
אין מיינע אויגן איז עס עטוואס א ברייטע טעמע. אבער אצינד וועל איך זיך באציען איבער איין פונקט.
פאליציי אדער מאפיא
לאמיר פרעגן אזא שאלה: פאליציי איז עפעס וואס מאכט נערוועז! שטימסט צו? פאליציי גייט סינאנים מיט נערוון. אויב וועט דיר איינער קומען פארציילן, הערסט? היינט צופרי איז געשטאנען א פאליציאנט און געטיילט טיקעטס רעכטס און לינקס, וויאזוי וועסטו רעאגירן?
דאס מאכט נערוועז, און מיר פערזענליך מאכט עס נערוועז, איך האב פיינט פאליציי.
אבער דאקעגן... וועסט נישט גלייבן... אין עזה איז נישטא קיין פאליציי! נישט פארהאן אזא באגריף ווי פאליציי! קיינער זאגט דיר נישט וואס צו טון, עס איז נישט פארהאן קיין טראפיק לאמפן, נישטא קיין טראפיק געזעצן, דו קענסט טון וואס דו ווילסט.
אה... וואספארא געשמאק... ריכטיג? איך בין זיי ממש מקנא!!!
אבער ווארט, פאר דו ביסט מקנא, עס איז נאך אביסל צו פרי צו מקנא זיין. אין עזה אנשטאט פאליציי איז דא עפעס אנדערש, עס זענען דא אלע סארטן קרימינאלע באנדעס וואס קענען צומאל באשליסן צו הינריכטן איינעם לויטן געברויך... פון אלע סארטן אינטערעסן (איך רעד נישט יעצט פון טעראר ארגאניזאציעס, נאר פון סתם קרימינאלע באנדעס וואס דארפן געלט)
וויל איך דיר פרעגן: קרימינאלע באנדעס אין עזה זענען אויך אזוי נערווירנד ווי די פאליציי?
ניין!! זיכער אז נישט! א קרימינאלע באנדע מאכט קיינעם נישט נערוועז (ביי דיר אין שטאט איז זיכער אויך דא א קרימינאלע באנדע, עס איז דיר אמאל אויסגעקומען צו ווערן נערוועז פון זיי?) די שאלה איז, פארוואס? פארוואס די פאליציי איז עפעס וואס מאכט אייביג נערוועז, און א קרימינאלע באנדע בארירט נישט קיינעם'ס נערוון? דאס הייסט ווען איך וועל דיר דערציילן אז פאליציי האט געטיילט טיקעטס ביי יענעם ראוד וועסטו ווערן נערוועז, אבער ווען איך וועל דיר זאגן אז אויף יענעם גאס איז געווען א געצילטע מארד דעם וואך דורך א גענג... פארוואס וועסטו נישט ווערן נערוועז?
און די ענטפער דערויף איז זייער פשוט, פאליציי רעדט מיט מיר!!! ווען א טראפיק פאליציאנט טיילט טיקעטס פאר סיי וועמען איז דא דערין אויך א מעסעדזש, אין אנדערע ווערטער ווענדט ער זיך אויך צו מיר און ער דראעט מיטן פינגער: נו, נו. אויב וועסטו נישט אויספאלגן דעם געזעץ בין איך אויפן וועג צו דיר... דו וועסט אויך כאפן...
אין קורצן, ווען פאליציי טיילט טיקעטס שרייבן זיי מיר פאר וואס איך זאל טון, און איך האב נישט ליב ווען מען דיקטירט מיר וואס צו טון. דאקעגן א קרימינאלע באנדע וואס דרייט זיך אין די גאסן, זיי שרייבן עפעס פאר פאר איינעם? ניין! ווען זיי באשליסן צו ערמארדן איינעם, פירן זיי איבער א מעסעדזש צו איינעם? ניין! זיכער אז נישט! נאר וואס דען?
א גענג איז פיל מער פרעסטיזשפול און מענטשליך ווי די פאליציי, די גענג זאגט אזוי: א גוטן, טייערער בירגער, זאלסט וויסן אז מיר מאכן צומאל הינריכטונגען, דאסמאל איז עס טאקע נישט דיר, אבער נעם אין באטראכט אז מעגליך וועט איין טאג אנקומען דיין רייע.
אוי, טאטע, ממש אזוי? איין טאג וועט עטס קומען און מיר ערלעדיגן? ניין, רבוש"ע, איך בעט ענק גענג, זאגטס מיר וואס צו טון, וואס קען איך טון צו זיין באשיצט פון א הינריכטונג?
ניין, ניין! חלילה... אלעס איז אין ארדענונג, דו דארפסט גארנישט טון, מיר הייסן נישט קיינעם וואס צו טון. דארפסט פארשטיין: מיר זענען נישט די פאליציי! די פאליציי זענען גרויסהאלטעריש, זיי נעמען זיך די רעכט צו באשליסן פאר מענטשן וואס זיי האבן צו טון, אבער מיר זענען נישט אזוי, מיר זענען איידל. מיר וועלן דיר קיינמאל נישט זאגן וואס צו טון, דו קענסט אנגיין מיט דיין לעבן ווי נארמאל, דו דארפסט זיך נישט בייגן צו אונזערע פארשריפטן, זיי רוהיג, ביז... ביז די טאג וואס דיין רייע וועט אנקומען, און אפילו די טאג וואס דיין רייע וועט אנקומען, אויך דאן וועלן מיר דיר נישט פייניגן, מיר וועלן דיר נישט דערשרעקן, נישט מאכן קיין עינוי הדין, מיר וועלן פשוט ערשיינען אן קיין פריערדיגע מעלדונג און דיר ערלעדיגן, און דאס איז עס. און ביז דעמאלט קענסטו אנגיין ווייטער נארמאל. אלעס איז גוט, שפיר זיך רוהיג.
אה... וואס זאגסטו אויף די 'געערטע מאפיאנערן'?
זיי זענען זיכער מענטשליכע פארשוינען? הא?
טא, יעצט וועל איך איבערפרעגן דעם פראגע, אויב געב איך דיר די בחירה, קענסט אויסוועלן אדער א פאליציי קראפט וואס קאנטראלירט און טיילט טיקעטס, אדער א קרימינאלע באנדע וואס געוועלטיגט אויף דיין לעבן? וואס קלייבסטו אויס? וואס זעט דיר אויס מער נערווירנד?
די ענטפער דערויף איז גאנץ קאמפליצירט: פון איין זייט, איז די פאליציי נערווירנד ווייל זי הייסט מיר וואס צו טון, ווידער די מאפיא 'נערווירן נישט', ווייל זיי טיילן נישט איין וואס צו טון, טא, זיך רעגן אויף זיי? זיכער נישט.
אבער ציטערן פון זיי ווי א בלעטל? זיכער! שפירן אומזיכערקייט ביי יעדן טריט? אויך זיכער! און וועגן דעם וועט יעדער אן אויסנאם בעפארצוגן טויזנט מאל די מערסט נערווירנדע פאליציי און נישט ח"ו די באנדעס. פארוואס? ווייל איך בעפארצוג טויזנט מאל זיך צו רעגן אויף די וואס שטעלן איין ארדענונג וואס שטערט מיין לעבן, ווי דאס לעבן אין א שטענדיגע פחד, וועלכע באמבע וועט אויפפלאצן הונטער מיר אן קיין פריערדיגע ווארענונג. ביז דא איז קלאר?
דער מעשה דערשרעקט
אצינד צום נמשל, פארשטייט זיך להבדיל אלף אלפי הבדלות:
ספרי יראה און מוסר זענען ווי די פאליציי, מוסר איז אין אנדערע ווערטער, עמיצער וואס דיקטירט מיר וואס איך זאל טון, ספרי מוסר שטייען פאר מיר מיט א פאליצייאישן צוים און שטעלן מיר אין פלאץ, חשוב'ער איד, עס איז דא א באלעבאס אויפ'ן וועלט און גלייך זיך אויס מיט אים. דעריבער וועלן מיר נאטורליך נישט גלייכן מוסר. ווייל, איך האב קיינמאל נישט ליב ווען מען טיילט מיר איין וואס צו טון, און נאר וועגן דעם אורזאך האט קיינער פונעם היינטיגן דור נישט ליב קיין מוסר, איך דארף נישט קיין מוסר שמועסן, עס מאכט מיר דעפרעסט, עס שלעפט מיר אראפ, עס איז ווי א צוגעשמידטער משגיח וואס גראבט מיר אונטער מיין לעבן. אזוי איז. וואס? דו ווייסט נישט אז מוסר איז עפעס וואס איז נישט געאייגנט פאר אונזער דור?
קיין פראבלעם! בסדר גמור! איר ווילט נישט קיין מוסר... איז נישט. מיר לייגן דעם מוסר ספר אויפן העכסטן פאליצע אין ספרים שאנק צוליב זיכערהייט סיבות...
אה... אבער מיר זענען נאך אלעם יראי שמים, און מיר פארשטייען אויך אז אן איד דארף זיך מחזק זיין און אנצינדן זיין רוחניות. נו, וואס ברענגען מיר אנשטאט מוסר? מיר האבן עס, מיר האבן געטראפן א ציענדן ערזאץ, אנשטאט מוסר זענען מיר אריבער צו די קולטור פון מעשיות! אויב מוסר איז ענליך צו פאליציי, דאן איז די קולטור פון מעשיות ווי להבדיל די מאפיא (מען דארף באטאנען אז ח"ו, עס איז נישט קיין מאפיא און קיין קרימינאלע גענג, עס איז נאר א געוויסע ענליכע צוגאנג וואס ביידע פארמאגן).
אויב אמאל האט אן איד געלערנט ספרי מוסר און יראה און דארט האט ער גע'חזר'ט מאמרי חז"ל וואס ברענגען ארויס די הארבקייט פון אונאת דברים און אז עס איז אסור צו מלבין זיין פני חבירו ברבים. וואס טוט מען היינט? אנשטאט וואס די מוסר זאל מיר ווארענען מיט'ן פינגער אז איך דארף זיך אויפפירן ווי א מענטש, אנשטאט דעם האבן מיר מעשיות. עס איז אמאל געווען אן איד וואס זיין לעבן איז אים געגאנגען שווער, גארנישט האט זיך אים אויסגעארבעט, ביז ער האט ענדליך חתונה געהאט, און אויך נאך די חתונה האט ער נישט געהאט קיין קינדער פאר יארן, און דאן איז קלאר געווארן אז פאר 45 יאר צוריק האט ער וויי געטון זיין מלמד, אה ה' ירחם...
און וואס זעען מיר פון דעם? ווי הארב עס איז אונאת דברים. זעטס נאר, וואס קען פאסירן צו א מענטש וואס האט פאר 45 יאר צוריק פארשעמט עמיצן, אוי, אוי, אוי...
און איך פרעג דיר, מיט דעם האבן מיר נישט קיין פראבלעם? מיט די מעשיות געבן מיר זיך אן עצה? פארוואס? פארוואס מיט מוסר האבן מיר א פראבלעם און מיט דעם נישט?
צווישן אונז, די אויפטרייסלנדע מעשיות זענען דאך פיל פיל מער אנשרעקנד ווי די הארבסטע מוסר ספר, קענסט לערנען שבט מוסר, ער וועט דיר קיינמאל אזוי אנציען ווי אזעלכע סארט מעשיות, טא, פארוואס?
און דא איז די ענטפער, א מעשה איז ווי א מאפיא באנדע.
אויב וועסטו צולייגן קאפ, אינעם מעשה האב איך דיר גארנישט געזאגט, איך האב דיר נישט געמאכט נו נו מיט'ן פינגער, איך האב נישט געזאגט אז דו טארסט נישט פארשעמען. גארנישט. נאר וואס האב איך דיר געזאגט? איך האב פשוט פארציילט אז דו זאלסט וויסן, עס זענען דא פלוצלינדיגע הינריכטונגען, זאלסט וויסן אז אויב אין 45 יאר ארום וועסטו זען אז דיין לעבן גייט מיט'ן פיטום אראפ, זאלסטו וויסן אז אמאל האסטו געטשעפעט איינעם, און שוין, קענסט אנגיין ווייטער. ווייל ממה נפשך, דו ביסט שוין לאנג נישט ביי דעם מלמד, און פון די אנדערע זייט, איז דאך נאכנישט אריבער 45 יאר אז זאלסט עספיען צו פארשטיין למפרע אז אלעס קומט וועגן דעם, טא אלעס איז אין ארדענונג, ביזנעס ווי געווענליך. קענסט פארזעצן צו טון וואס דו ווילסט. זאלסט נאר וויסן אז פלוצלינג זענען דא אלע סארטן אומערווארטעטע געשעענישן.
מיר לייגן אבער נישט צו קאפ צו פארשטיין, אמת טאקע אז פון איין זייט זענען די מעשיות גרינגער צו פארדייען, ווייל עס הייסט מיר נישט וואס צו טון, זיי רעדן נישט ווי א באפעלערישע פאליציי: מר. גלייך זיך אויס, פיר זיך אויף ווי א מענטש. בכלל נישט, די מעשיות זאגן נישט גארנישט, ווייל עס איז נאר מעשיות. אבער אן צולייגן קאפ, כאפן מיר נישט אז מיר האבן מחליף געווען פרה בחמור, די מעשיות דערשרעקן אונז צום טויט, די אויבנאויפיגע איינדרוק וואס קומט ארויס פון די אלע מעשיות איז אז עס זענען דא שרעקעדיגע איבערראשונגען אין לעבן, און דו קענסט קיינמאל נישט וויסן פון וואו עס וועט ארויפשפרינגען אויף דיר.
עס איז מיר גענוג זיבעצן מעשיות פון אן איד וואס האט מקבל שבת געווען פרי און אלעס האט זיך אים מסדר געווען, און נאך צוועלף מעשיות פון א קפידא וואס איז געווען צווישן שכנים און דעמאלט איז געפאלן אויף זיי א מיסיל, און נאך אפאר מעשיות איבער איינער וואס האט נישט געגעבן שדכנות געלט אדער ער האט נישט געזאגט תפילת הדרך און ער האט אויפגעריסן. און יעצט, גיי ווייס פון וואו עס לאנדען אויף מיר? גיי געפין אויס וועלכע נומער איך האב פארפעלט אינעם געטליכן קאוד און דאס איז, איך קען נישט אריינגיין, אלעס איז שטעקן. אלעס איז א געשעפט פון פארפעלן אין א רגע, אלעס איז געווארן שרעקעדיג, אנשטאט וואס איך זאל האבן א קלאסישן נסיון אויב איך זאל מוותר זיין און מוחל זיין פאר עמיצן, און איך וועל עפענען די נושא לגופו של ענין מיט מאמרי חז"ל און ספרי מוסר, איז היינט אנדערש, יעדע מאל וואס איך האב א סיטואציע פון כעס קעגן איינעם, בין איך אויטאמאטיש מוותר, איך בין נישט מקפיד, ווייל גיי ווייס, איך האב נישט קיין כח אז עס זאל פלוצלינג אויפרייסן אויף מיר עפעס א באמבע ח"ו, און דאן וועל איך האקן קאפ אין וואנט, אוי, דאס איז וועגן איך האב נישט מעביר געווען על מדותי.
דו כאפסט? אנשטאט וואס די ספרי מוסר זאלן זיין די פאליציי וואס זאגן מיר פונקטליך וואס איך האב צו טון און וואס איז ראטזאם פאר מיר, אנשטאט דעם ארבעט אלעס מיט לאטערי טיקעטס, האלא, דו פארפעלסט, אדער שטארקסטו זיך אדער שפרינגט ארויס עפעס א האזל.
טא, ווען איך זע דעם פרייז וואס מיר צאלן אויף די מעשיות, פרעג איך זיך אליינס, איז דאס ווערד? נאכאמאל, פארוואס האבן מיר אפגעלאזט מוסר און אויסגעוועלט מעשיות? ווייל מיר האבן געוואלט א גרינגע לעבן. נו אונזער לעבן איז געווארן גרינגער?
האבן מיר א שרעקעדיגערע אלול ווי אמאל?
איך וועל זאגן א זאץ: איך טראכט ערנסט אז ר' חאצקל לעווינשטיין זצ"ל האט געהאט א רוהיגערע לעבן ווי אונז.
ווייסט פארוואס? ווייל ר' חאצקל איז געווען א משגיח, ער איז געווען דבוק אין מוסר, און ער האט געהאט א פארכטיגע יראת שמים, ווידער ביי אונז, עס איז נישט קיין יראת שמים, עס איז ענקזייעטי. ר' חאצקל האט געלערנט מוסר ווייל ער האט געוויסט אז עס איז דא פאליציי, און מען טאר נישט עובר זיין אויפ'ן געזעץ, אבער איך? איך האב ווייניגער יראת שמים ווי ר' חאצקל, אבער וואס האב איך אנשטאט? א שטענדיגע פאניק, גיי ווייס ווי דער באשעפער וועט טרעפן עפעס קעגן מיר, וועלכע סעיף אין צוואת רבי יהודה החסיד גייט ער ארויסציען פון זאק?
איך זאג עס מיט די האנט אויפ'ן הארץ: ר' חאצקל לעווינשטיין האט געהאט א רוהיגערע אלול ווי אונז.
מיר האבן גארנישט פארדינט, מיר זענען אנטלאפן פון מוסר, מיר האבן אפגעזאגט די פאליציי, און וואס האבן מיר באקומען? א שרעקעדיגע ווארענונג פון כביכול מאפיא, ווי די ערד זאל ציטערן פון אונטער אונז.
און עס איז א שאד, איך באגעגן דאס אויף טריט און שריט, מען קען דאס זען ביי די פארקרומטע טרעפ פון פריאריטעטן, מענטשן מאכן א גרעסערע עסק פון מצוות וואס האבן מער מעשיות דערויף, ווייל מיין גאנצע יראת שמים איז געשפייזט פון מעשיות. אויב זענען אלע מעשיות אויף איינער וואס האט נישט באצאלט דעם שדכן, דאן וועט מיין גאנצע געוויכט פון זהירות אין דיני ממונות זיך קאנצענטרירן אויף דעם, אבער צו זיין א 'לוה רשע ולא ישלם' אדער נישט צו באצאלן דעם פלאמער, דאס איז נישט קיין פראבלעם בכלל.
לאמיר נישט רעדן פונעם פארקרומטן אבסורד וואס ליגט דערין (וואס עס איז איבריג צו זאגן אז בדרך כלל איז עס פונקט קאפויער, דארט וואו עס איז דא צופיל מעשיות, איז עס נאר וועגן ווייזט אויס אז די חיוב פון באצאלן איז די קלענסטע און נאר וועגן דעם ווערן אסאך מענטשן נכשל דערין, און דעריבער איז דא אזויפיל מעשיות דערויף דאס צו מחזק זיין, אבער איינער וואס באצאלט נישט זיין ארבעטער אדער געבט נישט צוריק קיין הלוואה איז א רשע אן דארפן א באשטעטיגונג פון מעשיות). און לאמיר נישט רעדן פון דעם ביליגקייט אין רוחניות אז גאנץ אידישקייט איז געבויט אויף אטעמפארכאפנדע מעשיות און וויפיל בלוט עס ווערט פארגאסן דערין.
לאמיר רעדן וועגן מיר און דיר, וועגן אונזערע אינטערעסן, מיר האבן סך הכל געזוכט א גרינגע לעבן, און וועגן דעם האבן מיר געטראכט אז די מעשיות וועלן אונז עס דעליווערן, און גארנישט, פונקט פארקערט, די מעשיות האבן גענומען דעם געמאסטענעם געפאדערטן יראת שמים און עס פארוואנדלט אין אן אומאויסגערעכנטע זאק פון אנגסט.
און נאך פיל ערגער פון דעם, עס האט פארוואנדלט דעם באשעפער אין כביכול א סיסטעמאטישער הינריכטער ח"ו, און עס איז נישט אזוי, דער ידיד נפש אב הרחמן פירט נישט דורך קיין פלוצלינגדיגע הינריכטונגען. דער באשעפער האט נישט קיין שום ענין צו ערשיינען פלוצלינג און דיר כאפן אויף עפעס וואס דו האסט געטון פאר איבער פערציג יאר צוריק, פארוואס זאל ער עס טון? וואס? דו האלטסט אז אזוי פירט זיך אויף אן אב הרחמן?
און זאלסט זיך נישט פארמישן, עס איז נישט קיין סתירה אז עס עקזיסטירן פלוצלינגדיגע זאכן, און עס פאסירט ל"ע אלע סארטן גרויסע צרות פלוצלינג, ווייל עס זענען דא חשבונות פון הימל, דאס איז שוין וואס מען רופט הנהגת היחוד, איך קען נישט געבן פאר קיינעם קיין אינשורענס אז זיין לעבן גייט זיין אויסגעפלאסטערט מיט רויזן, ווייל עס איז דא א הנהגת היחוד און עס זענען דא זאכן וואס זענען נישט פארבינדן מיט אונזערע מעשים נאר זענען בגזירת שמים, אבער דאס קען איך דיר פארזיכערן אז דאס איז נישט צוליב דעם וואס דו האסט נישט באצאלט שדכנות געלט.
שטראפן זענען נישט קיין איבערראשונגען! גזירת שמים קען יא זיין אן איבערראשונג. איך באצי זיך איבערהויפט, אויף דעם איינגעווארצלטן נארישקייט וואס מען האט אונז מחנך געווען אז יעדע זאך וואס פאסירט צו דיר, אוי א שאד, אויב וואלסטו געזאגט יום כיפור קטן וואלט עס נישט פאסירט, אויב וואלסטו מוותר געווען פאר דיין שכן וואלסטו עס געקענט פארמיידן.
די איינציגע זאך וואס איך קען דיר יא זאגן איז אז זאלסט לערנען ספרי מוסר ויראה, און ווער עס עס לערנט ספרי מוסר און לאזט דעם באשעפער אים דערציילן וואס רצון ה' איז און וואס מען דארף טון, דאס וועט דיר מאכן אז זאלסט זיין מער אנגענומען און באוויליגט פארן באשעפער, דאס וועט דיר פאראורזאכן צו זיין מער אפגעהיטן אויף א קביעות'דיגן פארנעם אין עבירות שאדם דש בעקביו, און דאן והיה עקב תשמעון, ואהבך וברכך והרבך וברך פרי, והסיר ה' ממך כל חולי.
יא, אזוי איז עס. אין אנדערע ווערטער: אויב וועסטו זיין אן ארנטליכע בירגער וואס פאלגט אויס דאס געזעץ, פארזיכער איך דיר אז די פאליציי וועט דיר נישט כאפן און דו וועסט זיין בארעכטיגט פאר באלוינונגען, אבער אויב האסטו באשלאסן צו לעבן אין א סארט אידישקייט וואס אלעס פאסירט אדער דורך אויסטערלישע ישועות אן קיין פריערדיגע מעלדונג, אדער דורך פלוצלינדיגע טראגעדיעס. אויב דאס איז דער אויסשטעל פון דיין צוגאנג דאן בין איך נישט מקנא דיין שרעק.
איך בעפארצוג טויזנט מאל די זמני תשובה ממשמשים ובאים פון די פריערדיגע דורות מיט די אלול ציטערניש, און נישט די זינגעדיגע סליחות פון אונזער דור וואס מען זארגט זיך דערביי אז 'גיי ווייס וואס קאכט זיך אונטער'ן באדן'.
עס איז אסור! עס איז אסור צו לעבן אזוי אידישקייט.
די מעשיות וואס מען פארציילט נישט
איך קען נאר ענדיגן מיט עטליכע מעשיות וואס איך האב ליב צו פארציילן:
איך קען איינער וואס האט מלבין געווען פני חבירו ברבים, און זיין חבר האט זיך פארשעמט ביזן זיבעטן ריפ, און ער איז אזוי געגאנגען פארזינקען אין זיין בושה, ביז... טרעף צו ביז ווען? ביז זיין חבר איז געקומען און אים איבערגעבעטן, און דאן האט ער זיך איבערגעבעטן מיט אים און זיי זענען געווארן צוריק גוטע פריינט.
אה... וואס זאגסטו אויף דעם מעשה? לאנגווייליג, הא?
אבער עס טוט מיר וויי, ווי לאנגווייליג די מעשה איז, לערנט עס אונז אז אויב האסטו פארשעמט איינעם איז עס שלעכט, און דעריבער, גיי בעט אים איבער, רעד צו אים שיין, און דו וועסט ווערן צוריק זיין חבר. און אויב וועסטו דאס טון, וועט די מעשה טאקע זיין לאנגווייליג, אבער האסט עפעס געטון.
איך קען פונקט אזוי פארציילן א מעשה וואס איז פיל מער שרעקעדיג און דראמאטיש, וואס דו וועסט זיך אויסטערליש דערשרעקן, דו וועסט עס אריינשטופן טיף הונטערן באוואוסטזיין, אבער עס וועט דיר נישט רוקן פאראויס, דאס איז גוט אז אין פאל עפעס פאסירט, זאלסטו וויסן אז עס קומט וועגן דעם, און דאן וועסטו איבערבעטן דיין חבר, און מיר וועלן האבן נאך א מעשה...
איז דאס נישט קיין שאד? לאמיר זיך צוריקקערן צו די לאנגווייליגע מעשיות, וואס דאס זענען די ספרי מוסר, און פשוט לאזן דעם מוסר ספר זאגן זיינס, אויך אויב עס איז טרוקן און אויסגעדראשן, דאן וועסטו באקומען געמאסטענע יראת שמים ווי עס דארף צו זיין.
נאך א מעשה פון די סארט מעשיות וואס איך גלייך צו פארציילן:
עס איז אמאל געווען אן איד וואס האט פארשעמט זיין פריינט ברבים, און עס איז געווען ממש געפערליך, אזיל סומקא ואתא חיוורא, און ווייסט וואס עס האט פאסירט? איין טאג האט ער געמאכט א ניינציגסטע געבורטסטאג, און נאך צען יאר האט ער געמאכט א הונדערטסטע געבורטסטאג, און דאן ביי די הונדערט איז ער נפטר געווארן בשיבה טובה, און עס האט אים גארנישט פאסירט. וואס יא? ווען ער איז אנגעקומען אויפ'ן עולם האמת האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער האט נישט קיין עולם הבא.
דאס איז א שרעקעדיגע פארכטיגע מעשה! אבער האסט קיינמאל נישט געהערט אזא מעשה. ווייסט פארוואס? ווייל עס איז אן אמת'ע מעשה, עס איז א בפירוש'ע חז"ל המלבין פני חבירו ברבים אין לו חלק בעולם הבא.
טא, אויב ווילסטו אז די מעשה זאל נישט געשען, לויף און בעט איבער דיין חבר. אט האסטו א גענויע געמאסטענע מעשה.