פופציגער האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 17, 2026 4:03 pm
אביסל קלארקייט, סתם אינטערסאנט צו וויסן אז בעבר האט מען שוין געהאט פראבלעמען מיט דעם אינגערמאן.
איך בין נישט אויסגעקאכט אין די פרטים יעצט, און בעצם האלט איך אז דער אינגערמאן מיינט גוטס - אין אלגעמיין, איך קען אים פערזענליך, ער איז באמת אן עסקן, א איד וואס וואלט ארויסגעשפרינגען פון בעט אינמיטן די נאכט און געלאפן אין די קעלט און אין די היצן צו העלפן א צווייטן איד. ווער ס'קען אים ווייסט דאס. ער האט גוטע מאטיוון, און איך וואלט נישט געזאגט אז ער זוכט צו שאדן מאכן פאר'ן ציבור, נאר ווי איך האב אים פערזענליך אויך געזאגט, מיין איך אז ער כאפט נישט די געוויכט וואס יארן ערפארונג טראגט אין דעם פעלד.
עגעין, איך בין נישט אויסגעקאכט, און ס'קען גאר זיין אז ער איז גערעכט און די עסקנים זענען זיך טועה. איך רעד אלס א דרויסענדיגער וואס ווייסט נישט די בעיסיקס פון דעם געשיכטע, אבער ווייסט יא אז די קרית יואל'ע עסקנים האבן שוין באוויזן גרויסע זאכן מיט זייערע קשרים, און ביי דיפאלט טראסט איך זיי.
און להוי ידיעה, מ'דארף נישט זיין קיין גרויסער חכם און מדארף נישט האבן קיין בלאק וואוט צו קענען חרוב מאכן. יעדער יחיד האט די כח צו צוגרינדלייגן שווערע האראוואניע פון עסקנים (יעס! אינספיראציע פאר'ן טאג!).
פיין געזאגט!
פאר ווער ס'ווייסט נישט, שאל אביך ויגדך, פרשת י. וו. האט זיך אנגעהויבן אזוי אומשולדיג מיט אן עסקן וואס האט געזאגט אז ער מיינט גוטס, א מעשה מיט וואוטס, קאמיטע פארן וואוילזיין פון קרית יואל, און פון דארט ביז 60 מינוט איז געווען א קאצן שפרינג
איך נעם נישט קיין שטעלונג אין די פרשה דא, ווייל כ'האב נישט קיין אנונג וואס די נושא איז, כ'ברענג נאר ארויס, אז אפילו א עסקן וואס מיינט גוטס, קען אמאל מאכן א טעות, בפרט אויב טוט ער אליין
פופציגער האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 17, 2026 4:50 pm
איך בין נישט זיכער וואס ליגט אונטער דעם פרשה, איך זע אבער אז אויף א טשעט גרופ וואו איך האב געקאמענט עפעס אומשולדיג, פלעין ארויסגעברענגט א פוינט צום ענין, אז דער אינגערמאן טוט צומאל זאכן וואס אלע פאליטיקאנטן טוען אבער ער טוט עס מיט אן אימפולסיוו צוגאנג, זענען אלע חסידי מהריי געקומען צולויפן מיר פארצוקן מיט אטאקעס אז מ'האט געקענט מיינען כהאב דא געשריבן אז נאר מהרא האט באקומען די ירושה...
און איר ווייסט וויאזוי ס'ארבעט מיט זיי, אין אן אויגנבליק האלט מען שוין ביים מיר ווארפן אין פנים אז דער בלאט פלעגט רעדן פאליטיק אין די תש"ס יארן, די נעקסטע זאך גייט מען מיר זאגן אז אונזערע בחורים ווארפן שטיינער ביים ציון, נעקסט קומט אין פוצה פה ומצפצף, און מסתם האלטן זיי שוין אויך ביים רעדן פונעם ילד פייער... כ'בין ארויסגעלאפן פונעם גרופ...
אזויפיל זע איך אבער אז ס'ליגט געוויס עפעס טיפער דא וואס איך כאפ נישט. עפעס אנבאלאנגט די סאטמארע פאליטיק. גיי ווייס. איי געס כ'בין לעצטנס נישט געהעריג באהאוונט אין די לאקאלע פאליטיקס.
אה סאו יעצט מיז איך שוין זיין אויף די זייט פון אנ''ש, אויב בין איך נישט א חסיד מהרי''י?
נויז מאשין האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 17, 2026 8:47 pm

אינטרעסאנטע טאקטיק דאס
איי געס. כ'ווייס אליינס נישט, ווייל בעצם איז דער אינגערמאן אויך א חסיד מהרא.