א שמועס, מיט א לינקע וויזניצע חסיד

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
יחזקאל סגל לנדא
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 22, 2025 5:56 pm
Location: USA
x 134

א שמועס, מיט א לינקע וויזניצע חסיד

פאוסט דורך יחזקאל סגל לנדא »

איינע פון מיינע ידידים, א טייערער און חשוב'ער אינגערמאן, צו ג-ט און צו לייט לויט אלע מפרשים. אהוב למעלה ונחמד למטה. אה… נאך איין פיצי זאך, ער איז א וויזניצער, נישט מורא'דיג א הייסע חסיד, אבער דאך היפש שטאלץ מיט זיין רבי און חסידות… טיפיקל וויזניצער…

לעצטנס טרעף איך זיך אן אין אים, אינמיטן גאס, און ווערן תיכף פארוויקעלט אין א געשמאקער שמועס, על דא ועל הא.,. אינמיטן רעדן מערק איך עפעס גאר מיסטעריעז אויף זיין קאפ.

איך האף ס'איז נאר א טעות. זאג איכעם. דער הוט אויף די לינקע זייט.

אהה…. די בא"ו פון מיין הוט? איך האב עס אפיציעל געטוישט!!

וואס?! דו?! שטאלצער וויזניצער וואס דו פלעגסט צו זיין!! און אזוי נישט מיר נישט דיר גיבסטו אויף דין רעליגיע?!

ניין… חלילה… מיין אמונה איז נאך גאנץ… סאיז נאר די הוט. וזהו.

לאמיר דיר עקספלעינען. זאגט ער מיט א פראפעשנעל ניגון. די גאנצע עניין פון די הוט אויף די רעכטע זייט. דער הייליגער אהבת ישראל זי"ע האט אמאל געגאנגען אויף דער גאס, זעענדיג א גלח גיין קעגן אים מיט א ענליכער סאמעטער הוט. האט ער פון גרויס עקל און אפשיי, זיך געגעבן א דריי ארום זיין הוט. צו זיין וואס ווייטער און פרעמדער פון דער טמא'נער גוי… צוביסלעך איז עס געווארן א מנהג, און הייליגער עניין…

אבער לעצטנס, ווען געוויסע יחידים - וואס גדולי הרבנים האבן גע'פסק'נט און זיך שארף אויסגעדרוקט אז מען דארף זיך פורש זיין פון זיי - גייען אזוי, דאן וויל איך שטיין ווי ווייטער פון זיי… גלחים מיט ביבער הוטן, זענען למעשה שוין נישט אזוי פאפולער היינטיגע טעג… משא"כ זיי זענען נאך מרקד בינינו.

מען דארף שטענדיג געדענקען דער שורש און טעם הדבר פון יעדע זאך, און האנדלען פון דארט. ספעציעל ביי זאכן וואס זענען נישט פונקט מסיני.

#רבי שמעון דריש טעמא דקרא.
עומד על תלת
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 423
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 5:15 pm
Location: Ny
x 970

Re: א שמועס, מיט א לינקע וויזניצע חסיד

פאוסט דורך עומד על תלת »

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: דינסטאג מאי 19, 2026 2:36 pm איינע פון מיינע ידידים, א טייערער און חשוב'ער אינגערמאן, צו ג-ט און צו לייט לויט אלע מפרשים. אהוב למעלה ונחמד למטה. אה… נאך איין פיצי זאך, ער איז א וויזניצער, נישט מורא'דיג א הייסע חסיד, אבער דאך היפש שטאלץ מיט זיין רבי און חסידות… טיפיקל וויזניצער…

שלום עליכם,
@יחזקאל סגל לאנדא

א זכיה פאר אידטיש,
אפשר באלאנגט א נאטיץ אין די איי**עלט איז דאון אשכול!
איין זאך נאר, די נושא פון לייקן קען נאך ניצן א תיקון דא.
אוועיטער
איש ציון
פרישער באניצער
פאוסטס: 94
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 11:09 am
x 572

Re: א שמועס, מיט א לינקע וויזניצע חסיד

פאוסט דורך איש ציון »

כ'האף נאר אז דא וועט מען נישט מעקן...
אוועיטער
יענץ מבין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 273
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 11:00 pm
Location: brooklyn
x 1328

Re: א שמועס, מיט א לינקע וויזניצע חסיד

פאוסט דורך יענץ מבין »

וואף! שלום עליכם!

קענט וועיט פאר וואט איז קאמונג!
ווילט איר עפענען א LLC אדער CORPORATION?
קומט אין אישי, אדער שיקט אן אימעיל צו: info@keystonefilings.com
www.keystonefilings.com
שנעל און פארלעסליכע סערוויס!
אוועיטער
יענץ מבין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 273
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 11:00 pm
Location: brooklyn
x 1328

Re: א שמועס, מיט א לינקע וויזניצע חסיד

פאוסט דורך יענץ מבין »

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: דינסטאג מאי 19, 2026 2:36 pm
► Show Spoiler
ווי איך פארשטיי איז אין אידישקייט דא צוויי חלקים, עס איז דא די עקרונות, יסודות, מחשבה, געדאנקען, און אא"וו. פון די צווייטע זייט איז דא מצוות, הלכות, מנהגים, לבוש אא"וו.

און אנדערע ווערטער איז דא מחשבה מיט מעשה.

אויף דערווייל לאמיר אפלאזן די חלק פון עקרונות און יסודות מיט די מצוות און הלכות, און מיר וועלן עס אוועקלייגן אויף א צווייטע געלעגנהייט. און לאמיר זיך יעצט קאנציטרירן אויף מחשבה, געדאנקן מיט מנהגים און לבושים.

ווען מען פרובירט צו טון די מנהגים און לבושים לויט די מחשבה, ווערט מען זייער שנעל פארלוירן, און זאכן הייבן נישט אן צו מאכן סענ"ס, און דעמאלטס הייבט מען אן צו ווערן קלוגער פון די גאנצע וועלט, און מען רעדט זיך איין אז מען האט אנדעקט אמעריקא, און איך האב ענדליך אויסגעפונן די עכטע סיבה פארוואס מען האט זיך אזוי געפירט, און היות די סיבה איז שוין נישט נוגע, נו.. דארף מען זיך שוין נישט נוהג זיין אזוי.

אבער באמת דא ליגט די טעות, די [געוויסע] מנהגים און [בעיקור] די לבושים (איך רעד נישט ווי אזוי עס האט זיך אנגעהויבן, ווייל דאס בדרך כלל איז יא געווען א תוצאה פון א געוויסע מציאות/סיבה. איך רעד בעיקור פון די הקפדה דאס אנצוהאלטן מדור דור), איז דייקא נישט געבויט אויף קיין מחשבה אדער טיפע רעיונות, נאר פונקט פארקערט, מען האט אנגעהאלטן די לבושים און מנהגים טאקע דערפאר אז נייע געדאנקן גענג וואס קומען און גייען זאלן אונז נישט אוועק רוקן קיין זיז כל שהוא פון ווי מיר קומען.

[איך האב געשריבן איבער די נושא באופן כללי אבער פארשטייט זיך און עס איז פשוט, אז די נושא איז נישט שווארץ און ווייס, און ווי די קאצקער רבי האט געזאגט: ווי סאך פקחות דארף מען האבן צו קענען זיין א תמים.]
ווילט איר עפענען א LLC אדער CORPORATION?
קומט אין אישי, אדער שיקט אן אימעיל צו: info@keystonefilings.com
www.keystonefilings.com
שנעל און פארלעסליכע סערוויס!
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4156
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 7279

Re: א שמועס, מיט א לינקע וויזניצע חסיד

פאוסט דורך וואוילער »

שיינע געדאנק.
סיי די נקודה וועגן די היינטיגע גלח, און סיי די יסוד נקודה וועגן לבוש חסידי.

כ'בין נאר נייגעריג אויב איינער האלט חשבון פון וויפיהל "מסורה" "לבוש" וכו'טעמעס ס'איז שוין דא.
@מערכת אידטיש אפשר קען מען צאמשטעלן?
.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3084
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 9659

Re: א שמועס, מיט א לינקע וויזניצע חסיד

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

איד'טיש איז נישט געמאכט נאר פאר זאכן וואס אייוועלט ערלויבט נישט.
ברענג'זשע ביטע אהער אלע אייערע סחורה.

דאנקע שעהן.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3205
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 13359

Re: א שמועס, מיט א לינקע וויזניצע חסיד

פאוסט דורך בודקע »

@יחזקאל סגל לנדא, ס'איז א פלעזשער צו זעהן דיין נאמען דא, ווי @להגדיל הטראסק זאגט, דאנקע שעהן.

לענין, אזוי ווי @יענץ מבין זאגט שוין, ס'איז נישט אונזער תפקיד צו זיין קלוג, אויב יא איז אונזער גאנצע אידישקייט אויס.
ס'איז אמת אז מ'דארף פארשטיין און מאכן סענס פון וואס מ'טוט, לגבי מצוות וכו', אבער די זאך פון מסורה איז דאך טאקע דאס, אז אפי' זאכן וואס מאכט נישט קיין סענס, אדער ס'איז נאר ווייל אמאל איז געווען אזוי און אזוי וכו', זאל מען אויך אנהאלטן פשוט צו אנהאלטן די אידישקייט שטריק ווייטער פאר אונזערע דורות.
אויב וועל איך פארשטיין אויף געוויסע זאכן אז ס'איז מער נישט גילטיג היינט, טאקע מיט א גוטע תירוץ, און א וואלידע סיבה, גייט מיין זון זיך נעמען צו אנדערע זאכן וואס ער וועט שוין פארשטיין בעסער ווי מיר פארוואס ס'גייט מער נישט אן היינט, און אין צוויי דריי דורות ארום איז נישט דא קיין זכר פון די היינטיגע אידישקייט.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.

קרעדיט: פיני גליק
בן זכר
פרישער באניצער
פאוסטס: 18
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק דעצעמבער 20, 2025 8:11 pm
x 49

Re: א שמועס, מיט א לינקע וויזניצע חסיד

פאוסט דורך בן זכר »

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: דינסטאג מאי 19, 2026 2:36 pm איינע פון מיינע ידידים, א טייערער און חשוב'ער אינגערמאן, צו ג-ט און צו לייט לויט אלע מפרשים. אהוב למעלה ונחמד למטה. אה… נאך איין פיצי זאך, ער איז א וויזניצער, נישט מורא'דיג א הייסע חסיד, אבער דאך היפש שטאלץ מיט זיין רבי און חסידות… טיפיקל וויזניצער…

לעצטנס טרעף איך זיך אן אין אים, אינמיטן גאס, און ווערן תיכף פארוויקעלט אין א געשמאקער שמועס, על דא ועל הא.,. אינמיטן רעדן מערק איך עפעס גאר מיסטעריעז אויף זיין קאפ.

איך האף ס'איז נאר א טעות. זאג איכעם. דער הוט אויף די לינקע זייט.

אהה…. די בא"ו פון מיין הוט? איך האב עס אפיציעל געטוישט!!

וואס?! דו?! שטאלצער וויזניצער וואס דו פלעגסט צו זיין!! און אזוי נישט מיר נישט דיר גיבסטו אויף דין רעליגיע?!

ניין… חלילה… מיין אמונה איז נאך גאנץ… סאיז נאר די הוט. וזהו.

לאמיר דיר עקספלעינען. זאגט ער מיט א פראפעשנעל ניגון. די גאנצע עניין פון די הוט אויף די רעכטע זייט. דער הייליגער אהבת ישראל זי"ע האט אמאל געגאנגען אויף דער גאס, זעענדיג א גלח גיין קעגן אים מיט א ענליכער סאמעטער הוט. האט ער פון גרויס עקל און אפשיי, זיך געגעבן א דריי ארום זיין הוט. צו זיין וואס ווייטער און פרעמדער פון דער טמא'נער גוי… צוביסלעך איז עס געווארן א מנהג, און הייליגער עניין…

אבער לעצטנס, ווען געוויסע יחידים - וואס גדולי הרבנים האבן גע'פסק'נט און זיך שארף אויסגעדרוקט אז מען דארף זיך פורש זיין פון זיי - גייען אזוי, דאן וויל איך שטיין ווי ווייטער פון זיי… גלחים מיט ביבער הוטן, זענען למעשה שוין נישט אזוי פאפולער היינטיגע טעג… משא"כ זיי זענען נאך מרקד בינינו.

מען דארף שטענדיג געדענקען דער שורש און טעם הדבר פון יעדע זאך, און האנדלען פון דארט. ספעציעל ביי זאכן וואס זענען נישט פונקט מסיני.

#רבי שמעון דריש טעמא דקרא.
אויב דאס איז טאקע די סיבה פארוואס ער האט אויסגעדרייט די הוט - יש לדון.
נאר אינטרעסאנט צו געוואר ווערן אויב ס'קומט נישט פון 'מה יאמרו', דהיינו, כדי מענטשן זאלן נישט מיינען אז ער געהערט צו יענע כת, וואס דעס אליין איז נישט קיין סיבה צו משנה זיין א מנהג/מסורת.
פעטער שמואל
ניי צום טיש
פאוסטס: 4
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 3:31 pm
x 3

Re: א שמועס, מיט א לינקע וויזניצע חסיד

פאוסט דורך פעטער שמואל »

די ארטיקל איז א פלעינע 'היט פיעס' אויף א געמיינדע אידן
אוועטאר
פרישער באניצער
פאוסטס: 17
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מערץ 27, 2024 10:53 am
x 46

Re: א שמועס, מיט א לינקע וויזניצע חסיד

פאוסט דורך אוועטאר »

פעטער שמואל האט געשריבן: דינסטאג מאי 26, 2026 9:40 am די ארטיקל איז א פלעינע 'היט פיעס' אויף א געמיינדע אידן
אידן?
וואס פירן זיך ווי עע"ז...
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3674
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 12400

Re: א שמועס, מיט א לינקע וויזניצע חסיד

פאוסט דורך פופציגער »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: זונטאג מאי 24, 2026 10:48 am איד'טיש איז נישט געמאכט נאר פאר זאכן וואס אייוועלט ערלויבט נישט.
ברענג'זשע ביטע אהער אלע אייערע סחורה.

דאנקע שעהן.
מ'דארף פינען דעם מעסעדזש
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
שרייב פאוסט