ל''ג בעומר סקווירא

נייעס און אנטוויקלונגען אין רבי'שע הויפן
מיטן רבינס כח
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 12, 2026 2:06 am
Location: monsey
x 8

ל''ג בעומר סקווירא

פאוסט דורך מיטן רבינס כח »

איז דא איינער וואס האט בילדער פוןנעם גרויסן מעמד ההדלקה בחצר הק' סקווירא? {תשפ'ו}
אוועיטער
מוזיק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1685
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 25, 2025 6:44 pm
Location: אין סטודיא
x 2338
פארבינד זיך:

Re: ל''ג בעומר סקווירא

פאוסט דורך מוזיק »

מיט א ברען
פרישער באניצער
פאוסטס: 68
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2024 5:16 pm
x 73

Re: ל''ג בעומר סקווירא

פאוסט דורך מיט א ברען »

איך באמערק יעצט אז אויף די סיין שטייט די ר"ת פון 'שמעון' 'שמרה נפשי עדתיך ואהבם מאד' אנשטאט 'עיר וקדיש מן שמיא נחית'

איינער ווייסט פשט?

(אפשר ווייל עיר וקדיש קומט פון ליקוטי מוהר"ן?)
זלמעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 472
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 10:17 am
x 1320

Re: ל''ג בעומר סקווירא

פאוסט דורך זלמעלע »

מיט א ברען האט געשריבן: מיטוואך מאי 13, 2026 2:40 am ( ווייל עיר וקדיש קומט פון ליקוטי מוהר"ן?)
אוואדע

א מאל האט מען געטוישט אויך די "לא תשכח" צו "בר יוחאי נמשכת אשריך".

די יאר האט מען געלאזט די לא תשכח


אפשר די התנגדות ווערט שוואכער.... :roll:
משה זיכמעך
פרישער באניצער
פאוסטס: 96
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 4:54 pm
Location: kj ruzin rd 11
x 265

Re: ל''ג בעומר סקווירא

פאוסט דורך משה זיכמעך »

מיט די יארן וועט מען קענען שרייבן "לא תתיאש"...
מיטן רבינס כח
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 12, 2026 2:06 am
Location: monsey
x 8

Re: ל''ג בעומר סקווירא

פאוסט דורך מיטן רבינס כח »

סתם אגב די סיין די יאר איז א נייע, און די סימבאל אויפן אלטן סיין האט אויסגעקוקט גאר ענליך צו די סימבאל פון ''האש שלי'' איז כ'מיין אז די קשיא איז גרעסער דארטן ווי די ווערטער פון די נייע סיין
אוועיטער
משה רבינו
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 561
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:57 pm
x 704

Re: ל''ג בעומר סקווירא

פאוסט דורך משה רבינו »

וואס קומט פון לקוטי מהר''ן די ווארט עיר וקדיש איז א פסוק אין דניאל ניין?
זלמעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 472
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 10:17 am
x 1320

Re: ל''ג בעומר סקווירא

פאוסט דורך זלמעלע »

משה רבינו האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 28, 2026 10:44 am וואס קומט פון לקוטי מהר''ן
די שייכות צווישן די פסוק מיט רשב"י
מיטן רבינס כח
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 12, 2026 2:06 am
Location: monsey
x 8

Re: סקווירא חתונה לוי'

פאוסט דורך מיטן רבינס כח »

היננט אינדערפרי איז אויפגענומען מיט צער און ווייטאג ביי כלל ישראל בכלל און ביי חסידי סקווירא בפרט די ביטערע בשורה איבער די פטירה פון הרבנית מרחמיסטריווקא ע''ה די לעצטע שוועסטער פון כ''ק אבינו רועינו שליט''א וועלכע האט אויסגעהויכט איר נשמה און עלטער פון 93 יאר
נאך מ'וועט ענדיגן די לוי' אין בארא פארק וועט די מיטה קומען קיין שיכון סקווירא די פלאץ ווי די נפטרת האט געוואוינט פאר לאנגע יארן, און די שטעטל וואס איר טאטע זצ''ל האט געבויט, ווי ס'וועט ארויסגיין אינפארנט פון בהמ''ד הגדול ווי מ'וועט זאגן קל מלא רחמים.
דערנאך וועט די מיטה פארן צו די רחמסטריווקא בהמ''ד אין מאנסי בנשיאות יבדל''א כ''ק אדמו''ר מרחמסטריווקא מאנסי {חדב''ן}
און פון דארטן צום בית החיים הר שלום ווי מ'וועט איר באגראבן סמוך ונראה צו איר הייליגע מאן בעל אמרות טהורות זצ''ל

און שטעטל זעלבסט ווערן געמאכט די נויטיגע צוגרייטונגען פארן לוי' סיי אינדרויסן פונעם בהמ''ד און סיי אין בהמ''ד זעלבסט ווי מ'האט צונימען די סקעיפאלד פארענטשעס וואס איז שוין געווען אויפגעשטעלט פארן חתן מאהל בחצר הקודש, און ס'איז אויפגעשטעלט געווארן פרישע פארענטשעס פארן שבעה.
גרויס נייגער הערשט ביי די חסידים וויאזוי ס'וועט זיך אויסלאזן די חתונה בחצר הק' קומענדיגע מיטוואך צו וועט די רבי פירן און ווען די רבי וועט זיך אלץ משתתף זיין ביים חתונה

ווען ס'וועט זיין נאך אפדעיטס וועלן מיר אריינקומען אי''ה
מיטן רבינס כח
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 12, 2026 2:06 am
Location: monsey
x 8

Re: סקווירא חתונה לוי'

פאוסט דורך מיטן רבינס כח »

ארום 4:30 נאך וואס די רבי זז''ג האט זיך געזעגנט פונעם באליבטן שוועסטער איז די מיטה ארויסגעקומען אינפארנט פון בהמ''ד הגדול ווי ס'זענען געשטאנען פארזאמלט א ריזן ציבור און הרה''ג ר' יוסף ישראל אייזנבערגער שליט''א האט געמאכט די קל מלא רחמים און מ'האט באגלייט א שטיקל וועג. פון דארט איז די מיטה געפארן קיין מאנסי ווי ס'האט זיך אפגעשטעלט ביים בהמ''ד פון בנה כ''ק אדמו''ר מרחמיסטריווקא מאנסי און פון דארט געפארן צום ביה''ח הר שלום.
די רבי זז''ג איז געפארן און באגלייטונג פון א פאליצייאישע מאטארקאדע {ווי אויך האט די קהילה ארויסגעלייגט א מעסעדזש אז קיינער בלי שום יוצא מן הכלל זאל בשום אופן נישט נאכפארן אונעם רבינ'ס מאטארקאדע} און ווען מ'איז אנגעקומען צום ביה''ח איז די רבי געבליבן ווארטן אין קאר ביז מ'האט צוגעברענגט די מיטה.
ווען די מיטה איז אריינגעקומען איז די רבי ארויס פון קאר און אריין אין די מיטלסטע טייל פונעם שטח ווי מ'האט געמאכט די הקפות געריסן קריאה וכו' ווי פארשטענדליך האט מען נישט געזאגט קיין הספידים כנהוג.
ביים באגראבן האט די רבי זז''ג דריי מאל געשאוולט און צוגעדעקט מיט זאמד און דערנאך אויסגעטון די שטיוול און אנגעטון די קאלאטשן.
ס'האבן זיך געשטעלט צוויי שורות מנחם זיין דעם רבי'ן אויפן וועג ארויס.

ווען די רבי איז אנגעקומען קיין סקווירא האט מען זיך געזעצט צו די סעודת הבראה צוזאמען מיט די אנדערע אדמורי''ם און מ'האט ארומגערעדט פון די חשובע נפטרת.
דערנאך האט מען געדאוונט מנחה ווי אדמו''ר מרחמסטריווקא איז צוגעגאנגען ביים רבינ'ס מנין,

ארום 8:00 איז די רבי אריינגעקומען מיט די אנדערע אבלים אין בהמ''ד ווי מ'האט זיך צוזאמען געזעצט שבעה וועלכע האט זיך פארצויגן ביז ארום 9:30
די גאנצע עולם איז אריבער מנחם זיין. צווישן די רבנים וועלכע האבן מנחם געווען ציילט זיך: הרבנים הגאונים ר' יוסף ישראל אייזנבערגער, ר' שלום פאללאק, ר' יושע לייפער, און נאך.
מיטן רבינס כח
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 12, 2026 2:06 am
Location: monsey
x 8

Re: סקווירא חתונה לוי'

פאוסט דורך מיטן רבינס כח »

דינסטאג בהלותך
ארום 1:00 איז די רבי אריינגעקומען צום שבעה ווי ס'איז אויך געזעצן חדב''ן אדמו''ר מרחמסטריווקא מאנסי,
א טייל פונעם ת''ת איז געקומען מנחם זיין לויט די סדר ווי ס'יז געווארן צוטיילט ווי אויך זענען געווען די צוויי סקווירא ישיבה קטנות פון אין שטעטל, און ישיבה גדולה סניף ברכת יוסף.
פארן אנהייבן האט די משב''ק ר' דוד אויסגערופן אז די בחורים וואס ס'איז נישט זייער טאג צו קומען מנחם זיין זאלן פארלאזן דעם בהמ''ד.
ווי אויך האט זיך אנגעזען די ליזענסק'ער ת''ת וועלכע האלטן זיך אויף אינעם אלטן בנין הת''ת וועלכע זענען געקומען מנחם זיין. ווי אויך די רחמיסטרווקא ישיבה פון מאנסי.

צווישן די אדמורי''ם ורבנים וועלכע זענען געקומען מנחם זיין האט זיך אנגעזען: אדמו''ר מדשינסקי, אדמו''ר מתולדות צבי ספינקא, לומנובע רב, אדמו''ר מוויזניץ מאנסי, אדמו''ר מוויזניץ בארא פארק, אדמו''ר רדמישלא, אדמו''ר מבאבוב 48, אדמו''ר משאץ, אדמו''ר מסטוטשין, אדמו''ר מבאבוב 45, און נאך.
מ'האט גענדיגט די שבעה ארום 2:45.

און אנדערע נייעס בנוגע די גרויסע חתונה מארגן מיטוואך, איז ווי ס'זעהט יעצט אויס וועט אלעס זיין ממש ווי געהעריג, נאר מיט עטליכע קלענערע שיניום, ביים חתן מאהל היינט דינסטאג וועט די רבי זז''ג זיך נישט משתתף זיין, ביים סעודת החתונה וועט די רבי זז''ג אריינקומען אביסל שפעטער ווי געווענדליך, און וואס ס'וועט זיך די מערסטע אנזעהן איז לכאורה אז די רבי זז''ג וועט טאנצן מצוה טאנץ מיט די קאלאטשן אבער ס'איז כדי אנצומעקן אז ס'קומט נישט פון קיינע באשטעטיגטע מקורות...
ווען ס'וועט זיין נייעס וועלן מיר צוריק זיין
אוועיטער
שלא לשמה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 115
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 05, 2026 3:14 pm
Location: חיפה
x 407

Re: ל''ג בעומר סקווירא

פאוסט דורך שלא לשמה »

דאס אלעס האט גארנישט מיט ל"ג בעומר אין סקווירא
אפשר זאל מען עפענען א אשכול פאר די סקווירא נייעס?
מתוך שלא לשמה בא לשמה, אבער דא מיינט שלא לשמה אן קיין נאמען
מיטן רבינס כח
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 12, 2026 2:06 am
Location: monsey
x 8

Re:נסיעות

פאוסט דורך מיטן רבינס כח »

האט איינער א ליסטע פון זאכן וואס מ'דארף מיטנעמען אויף א נסיעה למקומות הק'?
ווי אויך א ליסטע וואס מ'ברויך זיך מיטנעמען ווען מ'פאר ארויף אין קעמפ?
שרייב פאוסט