זוכער האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 01, 2026 12:51 am
זאגט מיר א חשוב׳ער תלמיד חכם, אז לערנענעדיג די צוואה פון ברך משה ווערט אים קלאר אז…
די בלאט איז נישט די אנהייב פון די צוואה.
ער איז מסביר: קיין שום מענטש הייבט נישט אן קיין צוואה סתם אזוי אן אזעלכע שורות ווי:
הנה היות שאין אדם יודע את עתו…
ממילא איז אים קלאר אז דא איז געווען נאך בלעטער; וואס מיר האבן נישט. - יעדער קען קלערן וואס ער וויל, אבער דאס קוקט אויס פאני אז א צוואה הייבט זיך אן:
״בענין חלוקת עזבוני״…
וואס זאגט איר?
IMG_9348.jpeg
מ'קען אסאך דן זיין אין דעם, פאר ווער ס'האט מיטגעלעבט יענע יארן איז עס נישט אזוי אויפפאלנד
די רבי ז"ל איז יענעם יאר דורך א שווער יאר, קודם איז געווען די עקסידענט מיטן פליגער וואס ב"ה חסדי ה' איז אלעס ארויס בשלום, דערנאך אין פלארידע יענעם ווינטער איז דעם רבין שלעכט געווארן אינמיטן דאווענען, ער האט געדארפט אנקומען צו באהאנדלונגען, ער איז דורך דעמאלטס א פעסיזשער, והאחרון הכביד ווען מ'האט אנדעקט ביים רבין די מחלה, און די רבי איז דורך אן ערנסטע אפעראציע חודש אייר תשנ"ו, ס'געדענקט זיך דער פחד אין די לופט
קודם איז מובן דאס איז די רבי האט יענעם זומער באשלאסן צו שרייבן וועגן חלוקת עזבונו
און אנדערע זאכן וואס איז מעגליך אז ער האט נישט געשריבן, פשוט ווייל ער האט שוין געטון אין דעם נאך פאר ער האט עוסק געווען אין חלוקת עזבונו
עטליכע טעג איידער דער רבי איז דורך די אפעראציע, האט ער געשטעלט צוויי אידן תלמידי חכמים וואס זיי זאלן איבערגעבן לאחר מעו"ש וואס זיין רצון איז, מ'דארף נישט דא איבערגיין די גאנצע השתלשלות, אולי אין כאן מקומו
חוץ דעם האט די רבי דאס געזאגט פאר אלע קינדער, סיי תשמ"ז ווען ער איז דורך א שווערע אפעראציע, און סיי תשנ"ו
ממילא וועט נישט זיין קיין תמיה צו הערן אז ער האט בכלל נישט געשריבן איבער דעם, ווייל ער האט געטון פעולות למעשה
נאך אלס מעגליך ס'איז יא דא עפעס א בריוו, אבער ס'איז נישט אויסגעשלאסן אז נישט