לאקאלער רב האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 02, 2026 6:23 pm
יושע קארנבלי דערציילט אויף קול סאטמאר א מעשה מיט א אידענע אין באסטאן, וואס האט אלץ מיט זיך א שפיצל גרייט אנצוטון צו מקבל זיין משיח'ן.
רעבעצין לעבן, עס איז זייער חשוב אייערע רצונות, אבער צו גיין מיט א שפיצל אין משיח'ס צייטן, דארף מען גיין א שפיצל אויך אין גלות. מען קען זיך נישט קלייבן וואס מען וויל ווען.
(לעניית דעתי, פארשטייט זיך)
מיין עניית דעתי זאגט אנדערש: וואס איז דאס זיין א בדיעבד אידענע??? מאך אפ אויב דער רמ"א, מג"א, אליהו רבה, פמ"ג, שוע"ה, וכו' וכו' וכו', זענען דיר גענוג גוט. ממה נפשך, טאמער יא, וואס איז דאס אוועקלייגן א שפיצל אין לעדל? און טאמער נישט, דאן טו דיך שוין היינט יעצט אויס די שייטל. וואס איז דאס זיין א 'עולם התוהו נאו-מענס-לענד איד'???
עס דערמאנט מיר פון די מעשה מיטן חת"ס וואו ער האט געהייסן בודק זיין ביי עפעס א גאאאר פרומע אידענע טאמער זי באהאלט נישט א צלם אין איר שאפע, ווייל אפשר אפשר מי יודע... עפ"ל, און מען האט טאקע געפונען ל"ע. די סארט מעשיות און הנהגות קומט נישט פון ערליכקייט בכלל. א בושה עס אפילו צו נאכדערציילן.