כת לב טהור אין גוואטעמאלע

תקנות פון דעם פארום
מודעה משמחת.
אויפ'ן פארלאנג פון מערערע אקטיווע מיטגלידער, האבן מיר געעפנט איין נייע פארום וואו יעדער וועט קענען שרייבן, אבער יעדע תגובה וועט ערשיינען נאר נאכ'ן באשטעטיגן ווערן דורך א מנהל אדער אחראי.
יעדע נארמאלע שאלה אדער אינפארמאציע, איז וועלקאם און וועט ווערן אפראווד בס"ד אין די ערשטע מעגליכקייט.
כ'זעה כ'הער
ניי צום טיש
פאוסטס: 7
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מאי 21, 2026 10:25 am
x 40

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך כ'זעה כ'הער »

הרב ותלמידו האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2025 10:39 pm
א כיתה אין גוואטעמאלא.jpg
א כיתה אין גוואטעמאלא.jpg (77.87 KiB) געזען געווארן 3469 מאל
די קינדער ביים לערנען.jpg
די קינדער ביים לערנען.jpg (46.7 KiB) געזען געווארן 3469 מאל
אויף די נייע תמימות'דיגע פארענטפערונג אויף קול (יוצאי) לב טהור דעם מאנטיג נשא איבער כמה עניינים וואס ער האט געשפירט אז ער קען כלומר'שט פארענטפערן, רעדט ער בין הדברים איבער די סדר הלימוד כאילו מען לערנט יא רש"י דארט.

אבער כאפ א גוטן בליק דא אריין אין זייערע חומשים וועסטו זעהן אז עס עקזיסטירט נישט קיין רש"י דארט.
שמועות טובות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 422
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
x 1366

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמועות טובות »

כ'זעה כ'הער האט געשריבן: דינסטאג מאי 26, 2026 10:33 pm
הרב ותלמידו האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2025 10:39 pm א כיתה אין גוואטעמאלא.jpgדי קינדער ביים לערנען.jpg
אויף די נייע תמימות'דיגע פארענטפערונג אויף קול (יוצאי) לב טהור דעם מאנטיג נשא איבער כמה עניינים וואס ער האט געשפירט אז ער קען כלומר'שט פארענטפערן, רעדט ער בין הדברים איבער די סדר הלימוד כאילו מען לערנט יא רש"י דארט.

אבער כאפ א גוטן בליק דא אריין אין זייערע חומשים וועסטו זעהן אז עס עקזיסטירט נישט קיין רש"י דארט.
עס עקזיסטירט נישט קיין רש"י דארט און עס עקזיסטירט נישט גארנישט דארט אויסער די ג' חמורות וואס דאס איז מען מקיים מיט די מערסטע הידורים און חומרות וואס מען האט נאר אמאל געהערט. ר"ל.
צום טיש
פרישער באניצער
פאוסטס: 59
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מערץ 05, 2025 2:12 pm
x 139

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך צום טיש »

פליז ביטע פארוואס פארענטפערט מען זיך?
כאילו סאיז דא א צד..

כמיין איך גיי עפענען א האטליין אז עכט איז ווילאמסבורג אין פלארידא !! און אקעטשאבו איז גאר טיף אין לעיקפראנט אינמיטען ברוקלין נעבן די נעווי יארד..
און די חברה האבן זיך סתם פארמישט ברוך וואוינט אין ווילי און זרח און לעיקפראנט :lol: :lol:
געגאנגן, קום פרעג מיך אפ מאך רעקארדינגס..

מיין חשבון אין מוח איז לו יציור פארב מיר די טונקעלסטע בילד אויף די עסקנים.. איז נאך אלטץ מיליאן מאל מער ליכטיגער ווי די ליכטיגסטע בילד פון א פארשפארטער קולט אין האנעללא!!
קראכמאל
פרישער באניצער
פאוסטס: 51
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 28, 2025 10:54 pm
x 141

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך קראכמאל »

איך מיין אויך אזוי ווי הרב @צום טיש, מיטן פירן וויכוחים מיט זיי גיבט מען זיי לעגיטימעט, און מען דארף כסדר זיך פארענטפערן.

ווען זיי האבן אנגעהויבן די האטליין, האבן זיי פרובירט שפילן כאילו זיי פארענטפערן נישט די פארגאנגענהייט פון לב טהור, זיי האלטן נאר פשוט אז די עסקנים טוען נישט ריכטיג מיט די דרכי ההצלה. אבער ווי לענגער עס האט גענומען, האבן זיי שוין באקומען קוראזש צו לייקענען, און בארעכטיגן אלעס וואס דארט איז פארגעקומען. פארוואס? ווייל מען האט געפירט ויכוחים מיט זיי, און דורך דעם האבן זיי געשפירט אז עס זענען דא מענטשן וואס גלייבן זיי, והא ראי' אז מען פילט פאר וויכטיג זיי אפצוענטפערן, נו אויב אזוי קענען זיי שוין גיין ווייטער און בארעכטיגן אלע רשעות.

די ריכטיגע וועג איז זיי צו איגנארירן. די עסקנים האבן שוין ב"ה גענוג קרעדיט אויף זייערע מעשים, און דארפן אנגיין ביתר עוז וביתר שאת.
מעלבער
פרישער באניצער
פאוסטס: 23
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 2:12 pm
x 214

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מעלבער »

מען ברענגט דאס ארויף צו ווייזן מיט וועם מ׳האט צו טון דא.

דאס מערסטע וואס איז תסמור שערות אנוש, א האטליין וואס רעפרעזענטירט לב טהור זאל עס אזוי קלאר ארויסזאגן: מ׳האט נישט געוויסט זי גייט שטארבן, א פשוטע טעות.

ווער איז דער ״מ׳״? ״מ״האט נישט געוויסט?

דער וואס צווינגט אריין עסן אין א אידישע פרוי׳ס מויל? דער בלוט-דארשטיגער רוצח וואס האט אויף זיין קאנטע שווערע גאלאנען אידישע טרערן פארגאסן לכבוד אים, דער אכזר וואס האט ערפינדן יעדן טאג פרישע סאדישטישע המצאות וואס מענגעלע קען זיך פארשטעקן פאר אים, דער וואס האט אפגעטיילט קינדער פון עלטערן מענער פון פרויען אויף א סיסטעמאטישע דויטשע פינקטליכקייט...

דער האט פארזען איין זאך: אז מ׳קען שטארבן.

ס׳דערמאנט פון רש״י אין בראשית אז קין האט נישט געוויסט וויאזוי מ׳הרגעט א מענטש, ער האט פראבירט צו שטעכן פון אלע זייטן, ביז ער האט אויסגעפונען וואו די חיות פון א מענטש איז....

דער האט זיך ארומגעשפילט מיט מענטשן ווי קינדער שפילן זיך מיט דאליס. אלע סארט עקספערעמענטן אויספראבירט וויפיל רציחה (תקונים) איין מענטש קען טעכניש סובל זיין.

ויהי היום... איינמאל האט זיך געמאכט אז ער האט געמאכט א טעות, ער האט נישט געוואוסט אז דער סארט עקספערעמענט מאכט מענטשן שטארבן... עס האט פאסירט א טעות און דער דאלי האט אויסגעהויכט איר נשמה. און דער קליינער רוצח׳ל איז, איינגעשלאפן זיס....

יזדעזע תבל ומלואה!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

עס איז חסדי השם אז די וועלט איז שוין אסאך מער אפן היינט, מ׳ווערט געוואויר טאג טעגליך וואס דארט האט זיך אלס אפגעטון. א מענטשליכע מח בלייבט פשוט שטיין!

און עס איז אויך חסדי השם אז אפאר ערליכע אידן האבן מיט מסירת נפש באשלאסן אפצושטעלן דעם שפיכות דמים איינמאל פאר אלעמאל.
כ'זעה כ'הער
ניי צום טיש
פאוסטס: 7
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מאי 21, 2026 10:25 am
x 40

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך כ'זעה כ'הער »

שמועות טובות האט געשריבן: מיטוואך מאי 27, 2026 11:09 am
כ'זעה כ'הער האט געשריבן: דינסטאג מאי 26, 2026 10:33 pm
הרב ותלמידו האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2025 10:39 pm א כיתה אין גוואטעמאלא.jpgדי קינדער ביים לערנען.jpg
אויף די נייע תמימות'דיגע פארענטפערונג אויף קול (יוצאי) לב טהור דעם מאנטיג נשא איבער כמה עניינים וואס ער האט געשפירט אז ער קען כלומר'שט פארענטפערן, רעדט ער בין הדברים איבער די סדר הלימוד כאילו מען לערנט יא רש"י דארט.

אבער כאפ א גוטן בליק דא אריין אין זייערע חומשים וועסטו זעהן אז עס עקזיסטירט נישט קיין רש"י דארט.
עס עקזיסטירט נישט קיין רש"י דארט און עס עקזיסטירט נישט גארנישט דארט אויסער די ג' חמורות וואס דאס איז מען מקיים מיט די מערסטע הידורים און חומרות וואס מען האט נאר אמאל געהערט. ר"ל.
איך האב ספעציעל גענומען א זאך וואס די ליגנט זעהט יעדער בחוש און מ'דארף קיינעם נישט גלייבן דערפאר.
די נקודה איז, אז ווען יעדער איינער שרייט אויפן צווייטן: דו ביזט דער ליגנער! וחוזר חלילה ווי א וואסער ראד וואס שטעלט זיך נישט אפ ווילאנג די וואסער פליסט, נעמט מען איין ליגנט וואס יעדער זעהט ווי יענער איז מכחיש השמש בצהרים, ועל הכלל כולו יצא אז יעדעס ווארט וואס ער זידט ארויס צווישן די ציין איז מוחזק אלץ שקר וכזב.

הגם איך זעה אז מאנכע זענען נישט צופרידן פון דאס גאנצע זיך וויסנדיג מאכן פון די חברה, אבער מען מוז פארשטיין אז נאך אלעמען דרש'נען זיי אויף זייער ליין פאר יעדן וואס הערט זיי אויס, און דא איז די איינציגסטע פלאץ ווי מען קען זיי ענטפערן, און אויב וועסטו זאגן אז די פסוק זאגט קלאר אַל־תַּ֣עַן כְּ֭סִיל כְּאִוַּלְתּ֑וֹ פֶּֽן־תִּשְׁוֶה־לּ֥וֹ גַם־אָֽתָּה (משלי כו ד), איז דער ענטפער דערויף אז דעם פסוק האט מען שוין אויספרובירט פאר עטליכע און דרייסיג יאר און עס האט זיך ארויסגעוויזן אז מען האט געמאכט א ביטערער טעות, און דא איז גילטיג דער קומענדיגער פסוק פון עֲנֵ֣ה כְ֭סִיל כְּאִוַּלְתּ֑וֹ פֶּן־יִהְיֶ֖ה חָכָ֣ם בְּעֵינָֽיו (משלי כו ה).

ס'פאלט מיר יעצט ביי א פשט/רמז בדרך אפשר, אז דאס איז טאקע די סיבה פארוואס קודם שטייט 'אל תען', ווייל במושכל ראשון דארף מען נישט אריינשפרינגען און זיך אריינשטעלן אויף איין שטאפל מיטן כסיל, אבער אויב מען זעהט צום סוף אז דער מהלך וואס מען האט גענומען האט געהאט ביטערע נאכפאלגן און עס איז געווען א טעות, זאל מען זיך נעמען צום נעקסטן פסוק און אים ענטפערן ווי עס קומט אים כדי אז ער זאל מער נישט האבן קיין שאנס זיך צו דערקלערן אלץ "חכם"...
ועם עקש תתפתל.
כ'זעה כ'הער
ניי צום טיש
פאוסטס: 7
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מאי 21, 2026 10:25 am
x 40

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך כ'זעה כ'הער »

קראכמאל האט געשריבן: מיטוואך מאי 27, 2026 3:11 pm איך מיין אויך אזוי ווי הרב @צום טיש, מיטן פירן וויכוחים מיט זיי גיבט מען זיי לעגיטימעט, און מען דארף כסדר זיך פארענטפערן.

ווען זיי האבן אנגעהויבן די האטליין, האבן זיי פרובירט שפילן כאילו זיי פארענטפערן נישט די פארגאנגענהייט פון לב טהור, זיי האלטן נאר פשוט אז די עסקנים טוען נישט ריכטיג מיט די דרכי ההצלה. אבער ווי לענגער עס האט גענומען, האבן זיי שוין באקומען קוראזש צו לייקענען, און בארעכטיגן אלעס וואס דארט איז פארגעקומען. פארוואס? ווייל מען האט געפירט ויכוחים מיט זיי, און דורך דעם האבן זיי געשפירט אז עס זענען דא מענטשן וואס גלייבן זיי, והא ראי' אז מען פילט פאר וויכטיג זיי אפצוענטפערן, נו אויב אזוי קענען זיי שוין גיין ווייטער און בארעכטיגן אלע רשעות.

די ריכטיגע וועג איז זיי צו איגנארירן. די עסקנים האבן שוין ב"ה גענוג קרעדיט אויף זייערע מעשים, און דארפן אנגיין ביתר עוז וביתר שאת.
איך בין דא אנגעקומען ווייל איך האב געהערט זייער האטליין און כ'האב געזוכט ענטפערס צו זייערע טענות.
ניין, איך בין נישט געווען אויסגעקאכט אזוי אין די עניינים פאראיאר און כ'האב ממש לעצטנס אנטדעקט 'אידטיש'.
האסט בעסער געוואלט איך זאל בלייבן איינגערעדט אז זיי זענען ממש באקריוודעטע אידן וואס פארשטייען בכלל נישט וואס מען וויל פון זייער לעבן האבן?
מיט א ברען
פרישער באניצער
פאוסטס: 59
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2024 5:16 pm
x 61

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מיט א ברען »

מעלבער האט געשריבן: מיטוואך מאי 27, 2026 3:17 pm מען ברענגט דאס ארויף צו ווייזן מיט וועם מ׳האט צו טון דא.

דאס מערסטע וואס איז תסמור שערות אנוש, א האטליין וואס רעפרעזענטירט לב טהור זאל עס אזוי קלאר ארויסזאגן: מ׳האט נישט געוויסט זי גייט שטארבן, א פשוטע טעות.

ווער איז דער ״מ׳״? ״מ״האט נישט געוויסט?

דער וואס צווינגט אריין עסן אין א אידישע פרוי׳ס מויל? דער בלוט-דארשטיגער רוצח וואס האט אויף זיין קאנטע שווערע גאלאנען אידישע טרערן פארגאסן לכבוד אים, דער אכזר וואס האט ערפינדן יעדן טאג פרישע סאדישטישע המצאות וואס מענגעלע קען זיך פארשטעקן פאר אים, דער וואס האט אפגעטיילט קינדער פון עלטערן מענער פון פרויען אויף א סיסטעמאטישע דויטשע פינקטליכקייט...

דער האט פארזען איין זאך: אז מ׳קען שטארבן.

ס׳דערמאנט פון רש״י אין בראשית אז קין האט נישט געוויסט וויאזוי מ׳הרגעט א מענטש, ער האט פראבירט צו שטעכן פון אלע זייטן, ביז ער האט אויסגעפונען וואו די חיות פון א מענטש איז....

דער האט זיך ארומגעשפילט מיט מענטשן ווי קינדער שפילן זיך מיט דאליס. אלע סארט עקספערעמענטן אויספראבירט וויפיל רציחה (תקונים) איין מענטש קען טעכניש סובל זיין.

ויהי היום... איינמאל האט זיך געמאכט אז ער האט געמאכט א טעות, ער האט נישט געוואוסט אז דער סארט עקספערעמענט מאכט מענטשן שטארבן... עס האט פאסירט א טעות און דער דאלי האט אויסגעהויכט איר נשמה. און דער קליינער רוצח׳ל איז, איינגעשלאפן זיס....
ניטאמאל איינגעשלאפן זיס. ער איז געהעריג געשטאנען בראש ביים לוי', און געהאלטן א שיינעם הספד. כ'גלייב נישט ער איז אפילו געווען רויט דעמאלטס... ס'האט נישט אויסגעזען ווי ער האט בכלל געוואוסט וויאזוי זי איז אוועק...
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1561
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15676

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

איך פיל א חיוב מוחאה צו מוחה זיין אויף דעם וואס רוב לב טהור יודן אין גווטאמאלא האט נאך געהעריג וואטסעפ נגד די קלארע הוראה פון מרנא ורבנא הזקן החכם נר''ו. מען איז שוין אזויפיל דורך ביז יעצט, ווער וויל דען פארפאסן זיין לעצטע תיקון? עס ווערט יעצט מקיום די פסוק 'ברבכם זיללו ובהונה ריניתי בחוילה כמוגגנה כלינכם מגופנה', וואו דער נביא זאגט קלאר אז דער וואס וועט נישט עומד בניסיון זיין און פאלגן די לעצטע הוראה פונעם חכם וועט נישט זוכה זיין צו ביאת המשיח.
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור,
און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון גדולי הרבנים שליט''א וביניהם הגה''צ דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א ועוד.
בשם ה' נעשה ונצליח!
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2287
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 8086

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מסתמא »

על פי תורה האט געשריבן: פרייטאג מאי 29, 2026 1:26 pm איך פיל א חיוב מוחאה צו מוחה זיין אויף דעם וואס רוב לב טהור יודן אין גווטאמאלא האט נאך געהעריג וואטסעפ נגד די קלארע הוראה פון מרנא ורבנא הזקן החכם נר''ו. מען איז שוין אזויפיל דורך ביז יעצט, ווער וויל דען פארפאסן זיין לעצטע תיקון? עס ווערט יעצט מקיום די פסוק 'ברבכם זיללו ובהונה ריניתי בחוילה כמוגגנה כלינכם מגופנה', וואו דער נביא זאגט קלאר אז דער וואס וועט נישט עומד בניסיון זיין און פאלגן די לעצטע הוראה פונעם חכם וועט נישט זוכה זיין צו ביאת המשיח.
די פסוק שרייט דאך פאר זיך אליינס!!!
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3700
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4611

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אנדערער »

על פי תורה האט געשריבן: פרייטאג מאי 29, 2026 1:26 pm איך פיל א חיוב מוחאה צו מוחה זיין אויף דעם וואס רוב לב טהור יודן אין גווטאמאלא האט נאך געהעריג וואטסעפ נגד די קלארע הוראה פון מרנא ורבנא הזקן החכם נר''ו. מען איז שוין אזויפיל דורך ביז יעצט, ווער וויל דען פארפאסן זיין לעצטע תיקון? עס ווערט יעצט מקיום די פסוק 'ברבכם זיללו ובהונה ריניתי בחוילה כמוגגנה כלינכם מגופנה', וואו דער נביא זאגט קלאר אז דער וואס וועט נישט עומד בניסיון זיין און פאלגן די לעצטע הוראה פונעם חכם וועט נישט זוכה זיין צו ביאת המשיח.
פארוואס טאקע?
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
אוועיטער
אוטובאס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 132
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:15 pm
Location: גיב מיר א מינוט
x 535

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אוטובאס »

על פי תורה האט געשריבן: פרייטאג מאי 29, 2026 1:26 pm איך פיל א חיוב מוחאה צו מוחה זיין אויף דעם וואס רוב לב טהור יודן אין גווטאמאלא האט נאך געהעריג וואטסעפ נגד די קלארע הוראה פון מרנא ורבנא הזקן החכם נר''ו. מען איז שוין אזויפיל דורך ביז יעצט, ווער וויל דען פארפאסן זיין לעצטע תיקון? עס ווערט יעצט מקיום די פסוק 'ברבכם זיללו ובהונה ריניתי בחוילה כמוגגנה כלינכם מגופנה', וואו דער נביא זאגט קלאר אז דער וואס וועט נישט עומד בניסיון זיין און פאלגן די לעצטע הוראה פונעם חכם וועט נישט זוכה זיין צו ביאת המשיח.
אז די וועסט אריינקוקן אין תרגום יונתן, ער גייט נאך אסאך שארפער! וד"ל
תם ולא נשלם!
שבח ושירה לאל בורא עולם!
מה שהיה הוא שיהיה
ניי צום טיש
פאוסטס: 4
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 26, 2026 9:45 pm
Location: monroe
x 28

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מה שהיה הוא שיהיה »

א גוטע וואך, א קליינע באריכט אויף די הערליכע קידוש דעם געוועזענעם שבת לבת ר' אהרן גאלדמאן הי"ו מחשובי עולי בבל ותושבי מאנטריאל קאנאדא יצ"ו.

תושבי העיר האבן מיטגעהאלטן א הערליכע קידוש לרגל הולדת הבת פון ר' אהרן הלוי גאלדמאן נ"י (קריאת השם רבקה תחי' איז פארגעקומען פארגאנגענעם שבועות אבער צוליב שמחת יו"ט איז די קידוש פארגעקומען די וואך) וואס איז פארגעקומען שבת אינדערפרי נאכן דאווענען אין די גרויסע סאטמערע שול אויף park Ave ווי ס'האבן זיך באטייליגט הונדרעטער מענטשן ידידים, מכירים ומעריצים, וואס זענען געקומען אפגעבן די מזל טוב פארן חשוב'ן בעל שמחה,
בראשם האבן זיך באטייליגט די חשוב'ע רבנים הגה''צ ר' דוד מייזליש אבד''ק סאטמאר און הגה''צ רבי יוחנן וואזנער ראב''ד סקווירא מאנטריאל און נאך, וואס זענען געקומען מיט האלטן די דעהויבענע שמחה און ווארעם און געווינטשען די בעל שמחה, ווי אויך איז ר' מנחם גאלדמאן, א ברודער פונעם בעל שמחה ספעציעל געקומען צו פארן פונעם ווייטן אריזאנע זיך צו משתתף זיין בשמחת אחיו, הנה מה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחד, ווי אויך איז געקומען צו פארן פון טאהש ר' יואל דוד אלטער הי"ו א ידיד פונעם בעל שמחה ומחשובי עולי בבל ותושבי טאהש

די פארזאמלטע עולם איז געשטאנען אין א לאנגע שורה פאר א קרוב צו 2 שעה און געווינטשען די טייערע בעל שמחה, און די גאנצע משפחה,
ווי אויך האט די עולם ווארעם געווינטשען די 2 געטרייע איבערגעגעבענע עסקנים ה"ה ר' אהרן הערש שרייבער הי"ו וואס די פאפיר איז צו ארים צו קענען באשרייבן די פעולות וואס ר' אהרן הערש טוט פאר די משפחה און אלע חשובע יוצאים תושבי מאנטריאל והגלילות ואתו עמו ר' שלום אלי' פעדער הי"ו וואס זענען עוסקים בצרכי ציבור באמונה, לילות כימים צושטעלן פאר אלעס פאר די חשובע יוצאים

דער אייבישטער זאל העלפן ווייטער מען זאל זעהן און הערן שמחות און נחת
א גוטע וואך
כ'זעה כ'הער
ניי צום טיש
פאוסטס: 7
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מאי 21, 2026 10:25 am
x 40

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך כ'זעה כ'הער »

כ'זעה כ'הער האט געשריבן: דינסטאג מאי 26, 2026 10:33 pm
הרב ותלמידו האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2025 10:39 pm
א כיתה אין גוואטעמאלא.jpg
א כיתה אין גוואטעמאלא.jpg (77.87 KiB) געזען געווארן 1461 מאל
די קינדער ביים לערנען.jpg
די קינדער ביים לערנען.jpg (46.7 KiB) געזען געווארן 1461 מאל
אויף די נייע תמימות'דיגע פארענטפערונג אויף קול (יוצאי) לב טהור דעם מאנטיג נשא איבער כמה עניינים וואס ער האט געשפירט אז ער קען כלומר'שט פארענטפערן, רעדט ער בין הדברים איבער די סדר הלימוד כאילו מען לערנט יא רש"י דארט.

אבער כאפ א גוטן בליק דא אריין אין זייערע חומשים וועסטו זעהן אז עס עקזיסטירט נישט קיין רש"י דארט.
דער שוטה פון קול (יוצאי) לב טהור האט מיר באטיטלט: "די עסקנים" האבן ארויפגעלייגט א בילד וכו',
און ער ענטפערט דארט זיינע נארישקייטן וכזבים כדרכו מאז ועד עתה.

ער האט פארגעסן אז אויב וויל ער יעצט אויפווייזן אז שפעטער נאכן ענדיגן תנ"ך אן קיין רש"י, האט מען יא געלערנט דארט רש"י, דארף ער אויך ברענגען א בילד דערפאר והמוציא מדברי חבירו המוכיחים בחוש הראות עליו הראיה. דער בילד איז אייגנטליך הודאת בעל דין כמאה עדים ודי בזה.

באמת איז קיין נפק"מ אויב מען האט שפעטער באמת אפשר יא געלערנט רש"י, ווייל עס איז אן אומדערהערטע חוצפה וואס שטאמט נאך פון די משכילים ארויסצושניידן ביים דרוקן די חומשים רש"י הקדוש שעל פיו אנו חיים.
וואס האט זיי געבאדערט עס צו לאזן דארט?!! פארוואס האבן זיי געדארפט האבן אנדערע סארט חומשים פון גאנץ כלל ישראל?!!
ביינונז ווען מען לערנט מיט יונגע קינדער גמרא אן קיין תוספות דרוקט מען אויך עקסטערע גמרות וואס האבן נישט קיין תוספות?!!
די גאנצע זאך שמעקט זייער נישט גוט.

דאכט זיך מיר אז די קשיות זענען גאר די תירוצים זעלבסט...
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1958
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 6849

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך Think and Thank »

עס זענען געווען פלעצער וואו מען האט מקפיד געווען נישט צו דרוקן קיין חומש אן פירוש רש"י. דער אוה"ח הקדוש האט אויך געדרוקט זיין פירוש אינאיינעם מיט חומש און רש"י.
לומד
פרישער באניצער
פאוסטס: 78
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 11:44 am
x 94

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לומד »

הרב ותלמידו האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2025 10:38 pm פארשידענע צייטן און בבל
images (5).jpgimages (6).jpgimages (7).jpg
וועלעכע יאר איז לב טהור געווען אין מאנטריאל ביפאר גיין צי קרית רימינוב?
איינער געדענקט זיי פון יענע יארן? וועלעכע מוסדות געגאנגען? וועלעכע לבוש די יונגלעך דעמאלטס?
אוועיטער
בערל דער פייפער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1398
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 2282

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

לומד האט געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2026 11:05 am

סאטמאר חדר געהעריגע לבוש,
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!

בערל דער פייפער האט געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2026 11:08 am

די גאנצע לבוש האט זיך אנגעהויבען אין רימינוב? אין מאנטריאל געהעריגע אדער עפעס לשליש למחצה

לומד האט געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2026 5:23 pm

די פרויען האט זיך אנגעהויבן אין רימינוב לפי ידיעתי און די מענער אין גוטעמאלא, דאס יא אפי’ אין רימינוב זענען זיי געגאנגען מיט קאשקעטלעך און וואלענע ציצית
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 849
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 2303

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פעיק ניוז »

לומד האט געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2026 5:23 pm
בערל דער פייפער האט געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2026 11:08 am
לומד האט געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2026 11:05 am

וועלעכע יאר איז לב טהור געווען אין מאנטריאל ביפאר גיין צי קרית רימינוב?
איינער געדענקט זיי פון יענע יארן? וועלעכע מוסדות געגאנגען? וועלעכע לבוש די יונגלעך דעמאלטס?
סאטמאר חדר געהעריגע לבוש,
די גאנצע לבוש האט זיך אנגעהויבען אין רימינוב? אין מאנטריאל געהעריגע אדער עפעס לשליש למחצה
ניין, נאר נאכ'ן אנטלויפן פון קאנאדא.
בעסער אן אנעדזשוקעיטעד חכם ווי איידער אן עדזשוקעיטעד שוטה
לומד
פרישער באניצער
פאוסטס: 78
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 11:44 am
x 94

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לומד »

פעיק ניוז האט געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2026 5:37 pm
לומד האט געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2026 5:23 pm
בערל דער פייפער האט געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2026 11:08 am

סאטמאר חדר געהעריגע לבוש,
די גאנצע לבוש האט זיך אנגעהויבען אין רימינוב? אין מאנטריאל געהעריגע אדער עפעס לשליש למחצה
ניין, נאר נאכ'ן אנטלויפן פון קאנאדא.
ניין

נאך אין קאנאדא זענען זיי געגאנגן חלטלעך קאשקעטעלעך האלבע הויזען ווי געוויסען דא
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 849
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 2303

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פעיק ניוז »

לומד האט געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2026 5:48 pm
פעיק ניוז האט געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2026 5:37 pm
לומד האט געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2026 5:23 pm

די גאנצע לבוש האט זיך אנגעהויבען אין רימינוב? אין מאנטריאל געהעריגע אדער עפעס לשליש למחצה
ניין, נאר נאכ'ן אנטלויפן פון קאנאדא.
ניין

נאך אין קאנאדא זענען זיי געגאנגן חלטלעך קאשקעטעלעך האלבע הויזען ווי געוויסען דא
די בילדער איז נישט אין רימנוב.
בעסער אן אנעדזשוקעיטעד חכם ווי איידער אן עדזשוקעיטעד שוטה
הורקנוס
פרישער באניצער
פאוסטס: 81
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מערץ 07, 2025 1:18 am
Location: Monsey
x 268

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך הורקנוס »

בערל דער פייפער האט געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2026 11:08 am
לומד האט געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2026 11:05 am
הרב ותלמידו האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2025 10:38 pm פארשידענע צייטן און בבל
images (5).jpgimages (6).jpgimages (7).jpg
וועלעכע יאר איז לב טהור געווען אין מאנטריאל ביפאר גיין צי קרית רימינוב?
איינער געדענקט זיי פון יענע יארן? וועלעכע מוסדות געגאנגען? וועלעכע לבוש די יונגלעך דעמאלטס?
סאטמאר חדר געהעריגע לבוש,
קיינמאל אין סאטמאר חדר, זיי האבן אייביג געהאט א אייגענע
אוועיטער
בערל דער פייפער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1398
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 2282

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

הורקנוס האט געשריבן: דינסטאג יוני 02, 2026 12:08 am
בערל דער פייפער האט געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2026 11:08 am
לומד האט געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2026 11:05 am

וועלעכע יאר איז לב טהור געווען אין מאנטריאל ביפאר גיין צי קרית רימינוב?
איינער געדענקט זיי פון יענע יארן? וועלעכע מוסדות געגאנגען? וועלעכע לבוש די יונגלעך דעמאלטס?
סאטמאר חדר געהעריגע לבוש,
קיינמאל אין סאטמאר חדר, זיי האבן אייביג געהאט א אייגענע
איך קען אינגעלייט וואס האבן געלערנט מיט לב טהור קינדער אין סאטמאר מאנטרעאל,
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
מנחם גאלד
פרישער באניצער
פאוסטס: 52
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 10:32 am
x 367

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מנחם גאלד »

פעיק ניוז האט געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2026 11:26 pm
לומד האט געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2026 5:48 pm
פעיק ניוז האט געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2026 5:37 pm
ניין, נאר נאכ'ן אנטלויפן פון קאנאדא.
ניין

נאך אין קאנאדא זענען זיי געגאנגן חלטלעך קאשקעטעלעך האלבע הויזען ווי געוויסען דא
די בילדער איז נישט אין רימנוב.
די בילדער זענען יא אין רימנוב, דארט פלעגן זייערע קינדער מיט קאשקעטלעך.
שרייב פאוסט