גיוס בני ישיבות

נייעס אין אונזער קווארטאל
טאטעניו
ניי צום טיש
פאוסטס: 4
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 18, 2026 10:24 am
x 20

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך טאטעניו »

שאק ביי חסידי בעלזא:
אן אינגערמאן האט גערופן פאליציי אין ליכט פון א געפעכט מיט שכנים און אריינגעגעבן אן אנקלאגע ביים סטאנציע, אבער ביים אנקומען האט מען ארויפגעלייגט קייטלען אויפן האנט און אריינגעזעצט אין טורמע אויף קלאגעס פון מיליטערישע דעזערטירונג, מיט געציילטע שעה'ן פארן זמן שב"ק בלייבט א פאמיליע איבער אן א טאטע פארן זונד פון זיין א חרדישע אינגערמאן.
- די איראניע, די אינגערמאן האט שוין אריינגעגעבן פאפירן צו זיך אנשליסן אינעם מיליטער און זיין ברודער איז א פאליציאנט קאמאנדיר אין דרום לאנד.
צענדליגע פאליציי וואלענטירן, הצלה וואלענטירן און רעגירונג באאמטע מחסידי בעלזא האבן נארוואס איינגעמאלדן פארן מפכ"ל (פאליציי הויפט) אז אויב הערט זיך נישט אויף די רדיפה ארעסטן און די אינגערמאן ווערט נישט באפרייט ביז זונטאג פארלאזן זיי אומעטום זייערע פאזיציעס.
געציילטע שעה בעפארן זמן:
הונדערטער פראטעסטירן פאראנט פונעם פאליציי סטאנציע אין קרית גת.
טאטעניו
ניי צום טיש
פאוסטס: 4
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 18, 2026 10:24 am
x 20

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך טאטעניו »

נאך שעה'ן אנגסט - פאליציי ווארטזאגער מעלדונג:
די מפכ"ל (פאליציי הויפט) האט פארארדענט א דריגענדע אויספארשונג איבער'ן אינצידענט.
מיט דעם טוהן מיר קלארשטעלן אז אויפן פארארדענונג פונעם מפכ"ל וועט נישט זיין טוישונגן אינעם פראצעדור, און מיר טוהן ווידער ערווענען אז ווער קומט אריינגעבן א ציווילע אנקלאגע אדער אלאמירט פאליציי פאר סיי וועלכע הילף, וועט נישט אויסשטיין ארעסט פארן דעזערטירן מיליטערישע דינסט.
- אין רעאליטעט איז קיינמאל נישט געווען אזא פארארדענונג און מיליטערישע פאליציי דרייען זיך פרייוויליג ביי פאליציי סטאנציעס און פארמאגן אויסשליסליכע מאכט דורכ'ן סופרים געריכט בג"ץ צו דורכפירן ארעסטן סיי ווי אימער.
טאטעניו
ניי צום טיש
פאוסטס: 4
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 18, 2026 10:24 am
x 20

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך טאטעניו »

ווייטערדיגע באריכטן- נאך שווערע דרוק:
פאליציי האט נארוואס באפרייט די אינגערמאן וועלכע געפונט זיך אויפן וועג היים
אוועיטער
נויז מאשין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 210
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 3:09 pm
x 441

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך נויז מאשין »

וואס איז נייעס....

Here we go again
פיילס
Screenshot_20260531_162317_X.jpg
Screenshot_20260531_162317_X.jpg (145.4 KiB) געזען געווארן 616 מאל
מאיר שלום
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 161
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 2:19 pm
x 347

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך מאיר שלום »

מחאות העלפט.. אפילו נאר סטראשענען העלפט.

די תלמיד סוראצקין איז באפרייט געווארן.
קלאפן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 103
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 6:06 pm
x 252

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך קלאפן »

טאטעניו האט געשריבן: פרייטאג מאי 29, 2026 10:34 am שאק ביי חסידי בעלזא:
אן אינגערמאן האט גערופן פאליציי אין ליכט פון א געפעכט מיט שכנים און אריינגעגעבן אן אנקלאגע ביים סטאנציע, אבער ביים אנקומען האט מען ארויפגעלייגט קייטלען אויפן האנט און אריינגעזעצט אין טורמע אויף קלאגעס פון מיליטערישע דעזערטירונג, מיט געציילטע שעה'ן פארן זמן שב"ק בלייבט א פאמיליע איבער אן א טאטע פארן זונד פון זיין א חרדישע אינגערמאן.
- די איראניע, די אינגערמאן האט שוין אריינגעגעבן פאפירן צו זיך אנשליסן אינעם מיליטער און זיין ברודער איז א פאליציאנט קאמאנדיר אין דרום לאנד.
צענדליגע פאליציי וואלענטירן, הצלה וואלענטירן און רעגירונג באאמטע מחסידי בעלזא האבן נארוואס איינגעמאלדן פארן מפכ"ל (פאליציי הויפט) אז אויב הערט זיך נישט אויף די רדיפה ארעסטן און די אינגערמאן ווערט נישט באפרייט ביז זונטאג פארלאזן זיי אומעטום זייערע פאזיציעס.
געציילטע שעה בעפארן זמן:
הונדערטער פראטעסטירן פאראנט פונעם פאליציי סטאנציע אין קרית גת.
שמעתי דער אינגערמאן האט גערופן די פאלייציי קעגן מוחים קעגן די גזירות הגיוס...
תורה ויראה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 806
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 1525

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך תורה ויראה »

Screenshot 2026-06-03 130200.png
Screenshot 2026-06-03 130200.png (178.39 KiB) געזען געווארן 465 מאל
אוועיטער
שלא לשמה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 118
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 05, 2026 3:14 pm
Location: חיפה
x 419

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך שלא לשמה »

מאיר שלום האט געשריבן: זונטאג מאי 31, 2026 6:33 pm מחאות העלפט.. אפילו נאר סטראשענען העלפט.

די תלמיד סוראצקין איז באפרייט געווארן.
מאך מיר נישט קיין צד השוה פון סרוצקין'ס הפגנות צו אלע אנדערע הפגנות
מתוך שלא לשמה בא לשמה, אבער דא מיינט שלא לשמה אן קיין נאמען
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2448
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 8083

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך שינאווער »

קרוב צו הונדערט אידן פון בית שמש זענען איינגעזעצט געווארן נאכן באפאלן די הייזער פון די צוויי בג"ץ ריכטער וועלכע האבן געאורטיילט די יעצטיגע שווערע גיוס געזעצן.
מאיר שלום
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 161
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 2:19 pm
x 347

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך מאיר שלום »

שלא לשמה האט געשריבן: מיטוואך יוני 03, 2026 10:25 pm
מאיר שלום האט געשריבן: זונטאג מאי 31, 2026 6:33 pm מחאות העלפט.. אפילו נאר סטראשענען העלפט.

די תלמיד סוראצקין איז באפרייט געווארן.
מאך מיר נישט קיין צד השוה פון סרוצקין'ס הפגנות צו אלע אנדערע הפגנות
גערעכט. סוראצקינ'ס איז עצרת תפלה. אפילו פון דעם האבן זיי מורא.
אוועיטער
נויז מאשין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 210
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 3:09 pm
x 441

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך נויז מאשין »

מאיר שלום האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 04, 2026 7:59 pm
שלא לשמה האט געשריבן: מיטוואך יוני 03, 2026 10:25 pm
מאיר שלום האט געשריבן: זונטאג מאי 31, 2026 6:33 pm מחאות העלפט.. אפילו נאר סטראשענען העלפט.

די תלמיד סוראצקין איז באפרייט געווארן.
מאך מיר נישט קיין צד השוה פון סרוצקין'ס הפגנות צו אלע אנדערע הפגנות
גערעכט. סוראצקינ'ס איז עצרת תפלה. אפילו פון דעם האבן זיי מורא.
ביסט נאאיוו אדער מאכסט זיך?
פרייליכע נאטור
פרישער באניצער
פאוסטס: 27
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 05, 2026 8:41 pm
x 83

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך פרייליכע נאטור »

ריש גולת אריאל רבן ושומר גחלתן של ישראל כ"ק מרן אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א ערלעדיגט א ענדגילטיגע "פטור" פאר א בחור אין ארץ ישראל נאכן ווערן פארפלאנטערט צווישן די צווישן די ציוני'סטישע נעגל מיט די ביטערע גזירת הגיוס


גאר העפטיגע פארפלאנטערטע קעיס אויסגעארבעט געווארן דורך די שלוחי והצלת בית ישראל "הצלת מגיוס אפיסעס" שע"י קרן ויואל משה

אין א פרעצענדלאזע שריט האט דער ריש גולת אריאל רבן ושומר גחלתן של ישראל של ישראל רעיא מהימנא קדישא כ"ק מרן אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א ערלעדיגט א פטור פאר א בחור אין ארץ ישראל, נאכן ווערן פארפלאנטערט צווישן די ציוני'סטישע נעגל מיט די ביטערע גזירת הגיוס.

אט דער 'פטור' קומט נאך חדשים לאנגע ארבעט מיט איבערמידליכע כוחות וואס דער רבי שליט"א האט זיכער געמאכט אז דער חשובער בחור קומט אן צו ריכטיגע הילף, און נאכן דורכמאכן דעם ענדגילטיגן לאנגן שווערן וועג, ביז ער האט ב"ה ערהאלטן זיין פטור פאריגע וואך, און קען אצינד שפאנען אויפצושטעלן ערליכע אידישע דורות על דרך ישראל סבא, בכוחו ובזכותו פונעם סאטמאר'ע רבי שליט"א

די השתלשלות הדברים האט זיך אנגעהויבן, ווען דעם פארגאנגענעם ווינטער בעת ווען דער סאטמארער רבי שליט"א האט געוויילט אויף אפרוה אין מיאמי פלארידע, האט דער רבי אנגעטראפן א בחור פון ארץ ישראל, מיטן נאמען "אוריאל שי" פון שטאט בני ברק, און בצר לו האט ער זיך אויסגערעדט פארן רבי'ן שליט"א איבער זיין שווערע לאגע נאכדעם וואס ער איז שוין געווען טיף פארפלאנטערט מיט די מיליטער, נאכדעם וואס ער האט שוין געהאט אויפגעגעבן אין זיין ביטער שיקזאל, נישט האבענדיג קיין כוחות צו די שווערע רדיפות און די עינויים קשים, און ער האט באשלאסן זיך איינצושרייבן אין איינע פון די אפטיילונגען אינעם טמא'נעם ציוניסטישן מיליטער.

דער בחור האט געפרעגט פונעם רבי'ן שליט"א די הימל שרייענדע פראגע:

"פארוואס האט סאטמאר פארגעסן פון די טויזענטער בחורי ישראל וועלכע זייער רוחניות'דיגער עתיד הענגט אויף א דינע שטריק?"

דער בחור האט אויסגעפירט, אז ער האט מורא צוריקצופארן קיין ארץ ישראל, ווייל ער ווייסט נישט מה יולד יום.

דער רבי שליט"א האט גלייך מודיע געווען פארן בחור איבער די הצלה מגיוס אפיסעס וועלכע פונקציאנירן אונטער קרן ויואל משה", וועלכע סאטמארער חסידים האבן די זכי' צו פינאנצירן, די רבי האט זיך נישט באגנוגנט מיט דעם נאר ער האט באויפטראגט בנו הגה"צ אב"ד קרית יטב לב שליט"א זיכער צו מאכן אז ער קומט טאקע אן צום ריכטיגן אדרעס.

זיין קעיס וועלכע איז געווען גאר א שווערע פארפלאנטערטע קעיס, האט זיך פארצויגן מיט גאר אסאך דעטאלן, און דער רבי שליט"א איז געווען עומד על משמרתו, און איז געשטאנען בקשר מיט די עסקנים אין די אפיסעס במשך אלע חדשים ביז אהער זיכער צו מאכן אז די פעולות הצלה גייען אין אירע ריכטיגע רעלסן.

פאריגע וואך איז אנגעקומען די ריכטיגע מינוט ווען דער בחור האט ב"ה באקומען די ענדגילטיגע 'פטור' בשעה טובה ומוצלחת.

אין א היסטארישע בריוו מעומק הלב שרייבט דער בחור א פערזענליכע דאנק בריוו געוואנדן צו כ"ק מרן אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א, ווי צווישן די שורות באדאנקט ער זיך פארן רבי'ן שליט"א אז ער האט אים געשיקט צו די בארימטע אפיסעס "קרן ויואל משה – הצלה מאחים" ווי זיי האבן נישט גערועט טאג און נאכט ביז ער האט ב"ה זוכה געווען צום ענדגילטיגן פטור.

דער בחור ברענגט ארויס אז ווען נישט דער סאטמארער רבי שליט"א וואלט איך קיינמאל נישט אנגעקומען ווי איך האלט יעצט, ווי ער דרוקט זיך אויס בלשונו: "אין מילים בפי לבטא את את גודל ההכרת הטוב שאני חש כלפי כבוד מרן שליט"א אשר בלעדי דאגתו והנחייתו לא הייתי מגיע לישועה זו, בזכות כבוד מרן שליט"א יוכל לפתוח כעת דף חדש בחייו, לבנות בית בישראל ולילך בדרך התורה".

און ער פירט אויס מיט א ברכה לעומק הלב אל מול פני הקודש: "יהי רצון שהקדוש ברוך הוא יגמול לכבוד מרן שליט"א כפל כפלים על כל חסדיו, ויזכה לאריכת ימים ושנים טובות, ולראות נחת מכל יוצאי חלציו עד ביאת הגואל צדק במהרה".

טאקע א טאג דערויף נאכן ערהאלטן די פטור האט דער עסקן נמרץ שר ההצלה הר"ר בנימין טעפ שליט"א יו"ר הצלה לאחים שע"י קרן ויואל משה אפגעראכטן די שמחת התנאים באירוסי בתו למזל טוב, און דער חשובער בחור המציל איז געקומען אנטייל נעמען אינעם שמחה, און דערביי אויסגעדריקט רגשי הכרת הטוב פאר ר' בנימין שליט"א און פאר אלע אנדערע עסקני הצלה מגיוס.

סאטמאר שטייט אויפן פראנט מיט א מלחמת אש קודש אקעגן די ביטערע גזירת הגיוס אשר אין לך יום שאין קללתו מרובה מחברתה, און מען העלפט ארויס פינאנצירן די אפיסעס "קרן ויואל משה" וועלכע זענען עוסק בלי ליאות להצלת בחורי ישראל משמד הגיוס הציוני, מיט א תפלה לקל חי' לביטול את רוע הגזירה בקרוב ממש!

ואת יהודה שלח לפניו להציל נפשות מישראל!
שרייב פאוסט