פרעות איז סכנת נפשות. וועמענ'ס אחריות?

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
זלמעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 472
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 10:17 am
x 1326

Re: פרעות איז סכנת נפשות. וועמענ'ס אחריות?

פאוסט דורך זלמעלע »

כ'מוז ארויסברענגען לשבח פון די פראטעסטירערס אז אין די לעצטע וואכן האבן זיי איבער געלאזט (מער וייניגער) אונזער גאסן, און אריבער געצויגען צו די פריוואטע מענטשן האחראים לפשע, דאס מיינט די אפאצירן אין די מיליטער וואס זענען אחראים אויף די ארעסטן פון ישיבה בחורים.

עס איז אזא מין קלארע און פארשטענדליכע מהלך, אז אנשטאט גייען צו די הויפט שאסעיי און יורד זיין לחייהם פון רבבות אומשולדיגע היימישע יידן אהן א וואס אהן אפארווען,
זאל מען יורד זיין לחייהם פון די רשעים די דירעקטע אחראים לפשע,
און צו דעם צילט עס אויך די ציל פון טשעפענען די פאליציי וואס דארף זיי נאכלויפן און ארויס שלעפן וכו'
א זאך וואס פון אלע זייט'ן מאכט סענס און יושר טוייזנט מאל אזוי פיל ווי די אלטע מהלך,

אז ס'שווער צו פארשטיין פארוואס האט מען ביז היינט נישט געטראכט אויף דעם גראדע מהלך (בפרט אז עס איז בכלל נישט קיין נייע זאך, אזוי האט מען געפירט קעגן די דאקטורים אין ניתוחי מתים און נאך, און להבדיל די פרייע לינקע און רעכטע צו גלייך מאכן עס טאג טעגלעך אנטקעגן פאליטישן וכדומה)

כ'זאג נישט אז די מהלך האט נישט אין זיך א גוויסע נקודות וואס מ'דארף דן זיין בכובד ראש ודעת תורה, אבער דער עיקר איז אז עס נישט מזיק הרבים לחינם


ווי מ'זאגט, סאיז בעסער שפעט און אפילו צו שפעט, ווי איידער קיינמאל נישט.
זלמעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 472
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 10:17 am
x 1326

Re: פרעות איז סכנת נפשות. וועמענ'ס אחריות?

פאוסט דורך זלמעלע »

צו באטאנען אז די גאנצע פרעות זענען אונזער קלענסטע דאגות, די רשעות פון די ציונים גייט העכער פון שטאפל צו א שטאפל פון טאג צו טאג, פרישע שרעקליכע גזירות נאכאנאד. נאר די ציונים ליינען נישט די פארום במילא כ'שפיר אז א שאד די טינט...
עומד על תלת
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 434
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 5:15 pm
Location: Ny
x 995

Re: פרעות איז סכנת נפשות. וועמענ'ס אחריות?

פאוסט דורך עומד על תלת »

זלמעלע האט געשריבן: מיטוואך מאי 27, 2026 2:24 am כ'מוז ארויסברענגען לשבח פון די פראטעסטירערס אז אין די לעצטע וואכן האבן זיי איבער געלאזט (מער וייניגער) אונזער גאסן, און אריבער געצויגען צו די פריוואטע מענטשן האחראים לפשע, דאס מיינט די אפאצירן אין די מיליטער וואס זענען אחראים אויף די ארעסטן פון ישיבה בחורים.

עס איז אזא מין קלארע און פארשטענדליכע מהלך, אז אנשטאט גייען צו די הויפט שאסעיי און יורד זיין לחייהם פון רבבות אומשולדיגע היימישע יידן אהן א וואס אהן אפארווען,
זאל מען יורד זיין לחייהם פון די רשעים די דירעקטע אחראים לפשע,
און צו דעם צילט עס אויך די ציל פון טשעפענען די פאליציי וואס דארף זיי נאכלויפן און ארויס שלעפן וכו'
א זאך וואס פון אלע זייט'ן מאכט סענס און יושר טוייזנט מאל אזוי פיל ווי די אלטע מהלך,

אז ס'שווער צו פארשטיין פארוואס האט מען ביז היינט נישט געטראכט אויף דעם גראדע מהלך (בפרט אז עס איז בכלל נישט קיין נייע זאך, אזוי האט מען געפירט קעגן די דאקטורים אין ניתוחי מתים און נאך, און להבדיל די פרייע לינקע און רעכטע צו גלייך מאכן עס טאג טעגלעך אנטקעגן פאליטישן וכדומה)

כ'זאג נישט אז די מהלך האט נישט אין זיך א גוויסע נקודות וואס מ'דארף דן זיין בכובד ראש ודעת תורה, אבער דער עיקר איז אז עס נישט מזיק הרבים לחינם


ווי מ'זאגט, סאיז בעסער שפעט און אפילו צו שפעט, ווי איידער קיינמאל נישט.
אמת,

איך האב אמאל געפרעגט א חסיד פון ר‘ שמואל זצ"ל,
פארוואס טאקע שטערן זיי רבבות אידן, אנשטאט גיין צו די ריכטיגע שילדיגע, האט ער מיר געזאגט אז בעצם זענען זיי מוחה אויף די רבבות אידן אויך, ווייל זיי קימען נישט צו די מוחה‘ס,
"ווען וואלט איינגעזעצט דיין ברידער וואלטסו אויך געשריגן איך האב א חתונה? ",
מען דארף געדענקען אז דאס איז געווען סוף כל סוף א דעת תורה פון א גדול בישראל,
רבינו מהר"א שליט"א האט אנדרשט געהאלטן, צו סכנה וכו', פיין אבער זיי האבן יא א דרך אזוי,
בעיקר האט געשטערט דעים רבי'ן, אז מען זאגט אז דעיס איז שיטות סאטמאר,
ר ' שמואל זצ"ל האט געשריבן פאר הרה"ג .....שליט"א, דומ"ץ ביהמ"ד...... אז ער וועט זיין במחיצתו אין גן עדן פאר פוילן ביי רבינו שליט"א זאל נישט מוחה זיין אויף געוויסע זאכן וואס זיי טיהן, לויט ווי די דומ"ץ זאגט האבן זיי צום סוף געטראפן די וועג אויף וואס זיי פארשטייען זיך יא, אין וואס זיי פארשטייען זיך נישט,
פארגעס נישט דער רבי שליט"א איז פאר א געוויסע תקופה געווען א שייגעץ ....ווייל ער האט געהאלפן איינער וואס איז נישט עכט געווארן א קנאי.....
זלמעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 472
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 10:17 am
x 1326

Re: פרעות איז סכנת נפשות. וועמענ'ס אחריות?

פאוסט דורך זלמעלע »

זלמעלע האט געשריבן: מיטוואך מאי 27, 2026 2:24 am כ'מוז ארויסברענגען לשבח פון די פראטעסטירערס אז אין די לעצטע וואכן האבן זיי איבער געלאזט (מער וייניגער) אונזער גאסן, און אריבער געצויגען צו די פריוואטע מענטשן האחראים לפשע, דאס מיינט די אפאצירן אין די מיליטער וואס זענען אחראים אויף די ארעסטן פון ישיבה בחורים.
צו מיין גרויס וייטאג מוז איך זאגן אז די קאמפלימענטס איז געווען צו פרי. די חבר'ה זענען נאר פארנומען מיט יורד זיין לחייהם פון די פרומע עולם בארה"ק, און פארשפארן אונזער גאסן.
זלמעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 472
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 10:17 am
x 1326

Re: פרעות איז סכנת נפשות. וועמענ'ס אחריות?

פאוסט דורך זלמעלע »

נאך איבער צען יאר פון פראטעסטן נאכאנאד, ווען די ארעסטן פון ישיבה בחורים ווערט רח"ל נאר מער און מער ביז ס'גווארן לעצטנס ממש אפרפלייצונג, מ'האט געמעגט שוין איבער טראכטן צו די גאנצע מהלך מאכט בכלל סענס און צו סאיז שווה בנזק וואס ער מאכט צו די מליאנען אומשולדיגע יידן.

אבער גיי טענטעט זיך. נאר אויף די אגודיסטן מעג מען שרייען טאג און נאכט זאלן זיי אויפהערן גיין צו די בחירות וייל די חכי"ם טויגן נישט.
בלייב נישט שטיין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 244
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2024 10:53 am
x 1112

Re: פרעות איז סכנת נפשות. וועמענ'ס אחריות?

פאוסט דורך בלייב נישט שטיין »

אינטערוויו: גזירות הגיוס בתקפו: שטורעמישע הפגנות און גרויסע טרעפיק אין ליכט פון די לעצטיגע ארעסטן
ב' בהעלתך פ״ו
הרב נתן ראזענבלאט

גאנץ אינטרעסאנט


https://www.yiddish24.com/interviews/12/157356
זלמעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 472
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 10:17 am
x 1326

Re: פרעות איז סכנת נפשות. וועמענ'ס אחריות?

פאוסט דורך זלמעלע »

די היינטיגע שווער-פארוונעדערטע אין די פראטעסטן איז "סתם" אן עובר אורח וואס איז אריבער נעבן די פראטעסט.
שרייב פאוסט